B"H
🏡

Ikar

וישלח ד

א.

אין פסוק 1

"ויקחו שני בני יעקב שמעון ולוי אחי דינה איש חרבו גו׳" זאגן חז״ל,

אז זיי זיינען דאן געווען דרייצן יאר אלט 2

- און פון דעם לערנט מען 3

ארויס דעם דין פון "בן שלש עשרה למצות" 4

: וויבאלד צו י״ג שנה ווערט מען אנגערופן איש 5 ,

וואס ווייזט אויף גדלות *5

[ווי עס שטייט 6

"מי שמך לאיש גו׳״,

״וחזקת והיית לאיש״]

- ד.

ה.

אז צו י״ג שנה דערגרייכט ער צו דער מעלה פון א דערוואקסענעם,

פון א גדול אין

(שכל און)

דיעה 7 - דעריבער ווערט ער דאן מחוייב בכל המצוות.

און כאטש 8

עס קען זיין א מציאות,

אז ער זאל זיין א בר־שכל אויך פאר י״ג שנה,

פונדעסטוועגן,

וויבאלד אים פעלט די שלימות הדעת וההרגש - ער האט נאך ניט די הכרה והרגשה סיי אין דער טייערקייט און מעלה פון קיום המצוות און סיי אין דעם חסרון אין העדר הקיום זייערן

[ווי מען גיט 9

דערויף די דוגמא אויך פון "מילי דעלמא",

אז אפילו ווען דער קטן

(פאר י״ג שנה)

פארשטייט גוט די מעלה פון ממון וגדולה,

פונדעסטוועגן,

"אמיתת הענין של ממון וגדולה רחוק ממנו״ - ער איז נאך ווייט פון צו האבן אין זיי אן אמת׳ע הכרה און הרגש ווי א גדול.

און אזוי אויך אין דעם היפך דערפון,

אין "שפלות ודלות",

אז כאטש ער פארשטייט זייער חסרון,

איז עס ביי אים ניט ווי ביי א גדול וואס איז "מרגיש היטב חסרון השפלות והדלות כו׳"]

דעריבער איז ער ניט פאראנטווארטלעך פאר זיינע מעשים און הנהגה און מ׳קען אויך אים ניט ארויפלייגן דעם חיוב המצוות.

ב.

רבותינו נשיאינו האבן 10

כו״כ פעמים ביי חגיגת בר־מצוה געזאגט א מאמר אנהייבענדיק מיטן פסוק 11

"נעשה אדם " 12 .

איז דערפון פארשטאנדיק,

אז דער ענין פון א בר־מצוה האט א שייכות אויך צו דער מדריגה פון "אדם",

וואס איז א העכערע מדריגה ווי

(דער תואר)

״איש״ 13

- וכמבואר בכמה מקומות 14

בנוגע צו די פיר שמות וואס א מענטש ווערט מיט זיי אנגערופן

(אדם,

איש,

גבר,

אנוש),

אז דער העכסטער פון די אלע נעמען איז דער שם "אדם",

וואס ווייזט אויף זיין שלימות.

איז ניט מובן: וויבאלד אז צוליב חיוב המצוות פון א בן י״ג איז גענוג די מדריגה פון ״איש״ - פארוואס פארבינדט מען דעם ענין פון בר־מצוה

(אויך)

מיט דער מדריגה פון "אדם"?

ג.

דער אונטערשייד צווישן "איש" און "אדם" איז: דער תואר "איש" באציט זיך צו דער דרגא פון שכל וואס איז שייך צו מדות

(הרגש הלב)

15

[און אין דעם גופא זיינען פאראן כמה וכמה מדריגות,

ביז אז די שלימות פון דער דרגא קומט ווען ער ווערט א בן עשרים 16

],

און דער תואר "אדם" באווייזט אויף דער מעלה פון שכל וואס איז העכער פון זיין שייך צו מדות 17 .

לויט דעם ווערט נאך מער שווער

[דער צוזאמענהאנג הנ״ל פון "נעשה אדם " מיט בר־מצוה]

: ווי קען מען פארבינדן די מעלה פון "אדם" מיט איינעם וואס איז ערשט אלט געווארן דרייצן יאר?

מוז מען זאגן,

אז די כוונה דערביי איז אז

(כאטש ענינו פון א בר־מצוה איז וואס ער ווערט אן "איש",

כנ״ל,

פונדעסטוועגן)

ביי קיום המצוות מוז מען אנקומען אויך צו דער השפעה פון דרגת "אדם".

ד.

דער מקור פון דעם

(אז ס׳איז ניט מספיק די דרגא פון "איש")

איז פון דעם פסוק ״ויקחו גו׳ איש חרבו" גופא.

ווארום לכאורה איז שווער: דער חידוש וואס קומט צו ביי א בן י״ג שנה,

וואס צוליב אים ווערט ער מחוייב אין מצוות,

איז דאך

( ניט אין מדות ,

נאר)

אין שכל און דעת

(השייך למדות)

- דאס וואס ער ווערט א בר־דעת וואס איז ראוי צו פארשטיין ובמילא - נעמען אויף זיך דעם יאך און די אחריות פון תורה ומצוות -

היינט ווי קען מען דאס אפלערנען פון פסוק ״ויקחו גו׳ איש חרבו גו׳ ויהרגו כל זכר",

וואס זיין תוכן איז א פעולה

("ויקחו גו׳ ויהרגו גו׳")

וואס קומט פון תוקף המדות *17 ?

איז דערפון משמע,

אז דער תוכן הכתוב "ויקחו גו׳ ויהרגו גו׳" אנטהאלט אין זיך א מעלה וואס איז ניט מוכרח אין דרגת "איש" נאר דורך איהר ווערט די דרגא בשלימותה - און דעריבער קען מען ארויסלערנען פון דעם פסוק

[ניט נאר אז בן י״ג למצוות,

ווייל ער איז ״איש״ סתם,

נאר אויך]

אז דרגת "איש" סתם איז ניט גענוג,

און מ׳מוז אויך אנקומען צו דער מעלה וואס איז מרומז אין "ויקחו גו׳",

דערמיט איז אויך פארשטאנדיק פארוואס רבותינו נשיאינו האבן ביי חגיגת בר מצוה געזאגט א מאמר ד״ה "נעשה אדם ״ - ווייל הגם אז דער כללות׳דיקער ענין פון א בן י״ג למצוות איז מצד דעם וואס דאן ווערט מען אן איש ובר דעת כנ״ל,

פונדעסטוועגן,

איז דאס אליין ניט גענוג און מ׳מוז אויך אנקומען צו דער השפעה פון אופן העבודה פון "

(נעשה)

אדם ",

וואס איז בדומה צו דער עבודה פון "ויקחו גו׳",

כדלקמן.

ה.

והביאור בזה:

בנוגע דעם מקור הדין פון בן י״ג למצוות געפינט מען צוויי דיעות: א)

כנ״ל,

אז מ׳לערנט עם ארוים פון אונזער פסוק.

ב)

דאס איז איינער פון די שיעורים וואס זיינען הלכה למשה מסיני 18 .

דער חילוק צווישן די צוויי לימודים: לויט דער ערשטער דיעה איז עם צוליב דעם שינוי הטבע,

אז אזוי איז די טבע

(פון רוב בני אדם)

אז צו דרייצן יאר ווערט מען א גדול בשכל ודיעה; לויט דער צווייטער דיעה איז עם א הלכה׳דיקער דין

(פון די שיעורים הלכה למשה מסיני),

און ניט מצד דעם

(שינוי ה)

טבע 19 .

די נפקא מינה להלכה - ווען ווערן בני נח מחוייב בקיום המצוות וואס זיי זיינען מחוייב 20

:

לויט דער דיעה הא׳,

אז דער טעם פון בן י״ג למצוות איז מצד טבע בני אדם,

איז דער עלטער פון י״ג שנה מחייב אויך בני נח אינעם קיום פון זייערע מצוות;

משא״כ לויט דער אנדער דיעה,

אז דער כלל פון בן י״ג למצוות איז הלכה למשה מסיני,

איז פארשטאנדיק,

אז ביי בני נח,

וואס צו זיי "לא ניתנו השיעורין" 21 ,

איז די גדלות תלוי׳ ביי יעדן איינעם 22

לויט זיין שכל ודעת מצד זיין תכונה טבעית 23 .

ו.

די דערמאנטע צוויי דיעות בעבודת האדם - זיינען צוויי אופנים אין דעם סדר ווי עם דארף זיין די התחלת העבודה פון א אידן אין קיום התורה והמצוות:

לדיעה הראשונה איז עם אן אופן של עבודה על פי טעם ודעת - ד.

ה.

וויבאלד אז זיין חיוב צו מקיים זיין מצוות איז אפהענגיק אין טבע שלימות השכל ודעת,

אז ווען ער * 23

האט א הכרה און הרגשה אין ענין המצוות לייגט מען אויף אים ארויף דעם עול מצוות - איז פארשטאנדיק אז דער אנהויב פון זיין עבודה איז אין אן אופן פון טעם ודעת;

לויט דער צווייטער דיעה אבער,

איז דאס וואס א בן י״ג שנה מוז מקבל זיין אויף זיך דעם עול מצוות איז עם הלכה למשה מסיני,

דערפאר וואס אזוי איז דער ציווי הקב"ה - קומט אויס,

אז זיין אנהייב צוגאנג צו קיום המצוות איז לויטן סדר העבודה פון קבלת עול 24 .

ז.

אבער אויך לדיעה הא',

אז פונעם פסוק "ויקחו גו' איש חרבו גו'" לערנט מען ארוים אז די התחלת העבודה

(בן י״ג למצוות)

איז על פי טעם ודעת -פונדעסטוועגן,

פון דעם גופא וואס מ׳לערנט עם אפ פון פסוק "ויקחו גו' איש חרבו גו'"

(א פעולה פון מסנ״פ),

איז מוכח 25 ,

אז אויך לויט דער דיעה איז דער ענין פון קיום המצוות פארבונדן מיט דער עבודה פון מסירת נפש,

שלמעלה מן השכל.

און ס׳איז קיין סתירה ניט להמבואר לעיל אז לויט דער דיעה איז עם אן עבודה שע״פ שכל ודעת - ווייל הגם אז די עצם העבודה דארף זיין מיט הכרה והשגה אינעם ענין פון תומ״צ,

פונדעסטוועגן,

דער יסוד העבודה איז קבלת עול דוקא

(שלמעלה מטעם ודעת),

ווייל נאר ווען דער יסוד איז קבלת עול,

קען די עבודה פון קיום המצוות מיט השגה זיין ווי ס׳דארף זיין 26 .

ח.

פון די הוכחות דערצו: אין די אזהרות הכלליות אויף קיום התומ״צ שטייט 27

"ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב גו' ובחרת בחיים".

לכאורה,

דער מענטש "זעט" דאך שוין בעיני שכלו אז דער דרך התומ״צ איז "חיים וטוב",

צוליב וואס דארף מען אים נאך אנזאגן אז ער זאל בוחר זיין בחיים?

נאר דער ביאור בזה: אויב די בחירה פון דעם מענטשן אין תומ״צ וועט זיין מיוסד נאר אויף זיין שכל הבנה וידיעה אז זיי זיינען חיים וטוב - איז ער דערמיט נאך ניט קיין עובד הוי'.

ווייל דער ענין פון עבודת השם איז ווי עבודת העבד לאדונו 28

: אלץ וואס אן עבד טוט איז דאס מצד דעם עול וואס זיין אדון האט אויף אים ארויפגעלייגט.

און דערפאר דארף די בחירת האדם אין תומ״צ זיין מצד דעם ציווי הקב״ה "ובחרת בחיים".

נאר פאר דעם איז דער פסוק מקדים ״ראה נתתי גו'״ - און אויך אין דעם ציווי ״ובחרת״ איז דער פסוק מדגיש ״ובחרת בחיים ״ - ווייל דער אויבערשטער וויל אז ענין התומ״צ זאל דורכדרינגען די גאנצע מציאות פון מענטשן,

און דעריבער מוז אויך זיין שכל באנעמען און מרגיש זיין אז תומ״צ זיינען חיים וטוב.

ט.

על פי כל הנ״ל וועט ווערן פארשטאנדיק די שייכות פון א בר מצוה מיט "נעשה אדם ":

אין דעם ביאור פון תואר "אדם" געפינט מען צוויי ענינים: א)

תכלית השלימות פון בחי' שכל,

כנ״ל סעיף ג'; ב)

אדם אותיות מאד 29

- בחינת בלי גבול וואס איז העכער פון שכל 30

.

[און די בחינה אין דעם מענטשן דריקט זיך אויס אין דעם וואס ער איז א מדבר,

ווארום זיין כח הדיבור קומט פון דעם בלי גבול שבנפשו וואס איז העכער פון מעלת השכל 31 ].

און וויבאלד אז ביידע ענינים זיינען מרומז אין דעם זעלבן תואר - ״אדם",

דארף מען זאגן אז זיי האבן א שייכות איינער צום אנדערן.

והענין בעבודה יש לומר: אויך ווען דער מענטש קומט צו תכלית השלימות אין שכל,

בחינת השכל פון "אדם" וואס איז העכער ווי שכל פון ״איש״ - מוז ער אנקומען צו מסירת נפש שלמעלה מהשכל 32

;

און אזוי אויך לאידך גיסא: אויך ווען ביי אים לייכט דער כח המסירת נפש שלמעלה מהשכל,

זאל ער זיך דערמיט ניט באגנוגענען,

נאר ער זאל זיך משתדל זיין אז די מסירת נפש זאל דורכדרינגען אויך זיינע כוחות

הפנימיים

(כנ״ל סעיף ח׳)

וואס זייער התחלה וראשית איז כח השכל.

און דאס איז איינער פון די רמזים אין דעם וואס מ׳האט געזאגט צו א בר מצוה דעם מאמר ״נעשה אדם״ - צו ווייזן,

אז אויך ווען מ׳דערגרייכט צו מעלת השכל והדעת

(השייכים למדות)

וואס דאמאלם ווערט ער גערופן "איש",

איז עם ניט גענוג,

און ער דארף נאך אלץ אנקומען צו דער עבודה פון "איש חרבו גו׳״,

עבודת המסירת נפש שלמעלה מהשכל 33

,

וואס איז פארבונדן מיט בחי׳ "אדם" אותיות מאד .

(משיחת תמוז תשי״א בחגיגת בר מצוה)

Reader controls and commentary are loading.