א.
אין פסוק 1
„קטונתי מכל החסדים גו’ כי במקלי עברתי את הירדן הזה ועתה הייתי גו’”,
זיינען דאָ צוויי פירושים הפכיים:
א)
דער פירוש הפשוט
(ווי עס טייטשט דער תרגום און רש”י אין זיין ערשטן פירוש,
ועוד),
אַז יעקב איז איבערגעגאַנגען דעם ירדן ניט האָבנדיק מיט זיך קיין שום זאַך אויסער זיין „מקל” - וואָס לויט דעם פירוש קומט אויס,
אַז די ווערטער „במקלי עברתי את הירדן הזה” דריקן אויס
(ניט די חסדים וואָס דער אויבערשטער האָט געטאָן מיט יעקב’ן,
נאָר,
פאַרקערט)
דעם בגשמיותאָרעמען מצב פון יעקב אבינו בעת ער איז אַריבער דעם ירדן; עס איז אַ הקדמה וואָס איז נאָכמער מבליט די גרויסקייט פונעם שפעטער’דיקן חסד פון „ועתה הייתי לשני מחנות”,
וואָס שטייט נאָכדעם אין פסוק.
ב)
דער פירוש המדרש 2
(אַראָפּגעבראַכט אויך אין פי’ רש”י),
אַז „נתן מקלו בירדן ונבקע הירדן” - וואָס לויט דעם פירוש אַנטהאַלטן די ווערטער „במקלי עברתי גו’” גופא אַן ענין פון חסדי ה’* 2 .
און די פירושים זיינען הפכיים בתכלית: לויט’ן ערשטן פירוש -עניות בתכלית; לויטן צווייטן פירוש - ראוי צו אַ נס הכי גדול,
ובלשון חז”ל 3
: כמה נפיש גברא כמשה ושתין רבוון,
שנחלק להם ים סוף.
ב.
צו פאַרשטיין דעם פאַרבונד פון די צוויי פירושים
(וואָרום ווי פיל מאָל גערעדט 4 ,
האָבן אַלע פירושים אויפן זעלבן וואָרט,
פסוק,
אָדער ענין,
אַ קשר תוכני צווישן זיך),
ובפרט אַז באגדת בראשית* 4
קומען זיי בהמשך זה לזה,
דאַרף מען מקדים זיין דעם לשון פון אַלטן רבי’ן אין זיין באַוואוסטער אגרת „קטנתי” 5
(וואָס ער האָט געשריבן קומענדיק פון פּעטערבורג,
נאָך דער גאולה פון י”ט כסלו)
- „מפני היות קטן יעקב במאד מאד בעיניו מחמת ריבוי החסדים כי במקלי כו’”
(עכ”ל בהנוגע לעניננו).
לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק: וויבאַלד דער אַלטער רבי וויל דאָ באַטאָנען דעם „ריבוי החסדים” וואָס דער אויבערשטער האָט געטאָן מיט יעקב’ן
(וואָס דאָס האָט ביי אים ארויסגערופן דעם „קטנתי”),
האָט ער געדאַרפט ברענגען אויך
(ואדרבא - בעיקר)
דעם סיום הכתוב „עברתי את הירדן הזה ועתה הייתי לשני מחנות”?
לכאורה וואָלט מען געקענט לערנען,
אַז מיט „כי במקלי כו’” מיינט דער אַלטער רבי אָנדייטן אויפן אויבענגעבראַכטן פירוש פון מדרש: „נתן מקלו בירדן ונבקע הירדן” -אָבער מען קען אַזוי ניט זאָגן,
ווייל: א)
עס בלייבט נאָך אַלץ שווער,
פאַרוואָס ער דערמאָנט ניט אויך דעם צווייטן חסד וואָס שטייט מפורש אין פסוק: „ועתה הייתי לשני מחנות”?
ב)
ועיקר: אויב דער אַלטער רבי מיינט מיט דער הוכחה פון פסוק,
דעם נס
(לויטן פירוש פון מדרש)
אַז „נבקע הירדן”,
וואָלט ער דאָך געדאַרפט צוליב דעם גופא בריינגען דעם המשך,
„ עברתי את הירדן הזה”,
אין וועלכן ס’ווערט נרמז דער נס וואָס האָט זיך אויפגעטאָן מיטן „במקלי” 6 ?
מען קען ניט זאָגן אַז דער אַלטער רבי מיינט טאַקע דעם גאַנצן פסוק,
נאָר בכדי צו מקצר זיין בריינגט ער בלויז די התחלה פון פסוק,
און דעם סיום איז ער מרמז מיטן וואָרט „כו’” 7
- וואָרום א)
עכ”פ נאָך דעם איין וואָרט „עברתי” - האָט מען געדאַרפט בריינגען,
ב)
אויב אַזוי איז,
ווי ערקלערט אַמאָל באריכות 8 ,
וואָלט געדאַרפט שטיין „וכו’”
(מיט אַ וא”ו המוסיף)
; אויב עס שטייט „כו’”
(אָן אַ וא”ו)
איז דאָס אַ באַווייז אַז דער המשך הכתוב איז ניט נוגע צום תוכן המדובר
(און דאָס צוגעבן „כו’”
(אָדער „גו’”)
איז צו באַוואָרענען וואָס די רז”ל 9
האָבן געזאָגט,
אַז „כל פסוקא דלא פסקי’ משה אנן לא פסקינן”).
איז פון דעם אַלעם מובן,
אַז דער ענין פון „כי במקלי” אַליין,
אָן די ענינים וואָס בהמשך הכתוב,
איז גענוג צו פועל זיין ביי יעקב’ן דעם „קטונתי”.
ג.
דער צ”צ בריינגט אַראָפּ אין אוה”ת 10
פון של”ה 11 ,
אַז „כי במקלי” איז ר”ת „ברוך כבוד ה’ ממקומו 12
לישועתך קויתי ה’”,
און דער צ”צ איז מוסיף: „ור”ל ע”ד שנתבאר בתו”א 13
כו’ בענין משפט וצדקה ביעקב אתה עשית 14
שצ”ל ב’ הבחינות צדקה ומשפט והיינו ב’ הבחינות בכה”מ ושיהי’ לישועתך קויתי וכו’”.
דער ביאור אין דעם איז: פון דעם וואָס עס שטייט „משפט וצדקה ביעקב אתה עשית”,
איז מובן אַז ביי יעקב’ן זיינען געווען די ביידע מדות 15 ,
און די הנהגה מיט עם איז אויך געווען סיי משפט סיי צדקה - חאָטש לכאורה זיינען זיי הפכים: משפט מיינט,
אַז דאָס וואָס ער מאָנט קומט אים ע”פ דין; און דער מיין פון צדקה איז,
אַז עפ”י דין ומשפט איז מען אים ניט מחוייב צו געבן,
נאָר דאָס ווערט אים געגעבן אַלס צדקה.
לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן אַז דאָס רעדט זיך אין שייכות צו צוויי באַזונדערע בחינות: מצד דער נשמה קען אַ איד מאָנען עניניו ביים אויבערשטען בתורת „משפט” - דער נשמה קומען אירע ענינים עפ”י דין; און מצד דעם גוף קען ער עס בלויז בעטן אַלס צדקה.
דאָס איז אָבער ניט אויסגעהאַלטן,
וואָרום דער פסוק זאָגט דאָך „משפט וצדקה ביעקב אתה עשית ” ד.
ה.
אַז ביידע מדות
(הפכיות)
זיינען אין
(שייכות צו דעם זעלבן גדר - וועלט - פון)
„עשית” - עשי’ בפועל.
איז די הסברה אין דעם: אויך דאַן ווען מ’האַלט ביי אַ מדרי’ וואָס באַרעכטיקט צו מאָנען השפעת הטוב פון אויבערשטן מצד הדין - ווי די גמרא 16
זאָגט אויפן פסוק 17
„שמעו אלי אבירי לב הרחוקים מצדקה”,
אַז „כל העולם כולו ניזונין בצדקה והם ניזונין בזרוע” - פונדעסטוועגן דאַרף מען דאָס בעטן אַלס צדקה און ווי עס שטייט 18
„לך אדנ־י הצדקה”.
ד.
דאָס איז אויך דער טעם פון יעקב’ס מורא פאַר עשו’ן,
הגם ער האָט שוין דערויף געהאַט אַ הבטחה פון אויבערשטן
(„והנה אנכי עמך גו’” 19 )
- וואָרום,
אמת טאַקע,
אַז ער האָט מורא געהאַט „שמא ..
נתלכלכתי בחטא” 20 ,
אָבער דאָס גופא פאָדערט ביאור: חז”ל 21
זאָגן דאָך אַז „כיון שיצאו רוב שנותיו של אדם ולא חטא שוב אינו חוטא”,
ובמילא איז דאָך דאָס מחייב אַז יעקב האָט שוין ניט געהאַט וואָס צו חושש זיין „שמא נתלכלכתי בחטא”,
וויבאַלד ס’זיינען שוין אַדורך „רוב שנותיו” 22 ?
-
אָבער דאָס אַלץ איז ווען זיין מציאות פאַרנעמט ביי אים אַן אָרט,
און דערפאַר קען דער חשבון אים ברענגען צו דער מסקנא אַז ס’איז „יצאו רוב שנותיו” ולא חטא,
און במילא מובטח לו ד„שוב אינו חוטא”; און אויב ער איז פון די „אבירי לב” קען ער מאָנען „בזרוע” וואָרום עס קומט עם ע”פ משפט;
בשעת אָבער ער שטייט אין אַ אמת’ן ביטול,
אַז ער איז ביי זיך קיין מציאות ניט - איז מצד דעם הרגש הקטנות והביטול איז „נדמה בעיניו שחטא” 23
: ער איז חושש אַז ס’איז דאָ אַ חטא,
עכ”פ - אַ חסרון 24
אין זיין עבודה און דערפאַר לייגט זיך ביי אים אָפּ אַז די השפעת הטוב קען ער באַקומען נאָר אַלס צדקה.
ה.
עס איז אָבער ניט מובן: וויבאַלד אַז דער ביטול פון יעקב’ן האָט עם געבראַכט צו דעם אופן פון צדקה,
טאָ ווי זאָגט מען „ משפט וצדקה ביעקב גו’” - וואָס פון דעם איז משמע,
אַז עס
(איז געווען באַ יעקב’ן,
ובמילא - אַז עס)
דאַרף זיין* 24
אויך דער אופן פון משפט?
איז דער ענין בזה: בשעת מען איז באמת
(אָדער ס’איז נדמה לו כן)
אין אַ מצב וואָס בעטן ביים אויבערשטן בלויז אַלס צדקה - איז דאָס בעטן צדקה ניט קיין הוכחה אַף ביטול,
ווייל ער האָט דאָך קיין ברירה ניט.
בעומק יותר: דאָס איז לויט זיין
(ביטול’דיקער)
מציאות ומדידה והגבלה.
ומדה כנגד מדה,
קומט אויך די השפעה מלמעלה לויט דער מדידה והגבלה וואָס איז אין צדקה - ווי די גמרא 25
זאָגט,
אַז דער חיוב פון צדקה איז „די מחסורו אשר יחסר לו” 26 ,
אָבער „אי אתה מצווה עליו לעשרו”: מ’גיט אים דאָס וואָס עס פעלט לויט זיין „מציאות”,
אין וואָס ער איז איינגעוואוינט
(וואָס דאָס קען אויך זיין אַ ריבוי גדול,
אָבער דאָך - געמאָסטן לויט זיין רגילות: אויב ער איז רגיל צו האָבן אַ סוס לרכוב עליו ועבדים לרוץ לפניו,
דאַרף מען דאָס עם אויך געבן 27 )
- אָבער אי אתה מצווה עליו לעשרו .
אָבער בשעת ער איז אין אַ מצב ומציאות וואָס ער איז ווערט צו באַקומען די השפעות ובמילא קען ער זיי מאָנען בתורת „משפט”,
און דאָך קומט ער צום אויבערשטן
(ניט מיט דער תביעה פון משפט,
נאָר)
מיט דער בקשה אַלס צדקה 28 ,
איז דאָס אַ הוכחה אַז ער איז אַרויס פון חשבונות מדידות והגבלות,
אַז ער איז אַרויס פון זיין מציאות 29
;
און דעמאָלט איז די השפעת הצדקה אין אַן אופן פון למעלה ממדידה והגבלה; וואָס איז ניט פאַרבונדן מיט זיין מציאות ומחסרו אשר יחסר לו 30 .
ו.
אָט די צוויי בחינות -
[(א)
אַ מצב פון בעטן אַלס צדקה
(ב)
אַ מצב פון „אבירי לב” און קען מאָנען „בזרוע”,
ובכל זה בעט ער בצדקה וואָס דעמאָלט ווערט די צדקה אין אַן אופן פון בלי גבול]
- זיינען מתאים צו די צוויי ענינים: א)
„לישועתך קויתי הוי’”,
ב)
„ברוך כבוד הוי’ ממקומו”:
„לישועתך קויתי הוי’” פירושו אַז ער קען זיך בלויז פאַרלאָזן אויף דער ישועה פון אויבערשטן,
ווייל ער איז ניט ראוי צו האָבן אַ תביעה,
און דערפאַר האָפט ער אויף דעם אויבערשטנ’ס ישועה - אַלס צדקה.
„ברוך כבוד הוי’ ממקומו” ווייזט אויף דער המשכה פון כבוד הוי’ וואָס נעמט זיך פון „ מקומו ” - אמיתיות המקום פון „כבוד הוי’” 31
- און דאָס ווערט נמשך
(„ברוך” ל’ המשכה 32 )
ביז למטה מטה; ד.
ה.
המשכת הבל”ג דאָ למטה,
וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם ביטול המציאות פון די „אבירי לב הרחוקים מצדקה” 33 .
ז.
עפ”י כל הנ”ל איז מובן וואָס דער אַלטער רבי שרייבט „מפני היות קטן יעקב במאד מאד בעיניו מחמת ריבוי החסדים כי במקלי כו’”
(און ברענגט ניט אַראָפּ דעם המשך וסיום הכתוב)
: דורך דעם וואָס ביי יעקב’ן זיינען געווען די ביידע הפכיות’דיקע בחינות פון „משפט וצדקה” 34 ,
וועלכע זיינען מרומז אין „כי במקלי” 35 ,
כנ”ל,
האָט ער דערלאַנגט אין דער מדריגה וואו אַלע השפעות זיינען בבחי’ „חסדים” און „ריבוי החסדים”; די השפעה איז אין אַן אופן פון „ברוך כבוד הוי’ ממקומו” - אַ ריבוי חסדים בבחי’ בלי גבול; און מצד דעם וואָס די הגדלה און „ריבוי החסדים” זיינען באַ אים געווען אַלס תוצאה פון „כי במקלי”,
האָט אָט דער „קרבת אלקים ממש” 36
ביי אים געבראַכט דעם „קטנתי” בתכלית השלימות -„קטן במאד מאד”.
און דאָס איז אויך וואָס דער אַלטער רבי איז ממשיך,
אַז „היות קטן יעקב במאד מאד בעיניו מחמת ריבוי החסדים כי במקלי כו’”,
איז דערפאַר „ואינו ראוי וכדאי כלל להנצל כו’ וכמארז”ל שמא יגרום החטא שנדמה בעיניו שחטא”:
וויבאַלד יעקב איז געשטאַנען בתכלית הביטול,
האָט ער דערלאַנגט אין אָט דער מדריגה וואו די מציאות און
(בדרך ממילא אויך)
עבודת הנבראים פאַרנעמען באַ זיי ניט קיין אָרט; און דערפאַר איז „נדמה בעיניו שחטא” 37
: ער איז געשטאַנען אין אַ חטא
(מל’)
חסרון וביטול בעצם 38 ,
און זיין עבודה האָט ביי אים ניט געהאַט קיין תפיסת מקום 39 .
ח.
און דאָס איז אויך דער קשר צווישן די צוויי פירושים אויף די ווערטער „כי במקלי”
(פירוש הפשוט: „לא הי’ עמי כו’ אלא מקלי לבדו” 40
; און פירוש המדרש: „נתן מקלו בירדן ונבקע הירדן”),
ווייל די ביידע פירושים דריקן אויס די צוויי הפכית’דיקע תנועות וואָס זיינען געווען ביי יעקב’ן:
מצד אחד,
האָט ער גאָרניט געהאַט און ער בעט ביים אויבערשטן נאָר אַלס צדקה; און לאידך,
שטייט ער אין אַזאַ דערהויבענער דרגא,
ביז צו ווערט זיין די הנהגה נסית פון „נבקע הירדן”,
וואָס דאָס גופא באַווייזט אַז ער איז ראוי צו האָבן די השפעות החסדים בתורת משפט 41 .
און דער „ משפט וצדקה ביעקב אתה עשית” וואָס האָט גורם געווען אַז די בחי’ פון „קטנתי” זאָל זיין בתכלית השלימות - דאָס איז געווען די הקדמה והכנה עס זאָל מקויים ווערן די תפלה „הצילני נא גו’ ואתה אמרת גו’ ושמתי את זרעך כחול הים אשר לא יספר מרוב” 42 .
ט.
די הוראה פון דעם אין עבודת כאו”א:
ס’איז ידוע 43
אַז יעדער איד האָט בירושה אַ מעין פון די עבודות וואָס זיינען געווען ביי די אבות
(ד„אין קורין אבות אלא לשלשה” 44 ),
וואָס פון דעם איז מובן בעניננו: אַז ניט בלויז איז יעדער איד ראוי צו בעטן ביים אויבערשטן השפעת החסד אַלס „צדקה”,
נאָר ער איז אויך ווערט צו באַקומען עס בתורת „ משפט ”;
וואָרום וויבאַלד „כל ישראל בני מלכים הם” 45 ,
איז דערפאַר
(ווי כ”ק מו”ח אדמו”ר האָט אַמאָל געזאָגט)
ווערט אויך אַ טירחא הכי קלה פון אַ אידן גערעכנט ווי אַן עבודת פרך* 45 ,
און צוליב דעם קען ער שוין מאָנען ביים אויבערשטן כל הון דעלמא 46 ,
בבני חייא ומזוני רוויחי.
און ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין תורה אור 47 ,
אַז מה־דאָך נבוכדנצר,
וואָס איז געגאַנגען ג’ פסיעות לכבוד המקום,
האָט מען אים געגעבן דערפאַר מלכות וכו’ אויף ג’ דורות 48
- איז במכ”ש ביי אידן,
וואָס „אין לך אדם מישראל שלא כיבד את המקום בכך”,
איז „כל טוב עוה”ז כדאי הוא לו”.
און דאָס וואָס מ’זעט אַז אַ איד האָט יסורים אין עוה”ז,
איז עס בלויז „לבטש את האדם להכניעו ולהשפיל גסות רוחו” 49
; בשעת אָבער,
אַ איד האַלט ביי „משפט וצדקה”,
אַז הגם ער איז ווערט בתורת משפט,
פונדעסטוועגן בעט ער ביי אויבערשטן אַלס צדקה - וואָס ווייזט אויף דער תנועה פון ביטול ושפלות,
כנ”ל -דעמאָלט ווערט נמשך די ברכת הוי’ ממקומו: עס ווערט נמשך הצלחה למעלה מכל מדידה והגבלה אין אַלע זיינע ענינים,
בני חיי ומזוני אין אַן אופן פון רויחי,
און עס ווערן בטל אַלע דברים המבלבלים אַז ער זאָל זיין „יושב בשלות עוה”ז” 50 .
יוד.
דאָס איז אויך די שייכות פון אָט די ענינים צו דער גאולה פון אַלטן רבי’ן: דער אַלטער רבי האָט זיך מוסר נפש געווען אויף הפצת פנימיות התורה,
ער האָט זיך אָפּגעריסן פון זיינע ענינים כדי מפיץ זיין תורת החסידות ביז אויך אין חוצה - איז דאָך זיכער,
אַז ער האָט געקענט מאָנען זיין באַפרייאונג בתורת דין ומשפט; דאָך האָט ער דאָס געבעטן אַלס צדקה ,
ווי ער איז מאריך אין זיינע מכתבים 51
אַז זיין גאולה איז געווען חסדי 52
ה’ וואָס „הפליא והגדיל ה’ לעשות בארץ”;
און דערפאַר האָט דאָס געבראַכט,
אַז די גאולה זאָל זיין אין אַן אופן פון „פדה בשלום נפשי” 53
- עס איז בטל געוואָרן די התנגדות אויף תורת החסידות ואדרבא זיי זיינען געוואָרן „עמדו” און אין אַן אופן פון „שלום” 54 ,
ווי דער פסוק איז מסיים - „כי ברבים היו עמדי” 55 .
(משיחת י”ט כסלו תשכ”ו)