B"H
🏡

Ikar

וישלח-י"ט כסלו ג

א.

אויפן פסוק 1

"ויותר יעקב לבדו" זיינען פאראן עטלעכע פירושים,

ומהם:

א)

די גמרא 2

זאגט

(און עס ווערט אראפגעבראכט - בשינוי לשון - אין פרש״י על התורה)

: "נשתייר על פכין קטנים"; און דאס איז מרומז אין ווארט "לבדו",

ווי רבותינו בעלי התוספות 3

ברענגען אראפ: ״אל תקרי לבדו אלא לכדו" 4 .

ב)

אין מדרש 5

שטייט: "מה הקב״ה כתוב בו 6

ונשגב ה׳ לבדו אף יעקב ויותר יעקב לבדו".

ווי פיל מאל גערעדט 7 ,

האבן אלע פירושים אויפן זעלבן פסוק

(ומכ״ש -אויפן זעלבן ווארט)

צווישן זיך א קשר תוכני.

דארף מען פארשטיין: וואס איז די שייכות צווישן די צוויי פירושים בנדו״ד,

ואדרבא,

לכאורה,

זיינען זיי פירושים הפכיים:

לויטן פירוש הגמרא איז יעקב׳ס איבערבלייבן "לבדו" געווען פארבונדן מיט "קטנים",

מיט זאכן וואס האבן געהאט גאר ווייניק חשיבות 8

[און אזוי ווערט אויך געטייטשט דער ווארט ״לבדו״ -"אל תיקרי לבדו אלא לכדו "]

; דאקעגן לויטן פירוש המדרש איז "ויותר יעקב לבדו" אן ענין פון תכלית העילוי והמעלה 9

; ס׳איז ע״ד ווי "ונשגב ה׳ לבדו " פון הקב״ה - דער ענין פון אחדות והתגלות של הקב״ה,

ווי עס וועט זיין ערשט לעתיד לבוא - "ביום ההוא"

(כההמשך אין פסוק).

ב.

ס׳איז ידוע וואס דער של״ה שרייבט 10 ,

אז אלע מועדי השנה זיינען מרומז אין די פרשיות התורה וואס ווערן געלייענט אין די זמנים אין וועלכע די מועדים זיינען חל.

דערפון איז פארשטאנדיק בנוגע דעם מועד 11

פון י״ט כסלו,

וואס איז חל -בכמה שנים,

ווי דעם יאר - אין

(שבת)

פ׳ וישלח 12 ,

אז דער תוכן פון י״ט כסלו איז מרומז אין פ׳ וישלח 13 .

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים:

דאס וואס תורת החסידות איז נתגלה געווארן דווקא אין די דורות האחרונים

(און ניט אין די פריערדיקע דורות,

וואס ״ראשונים בני מלאכים כו׳״ 14 )

זיינען פאראן צוויי הסברות:

א)

מצד דעם חושך כפול ומכופל וואס איז נתוסך געווארן אין די דורות האחרונים

(ובפרט אין דרא דעקבתא דמשיחא),

מוז מען אנקומען צו א העכערן אור,

וואס זאל בייקומען אויך אט דעם חושך 15

;

ב)

ע״ד ווי עס שטייט אין כתבי האריז״ל 16

(און עס ווערט אראפגעבראכט אין מגן אברהם 17

ושו״ע אדה״ז * 17

- בעל הגאולה והשמחה - להלכה),

אז ערב שבת דארף מען פארזוכן פון די מאכלים פון שבת

("טועמי׳ חיים זכו" 18 ),

אזוי איז עס אויך אין די כללות׳דיקע ״טעג״ פון "שית אלפי שנין" 19 ,

אז אין די לעצטע דורות פאר ביאת המשיח,

דעם "ערב שבת" פון "יום שכולו שבת" - ווערט נמשך א הארה

(בדרך טעימה עכ״פ)

פונעם גילוי פון פנימיות התורה וואס וועט נתגלה ווערן

(בשלימותה)

דורך משיח צדקנו 20 .

און אויך אין די צוויי הסברות געפינט מען די צוויי קצוות

(ע״ד ווי אין "ויותר יעקב לבדו",

כנ״ל)

: לויט דער ערשטער הסברה קומט אויס,

אז דער גילוי אור החסידות אין דורות האחרונים איז מצד זייער נידעריקייט - צוליב דעם גודל החושך אין אט די דורות פאדערט זיך לעומתו דער גילוי פונעם אור נעלה פון פנימיות התורה; משא״כ לויט דער צווייטער הסברה,

איז דער גילוי החסידות אין די דורות האחרונים פארבונדן מיט מעלת הזמן: זייענדיק בבחי׳ "ערב שבת לאחר חצות" איז שוין דעמאלט דא א מעין פון דעם גילוי דלעתיד 21 .

ג.

דער ביאור אין דעם:

ס׳איז ידוע 22

אז י״ט כסלו האט אויפגעטאן די התחלה פון דעם עיקר ד״יפוצו מעינותיך חוצה״ - די הפצה פון מעינות החסידות צו אלע אידן,

אויך צו אזעלכע וואס געפינען זיך אין "חוצה" 23 .

שוין פיל מאל גערעדט 24

וועגן דעם דיוק הלשון "יפוצו מעינותיך חוצה",

אז דאס מיינט,

אז די מעינות אליין דארפן קומען אין "חוצה"; ד.

ה.

ניט נאר דארפן די מעינות האבן א ווירקונג אויפן "חוצה"

(בעת זיי אליין בלייבן במקומם),

נאר אויך זיי אליין דארפן זיך געפינען אין "חוצה" 25 .

און נאכמער: די מעינות דארפן זיך געפינען אין חוצה אין אן אופן פון ״יפוצו״ - זיך פארשפרייטן אין חוצה,

ביז אז יעדער פרט און נקודה פון "חוצה" זאל זיין דורכגענומען דורך די מעינות.

אזוי ווי אלע ענינים הויבן זיך אן פון תורה,

איז מובן אז אויך דער ענין פון ״יפוצו מעינותיך חוצה״ - די הפצה און גילוי פון פנימיות התורה צו די אידן וועלכע געפינען זיך אין חוצה - הויבט זיך אן דערמיט וואס די מעינות פון פנימיות התורה קומען לידי גילוי אין נגלה דתורה,

ביז זיי ווערן פאראיינציקט לאחדים ממש.

אויך פאר דעם אלטן רבי׳ן זיינען געווען גדולי ישראל וואס זיינען געווען גרויס אין ביידע חלקי התורה,

סיי אין נגלה דתורה און סיי אין נסתר דתורה; ופשוט,

אז זייער לימוד נסתר דתורה האט אויפגעטאן אז זייער לימוד פון נגלה דתורה איז געווען באופן אחר -פונדעסטוועגן איז עס ביי זיי געווען אין אן אופן פון צוויי באזונדערע חלקים,

גליא און סתים.

אין דעם איז באשטאנען דער אויפטו פון אלטן רבי׳ן,

אז ער האט מאחד געווען ביידע חלקי התורה לאחדים ממש 26 .

ד.

וויבאלד אז "ישראל מתקשראן באורייתא" 27 ,

און נאכמער: "היא חיינו" און ישראל ואורייתא כולא חד - איז מובן,

אז כשם ווי ס׳איז דא דער ענין פון "יפוצו מעינותיך חוצה" אין תורה - דער איחוד פון סתים וגליא דאורייתא,

אזוי איז עס אויך אין

(נשמות)

ישראל: דורך גילוי תורת החסידות האט זיך אויפגעטאן דער ענין פון "יפוצו מעינותיך חוצה" אין דעם אדם גופא 28

- דער איחוד פון סתים וגליא שבנשמתא 29

:

אמת טאקע,

אז אויך פאר דעם גילוי פון תורת החסידות האט דער אור האמונה

( סתים דנשמתא),

וואס איז העכער פון שכל,

פועל געווען אויך אויף די כחות הגלויים - אז אויך די כחות פון שכל ומדות זאלן זיין באופן אחר - פונדעסטוועגן איז די אמונה אליין געבליבן סתים און העכער פון שכל

(גליא)

;

דער אלטער רבי האט אויפגעטאן אז די אמונה וקב״ע שלמעלה מן השכל זאלן דורכנעמען דעם מענטשן אינגאנצן,

ביז אז זיי גופא זאלן אראפקומען און נתאחד ווערן מיט גליא דנשמתא: אין שכל גופא זאלן זיך אפלייגן און דערהערט ווערן די ענינים שלמעלה מן השכל.

ה.

כשם ווי ס׳איז ביי יעדערן בפרט - אז חסידות האט אויפגעטאן דעם "יפוצו מעינותיך חוצה",

דעם איחוד פון "מעין" שבנשמה מיטן "חוצה" שבנשמה - אזוי איז עס אויך ביי אידן בכלל,

וואס אלע צוזאמען זיינען זיי א "קומה אחת שלימה" 30

:

די "ראשי אלפי ישראל" וועלכע זיינען "בחי׳ ראש ומוח" 31

פון אידן,

זיינען בבחי׳ "מעין"; איז אמאל

(פאר גילוי החסידות)

געווען דער סדר,

אז די גדולי ישראל זיינען געווען אפגעזונדערט אין זייערע ד׳ אמות.

אמת טאקע,

אז זיי האבן געהאט א השפעה אויף כללות עם ישראל

- צי דורך תורה,

וואס מ׳פלעגט פון זיי לערנען,

אדער דורך אפלערנען זיך פון זיי הנהגות טובות וכו׳ -

דאך זיינען זיי אליין בכלל געווען אפגעשלאסן פונעם "חוצה"; ס׳איז נאר וואס זיי האבן געהאט א ווירקונג אויף כללות עם ישראל

(און אויף פרטי בנ״י).

דער סדר העבודה פון "יפוצו מעינותיך חוצה" האט אויפגעטאן,

אז די גדולי ישראל זאלן ניט זיין אפגעשלאסן אין זייערע ד׳ אמות 32 ,

נאר זיי אליין זאלן אריינקומען אין "חוצה"; און אין "חוצה" זאלן זיי זען בעני עמם וואס ״אין עני אלא בדעה״ 33

- און ריידן מיטן "עני" אויף דעם לשון און מיט די אותיות וואס יענער פארשטייט.

נאך מער: וויבאלד אז די "מעינות" דארפן דערגרייכן יעדער נקודה און פרט פון דעם "חוצה",

איז מובן,

אז דאס איז כולל אז די גדולי ישראל גיבן זיך אפ אויך מיט די ענינים גשמיים פון עם ישראל.

ו.

תורה איז דאך די נשמה פון דער וועלט,

ווי חז״ל 34

זאגן אז די וועלט איז באשאפן געווארן "בשביל התורה שנקראת ראשית",

איז דערפון פארשטאנדיק,

אז וויבאלד י״ט כסלו האט אויפגעטאן א חידוש אין תורה,

האט זיך ממילא אויפגעטאן בדוגמא לזה אויך אין וועלט.

והביאור: עס איז ידוע,

אז מצד

(העלם פון)

עולם אליין קען מען נאר צוקומען צום אור אלקי וואס איז מלובש אין וועלט,

צום שם אלקים

(בגימטריא הטבע)

- דורך התבוננות אין עניני העולם כו׳ קען מען צוקומען צו דער ידיעה והכרה אז יש מנהיג לבירה זו 35

; אבער ניט צום שם הוי׳ וואס איז העכער פון וועלט 36 .

און הגם אז ס׳איז דא דער גילוי פון שם הוי׳ אין וועלט,

דורך די נסים וואס קומען פאר מזמן לזמן,

פונדעסטוועגן,

איז דאס ניט שייך צו וועלט גופא ,

ואדרבה: דאס איז אן ענין פון שידוד הטבע והעולם.

חסידות האט אויפגעטאן,

אז אין וועלט גופא זאל זיין דער גילוי אלקות וואס איז העכער פון וועלט; וואס דערפאר איז חסידות מבאר אויך בהסברה פון שכל אנושי - מיט משלים וכו׳ פון עניני העולם 37

- ווי וועלט איז מיוחד מיטן אור אלקי וואס איז העכער פון וועלט.

ז.

וי״ל,

אז דערמיט איז מבואר וואס דער אלטער רבי שרייבט אין זיין באוואוסטן בריף 38 ,

אז די גאולה פון י״ט כסלו איז געווען אין אן אופן פון "הפליא ה׳ והגדיל לעשות בארץ" 39

:

אין דעם סדר הנהגה ווי דער אויבערשטער פירט די וועלט,

זיינען פאראן צוויי אופנים: א)

הנהגה עפ״י טבע,

אין וועלכער עס זעט זיך ניט אן בגלוי דער חיות אלקי,

וואס די הנהגה קומט מצד דעם שם אלקים.

ב)

השגחה פרטית בגלוי,

אז אין דער הנהגת הטבע איז ניכר דער אור וחיות אלקי און די השגחה פרטית,

וואס די הנהגה נעמט זיך פון שם הוי׳ 40 .

און אין דער הנהגה פון שם הוי׳ גופא זיינען פאראן פארשידענע אופנים 40

: א)

אין אן אופן פון,

כביכול,

״קטנות״ - אז די השגחה פרטית ווערט דערהערט אין א הנהגה בדרכי הטבע ; ב)

אין אן אופן פון ״גדלות״

(הגדיל וכו׳״)

- ווען דאס ווערט דערהערט און אנטפלעקט אין א הנהגה וואס איז העכער פון טבע,

ע״ד מחז״ל 41

: דבר גדול מעשה מרכבה.

אבער אויך "הגדיל" ווייזט אויף א הנהגה וואס האט אן ערך ושייכות צו דער הנהגה פון ״קטנות״ - ס׳איז אין דעם זעלבן סוג נאר גרעסער,

אמאל - א סך גרעסער,

אבער ניט באין ערוך פון הנהגת הטבע.

ג)

די הנהגה אין אן אופן פון "הפליא",

וואס איז מובדל פון הנהגת הטבע 42 .

ח.

אט די דריי אופני הנהגה פון שם הוי׳,

זיינען די דריי סוגים אין נסים 43

:

א)

נסים וואס זיינען מלובש אין דרכי הטבע,

ביז אז ס׳איז ניט קענטיק אז ס׳איז א נס

(ווי דער נס פון פורים)

; וואס הגם דאס איז א הנהגה פון שם הוי׳ ,

וויבאלד עס זעט זיך אין דעם די השגח״פ - איז דאס אבער אין אן אופן פון,

כביכול,

קטנות כנ״ל.

ב)

נסים גלוים,

זיי האבן אבער א שייכות און אחיזה אין טבע; וי״ל אז ע״ד זה איז אויך כיבוש יריחו דורך יהושע: נאך דעם נס פון נפילת החומה,

א נס וואס איז ניט געווען מלובש אין דרכי הטבע,

איז ויעל העם גו׳ ויחרימו גו׳ לפי חרב 44

- אן אחיזה אין טבע.

ובפרטיות יותר - מלחמת מדין: החלצו מאתכם אנשים לצבא גו׳ ויצבאו גו׳ און צוזאמען דערמיט "ולא נפקד ממנו איש " 45 ,

א מלחמה וואס איז ניט קיין טבע׳דיקע.

[ע״ד הסיפור הידוע,

אז אמאל איז צום אלטן רבי׳ן געקומען א חולה,

וואס אלע דאקטוירים האבן פאר אים ניט געפונען קיין רפואה.

האט דער אלטער רבי געזאגט אז ער זאל עסן א האלבע שמורה־מצה מיט וואסער - און ער איז געזונט געווארן.

לכאורה איז עס א סתירה מיני׳ ובי׳: עס איז אן עשי׳ וואס פועל׳ט בגוף החולה,

מחזק הבריאות ; אבער פון דער צווייטער זייט איז,

בדרכי הטבע,

האבן שמורה מיט וואסער קיין שייכות ניט צו רפואה פאר א חולה

(וואס דאקטוירים האבן אים אפגעזאגט)?

נאר,

כנ״ל: די רפואה איז געווען אן ענין וואס איז העכער פון טבע,

אבער אין אן אופן פון האבן אן אחיזה אין טבע].

ג)

נסים וואס האבן אפילו ניט קיין אחיזה אין טבע,

אזוי ווי דער נצחון נסי אינעם אופן ווי חזקי׳ האט געזאגט 46

: "אני ישן על מטתי" און וועט מנצח זיין 47 .

ט.

דאס איז אויך דער דיוק הלשון "הפליא ה׳ והגדיל לעשות בארץ":

דער גילוי אור החסידות פון י״ט כסלו האט אויפגעטאן ניט נאר די הארה פון הוי׳

(סתם - אין אן אופן פון,

כביכול,

"קטנות",

בדרכי הטבע),

און ניט נאר דעם ענין פון "הגדיל" וואס האט א שייכות צו טבע,

נאר אינעם אופן פון " הפליא ה׳",

וואס איז לגמרי העכער פון טבע.

לאידך גיסא איז דער אלטער רבי מסיים ״ לעשות בארץ ״ - ווייל די כוונה און תכלית פון תורת החסידות איז צו אראפטראגן דעם ענין פון "הפליא הוי׳" - דעם אור אלקי וואס האט ניט קיין שייכות צו טבע - אין ארץ גופא 48 .

יוד.

ס׳איז ידוע 49 ,

אז דער כח צו מחבר זיין סתים און גליא שבתורה - כאטש אז תורה אליין טיילט זיי אין צוויי באזונדערע חלקים,

און דער חלק פון פנימיות התורה ווערט אנגערופן סתים

(אז עפ״י תורה איז עם ניט גליא)

- נעמט זיך דערפון וואס דער אלטער רבי האט ממשיך געווען " עצם פנימיות התורה" 50

:

די התחלקות צווישן סתים וגליא דתורה איז נאר מצד דער "התפשטות" פון תורה,

וואס יעדער ענין איז מוגדר אין זיין ציור; אבער מצד דעם עצם פון תורה

(" עצם פנימיות התורה")

איז ניטא קיין התחלקות און הגדרות - דער עצם פון תורה איז די עצמות הן פון סתים און הן פון גליא דתורה,

און דעריבער קען מצד דעם ווערן דער חיבור פון סתים וגליא.

מהדוגמאות לדבר בהלכה: אין תורה איז ע״פ דין דא פון קלה שבקלות ביז חמורה שבחמורות,

און צוזאמען דערמיט איז א פם״ד ברור * 50

"האומר שאין התורה מעם ה׳ אפילו פסוק אחד אפילו תיבה אחת אם אמר משה אמרו מפי עצמו הרי זה כופר בתורה.

וכן הכופר בפרושה והוא תורה שבעל פה״ - אן קיין אונטערשייד וועלכע תיבה אדער וועלכן פירוש.

יא.

עד״ז איז עם אויך ביי אידן 51

(כנ״ל סעיף ד־ה,

אז י״ט כסלו האט אויך אויפגעטאן דעם איחוד פון סתים וגליא שבנשמתא)

: דורך גילוי תורת החסידות - וואס האט אויפגעטאן די המשכה פון ״עצם פנימיות התורה״ -איז נמשך געווארן דער גילוי פון עצם הנשמה 52 ,

בחי׳ יחידה; און דעריבער האט עס אויפגעטאן דעם חיבור פון סתים וגליא שבנשמתא -

ובעבודה: די אמונה וקב״ע זאלן דורכנעמען די כחות הפנימיים פונעם אדם - ווייל דער גילוי פון עצם הנשמה איז דער גילוי העצם אויך פון אלע

(ובמילא נעמט עס דורך אלע)

כחות האדם 53 .

[און אזוי אויך בנוגע כללות ישראל: דאס וואס י״ט כסלו האט געגעבן דעם כח אז "ראשי אלפי ישראל" זאלן שטיין בגלוי בקירוב און נאכמער - בהתאחדות מיט אלע אידן,

איז עס דערפאר ווייל דעמאלט איז נמשך געווארן דער גילוי פון בחי׳ יחידה הכללית פון כללות ישראל,

וואס מצד דעם איז דער קישור וחיבור פון דער "קומה אחת שלימה" פון אידן ביז אין אן אופן פון "יחיד" 54 ] 55 .

און בדוגמא לזה איז עס אויך אין וועלט 56

(כנ״ל סעיף ו׳)

: מצד אורות וגילויים קען ניט זיין בגלוי דער חיבור פון וועלט מיטן אור אלקי שלמעלה מן העולמות,

ווארום וויבאלד ער איז מוגדר אין גדר האור והגילוי,

קען ער ניט נתגלה ווערן אין עולם

(עולם מל׳ העלם)

; דוקא מצד עצמותו ית׳ 51 ,

וואס ער איז אמיתית המציאות און איז נושא הכל,

קען זיין די מציאות פון א יש און דאך זאל דער יש גופא זיין מיוחד מיטן אויבערשטן בתכלית היחוד 57 .

יב.

דער אויפטו פון "יפוצו מעינותיך חוצה״ - אז דער עצם

("מעין")

זאל נתאחד ווערן מיטן ״חוצה״ - דריקט זיך אויס דוקא ווען די מעינות קומען אן אין אזא חוצה וואס איז

(בל׳ כ״ק מו״ח אדמו״ר 58 )

"ניט אין דעם מקום המוכשר":

דאס וואס די מעינות קענען אדורכנעמען אויך אזא "חוצה",

וואס איז מצ״ע ניט קיין כלי און אפילו ניט קיין ״מקום המוכשר״ צו די מעינות 59

- איז עס נאר צוליבן גילוי העצם פון די מעיבות 60

,

וואס זייענדיק דער ״עצם״ פון אלקות און אמיתית המציאות,

איז ער דער עצם ואמיתית המציאות פון אלע נבראים,

און דעריבער נעמט עם דורך אויך אט דעם "חוצה" וואס

(מצ״ע)

איז ער ניט קיין "מקום המוכשר".

און דאס איז דער קשר צווישן די צוויי הסברות אויף גילוי תורת החסידות אין דורות האחרונים

[(א)

מצד דעם גודל החושך פון די דורות,

(ב)

ס׳איז א "טעימה" פון די גילויים דלעתיד]

:

דער גילוי פון " עצם פנימיות התורה" דריקט זיך אויס אין דעם וואס עם קען באלייכטן אויך דעם חושך פון דורות האחרונים,

ביז מהפך זיין אויך אט דעם חושך לאור;

און דערמיט גופא איז מובן פארוואס די "טעימה" פון תורתו של משיח

(אין "ערב שבת לאחרי חצות")

איז פארבונדן דוקא מיטן זמן ווען ם׳ווערט גרעסער דער חושך הגלות,

ביז צו חושך כפול ומכופל פון דרא דעקבתא דמשיחא -ווייל דווקא אין דעם 61

דריקט זיך אויס דער כח עצמי

(בדרך טעימה)

פון תורתו של משיח

("עצם פנימיות התורה"),

צו דורכלייכטן דעם גרעסטן חושך 62 ,

ביז אז החושך עצמו יאיר,

"ולילה כיום יאיר".

יג.

עפ״י כל הנ״ל איז אויך מובן דער קשר צווישן די צוויי פירושים אין "ויותר יעקב לבדו"

[(א)

" לכדו ",

(ב)

ע״ד "ונשגב ה׳ לבדו"]

:

דווקא אין דעם בירור פון די "פכין קטנים״ - די בירורים היותר קטנים ותחתונים 63 ,

תכלית החושך והעלם והסתר 64

- איז ניכר ונרגש דער תוכן ונקודת הענין פון ״ונשגב ה׳ לבדו ״ - אמיתית ״אחדותו של הקב״ה..

שהוא לבדו הוא" שמצד עצמותו ית׳ 65

- אז די מציאות היש איז ניט קיין סתירה צו אחדותו של הקב״ה,

ווארום מצד עצמותו ית׳ איז די עצמות המציאות פון ״יש הנברא״ - דער "יש האמיתי" 66 .

(משיחות ש״פ וישלח תשכ״ז,

י״ט כסלו תשי״א,

תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.