א.
עם איז ידוע דער פתגם פון רבותינו נשיאינו 1
אז באלד נאך שמח״ת
(ושבת בראשית) 2
הויבט זיך אן דער סדר העבודה פון ״ויעקב הלך לדרכו״ 3
- א איד גייט צו זיין דרך
(וסדר העבודה)
פון דעם גאנצן יאר.
און ווי גערעדט שוין כמה פעמים 4
דער ביאור אין דעם: במשך חודש תשרי זיינען אידן פארנומען בעיקר מיט עניני קדושה
(די ימים טובים ומצות שבהם און די הכנות צו זיי)
; נאכן חודש תשרי גייט מען אריין אין וואכעדיקע טעג און וואכעדיקע ענינים - רוב טעג זיינען ימי החול וואס אין זיי זיינען די מערסטע אידן פארנומען מיט עסק הפרנסה וכו׳.
און אט דער איבערגיין פון דער עבודה פון חודש תשרי צו דער עבודה פון כל השנה איז מרומז אין "ויעקב הלך לדרכו",
וואס די הדגשה פון ווארט ״לדרכו״ - צו זיין וועג - אנטהאלט אין זיך א תוכן פון צוויי קצוות: פון איין זייט ווערט דערמיט אנגעדייט,
אז דער וועג,
אויף וועלכן א איד גייט אין דער וואכעדיקייט פון גאנצן יאר נאך תשרי,
איז ניט ווי דער וועג פון חודש תשרי,
נאר ״דרכו״ - זיין
(דעם מענטשם)
וועג: דעם גרעסטן טייל פון טאג איז א איד פארנומען מיט פרנסה,
עסן און טרינקען און שלאפן 5
א.
א.
וו.
- און אין דעם וועג זעט זיך ניט
(בגלוי)
קיין הייליקייט.
אין דעם איז,
לכאורה,
ניטא קיין אונטערשייד צווישן א אידן און א ניט-אידן.
לאידך,
אין דעם זעלבן ווארט "לדרכו" ווערט אונטערגעשטראכן אז דער וועג אין וועלכן דער איד גייט במשך דעם גאנצן יאר איז "לדרכו": זיין וועג - יעקב
(אבינו׳)
ס באזונדער דרך,
וואס ער האט אויסגעטראטן פאר אלע אידן; ד.
ה.
אויך דער וואכעדיקער דרך פון א אידן,
זיין גאנג און אויפפירונג במעשיו,
במאכלו ובמשקהו כו׳ ובמשאו ובמתנו וכו׳ 6
,
איז אנדערש ווי ביי א ניט איד,
להבדיל; ס׳איז אין א אידישן אופן,
אין אן אופן פון "לשם שמים" 7
און "בכל דרכיך דעהו" 8 .
און דערמיט איז אויך פארשטאנדיק די שייכות פון "ויעקב הלך לדרכו" צום זמן פון חודש תשרי - און מ׳איז מכריז
(כידוע המנהג בכ״מ)
"ויעקב הלך לדרכו״ 9
- ווארום די נתינת כח וואס א איד האט,
צו קענען אויפטאן אז אין "דרכו",
אין זיינע וואכעדיקע ענינים 10
,
זאל זיך אנזען און דערפילט ווערן אז דאס איז ״ דרכו ״ - דער ספעציעלער וועג פון א אידן - נעמט זיך פון דער קדושה ותומ״צ וועלכע א איד שעפט אן במשך פון חודש תשרי,
חודש הכללי.
ב.
די רייד פון רבותינו נשיאנו זיינען מדוייק בתכלית הדיוק,
ובמילא דארף מען זאגן,
אז דאס וואס דער אוועקגיין פון חודש תשרי אינעם דרך וסדר העבודה במשך השנה איז מתואר מיט די ווערטער "ויעקב הלך לדרכו",
איז דאס ניט בלויז דערפאר וואס אין די ווערטער איז מרומז די עבודה,
נאר ווייל דער דרך וסדר העבודה הנ״ל איז אויך בהתאם צו דעם ענין וסופו,
וואו די ווערטער ווערן געזאגט בתורתנו תורת חיים
(הוראה בחיים),
בפרשתנו בקשר מיט "ויעקב הלך לדרכו".
איז ניט מובן: דער פסוק "ויעקב הלך לדרכו" רעדט ווען יעקב׳ם גיין פון חו״ל ,
פון ״חרן״ - "חרון אף של מקום בעולם" 11 ,
קיין ארץ ישראל,
ארץ הקודש ; קומט אויס,
אז די הליכה פון "יעקב לדרכו״ 12
ווי דאס איז מתואר אין פסוק,
איז בסדר ותוכן הפכי פון דער הליכה הנ״ל פון א אידן
(פון עניני קדושה
(חודש תשרי)
צו עובדין דחול
(די עבודה פון כל השנה)) 13 ?
ג.
דער ביאור אין דעם: דער פסוק ״ויעקב הלך לדרכו״ קומט בסיום סיפור המעשה ווי יעקב איז אנטלאפן פון לבן,
ווי לבן האט אים נאכגעיאגט,
און די טענות און איבעררייד צווישן יעקב און לבן 14 ,
ביז אז "וישכם לבן בבוקר וינשק לבניו ולבנותיו ויברך אתהם וילך וישב לבן למקומו ויעקב הלך לדרכו גו׳״ 15 .
ד.
ה.
אז "ויעקב הלך לדרכו" קומט ניט בהמשך צו עבודת יעקב בבית לבן,
נאר נאכדעם ווי ער איז שוין אוועק פון בית לבן בחרן,
און לבן איז אים נאכגעלאפן.
און אין דעם באשטייט די שייכות צווישן "ויעקב הלך לדרכו"
(אין אונזער פרשה)
צו דער הכרזה פון "ויעקב הלך לדרכו״ בסיום חודש תשרי: דער ענין פון רדיפת לבן וכו׳ בפנימיות הענינים,
איז די נתינת כח צו יעקב׳ן אז ער זאל קענען בייקומען עשו׳ן
(ווי דערציילט אין דער ווייטערדיקער פרשה וועגן די הרפתקאות פון יעקב׳ן ביים באגעגענען זיך מיט עשו׳ן),
וואס דאס איז דער בירור פון עשו׳ן; און דאס איז ע״ד ווי די נתינת כח פון חודש תשרי אויף דער עבודת הבירורים פון כל השנה כולה.
ד.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים דעם ביאור פון מעזריטשער מגיד 16
,
אז דער טעם
(בפנימיות הענינים)
וואס לבן האט נאכגעיאגט יעקב׳ן איז: לפי שיעקב אבינו השאיר אחריו אותיות התורה שעדיין לא הוציא אותם מלבן ולזאת רדף לבן אחר יעקב ליתן לו את האותיות שנשארו אצלו וניתוסף פרשה א׳ בתורה באלו האותיות 17 .
איז ניט מובן 18
: די "אותיות התורה" וואס יעקב האט איבערגעלאזן ביי לבן׳ען,
זיינען דאך ניצוצות קדושה וואס האבן זיך געפונען בא לבן׳ען,
היינט וויבאלד אז דער תכלית וואס יעקב האט זיך צוואנציק יאר געפונען בבית לבן איז געווען צוליב מברר זיין דארט די ניצוצות הקדושה - איז פארוואס האט ער די ניצוצות איבערגעלאזן און זיי ניט מברר געווען?
און די העלאה זייערע איז גע-ווען דוקא דורך לבן׳ס ״וירדף אחריו"?
איז פון דעם גופא מוכח,
אז אין די ניצוצות קדושה,
וואס זיינען געווען אין לבן׳ס רשות,
זיינען געווען צוויי סוגים: א)
ניצוצות וואס יעקב מיט זיין עבודה דארט האט זיי געקענט מברר זיין; ב)
אזעלכע ניצוצות,
וואס זייער בירור האט ניט געקענט זיין דורך יעקב׳ס עבודה אליין,
נאר דורך לבנ׳ס רדיפה נאך יעקב׳ן.
ע״ד דוגמא ווי עס זיינען פאראן צוויי סוגי מצוות: א)
"סתם כל המצוות",
ווי סוכה,
לולב 19
אד״ג,
וואס זייער קיום איז אפהענגיק פונעם מענטשנ׳ס דעת ורצון - די מצוה ווערט דורכגעפירט דורך דעם וואס דער מענטש וויל און האט אין זינען צו טאן די מצוה; ב)
מצוות וואס זיינען ניט תלוי אין רצון ודעת האדם,
ואדרבה,
זייער קיום איז דווקא שלא מדעתו ווי די מצוה פון שכחה וכה״ג
(ע״ד ווי ס׳איז מבואר אויך בנוגע צו "כבוד" און "גדולה" 20 ).
און דער טעם פנימי פון דעם חילוק איז: די מצוות וואס זיינען פארבונדן מיט דעת ורצון האדם,
זיינען מושרש למעלה אין דער דרגא פון כתר,
אריך אנפין וואס איז די בחי׳ פון רצון העליון - און דערפאר זיינען זיי אויך למטה פארבונדן מיט דעת ורצון המקיים און דורך זיין עשי׳ איז ער ממשיך פון רצון העליון; משא״כ די מצוות וואס זייער קיום איז דוקא שלא מדעת,
ווי שכחה הנ״ל,
זייער שורש איז אין בחי׳ תחתונה שבמאציל
(וואס איז העכער פון רצון )
- און דער-פאר זיינען זיי אויך למטה העכער פון צו זיין געבונדן מיט דעת ורצון האדם,
כמבואר בלקו״ת 21 .
עד״ז וועט זיין פארשטאנדיק אויך בנוגע צו די צוויי סוגי ניצוצות וואס זיינען געווען ביי לבן׳ען: די ניצוצות וואס יעקב האט מברר געווען במשך זיין געפינען זיך ביי לבן׳ען,
זיינען געווען פון דעם סוג וואס האט געקענט און געדארפט מבורר ווערן דורך דעם וואס יעקב האט זיך אין זיי מתעסק געווען ברצונו ודעתו.
עס זיינען אבער ביי לבן׳ען געווען אויך אזעלכע ניצוצות נעלים,
וואס יעקב האט זיי ניט געקענט מעלה זיין דורך זיין עבודה מיט רצון ודעת - און דערפאר זיינען זיי איבערגעבליבן ברשות לבן; און זייער בירור ועלי׳ איז דורך א בח עליון
(בדרך אתערותא דלעילא).
ה.
די מדריגה וואס פון איר ווערט נמשך דער כח עליון בדרך אתערותא דלעילא,
איז מרומז אינעם נאמען "לבן",
ווי די רז״ל 22
זאגן אויפן פסוק 23
״הידעתם את לבן - הידעתם את מי שהוא עתיד ללבן עונותיבם בשלג".
און די הסברה אין דעם איז
(במבואר בתו״א 24
),
אז דער ענין פון לבן דקדושה - די בחי׳ פון לובן העליון,
"בחי׳ אור עצמותו ומהותו של אא״ם ב״ה״ -איז דאס ווי,
למשל,
דער מראה וגוון לבן
(דער ווייסער קאליר)
וועלבער איז אנדערש פון אלע אנדערע קאלירן: די אנדערע גוונים ווערן אויפגעטאן דורך דער מציאות פון פארב וואס שאפט דעם באשטימטן גוון.
משא״ב די מראה וגוון לבן איז דאס ווי עם זעט אויס דער עצם ומהות פון א זאך,
וואס ווערט ניט אויפגעמאבט דורך פארבן,
"ובן הוא עד״מ אוא״ס ב״ה בעצמו ובבבודו דלית בי׳ בחי׳ גוונין בלל".
און דאס איז די שייבות פון לבן צו דעם וואס ער איז "עתיד ללבן עונותיבם בשלג",
כמארז״ל הנ״ל,
ווייל דער ליבון,
די מחילה פון די עוונות,
קומט דורך המשבת עצמות אוא״ם ב״ה וואס איז העבער פון סדר ההשתלשלות,
וואס דאס איז די בחי׳ פון לובן העליון 25
- דער שורש בריבוי השתלשלות ובו׳ פון לבן שלמטה.
און דאס איז דער טעם וואס די רז״ל 26
זאגן: תשובה תולה ויוהב״פ מבפר,
אז תשובה אליין איז ניט גענוג און דווקא יוהב״פ,
עיצומו של יום איז מבפר - ווארום דער לובן העליון,
וואס פון דארט קומט די מחילת העוונות,
היות אז דאס איז א מדריגה וואס איז העבער פון השתלשלות,
קען עם דעם אדם ניט ממשיך זיין דורך זיין עבודה און אתעדל״ת
(אליין),
אפילו ניט דורך עבודת התשובה,
נאר זי קומט מלמעלה בדרך אתעדל״ע 25
אין יוהב״פ 27 .
ו.
עפ״י הנ״ל
(אז די בחי׳ פון לובן העליון נוואם איז ״נשפל״ געווארן "בלבן גשמי" 28
]
קען ניט נמשך ווערן דורך עבודת האדם ואתעדל״ת,
נאר דוקא דורך אתעדל״ע)
איז פארשטאנדיק,
אז דער בירור פון די
(נידעריקערע)
ניצוצות,
וואס יעקב האט אויפגעטאן אין די צוואנציק יאר בבית לבן,
וויבאלד דאס איז געווען דורך זיין עבודה בדרך אתעדל״ת,
האט נאך ניט פועל געווען דעם גילוי פון לובן דקדושה וואס איז ״נשפל״ געווארן אין דעם לבן הגשמי; דווקא ווען לבן
(דורך זיין שורש - לובן העליון)
איז נאכגעלאפן יעקב׳ן
(היינו בדרך אתעדל״ע)
צו איבערגעבן אים די ניצוצות נעלים
(אותיות)
וואס זיינען ביי אים איבערגעבליבן,
דעמאלט איז ביי יעקב׳ן נתגלה געווארן די בחי׳ לובן העליון וואס איז געווען באהאלטן אין
(גשמיות׳דיקן)
לבן למטה.
און דערמיט איז מובן דער המשך הענין "וישכם לבן בבוקר וינשק לבניו ולבנותיו"
(אלם הקדמה צו "ויעקב הלך לדרכו״)
: נאך דעם ווי ס׳איז געווען ״וירדוף״ פון לבן - לובן העליון כנ״ל - איז דאן נמשך און נתגלה געווארן דער לובן העליון אין דעם אופן פון "נשיקין ואתדבקות רוחא ברוחא" 29
צו יעדן פון די בני ישראל - "וינשק לבניו ולבנותיו",
וואס דאס איז תכלית הדביקות באלקות.
און דאס איז דער צוזאמענהאנג פון "וישכם גו׳ וינשק
(לבן)
וגו׳" מיט "ויעקב הלך לדרכו": אויפן וועג פון יעקב׳ם הליכה צו ארץ ישראל האט ער זיך באגעגנט און געהאט צו טאן מיט עשו׳ן און האט זיך "מתאבק" געווען מיט שרו של עשו - עבודת הבירורים - איז אים די נתינת כח אויף דער עבודה געקומען פון "וישכם לבן בבוקר",
פון המשכת לובן העליון.
ז.
עפ״י הנ״ל איז פארשטאנדיק די שייכות פון "ויעקב הלך לדרכו"
(שבפרשתנו)
צו דער עבודה פון יעדן אידן אין זיין הליכה פון חודש תשרי צו דער עבודה פון כל השנה:
נאך די טעג פון התעוררות און עבודת התשובה פון יעדן אידן אין חודש אלול,
אין די ימי הסליחות ובפרט אין די עשרת ימי תשובה,
וואס דערמיט איז ער מעורר וממשיך מלמעלה דאס וואס ער איז בכח צו ממשיך זיין דורך אתעדל״ת,
דורך אייגענער עבודה,
ווערט דערנאך נמשך דער גילוי בחי׳ לובן העליון בדרך אתעדל״ע - ״וישכם לבן בבוקר״ - אין יום הכפורים
[וואס דערפאר 30
זיינען די ספעציעלע לבושים פון כה״ג ביוהכ״פ געווען בגדי לבן 31
,
וואס ווייזט אויף דעם גילוי פון אוא״ם ממש,
פשוט בתכלית הפשיטות כנ״ל],
און ווי ס׳איז מבואר אין לקו״ת 32
,
אויף ביום הזה יכפר עליכם לפני ה׳,
אז עם ווערט נתעורר "פנימיות רצונו ית׳",
וואס דאס ווערט אנגערופן "כארז בלבנון" ווייל ער איז "מלבין עונותיהם של ישראל״ -
און "וינשק לבניו ולבנותיו": עם ווערט נמשך אין אלע "פרצופים העליונים",
ביז אויך אויף צו מהפך זיין דעם רע פון נפש הבהמית וואס ווערט אנגערופן "בניו ובנותיו",
אז "זדונות נהפכים לזכיות ממש" 33 .
און דעריבער,
איז באלד נאך יוהכ״פ,
נאכדעם ווי ס׳איז געווען די המשכה נעלית פון לובן העליון,
הויבט זיך אן די עבודה פון "ויעקב הלך לדרכו",
כמבואר אין דרושי חסידות 34 .
אבער דער עיקר הענין פון "ויעקב הלך לדרכו" פאנגט זיך אן נאכן חודש תשרי,
דהיינו נאכדעם ווי די בחי׳ פון לובן העליון קומט אראפ בגילוי און אין א פנימיות אין חג הסוכות און שמע״צ ושמח״ת,
וואס דעמאלט איז אויך דער עיקר המשכה פונעם נתינת כח אויף דער עבודה פון ״ויעקב הלך לדרכו״ - אויך זיין דרך העבודה אין אלע עניני חול 35 ,
צו מברר זיין די ניצוצות און זיי מעלה זיין לקדושה 36
דורך דער עבודה פון "וכל מעשיך יהיו לשם שמים" און "בכל דרכיך דעהו".
(משיחת שבת בראשית תשי״ב)