א.
אין פסוק 1
„ויאמר אם יבוא עשו אל המחנה האחת והכהו והי’ המחנה הנשאר לפליטה”,
שטעלט זיך רש”י
(אין צווייטן דיבור המתחיל)
אויף די ווערטער „והי’ המחנה הנשאר לפליטה” און איז מפרש: „על כרחו כי אלחם עמו”,
און דערנאָך איז ער ממשיך ווייטער „התקין עצמו לשלשה דברים כו’”
(כדלקמן סעיף ג).
דאָס וואָס רש”י דאַרף זיך בכלל אָפּשטעלן אויף די ווערטער פון פסוק און זיי מפרש זיין
- וואָס לכאורה איז דער פירוש פון פסוק מובן בפשטות 2 ,
אַז דורך צעטיילן אַלעמען אין צוויי מחנות,
איז אפילו ווען עשו זאָל באַפאַלן און אייננעמען איין מחנה,
וועט די צווייטע מחנה קענען אַנטלויפן -
איז 3
ווי מפרשי רש”י 4
זאָגן,
אַז דאָ איז שווער דער לשון „והי’”,
וואָס איז משמע אַז „המחנה הנשאר” וועט זיכער זיין „לפליטה” - וואָס אויף דעם קען מען פרעגן: אפילו דורך צעטיילן אַלעמען אין צוויי מחנות איז נאָך ניט אינגאַנצן זיכער אַז די צווייטע מחנה וועט זיך געוויס ראַטעווען; ס’איז נאָר אַז דאָס גיט א ַבעסערע מעגלעכקייט פאַר דער הצלה פון דער צווייטער מחנה -
האָט דאָך בהתאם לזה געדאַרפט שטיין
(אַנשטאָט „והי’”)
אַ לשון וואָס ווייזט אויף „אולי”?
באַוואָרנט עס רש”י,
אַז דער לשון „והי’” מיינט טאַקע „על כרחו”
(און ניט ווי דער אבן עזרא און אַנדערע מפרשים ווילן איינטייטשן אַז „והי’” דאָ איז פירושו „אולי יהי’”),
אַז ס’איז אַ דבר ברור אַז די מחנה וועט זיין לפליטה,
און די זיכערקייט איז - „כי אלחם עמו” און ניט דערלאָזן אַז עשו זאָל אייננעמען אויך די צווייטע מחנה.
דער פירוש איז אָבער ניט מובן:
א)
מיט וואָס גיט דער „אלחם עמו” 5
אַ וודאות גמורה 6
אַז די צווייטע מחנה 7
וועט זיין לפליטה 8 ?
אפילו אויב די כוונה איז 9 ,
אַז אין דער צייט פון יעקב’ס מלחמה מיט עשו’ן פאַר דער ערשטער מחנה וועט די צווייטע מחנה זיך קענען ראַטעווען דורך אַנטלויפן - איז נאָך אַלץ ניט פאַרזיכערט די פליטה פון דער צווייטער מחנה 10
; ס’איז נאָר וואָס נאָכן צעטיילן „לשני מחנות” גיט דער „אלחם עמו” אַ נאָך בעסערע געלעגנהייט פאַר הצלה ופליטה,
כנ”ל.
ב)
וואָס איז דער „על כרחו”,
און למאי נפק”מ דאָ די הדגשה אַז ס’איז „על כרחו” - נגד רצונו פון עשו’ן?
דאָ איז דאָך נאָר נוגע צו מדגיש זיין,
אַז דורך „אלחם עמו” וועט די צווייטע מחנה זיכער געראַטעוועט ווערן.
דער רמב”ן איז מסביר,
אַז די זיכערקייט פון יעקב’ן 11
איז געווען צוליב דעם וואָס „יעקב יודע שאין זרעו כולו נופל ביד עשו,
אם כן ינצל המחנה האחד על כל פנים” - אָבער מען קען ניט לערנען אַזוי לויט רש”י,
וואָרום דעמאָלט איז די וודאות פאַרבונדן מיט אַן אַנדער סיבה און ניט מיטן טעם „כי אלחם עמו”,
ווי רש”י איז מפרש ומדייק בפירושו.
ב.
לכאורה וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן שאלה אחת בחבירתה -עכ”פ בדוחק גדול: מיט די ווערטער „על כרחו” מיינט ניט רש”י צו זאָגן,
אַז די פליטה וועט זיין בוודאות,
נאָר ער איז מסביר דעם אופן פון דער פליטה,
אַז זי וועט זיין „על כרחו” ווייל „אלחם עמו” 12 .
לפ”ז איז
(נוסף על העיקר אַז „על כרחו” - איז דאָך וודאות)
די שאלה אויף דעם גופא: פון וואַנעט איז די הוכחה פון פסוק
(לפשש”מ)
אַז „אלחם עמו”?
[בשלמא לפי הנ”ל אַז רש”י’ס כוונה בפירושו איז צו מדגיש זיין די וודאות פון „המחנה ..
לפליטה” איז ער עס מדייק ומוכיח פון לשון „ והי’ ” וואָס שטייט אין פסוק,
כנ”ל,
און מיט „כי אלחם עמו” איז ער נאָר מסביר דעם טעם פאַרוואָס ס’איז וודאי; משא”כ לפי הנ”ל,
איז
(אדרבה)
רש”י
(בעיקר)
אויסן צו מפרש ומחדש זיין אַז דאָ רעדט זיך וועגן „אלחם עמו”
(און דעריבער וועט זיין „המחנה הנשאר לפליטה” באופן פון „על כרחו”)
- איז אויף דעם ניטאָ קיין הוכחה פון פסוק].
ג.
ווייטער איז רש”י ממשיך
(אין דעם ד”ה הנ”ל)
„התקין עצמו לשלשה דברים לדורון לתפלה ולמלחמה,
לדורון ותעבור המנחה על פניו 13 ,
לתפלה אלקי אבי אברהם 14 ,
למלחמה והי’ המחנה הנשאר לפליטה”.
איז דאָ ניט מובן: א)
פאַרוואָס ברענגט רש”י דאָ אַלע שלשה דברים בעת אַז אין זיין פירוש רעדט ער נאָר וועגן זיין גרייט זיין למלחמה ?
דאָס וואָס „התקין עצמו” אויך „לדורון לתפלה”,
ווייס מען פון די ווייטערדיקע פסוקים און דאָרטן שטייט עס במפורש ,
ווי רש”י ברענגט זיי אַראָפּ.
ב)
את”ל אַז אין דעם פסוק וואו ס’רעדט זיך אַז יעקב איז געווען גרייט גיין אויף מלחמה איז נוגע וויסן אַז דאָס איז ניט דער איינציגער מיטל און אפילו ניט דער ערשטער מיטל והתחלה -נאָר,
אדרבא,
פריער זיינען דורון ותפלה,
איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס ער פאַרבינדט עס און - אַלס אַ המשך צו זיין פירוש „על כרחו כי אלחם עמו”?
ג)
נאָכמער: אפילו ווען רש”י וויל
(מאיזה טעם שיהי’)
מפרט זיין אַז צוזאַמען מיט זיין גרייטן זיך למלחמה האָט זיך יעקב אויך געגרייט לדורון ולתפלה
(וואָס טעמא בעי,
כנ”ל,
וויבאַלד אַז זיי שטייען גלייך ווייטער אין דער פרשה מפורש )
קען מען פרעגן לאידך גיסא: צוליב וואָס דאַרף ער איבער’חזר’ן אַז „התקין עצמו”
(אויך)
צו „מלחמה” -נאָכדעם ווי ער איז מפרש פריער אַז יעקב האָט געזאָגט „אלחם עמו” -רש”י האָט בלויז געדאַרפט מוסיף זיין אַז „התקין עצמו
(אויך)
לדורון ולתפלה”.
דער רא”ם 15
לערנט,
אַז מיטן המשך הפירוש „התקין עצמו לשלשה דברים” איז רש”י אויסן צו ברענגען אַ הוכחה צו זיין פירוש אַז „והי’ המחנה הנשאר לפליטה” מיינט „על כרחו כי אלחם” -וויבאַלד רז”ל 16
זאָגן אַז „התקין עצמו לשלשה דברים”,
און דעם פרט אַז התקין עצמו למלחמה געפינט מען ניט אין פסוק מפורש
(ווי מען געפינט בנוגע דורון און תפלה),
במילא מוז מען זאָגן אַז די ווערטער „והי’ המחנה הנשאר לפליטה” מיינט דעם ענין המלחמה.
רש”י זאָגט אָבער ניט אַז „התקין עצמו כו’” איז אַ מאמר חז”ל
(מדרש),
ואדרבא - פשטות לשון רש”י איז אַז נאָכדעם ווי מען ווייס אַז „אלחם עמו” ווייס מען אַז לויט פשוטו של מקרא איז „התקין עצמו לשלשה דברים” - אויך מלחמה.
ד.
אויך פאָדערט זיך ביאור אין דעם המשך בפירושו „התקין וכו’”:
א)
דער סדר פון די שלשה דברים ווי רש”י רעכנט זיי בפירושו - „לדורון לתפלה ולמלחמה” 17
- איז בהיפך פון דעם סדר הפסוקים וועלכע רש”י ברענגט דאָ גלייך לראי’ 18
: „ותעבור המנחה על פניו”
(„לדורון”)
שטייט נאָך דעם פסוק „אלקי אבי אברהם”
(לתפלה),
וועלכער קומט
(גלייך)
נאָך דעם פסוק „והי’ המחנה גו’”
(מלחמה)
- רש”י איז משנה פון זייער סדר אין דער תורה 19 ?
ב)
אין מדרש געפינט מען
(אויסער די ראיות פון די פסוקים וועלכע רש”י ברענגט בפירושו,
כנ”ל)
ראיות פון אַנדערע פסוקים: „תפילה 20
- הצילני נא מיד אחי 21 ,
לדורון - ואמרת לעבדך ליעקב מנחה היא שלוחה 22 ,
למלחמה -וישם את השפחות וגו’ והוא עבר לפניהם גו’” 23
; און במ”א 24
במדרשים געפינט מען די ראי’ אויף „דורון” -„דכתיב 25
ויקח מן הבא בידו מנחה”,
„למלחמה דכתיב 26
ויחץ את העם אשר אתו” 27
;
לפ”ז איז ניט מובן אין פירוש רש”י: ממנ”פ,
אויב רש”י וויל ברענגען פון די פסוקים וואו עס איז מפורש ווי יעקב האָט די ענינים געטאָן בפועל
(ניט די פסוקים וואו ס’רעדט זיך וועגן דער הכנה וההקדמה צו זיי)
- ווי ס’איז משמע פון דעם וואָס די ערשטע ראי’ אויף „דורון” ברענגט ער פון „ותעבור המנחה על פניו”
(און ניט פון די פריערדיקע פסוקים,
אָנהויבנדיק פון „ויקח מן הבא בידו מנחה לעשו” וכיו”ב,
וואו ס’רעדט זיך ווי יעקב האָט צוגעגרייט און אויסגעשטעלט די מנחה,
און דערפאַר האָט רש”י
(בפשטות)
בוחר געווען די ראי’ פון „ותעבור המנחה” - שילוח המנחה בפועל )
- לפ”ז האָט ער געדאַרפט אויך אויף תפלה און מלחמה ברענגען די פסוקים וואו דער תוכן הדברים איז דער לפועל: בנוגע לתפלה פון „ הצילני נא מיד אחי מיד עשו” און בנוגע למלחמה פון „וישם את השפחות וגו’ והוא עבר לפניהם”
(ווי רש”י טייטשט דאָרטן „אם יבוא אותו רשע להלחם ילחם בי תחילה”).
און ניט פון התחלת התפלה „אלקי אבי אברהם” און ניט פון יעקב’ס דיבור
(„והי’ המחנה וגו’,
פון וואַנעט מ’לערנט אַרויס אַז ער האָט געזאָגט )
אַז ער איז גרייט אויף מלחמה;
און אויב רש”י וויל ברענגען ניט די מעשה בפועל נאָר ווי „ התקין עצמו לשלשה דברים”,
זיין הכנה,
האָט ער אויך באַ דורון געדאַרפט ברענגען דעם פריערדיקן פסוק כנ”ל.
ג)
וויבאַלד רש”י האָט שוין געזאָגט אַז דער פסוק „והי’ המחנה הנשאר לפליטה” מיינט „אלחם עמו”,
וואָס דאַרף ער נאָכאַמאָל אויסטייטשן בסוף פירושו אַז די ראי’ אויף „התקין עצמו ..
למלחמה” איז פון דעם פסוק „והי’ המחנה הנשאר לפליטה” 28 ?
ד)
דיוק הלשון „התקין” - ניט „הכין” וכיו”ב 29 .
ה.
דער ביאור בכל זה:
פון פשטות המשך הכתובים איז משמע,
אַז נאָכדעם וואָס די מלאכים האָבן זיך אומגעקערט און מודיע געווען יעקב’ן אַז עשו איז „הולך לקראתך וארבע מאות איש עמו”,
האָט יעקב זיך צום אַלעם ערשטן געגרייט למלחמה -„ויחץ את העם גו’ ויאמר אם יבוא עשו גו’”,
דערנאָך האָט ער מתפלל געווען ויאמר יעקב אלקי אבי אברהם גו’,
און דערנאָך האָט ער אָנגעהויבן צו גרייטן אַ מנחה לעשו 30 .
דאָס איז אָבער ניט גלאַטיק: עס איז מובן בפשטות,
אַז בשעת אַ איד הערט אַז אימיצער קומט לוחם זיין מיט אים,
איז ער צום אַלעם ערשטן מתפלל צום אויבערשטן און ערשט דערנאָך הייבט ער אָן טאָן בדרך הטבע
(גרייטן זיך צו למלחמה וכו’)
- היינט ווי איז שייך צו זאָגן,
ובפרט באַ יעקב אבינו אַז ער האָט זיך פריער געגרייט למלחמה און ערשט דערנאָך מתפלל געווען 31 ?
מוז מען זאָגן אַז אויך יעקב האָט זיך אַזוי געפירט
(וכדלקמן).
און דאָס וואָס דער פסוק זאָגט „ויחץ את העם אשר אתו ואת הצאן גו’ ויאמר אם יבוא עשו גו’ והי’ גו’ לפליטה” איז עס אַ הקדמה - ביאור צו זיין תפלה
- הערנדיק די שמועה פון די מלאכים
(„הולך לקראתך וארבע מאות איש עמו”)
איז „ ויירא יעקב מאד ויצר לו” און דאָס האָט געבראַכט אַז „ויחץ את העם גו’”,
וואָס נאָכדעם איז פאַרשטאַנדיק תפלתו.
און נאָכדעם - אויף מאָרגן - ווען יעקב האָט געזען „והנה עשו בא ועמו ארבע מאות איש”,
ערשט דעמאָלט - „ ויחץ את הילדים גו’” 32 .
וואָרום דער „ויחץ את העם” פון דעם פסוק איז ניט דער „ויחץ” וואָס שטייט ווייטער 33 ,
כפשוט - דאָ איז געווען „ויחץ את העם גו’ ואת הצאן גו’ ” און דערנאָך איז ויחץ נאָר פון „הנשים ואת הילדים” און ניט לשתי מחנות ;
דאָ זאָגט ער אַז „ויחץ גו’ לשני מחנות” און מיט דער כוונה אַז „אם יבוא עשו אל המחנה האחת והכהו והי’ המחנה הנשאר לפליטה ”,
און ווייטער זאָגט ער „ויחץ את הילדים על לאה ועל רחל ועל שתי השפחות וישם את השפחות ואת ילדיהן ראשונה ואת
( גלייך נאָך זיי)
לאה וילדי’ אחרונים ואת רחל ואת יוסף אחרונים” - איין מחנה,
ווי ער זאָגט בפירוש 34
אַז ווען עשו „וישא את עיניו” איז געווען „וירא את הנשים ואת הילדים” די אַלע אויבנדערמאָנטע ,
ניט אַז עס זיינען געווען צוויי באַזונדערע מחנות וואָס די צווייטע האָט געקענט אַנטלויפן
(אין דער צייט ווען עשו באַפאַלט די ערשטע מחנה).
און רש”י איז מפרש אַז „והי’ המחנה הנשאר לפליטה” מיינט „ על כרחו כי אלחם עמו”,
אַז עשו וועט בעל כרחו ניט קענען זיי שלעכטס טאָן
דער „ויחץ גו’ לשני מחנות” - איז מחנה האחת געווען הצאן והבקר והגמלים
(וכמובן אויך פון דעם „עם אשר אתו” - די רועים וכו’ וואָס זיינען שייך צו זיי),
און די „מחנה הנשאר” איז די „נשים והילדים” און דער „עם” וואָס איז שייך צו זיי 35
- כמפורש דערנאָך באַ „ויעבור את מעבר יבק” 36
צוויי באַזונדערע ויעבור.
נאָך דעם ויחץ - קען ערשט קומען די תפלה - וויבאַלד און מצד הבטחות שהבטחתני 37
- וואָס דערפאַר איז מחנה הנשאר
(הנ”ל)
לפליטה בודאות ,
משא”כ צאן וכו’ פון מחנה האחת.
און כדי צו מוכיח זיין די וודאות פון יעקב’ן אַז ער וועט מנצח זיין עשו’ן,
איז רש”י ממשיך „התקין 38
עצמו לשלשה דברים” - אַז יעדע פעולה וואָס יעקב האָט געטאָן פאַר די הצלה,
איז געווען אין אַן אופן פון „התקין עצמו”,
כדלקמן.
ו.
ווען אַ מענטש גרייט זיך צו טאָן א ַגעוויסע זאַך,
אָדער מערערע זאַכן,
איז דער ביטוי ע”ד הרגיל דערויף: „הכין 39
עצמו” וכיו”ב.
דאָ שטייט אָבער דער לשון „התקין עצמו”,
קומט דאָס מדגיש זיין נאָך אַן ענין אין דער הכנה:
„הכין” מיינט כפשוטו,
אַז ער גרייט זיך טאָן אַ געוויסע פעולה וואָס די הכנה קען זיין אָדער דורך אַ מעשה בפועל,
אָדער דאָס איזאַ הכנה בנפש צו טאָן די פעולה,
צו מתפלל זיין וכיו”ב.
דער לשון „התקין” - מלשון תיקון 40
- מיינט ניט בלויז הכנה סתם,
נאָר ס’איז אויך מתאר דעם אופן ההכנה -ער איז „מתקן” עצמו ,
ער טוט אויף אין זיך די צוגעגרייטקייט צו טאָן דאָס.
עד”ז איז געווען ביי יעקב’ן.
דאָס וואָס ער האָט זיך געגרייט לדורון ולתפלה ולמלחמה איז געווען באופן של „ התקין עצמו”:
ווי רש”י איז מפרש - בנוגע למלחמה - מצד עצמו איז וירא ויצר 41
האָט געדאַרפט זיין „ התקין עצמו”; בנוגע לדורון - איז ער געווען שרוי בכעס שהי’ צריך לכל זה 42
- נאָר „ התקין עצמו”; און אַזוי אויך בנוגע לתפלה - אַז אע”פ וואָס „אני 43
ירא שמא משהבטחתני נתלכלכתי בחטא ויגרום לי להמסר ביד עשו” איז התקין עצמו און האָט מתפלל געווען און מוסיף געווען בתפלתו „היטב איטיב 44
- היטב בזכותך איטיב בזכות אבותיך”.
ז.
עפ”ז איז מוסבר דער טעם וואָס רש”י ברענגט די ראיות דוקא פון די פסוקים
(און ניט פון אַנדערע),
ווייל די ראיות פון זיי זיינען ניט בנוגע דער עצם הכנה,
אַז ער האָט זיך געגרייט צו די דריי זאַכן,
נאָר אַז די הכנה צו די דריי זאַכן איז געווען אין אַן אופן פון „ התקין עצמו”.
„לדורון - ותעבור המנחה על פניו”
(וואָס דערפון וואָס רש”י איז מעתיק פון פסוק אויך די ווערטער „על פניו” איז מובן אַז די ווערטער זיינען נוגע צו דער ראי’)
- ווייל פון דעם פסוק לערנט מען אַרויס „על פניו אף הוא שרוי בכעס שהי’ צריך לכל זה”.
„לתפלה - אלקי אבי אברהם”,
וואָס דער לשון איז מרמז אויף הבטחת הקב”ה לאבות,
כנ”ל.
ועד”ז ביי מלחמה,
וואָס רש”י ברענגט דערויף די ראי’ פון פסוק „והי’ המחנה הנשאר לפליטה”: אַז כאָטש מען ווייס פון פריער אַז וירא ויצר כו’
(כנ”ל)
איז „התקין עצמו” למלחמה,
וויבאַלד אַז „ והי’ המחנה הנשאר לפליטה”,
עס איז ברור און ודאי אַז די מחנה הנשאר מוז ניצל ווערן
(מצד הבטחת הקב”ה),
און רש”י ברענגט „למלחמה” לבסוף - ווייל דאָס איז געווען די שווערסטע זאַך פון דעם „התקין עצמו” באַ די שלשה דברים,
אַראָפּנעמען דעם וירא ויצר - פון שמא יהרג אָדער יהרוג אחרים 41 .
ח.
עס בלייבט אָבער נאָך ניט פאַרענטפערט: פאַרוואָס איז רש”י מקדים „דורון” פאַר „תפלה”?
לכאורה איז תפלה געקומען פריער.
איז דער ביאור בזה,
אַז אע”פ אַז לפועל האָט ער דעם דורון געשיקט נאָך דער תפלה,
איז אָבער דער תוכן הענין פון דורון - „למצוא חן בעיניך” 45
-געווען די ערשטע זאַך וואָס יעקב האָט מקדים געווען צו טאָן - נאָך דאַן ווען ער האָט געשיקט די מלאכים צו עשו’ן,
כמפורש בהתחלת הפרשה.
[אמת טאַקע אַז בעת צרה איז צום אַלעם ערשטן איז מען מתפלל צום אויבערשטן אַז ער זאָל שיקן אַ הצלה וישועה מלמעלה,
אָבער באַ יעקב’ן איז דאָך געווען - כפרש”י 46
- היית אומר - ניט כרגיל „אמרת” 47
- געהאַלטן אין איין זאָגן „אחי הוא”
מער ניט וואָס יעקב האָט געוואָלט עס זאָל זיין נאָך מער פון אחוה סתם,
נאָר - למצוא חן בעיניך און דערפאַר -איז „וישלח יעקב מלאכים גו’ ואשלחה להגיד לאדוני למצוא חן בעיניך -שאני שלם עמך ומבקש אהבתך ” 48
ניטאָ קיין עת צרה.
ערשט ווען די מלאכים האָבן זיך צוריקגעקערט און דערציילט אַז עס איז ניט „אחי הוא” נאָר „עשו הרשע" 46 ,
האָט יעקב מתפלל געווען „ הצילני נא גו’”,
און דערנאָך אים געשיקט דעם דורון,
אפשר וועט ער אים מיט דעם קענען מפייס זיין].
ט.
ס’איז אָבער נאָך אַלץ ניט גלאַטיק דער לשון רש”י „התקין עצמו לשלשה דברים ” - דלכאורה האָט ער געדאַרפט זאָגן „התקין עצמו לדורון לתפלה ולמלחמה”
(ובלשון הש”ס בכ”מ 49
: מניינא למה לי)?
והביאור בזה:
אויך נאָך דעם ווי די מלאכים האָבן מודיע געווען יעקב’ן אַז ניט „אחי הוא” נאָר „נוהג עמך כעשו הרשע ועודנו בשנאתו” - איז באַ יעקב’ן געווען דריי מעגליכקייטן בבת אחת:
מצד עשו ,
איז אפשר מספיק צו שיקן אים אַ דורון און דערמיט אים מפייס זיין,
ווי ס’איז מובן געווען באַ יעקב’ן פון דעם וואָס רבקה האָט עם געשיקט 50
אַז ער זאָל זיך אומקערן קיין ארץ ישראל
- דלכאורה תמוה: וויבאַלד אַז עשו הרשע איז „עודנו בשנאתו”,
ווי אַזוי האָט רבקה געשיקט צו יעקב’ן אַז ער זאָל זיך אומקערן?
איז דערפון גופא אַ הוכחה,
אַז כאָטש עשו איז „עודנו בשנאתו”,
איז אָבער בטל געווארן חמת עשו,
און ס’איז ניטאָ קיין סכנה פון „אשכל גם שניכם יום אחד” 51 .
און שנאתו קען מען אַראָפּנעמען דורך שיקן אים אַ דורון,
מצד יעקב אָבער,
וואָס ער האָט חושש געווען
(„שמא ..
נתלכלכתי בחטא”)
קען זיין אַז דער „עודנו בשנאתו” איז גענוג אויף זיין אַ מצב פון סכנה ע”ד ווי מ’געפינט באַ לוט אַז דער חטא פון ישיבתו בסדום האָט געבראַכט דעם „ויקחו את לוט” 52
- האָט ער אויך געדאַרפט האָבן די תפלה „אלקי אבי אברהם” - בזכות אבותיך.
און וויבאַלד די פעולת ההצלה שע”י תפלה קען זיין אויף צוויי אופנים -
(א)
ווי דער אויבערשטער האָט אים מציל געווען פון לבן - „אלקי אבי אברהם ופחד יצחק הי’ לי גו’ ויוכח אמש” 53
;
(ב)
אַ הצלה וואָס מ’דאַרף אָנקומען צו אַ מלחמה,
ווי די הצלה פון לוט 54
וואו אברהם האָט געדאַרפט מלחמה האָבן אים צו ראַטעווען - דערפאַר האָט יעקב געמוזט זיך מכין זיין אויך צו מלחמה.
יו”ד.
ע”פ יינה של תורה שבפירוש רש”י י”ל - אין דעם וואָס יעקב „התקין עצמו” צו אַלע שלשה דברים בבת אחת .
און דאָס איז אויך דער דיוק לשון רש”י „ התקין עצמו לשלשה דברים”,
ווייל כדי גרייט זיין צו טאָן די דריי זאַכן צוזאַמען ,
איז היפך הטבע,
מוז זיין „התקין עצמו”,
מען דאַרף זיך מתקן ומשנה זיין.
וואָרום יעדער פון די דריי ענינים איז אַ תנועה הפכית פון דעם צווייטן ענין: דורון איז אַ תנועה פון קירוב וחסד,
מלחמה - אַ תנועה פון ריחוק וגבורה.
און ביידע - בין בנ”א.
תפלה - איז בקשת רחמים מלמעלה .
און דעריבער,
כדי צו קענען שטיין אין די דריי פאַרשידענע
(הפכיות’דיקע)
תנועות בבת אחת,
איז דאָס ניט בטבע האדם - אפילו ניט לפי טבע דקדושה פון נפה”א
(וואָס יעדע מדה איז אין אַ באַזונדער תנועה וציור),
נאָר עס פאָדערט זיך אַן ענין פון „התקין עצמו”,
שינוי הטבע.
יא.
ס’איז אָבער הא גופא טעמא בעי - פאַרוואָס האָט זיך געפאָדערט אַז יעקב זאָל שטיין אין די אַלע דריי תנועות בבת אחת ?
וועט מען דאָס פאַרשטיין לויט דעם ביאור אין חסידות 55
אויף דעם פסוק 56
„ונאספו שמה כל העדרים”,
ע”פ המשל פון אַ מלחמה גשמית,
אַז די הצלחה במלחמה ווערט דורך דעם וואָס מ’שטעלט אַוועק „כל ג’ מחנות שלו נגד מחנה וחלק א’ של השונא”,
וואָס דאַן „יתגבר בודאי עליו”,
און דערנאָך „יעשה כן למחנה ב’ של השונא וכו’”.
און עד”ז איז אין עבודת ה’,
אַז כדי צו מנצח זיין מלחמת היצר,
דאַרף מען מעורר זיין „כל ג’ מדות דקדושה
(אהבה יראה און רחמים)
לעומת מדה אחת דקליפה ועי”ז בודאי יפילו וינצחו אותה”.
און דאָס מיינט „ונאספו שמה כל העדרים” - „שהם אהוי”ר ורחמנות דקדושה”.
כשם ווי דאָס איז אין מלחמת היצר
(ביי יעדן אידן בפרט),
עד”ז איז דאָס אין דער עבודה פון אידן אין גלות בכלל,
וואָס אין גלות זיינען דאָ כמה סוגים כלליים - גלות ישמעאל און גלות אדום
(עשו)
- אַז כאָטש יעדער סוג גלות האָט זיין פרטיות’דיקן אופן העבודה מתאים לאופן הגלות
(ישמעאל חסד דקליפה,
עשו גבורה דקליפה 57 )
-איז אָבער דער זיכערער דרך צו ביישטיין
(און - ביז צו מנצח זיין און איבערמאַכן)
דעם גלות דאַרף מען צונויפקלייבן אַלע ג’ מדות דקדושה ביחד .
און וויבאַלד אַז די נתינת כח אויף דער עבודה פון אידן
(סימן - לבנים)
נעמט זיך פון „מעשה אבות” - געפינט מען ביי יעקב’ן,
בחיר שבאבות,
די התכללות פון אַלע ג’ מדות אין די ביידע סוגים פון גלות:
אַלס הקדמה צו זיין זיין אין בית לבן
(וואָס איז פאַרבונדן מיט גלות בבל 58 )
- ונאספו שמה כל העדרים; און עד”ז אין דער עבודה פון בירור פון עשו’ן
(גלות אדום)
אַז עס איז געווען „התקין עצמו לשלשה דברים
(ביחד)
” - די דריי קוין פון חסד
(דורון)
גבורה
(מלחמה)
און ת”ת ורחמים
(תפלה).
יב.
פון כהנ”ל איז אויך די הוראה אין דער עבודה פון יעדן אידן:
בשעת מ’דאַרף ראַטעווען אידישע קינדער פון דעם אופן החינוך פון עשו’ן,
קען מען זיך ניט באַנוגענען מיט זיין אייגענעם טבע ווי ער איז איינגעוואוינט אין עבודת ה’,
נאָר עס דאַרף זיין „התקין עצמו”,
זיך מתקן זיין און איבערמאַכן.
וואָרום בשעת מען גייט מיט אַ חשבון וטעם ודעת,
מתאים לפי עבודה פרטית נגד עשו’ן,
קען מען ניט זיין זיכער אַז מ’וועט קענען מיט אים זיך איינקערן ובעיקר ראַטעווען אַלעמען וועמען מ’דאַרף פון אים ראַטעווען.
דוקא בשעת מען גייט אָן חשבונות אין אַן אופן פון „על כרחו”,
און מיט אַלע זיינע כוחות צוזאַמען,
התקין עצמו,
איז מען מצליח אַז מען נעמט איין עשו’ן ביז עס ווערט מקוים דער יעוד „ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשו והיתה לה’ המלוכה” 59 ,
בביאת משיח צדקנו,
במהרה בימינו ממש.
(משיחת ש”פ וישלח תש”ל)