א.
די סמיכות הפרשיות פון פ’ וישב - אין וועלכער עס הויבט זיך אָן
(בלשון רש”י 1 )
דעם סיפור פון „ישובי יעקב ו
(ישובי 2 )
תולדותיו” - מיטן סיום פון פ’ וישלח,
אין וועלכן עס ווערט דערציילט 3
דער סיפור פון „ישובי עשו ותולדותיו”
(ביז די מלכי אדום ואלופי עשו שלאחריהם 4 )
- זיינען חז”ל 5
מבאר מיט אַ משל:
„משל למלך שהי’ לו מרגלית מושלכת בתוך העפר ובתוך הצרורות הוצרך המלך לפשפש בעפר ובצרורות להוציא את המרגלית מתוכן,
כשהגיע המלך למרגלית הניח את העפר ואת הצרורות ונתעסק במרגלית” - און אַזוי אויך בעניננו,
אַז מ’קען אַנדערש ניט צוקומען צו ישובי יעקב,
סיידן מען דערציילט פריער
(עכ”פ בדרך קצרה)
וועגן ישובי עשו ותולדותיו.
וואָס אַזוי געפינט מען אויך - ווי ער ברענגט דאָ אין מדרש 6
- ביי די „עשרה דורות מאדם עד נח” און די „עשרה דורות שמנח ועד אברהם”,
אַז וועגן זיי דערציילט מען „בבת אחת”
(אָן קיין אריכות)
און „כשהגיע למרגליות אברהם יצחק ויעקב התחיל מתעסק בהן”.
דאַרף מען פאַרשטיין - לכאורה,
איז דער משל ניט מתאים לעניננו:
ביי די דוגמאות הנ”ל,
וויבאַלד אַז פון אדם ביז נח איז אַ הפסק - עס זיינען געווען עשרה דורות און אַזוי אויך פון נח ביז אברהם,
דאַרף די תורה אויסרעכענען
(עכ”פ בקיצור)
די אַלע צווישנדיקע דורות ביז מען קומט צום עיקר,
צו נח’ן און אברהם’ן
(אַזוי ווי אין משל,
אַז היות די מרגלית איז באַהאַלטן אין דעם עפר,
מוז מען זוכן אין דעם עפר ביז מ’געפינט די מרגלית).
משא”כ יעקב איז דאָך בנו של יצחק ,
איז וואָס דאַרף מען זוכן צווישן עשו ותולדותיו בכדי צו צוקומען צו יעקב ותולדותיו 7 ?
ב.
בנוגע די מאורעות פון עשו’ן וועלכע האָבן געהאַט אַ פאַרבינדונג מיט עניני יעקב
(ווי דער סיפור פון ברכות יצחק וכיו”ב),
וואָלט מען נאָך געקענט זאָגן,
אַז אין דעם איז יעקב כאילו „באַהאַלטן” און „אויסגעמישט” אין דעם „עפר” פון עשו,
מ’מוז דערציילן וועגן די מאורעות של עשו כדי צו וויסן ווי עס איז געקומען דאָס וואָס עס איז געשען מיט יעקב .
אפילו דער סיפור
(אין סוף פ’ וישלח 8 )
ווי עשו האָט זיך באַזעצט בקביעות אין הר שעיר,
קען מען זאָגן
(ווי דער מהר”ל 9
איז מסביר),
אַז דאָס איז נוגע צו ישובי יעקב.
ווייל דוקא נאָך דעם ווי עשו האָט איינגענומען שעיר און זיך דאָרט באַזעצט,
איז יעקב געוואָרן דער
(איינציקער)
יורש פון ארץ ישראל 10
(וואָס דאָס איז דער תכלית פון סיפור „ישובי יעקב ותולדותיו” - צו דערציילן „ישוביהם וגלגוליהם עד שבאו לכלל ישוב” 11 ).
אָבער נוסף אויף דעם,
וואָס דאָס איז ניט אינגאַנצן גלאַטיק - ווייל פון דעם משל איז מוכח אַז די מרגלית איז באַהאַלטן אין עפר און מ’דאַרף עס זוכן,
משא”כ לויטן ביאור הנ”ל איז נאָר מתאים צו זאָגן אַז עס איז דאָ אַ שייכות ולכל היותר
(בלשון המהר”ל)
אַן „עירוב”
(מישונג)
צווישן „יעקב עם עשו בענין הישוב”,
אָבער ניט אויסגעמישט באופן צו זיין באַהאַלטן אין ישובי עשו
(עפר)
אַז מ’זאָל זיי דאַרפן „זוכן” און געפינען אין ישובי עשו -
נאָך מער ניט פאַרשטאַנדיק: דער פסוק רעכנט אויס תולדות
(ואלופי)
עשו וישובם,
ביז די מלכי אדום „אשר מלכו ..
לפני מלך מלך לבני ישראל” 12 ,
וואָס דאָס נעמט אַרום דעם זמן ביז שאול המלך 13 ,
און די אלופי עשו וואָס זיינען געווען „ לאחר שמת הדד ופסקה מהם מלכות” 4
- וואָס ביי זיי איז דאָך אינגאַנצן ניטאָ קיין „עירוב” מיט ישובי יעקב ותולדותיו 14 .
ג.
אויך פאָדערט זיך ביאור בנוגע כמה פרטים אין דעם משל צו פאַרשטיין וואָס איז זייער ענין אין נמשל,
ומהם:
א)
וואָס זיינען די צוויי ענינים פון „עפר” און „צרורות” 15 ?
ב)
פאַרוואָס איז ער מדגיש אַז „כשהגיע מלך למרגלית הניח את העפר ואת הצרורות ונתעסק במרגלית” - לכאורה איז דאָס מובן מאליו,
אַז ווי נאָר מ’געפינט די מרגלית איז די גאַנצע התעסקות נאָר מיט איר; האָט געדאַרפט שטיין בקיצור 16
„כשהגיע המלך למרגלית נתעסק בה” 17 ?
פון דער אריכות לשון המשל איז קענטיק,
אַז אויך נאָכן געפינען די מרגלית
(„ כשהגיע ..
למרגלית”),
דאַרף זיין אַ פעולה מיוחדת פון „ הניח את העפר כו’”,
כדי מ’זאָל זיך קענען עוסק זיין אין דער מרגלית.
ד.
ועוד בזה: ווי גערעדט כמה פעמים,
זיינען דאָ אין פירוש רש”י עה”ת „ענינים מופלאים” 18
- מען זעט דאָ אין פירוש רש”י אַז ער איז מעתיק דעם משל פון מדרש,
אָבער מיט כמה שינויים,
ומהם:
א)
אַנשטאָט „לפשפש בעפר כו’”,
זאָגט ער - „ממשמש בחול וכוברו בכברה ”.
[דער פרט פון „כוברו בכברה” ווערט דערמאָנט אין מדרש במק”א 19
וואו עס ברענגט זיך דער משל - אָבער דאָרט איז דער כללות המשל בסגנון אחר לגמרי,
און רש”י איז מעתיק
(פון דאָרט?)
בלויז אָט דעם פרט פון „כוברו בכברה”].
ב)
רש”י ברענגט אויך אַראָפּ די צוויי פרטים פון „חול” און „צרורות” -אָבער מיט דעם שינוי: אין אָנהויב פון משל דערמאָנט ער בלויז „חול”
(„נפלה בין החול ..
ממשמש בחול”),
און אין סיום המשל - „משמצאה הוא משליך את הצרורות ”,
און דערמאָנט ניט „חול” 20 .
ג)
אויך דער לעצטער ענין אין משל ווערט געבראַכט אין רש”י בשינוי לשון
(כנ”ל)
- „משמצאה הוא משליך את הצרורות”
(„משליך” אַנשטאָט „הניח”).
ה.
דער מהר"ל 9
איז מסביר דאָס וואָס רש”י דערמאָנט ניט „חול” ביים סיום פון משל,
נאָר „משליך את הצרורות ” - ווייל די ווערטער קומען צו מסביר זיין פאַרוואָס דער פסוק „לא דבר עוד מעשו” נאָך דעם ווי ער הויבט אָן דערציילן וועגן ישובי יעקב,
ווייל אַלע איבעריקע
(שפּעטערדיקע)
ישובי עשו וואָס מ’דאַרף ניט האָבן צוליב ישובי יעקב זיינען ווי צרורות וואָס מ’דאַרף אַרויסוואַרפן 21
;
און דערפאַר ווערן זיי אָנגערופן „צרורות”,
ווייל די שפּעטערדיקע ישובי עשו האָבן מלכתחילה קיין „עירוב” ניט מיט ישובי יעקב,
ווי צרורות וואָס „אין למרגליות עירוב עם צרורות רק עם החול”.
אָבער דער פירוש איז לכאורה ניט פאַרשטאַנדיק,
ווייל
[נוסף לזה,
אַז לפירושו איז ניטאָ קיין חידוש אין דעם ענין פון „משליך את הצרורות”,
וואָרום דאָס וואָס „אחר שהתחיל הכתוב לדבר מיעקב לא דבר עוד מעשו”,
ווערט שוין קלאָר אַרויסגעבראַכט אין דער התחלה פון משל,
אַז דער „ממשמש בחול” איז נאָר „ עד שמוצא את המרגלית” 22 ,
איז]
לפירושו קומט אויס,
אַז אויך איידער מ’געפינט די מרגלית דאַרף מען איר ניט זוכן צווישן די צרורות
(וואָרום די מרגלית האָט מיט זיי איבערהויפט קיין עירוב ניט)
- אָבער פון לשון רש”י
(אַז דוקא)
„ משמצאה הוא משליך את הצרורות” איז מוכח,
אַז איידער מ’געפינט די מרגלית איז זי אויסגעמישט אויך מיט די צרורות,
וכמפורש בלשון המדרש כנ”ל: מושלכת בתוך העפר ובתוך הצרורות ..
לפשפש בעפר ובצרורות.
ו.
דער ביאור בכל זה:
דער תכלית פון ישובי יעקב איז ניט נאָר דער באַזעצן זיך פון יעקב ובניו אין זייער לאַנד - ארץ ישראל,
נאָר
(ווי יעקב האָט געזאָגט עשו’ן)
„עד אשר אבוא אל אדוני שעירה” 23 ,
וואָס דאָס מיינט - ווי רש”י טייטשט עס אָפּ -דער קיום היעוד „בימי המשיח ..
ועלו 24
מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו”.
און דאָס זיינען חז”ל אויסן מיטן משל למרגלית: דאָ רעדט זיך
(בעיקר)
ניט וועגן די ישובי יעקב כשלעצמם
(וואָס אויף זיי איז ניט מתאים צו זאָגן אַז זיי זיינען באַהאַלטן אין ישובי עשו ותולדותיו),
נאָר וועגן דער שלימות ותכלית צו וועלכער יעקב דאַרף צוקומען -אבוא גו’ שעירה ; און וויבאַלד דאָס ווערט דערגרייכט דוקא דורך דער עבודה אין
(און מיט)
ישובי עשו ותולדותיו
(כדלקמן),
הייסט עס,
אַז דער תכלית ושלימות פון יעקב איז באַהאַלטן אין עשו’ן.
און דערמיט וועט ווערן פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס תורה רעכנט אויס די ישובי עשו ותולדותיו,
די מלכי אדום,
ביז מלך הדר וואָס איז געווען בימי שאול - ווייל שאול איז געווען משיח ה’ 25
; ואילו זכו,
וואָלט דורך אים געווען דער קיום פון „ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו”.
ז.
דאָס איז אויך דער ביאור אין די צוויי ענינים אין משל - „עפר” און „צרורות” - ווייל אין דעם ענין פון „לשפוט את הר עשו” זיינען דאָ צוויי אופני זוכן בירור ומשפט:
א)
דער אופן ווי עשו וועט נתברר ווערן לעתיד לבא,
ווי דאָס וועט זיין בנוגע כמה אומות וואָס וועלן נהפך ווערן לטוב 26
(כמש”נ 27
„אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם גו’ לעבדו גו’”),
וכמרומז במחז”ל 28
„עתיד חזיר ליטהר”,
וואָס חזיר איז אַ רמז אויף מלכות אדום 29 .
ב)
די בחי’ אין עשו וואָס איז רע גמור און מען דאַרף עס מאבד זיין,
כמש”נ 30
„והי’ בית יעקב אש ובית יוסף להבה ובית עשו לקש גו’ ואכלום ולא יהי’ שריד גו’”.
און דאָס איז בדוגמא צו די צוויי ענינים פון עפר און צרורות: עפר איז אַ דבר המעלים ומסתיר - ווי דאָ בעניננו,
אַז דער עפר פאַרדעקט און פאַרשטעלט די מרגלית; אָבער דאָס איז ניט קיין רע גמור און מ’קען עס איבערמאַכן לטוב,
ביז מ’זאָל האָבן פון דעם אַ תועלת,
ווי אַ קליפה השומרת לפרי 31
(ע”ד ווי עס וועט זיין לעת”ל „ועמדו זרים ורעו צאנכם” 32 )
; אָבער דער ענין פון צרורות איז ניט נאָר אַ דבר המעלים ביז אַז פון דעם איז ניטאָ קיין תועלת,
נאָר נאָכמער - ס’איז אַ דבר המזיק
(כלשון הרגיל בש”ס 33
ביי נזקי בהמה),
וואָס מען דאַרף מאבד זיין.
ח.
יעקב דערגרייכט זיין תכלית ושלימות ווען עס ווערט מקויים די הבטחה „ורב יעבוד צעיר”* 33
דורך „לשפוט את הר עשו”.
דער טעם
(בפנימיות)
פאַרוואָס עשו ווערט אָנגערופן „רב” און שלימות יעקב היינגט אָפּ פון ורב יעבוד צעיר,
איז דאָס ע”ד 34
ווי אַ מענש מדבר מוז אָנקומען צו
(עסן)
חי צומח דומם כדי עס זאָל זיין „יחי’ האדם” און טאָן וואָס ער דאַרף טאָן
אַזוי עד”ז בנוגע צו ורב יעבוד צעיר - ווייל דער שרש פון עשו איז העכער פון שרש יעקב
(וואָס דערפאַר איז עשו דער בכור),
ווי עס איז מבואר אין קבלה וחסידות 35 ,
אַז שרש פון עשו איז אין עולם התהו,
וואָס איז העכער פון עולם התיקון - מדריגת יעקב.
און דורך דעם וואָס יעקב איז מברר די ניצוצות קדושה פון תהו וואָס זיינען דאָ אין עשו און איז זיי מעלה צו זייער שרש,
ווערט אויפגעטאָן אַן עילוי אויך אין מדריגת יעקב
(תיקון),
דערמיט קומט ער צו צו זיין תכלית ושלימות.
און דאָס איז אַ טעם נוסף
(על הנ”ל סעיף ו)
פאַרוואָס דער פסוק רעכנט אויס אויך די מלכים אשר מלכו בארץ אדום לפני מלך מלך לבנ”י - ווייל אין דעם איז מרומז דער עילוי צו וועלכן יעקב דערגרייכט דורכן בירור פון עשו; וכידוע* 35
אַז די מלכי אדום איז שרשם אין די מלכין קדמאין דתהו,
וואָס דערפאַר „מלכו לפני מלך מלך לבנ”י”,
וויבאַלד זיי זיינען
(בשרשם)
העכער
(ובמילא - פריער)
פון מלכי ישראל
(תיקון).
ט.
דאָס איז אויך די הוראה צו אידן במשך זמן הגלות:
די ירידה אין גלות - ובפרט גלות זה האחרון,
גלות אדום
(„ישובי עשו ותולדותיו”)
- איז כדי צו מברר זיין די ניצוצות וועלכע געפינען זיך אין די דברים הגשמיים 36 ,
וואָס דורך דעם ווערט די נשמה נתעלה נאָך העכער פון איר שרש - ווייל דער שרש פון די ניצוצות איז אין תהו,
וואָס איז העכער פון שרש הנשמה וועלכער איז אין תיקון.
און די עבודה פון בירור הניצוצות זיינען חז”ל מרמז אין דעם משל פון דער מרגלית מושלכת בתוך העפר ובתוך הצרורות:
די מרגלית איז אַ משל אויפן ניצוץ דקדושה וואָס איז אַראָפּגעפאַלן אין עפר וצרורות 37
- וואָס זיי באַצייכענען די צוויי סוגים אין דברים גשמיים:
עפר ווייזט אויף די דברים גשמיים וואָס זיינען בלויז מעלים ומסתיר אויף די ניצוצות קדושה
(מרגליות),
און אַ איד בעבודתו קען פון זיי מברר זיין די ניצוצות און מעלה זיין זיי לשרשם;
צרורות ווייזט אויף זאַכן וואָס זיינען רע לגמרי און ביז אַז -
(חלקם)
- קען מען פון זיי ניט אַרויסנעמען
(דורך עבודה רגילה 38 )
דעם ניצוץ קדושה
(אויך אין זיי איז דאָ אַ „מרגלית” - אַ ניצוץ קדושה - ווייל אָן דעם קענען זיי קיין קיום ניט האָבן,
אָבער דער ניצוץ קדושה איז בהעלם לגמרי 39 ),
און די זאַכן דאַרף מען דוחה זיין 40 .
אָבער אויך נאָך דעם ווי „הגיע ..
למרגלית”,
איידער מ’קען זיך פאַרנעמען מיט איר,
דאַרף מען האָבן די באַוואָרעניש פון „ הניח את העפר כו’” -
מ’דאַרף אַרויסווייזן אַז די דברים גשמיים מצד עצמם
(לולי דער „מרגלית”)
האָבן ביי אים קיין חשיבות ניט,
און דאָס וואָס ער פאַרנעמט זיך מיט זיי איז נאָר בכדי צו אַרויסבאַקומען די ניצוצות טוב וקדושה וואָס זיינען אין זיי באַהאַלטן.
און דערפאַר איז דער „הניח את העפר כו’” נוגע צום עצם אַרויסקריגן די מרגליות: ווען גשמיות’דיקע זאַכן מצ”ע פאַרנעמען אַן אָרט ביי אים,
וועט ער ניט נאָר ניט קענען פון זיי אַרויסנעמען כדבעי די ניצוצות,
נאָר נאָכמער: עס קען זיין אַז די התעסקות מיט די גשמיות’דיקע זאַכן וועט נאָך גורם זיין אַ ירידה אין דער נשמה 41 .
דוקא ווען זיין אכילה ושתי’ און אַלע זיינע גשמיות’דיקע ענינים - בכל אשר תעשה - זיינען באַ אים אין אַן אופן וואָס ער איז „מניח” - ער לאָזט אָפּ דעם עפר וצרורות שבהם,
דעמאָלט איז ער מברר די ניצוצות כדבעי,
און דאָס פועלט אַן עילוי גדול אין דער נשמה כנ”ל.
יו”ד.
דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין די שינויים שבפירוש רש”י -ווייל דערמיט איז ער מרמז
(יינה של תורה שברש”י)
די פרטי סדר העבודה פון עבודת הבירורים:
דער עיקר עבודה פון בירור הניצוצות איז אין „חול”
(און ניט אין „צרורות”,
פון וועלכע מ’קען ע”ד הרגיל ניט אַרויסנעמען די מרגלית כנ”ל)
; און דערפאַר דאַרף צום אַלעם ערשטן זיין - „אדם ממשמש בחול”: מ’דאַרף טאַפּן,
משער זיין און זוכן דאָרט וואו די מרגלית געפינט זיך - „בחול”,
און ניט זוכן דאָרט
(צווישן צרורות)
וואו די מרגלית געפינט זיך ניט
(באופן אַז מ’זאָל איר קענען מברר זיין).
דערנאָך,
אַז ער האָט שוין דעם בירור בחול,
וואָס איז פריער מעורב טוב ורע,
און דעם בירור הניצוצות - „כוברו בכברה” - די עבודה פון מבדיל זיין לגמרי צווישן דעם טוב און דעם רע,
ביז מ’געפינט און מ’טיילט אויס די מרגלית,
דעם ניצוץ קדושה שבו.
און דערנאָך איז רש”י מסיים
(ע”ד ווי אין מדרש)
מיטן באַוואָרעניש פון „משמצאה הוא משליך את הצרורות מידו” - אַז מ’דאַרף אַוועקוואַרפן דעם אָפּגעטיילטן רע ופסולת - און דאָ ווערט אויך דער אָפּגעקליבענער חול אָנגערופן צרורות :
כל זמן מ’האָט ניט מבדיל געווען דעם טוב פון דעם רע זיינען די דברים גשמיים אין דער בחי’ פון חול - בלויז אַ העלם אויפן ניצוץ אלקי; אָבער דורך דעם וואָס „כוברו בכברה”,
מ’איז מבדיל דעם טוב פון דעם רע - דאָס גופא פאַרוואַנדלט שוין דעם חול אין צרורות 42 ,
וועלכע מען דאַרף אינגאַנצן אַוועקוואַרפן 43 ,
וויבאַלד עס האָט שוין ניט אין זיך קיין טוב וקדושה און ווערט רע גמור.
אין עבודת האדם מיינט עס: דער בירור פון דעם דבר גשמי לתכליתו קען זיין דוקא ווען מ’גייט צו מיט דער הנחה אַז דברים גשמיים מצד עצמם,
איז ניט נאָר וואָס זיי האָבן קיין חשיבות ניט -וואָס דערפאַר,
ווי נאָר מ’געפינט די מרגלית איז „הניח את העפר כו’” כנ”ל - נאָר זיי אַליין
(לולי די ניצוצות קדושה וואָס אין זיי)
זיינען ווי צרורות ; און דערפאַר,
באַלד נאָכן געפינען די מרגלית,
איז - „ משליך את הצרורות”,
און דורך דעם דוקא „נוטל המרגלית”
(ובלשון חז”ל 44
: תוכו אכל קליפתו זרק - תוכו אכל איז פאַרבונדן מיט קליפתו זרק).
יא.
די עבודה פון בירור הניצוצות האָט זיך אָנגעהויבן בעיקר בעבודתו של יעקב 45 ,
ווייל דורך אים האָט זיך אָנגעהויבן די הכנה
(עיקרית)
צו מ”ת 46
(ווי אין פשטות,
אַז דער גלות מצרים,
וואָס איז געווען די הכנה צו מ”ת 47 ,
האָט זיך אָנגעהויבן פון ירידת יעקב
(ובניו)
למצרים).
וואָס דער אויפטו פון מ”ת איז - די המשכת בחינת האלקות שלמעלה מהעולמות - און דוקא דורך דעם קען זיין דער בירור בשלימות,
אין אַן אופן פון „משליך את הצרורות”.
וואָרום לגבי דעם אור וואָס איז מלובש אין עולם,
האָט וועלט,
כביכול,
אַ תפיסת מקום -און ביי דער עבודה פון „משליך את הצרורות” פאָדערט זיך אַז די דברים גשמיים זאָלן אינגאַנצן ניט פאַרנעמען אַן אָרט.
דוקא מצד דעם אור אלקי שלמעלה מהעולמות,
וואו וועלט האָט ניט קיין תפיסת מקום,
איז דאָ דער נתינת כח פאַר דער עבודה הנ”ל בשלימות.
און דאָס איז דער טעם פאַרוואָס רש”י ברענגט דעם משל למרגלית דוקא דאָ בפרשתנו 48
- ביי יעקב’ן,
און ניט ביי נח און אברהם 49 .
וואָרום אע”פ אַז אויך ביי זיי און דורך זיי האָט זיך אויפגעטאָן דער ענין פון בירור הניצוצות - נח האָט מברר געווען די עשרה דורות שקדמוהו,
ועד”ז
(און נאָכמער)
ביי אברהם’ן 50
- איז דאָס אָבער ניט געווען אין אַן אופן פון „משליך את הצרורות מידו ונוטל המרגלית”.
אויך נאָכן בירור איז וועלט געבליבן אַ מציאות 51 .
נאָר אעפ”כ ברענגט רש”י דעם ענין פון די עשרה דורות פון נח און אברהם
(ובשייכות צום „משל למרגלית כו’”)
-צו מרמז זיין,
אַז דוקא נאָכן בירור פון נח און אברהם האָט געקענט זיין דער בירור פון יעקב:
נח האָט אויפגעטאָן דעם בירור אין די ענינים וואָס זיינען שייך צו וועלט : פאַר עבודת וענין נח’ן איז געווען „מלא הארץ חמס” 52 ,
און נח בעבודתו האָט פועל געווען אַז עס זאָל זיין עולם כתיקונו - „ראה עולם חדש” 53
(און דערפאַר איז דער כריתת ברית מיט נח’ן געווען בנוגע צו קיום העולם - „עוד כל ימי הארץ גו’ לא ישבותו” 54 )
;
דער אויפטו פון אברהם אבינו איז געווען - גילוי אלקות אין וועלט,
„ויקרא שם בשם הוי’ א־ל עולם” 55
(וי”ל -אויך אין דעם אַז דער קיום פון ז’ מצות ב”נ זאָל זיין ניט מצד דעם וואָס שכל אנושי איז זיי מחייב,
נאָר ווייל דאָס איז דער ציווי פון אויבערשטן 56 ).
און דורך די צוויי ענינים האָט דערנאָך געקענט זיין דער בירור פון יעקב - די הכנה צו מתן תורה וואָס האָט פועל געווען עס זאָל נמשך ווערן גילוי אלקות שלמעלה מהעולמות,
וואָס דורך דעם איז דער בירור העולם בשלימותו.
יב.
פּונקט ווי דאָס איז ביים בירור הניצוצות פון יעדער אידן אין זיין עבודה - אַז עס דאַרף זיין אין אַן אופן פון „משמצאה הוא משליך את הצרורות” - אַזוי איז דאָס אויך בנוגע כלל ישראל:
כללות ענין הגלות איז צוליב בירור הניצוצות דורכן כלל ישראל אין אַלע זמני ומקומי הגלות
(כנ”ל סעיף ט),
און ווי עס שטייט וועגן גלות מצרים,
אַז „ואחרי כן יצאו ברכוש גדול” 57 ,
וואָס דאָס מיינט די ניצוצות קדושה וואָס מ’האָט פון דאָרט אַרויסגענומען.
דעריבער,
ווי נאָר עס האָט זיך פאַרענדיקט דער זמן פון גלות מצרים -מ’האָט שוין געפונען די מרגלית - איז מען כהרף עין 58
באַלד אַרויס פון מצרים.
דלכאורה,
וואָס איז געווען די איילעניש?
דער שעבוד האָט זיך שוין געענדיקט און אידן האָבן זיך געפונען אין ארץ גושן מיטב הארץ,
איז וואָס איז אַזוי נוגע ניט צו פאַרבלייבן נאָך אַ וויילע אין גושן?
נאָר אַזוי איז דער סדר פון בירור הניצוצות: גלייך ווי מען געפינט די מרגליות,
דאַרף מען אַרויסוואַרפן די צרורות.
און אַזוי איז עס אויך ביי דעם גמר הבירורים און גאולה פון גלות האחרון,
גלות אדום - כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות 59
- אַז באַלד,
ווי נאָר עס קומט די צייט - איז „ מיד הן נגאלין” 60 ,
עס וועלן אַלע אידן אַרויסגיין מכל הארצות און קומען מיט משיח’ן אין „ארץ אשר גו’ עיני ה”א בה” 61 ,
בגאולה האמיתית והשלימה,
בקרוב ממש.
(משיחות ש”פ וישב תשכ”ה,
י”ט כסלו תש”ל)