B"H
🏡

Ikar

ויצא ג

א.

אויף די פסוקים 1

„וידר יעקב נדר לאמר אם יהי’ אלקים עמדי גו’ והי’ ה’ לי לאלקים והאבן הזאת אשר שמתי מצבה יהי’ בית אלקים גו’” – פרעגן מפרשים 2

: ווי קומט עס אַז יעקב האָט תולה געווען דעם קיום פון זיינע מעשים טובים

(והאבן הזאת גו’ עשר אעשרנו לך)

אין אַ תנאי „אם יהי’ אלקים עמדי גו’”?

צי האָט דען יעקב געדינט דעם אויבערשטן נאָר,

ח”ו,

צוליבן שכר ותועלת – ע”מ לקבל פרס?

!

איז דערפון גופא 3

געדרונגען,

אַז מיט זיין פאַרבינדן דעם נדר

(מעשים טובים)

מיט אַ תנאי האָט יעקב ניט געמיינט אַז זיין מטרה איז צו האָבן די עניני התנאי,

און בכדי זיי צו באַקומען האָט ער געגעבן אַ נדר צו טאָן מעשים טובים,

נאָר להיפך: די מטרה זיינע איז געווען דער קיום הנדר 4 ,

און זיין תולה זיין דעם נדר אינעם תנאי „אם יהי’ אלקים עמדי גו’” איז וויילע דאָס איז דער וועג דורך וועלכן* 4

דער נדר קען זיך אויספירן 5 .

ב.

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים וואָס בנוגע דעם תנאי און דעם נדר זיינען דאָ צוויי פירושים: רש”י לערנט 6

אַז דער תנאי איז כולל

(און ענדיקט זיך מיט)

„והי’ ה’ לי לאלקים”

(„שלא ימצא פסול בזרעי”),

און דער נדר הויבט זיך אָן מיטן צווייטן פסוק – „והאבן הזאת אשר שמתי מצבה גו’”; און דער רמב”ן 7

לערנט,

אַז „והי’ ה’ לי לאלקים” איז

(ניט דער המשך התנאי „כדברי רש”י”,

נאָר)

דער אָנהויב פון נדר ,

און דער תנאי ענדיקט זיך מיט די ווערטער „ושבתי בשלום אל בית אבי”.

דאַרף מען פאַרשטיין לשיטת הרמב”ן: וויבאַלד „והי’ ה’ לי לאלקים” איז די התחלה פון דעם נדר,

האָט די חלוקת הפסוקים געדאַרפט זיין אין אַן אופן אַז „והי’ ה’ לי לאלקים” זאָל זיין

(ניט דער סיום פון פסוק „ושבתי בשלום גו’” וואָס רעדט וועגן תנאי,

נאָר)

די התחלה פון פסוק „והאבן הזאת גו’” וואָס רעדט וועגן נדר?

[ובפרט אַז „והי’ ה’ לי לאלקים” האָט

(לשיטתו)

ניט בלויז אַ שייכות צו „והאבן הזאת גו’ יהי’ בית אלקים” מצד דעם וואָס זיי זיינען טיילן פון נדר,

נאָר נאָכמער – זיי זיינען איין תוכן והמשך ,

ובלשון הרמב”ן: אעבוד השם המיוחד ..

במקום האבן הזאת שתהי’ לי לבית אלקים].

מוז מען זאָגן אויך לדעת הרמב”ן,

אַז „והי’ ה’ לי לאלקים”

(הגם אַז דאָס איז אַ חלק פון נדר)

האָט איןאַ פרט מער שייכות מיטן תנאי „ושבתי בשלום” ווי מיטן המשך הנדר „והאבן הזאת גו’”,

וואָס דעריבער שטייען זיי

(„והי’ גו’” און „ושבתי גו’”)

אין איין פסוק.

ג.

כשם ווי דער נדר ווערט איינגעטיילט אין צוויי פסוקים

(„והי’ ה’ לי לאלקים” און „והאבן הזאת וגו’”)

דערפאַר וואָס דאָס זיינען צוויי סוגים אין נדר,

כנ”ל – עד”ז איז אויך בנוגע די תנאים וואָס יעקב האָט אויסגענומען,

אַז דאָס וואָס זיי טיילן זיך אין צוויי פסוקים –

(א)

„אם יהי’ אלקים עמדי גו’ ושמרני גו’ ונתן גו’ ובגד ללבוש”,

און

(ב)

„ושבתי בשלום אל בית אבי”

(און לויט רש”י – אויך דעם סיום הפסוק „והי’ ה’ לי לאלקים”)

– איז עס צוליב דעם וואָס זיי זיינען צוויי סוגים.

און ווי דאָס איז אויך מודגש אין לשון הפסוק: אין ערשטן פסוק רעדט זיך וועגן זאַכן וואָס דער אויבערשטער וועט טאָן – „ יהי’ אלקים עמדי ושמרני גו’ ונתן לי גו’”; משא”כ אין צווייטן פסוק איז דער לשון „ ושבתי גו’”

(ניט – „והשיבני גו’” וכיו”ב) 8 ,

כאילו ווי די השבה וועט זיך אויפטאָן פון זיך אַליין 9 .

ד.

די נקודת הביאור בכל זה:

די „ירידה” פון יעקב אבינו – זיין אַרויסגיין פון באר שבע

(ארץ ישראל)

קיין חו”ל ובפרט חרן

(חרון אף של מקום

(בעולם) 10 ),

איז געווען לצורך עלי’.

און אין דער עלי’ זיינען דאָ דריי ענינים:

א)

דורך דעם וואָס זייענדיק דאָרט,

אין חרן און בית לבן,

איז ער ניט מושפע געוואָרן פון זיי און איז אַרויס פון דאָרט „שלם מן החטא” 11

– איז יעקב נתעלה געוואָרן צו אַ העכערער דרגא ווי ער איז געווען פריער קודם הירידה.

[וע”ד

(ולא ממש 12 )

המעלה פון אַ בעל תשובה אויף אַ צדיק – „מקום שבע”ת עומדין אין צדיקים גמורים יכולין לעמוד בו” – וואָס דאָס איז דערפאַר וואָס דער בעל תשובה האָט „טועם” געווען „טעם החטא” און פונדעסטוועגן „פירש ממנו וכבש יצרו” 13 ].

ב)

דאָרט דוקא האָט ער דורכגעפירט דעם ציווי „פרו ורבו גו’ וכבשוה”,

דעם „קח לך משם אשה גו’ ויפרך גו’” 14

ובאופן דמטתו שלימה 15 .

ג)

בלשון החסידות – דורך זיין עבודה מיט די צאן לבן,

במשך עשרים שנה 16 ,

האָט ער מברר ומעלה 17

געווען די ניצוצות קדושה וואָס האָבן זיך געפונען אין צאן לבן – און דאָס האָט אויפגעטאָן אין אים אַן עילוי ביז אינעם אופן פון „ויפרוץ האיש מאד מאד” 18 .

ה.

„מעשה אבות – סימן לבנים”.

איז מובן,

אַז דער ענין פון „ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה” איז פאַראַן אויך אין עבודת כאו”א; און ווי דער אור החיים 19

איז מבאר,

אַז דער פסוק איז מרמז אויף כללות ירידת הנשמה למטה

(און אויך אויף דער ירידה פון אידן אין גלות 20 ),

וואָס דאָס איז אַ ירידה צורך עלי’ – און אין דעם זיינען דאָ די ענינים הנ”ל

(ע”ד ווי די ענינים אין דער עלי’ פון יעקב) 21

:

א)

די נשמה זייענדיק למעלה פאַר דער ירידה איז זי בבחינת צדיק; און דורך דעם וואָס זי איז יורד למטה און ווערט נתלבש אין אַ גוף ונה”ב וועלכע זיינען מעלים ומסתיר אויף אלקות און פונדעסטוועגן טוט זי איר עבודה בתורה ומצוות – קומט אין איר צו די מעלה

(פון והרוח תשוב אל האלקים* 21 ),

פון בעל תשובה 22 .

ב)

בירידתה למטה איז זי מקיים דעם ציווי פרו ורבו גו’

(און תומ”צ בכלל).

ג)

דורך איר עבודה למטה אין דברים גשמיים טוט זי אויף אַז די וועלט זאָל ווערן אַ דירה לו ית’ – „דירה בתחתונים”,

און דורך דעם ווערט זי נתעלה אַ סאַך העכער ווי זי איז געווען פריער 23 .

און אין דעם ענין וואָס די וועלט

(„תחתונים”)

ווערט אַ דירה לו ית’

(און אין די עליית הנשמה וואָס ווערט דורך דעם),

איז דאָ אַ יתרון

(בפרט אחד)

אין דער עבודה פון „וכל מעשיך יהיו לשם שמים” 24

און „בכל דרכיך דעהו” 25

אויף דער עבודה פון לימוד התורה און קיום המצוות; וואָרום דורך דעם וואָס אויך די עניני הרשות פון מענטשן

(„מעשי ך ” און „דרכי ך ”)

זיינען „לשם שמים” און אין אַן אופן פון „דעהו”,

ווערט די דירה לו ית’ אויך אין „תחתונים” ממש 26 .

ו.

ויש לומר,

אַז דער יתרון פון דער עבודה אין עניני הרשות לגבי דער עבודה פון תומ”צ איז אויך בנוגע דעם ערשטן עילוי

(וואָס די נשמה קומט צו צו דער מעלה פון בעל תשובה)

* 26

:

בשעת אַ איד טוט אַ מצוה,

אפילו ווען דער קיום המצוה איז אין אַן אופן וואָס ער דאַרף זיך מתגבר זיין אויפן יצה”ר וואָס שטערט עם פון מקיים זיין די מצוה,

פונדעסטוועגן,

וויבאַלד אַז נאָכדעם ווי ער איז זיך כופה צו מקיים זיין די מצוה איז „ תשש יצרו” 27

און עס ווערט נתגלה זיין אמת’ער רצון – וואָס יעדער איד

(בפנימיותו)

„ רוצה הוא לעשות כל המצות” 28

– קומט אויס,

אַז אין דעם קיום המצוה גופא האָט דער יצה”ר קיין שייכות ניט; ובמילא איז דער קיום המצוה ניט אין דער בחי’ פון אַ בעל תשובה נאָר אין דער בחינה פון אַ צדיק;

משא”כ די עבודה פון „כל מעשיך יהיו לש”ש” און „בכל דרכיך דעהו”,

וויבאַלד אַז זיין טאָן די עניני הרשות קומט מצד דעם וואָס בטבעו איז ער מתאווה צו זיי מצד דעם גוף וקיומו וחיותו 29 ,

מצד נפשו הבהמית 30

[וואָס דערפאַר,

איז אויך ווען ער טוט זיי „לשם שמים” און אפילו אין אַן אופן פון „דעהו” – פאַרבלייבן זיי „מעשי ך ” און „דרכי ך ”]

– איז בשעת אַז ער טוט די עניני הרשות לשם שמים אָדער אין אַן אופן פון „דעהו”,

דאַן איז די עשי’ עצמה אין אַן אופן פון אַ „בעל תשובה”.

ז.

דער ביאור בפרטיות יותר אין דעם עילוי ה„תשובה” וואָס ווערט דערגרייכט דורך דער עבודה פון „וכל מעשיך כו’” „בכל דרכיך כו’” אויף דער „תשובה” פון „כבישת היצר” וואָס איז דאָ אויך אין דער עבודה פון תורה ומצוות:

איינע פון די מעלות אין עבודת התשובה

(כפשוטה)

איז,

וואָס תשובה ברענגט אַרויס דעם תוקף פון דער התקשרות פוןאַ אידן מיטן אויבערשטן,

אַז די התקשרות פאַרלירט זיך ניט ח”ו אפילו דורך אַ חטא און וואָס דערפאַר קען ער 31

אפילו לאחרי החטא נאָך אַלץ תשובה טאָן 32 .

ועד”ז איז אויך בנוגע דעם ענין ה„תשובה” וואָס איז דאָ אין דער עבודת הנשמה בירידתה למטה אַז אין דעם זאָגט זיך אַרויס בגילוי דער תוקף ההתקשרות פון דער נשמה מיטן אויבערשטן,

אַז אויך ווען זי איז אָנגעטאָן אין גוף ונה”ב

(און יצה”ר)

איז זי פאַרבונדן מיטן אויבערשטן דורך עבודת ה’.

ועפ”ז איז פאַרשטאַנדיק דער עילוי פון דער „תשובה” וואָס ווערט דערגרייכט דורך טאָן עניני הרשות לשם שמים,

לגבי דער „תשובה” וואָס איז דאָ אין דער עבודה פון תומ”צ:

אין דער עבודה פון תומ”צ זאָגט זיך אַרויס דער תוקף ההתקשרות פון דער נשמה אין דעם,

וואָס אויך זייענדיק אין גוף ונה”ב האָט זי בכח צו שטאַרקן זיך איבער זיי און „אַרויסגיין” פון זיי,

„ תשש יצרו”; דורך דעם אָבער,

וואָס אויך די עניני הרשות טוט זי „לשם שמים” וכו’ ברענגט זיך אַרויס,

אַז איר התקשרות איז אפילו אין די ענינים וואו ס’איז נרגש דער רצון פון נפש הבהמית.

ח.

אָבער אעפ”כ,

איז אויך דער עילוי פון דער נשמה – דער עילוי פון תשובה וואָס ווערט דורך עשיית עניני הרשות לשם שמים וכו’ – קומט ניט צו דעם עילוי

(ענין הג’ דלעיל סעיף ה’)

וואָס טוט זיך אויף אין איר דורך דעם וואָס זי מאַכט די וועלט פאַר אַ דירה לו ית’ 33 .

איינער פון די ביאורים בזה:

די התקשרות פון דער נשמה מיטן אויבערשטן איז פאַרבונדן מיט איר „מציאות” און „טבע”.

און דעריבער,

הגם אַז די טבע ההתקשרות איז מיט אַ תוקף

(וואָס בלייבט בשלימותו אפילו ווען זי איז מלובש אין נה”ב),

וויבאַלד אָבער אַז דאָס איז די „טבע” פון איר „מציאות”,

איז דאָ אין דעם אַ הגבלה 34 .

משא”כ 35

דורך דעם וואָס די נשמה פּועלט אַז די עניני העולם זאָלן ווערן כלים לאלקות – וויבאַלד אַז דאָס

(וואָס זיי ווערן כלים צו אלקות)

קומט ניט מצד זייער „טבע” און „מציאות”

[וואָרום אדרבה : די „מציאות” פון „עולם”

(מלשון העלם 36 )

איז מעלים ומסתיר אויף אלקות],

נאָר מצד דעם אויבערשטן ,

וואָס היות אַז זיין „אחדות” האָט ניט קיין הגבלות קען דעריבער אויך דער „עולם” זיין אַ דירה לו ית’ 37 ,

איז דורך דעם וואָס די נשמה מאַכט פון וועלט אַ דירה צום אויבערשטן און ברענגט דערמיט אַרויס דעם בל”ג פון אחדותו של הקב”ה – ווערט אויך איר התקשרות מיטן אויבערשטן

(ניט נאָר ווי ס’איז מצד איר „מציאות”,

נאָר)

ווי דאָס איז מצד אחדותו של הקב”ה הבלתי מוגבל 38 .

ט.

אָט די עליות,

צו וועלכע די נשמה קומט צו דורך איר ירידה למטה,

זיינען נאָך ניט דער תכלית המכוון פון איר ירידה.

וואָרום וויבאַלד אַז „כל מה שברא הקב”ה

(בעולמו)

לא בראו אלא לכבודו” 39

– און „אני נבראתי לשמש את קוני” 40

– איז פאַרשטאַנדיק,

אַז דער תכלית המכוון פון

(בריאת האדם און)

ירידת הנשמה למטה איז

(ניט צוליב דער עלי’ פון דער נשמה,

נאָר)

בכדי דורכצופירן דעם אויבערשטנ’ס כוונה 41 .

און ע”ד ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין תניא 42 ,

אַז ירידת הנשמה למטה איז ניט לצורך הנשמה,

נאָר בכדי צו איבערמאַכן דעם גוף ונפש החיונית און חלקו בעולם – „לקשרם ולייחדם באוא”ס ב”ה”,

וואָס דורך דעם וועט זיך אויספירן די כוונה פון „נתאווה 43

הקב”ה להיות לו דירה בתחתונים”.

עס איז נאָר,

וואָס היות אַז די נשמה איז די וואָס פירט אויס די כוונה הנ”ל,

קומט איר פאַר דעם אַ „שכר טוב לאין קץ”,

דערפאַר 44

האָט אויך זי אַן „עלי’ גדולה ונפלאה לאין קץ” 45 .

דאַרף מען פאַרשטיין: ווי איז דאָס מתאים דערמיט וואָס עס שטייט בכמה מקומות 46 ,

אַז די ירידת הנשמה למטה איז בשביל העלי’,

וואָס דאָס מיינט לכאורה אַז די עליית הנשמה איז ניט קיין ענין צדדי,

נאָר דער טעם ותכלית פון איר ירידה?

יוד.

איז דער ביאור אין דעם

(בקצרה עכ”פ)

:

ס’איז ידוע 47

אין דעם ענין פון „דירה לו ית’ בתחתונים”,

אַז דוקא „תחתונים” ווערן אַ דירה לו ית’ – לו לעצמותו.

אין „עליונים” זיינען מאיר „גילויים”,

משא”כ „תחתונים” ווערן אַ דירה לעצמותו ית’.

און דער ענין,

וואָס עצמות „געפינט” זיך דוקא למטה,

איז פאַרבונדן דערמיט וואָס דוקא אין עוה”ז איז דאָ דער ביטול פון „אין עוד”,

ניט ווי אין עולמות עליונים וואָס אין זיי איז דער ביטול פון „כלא” 48 .

און היות אַז די כוונה איז אַז די דירה זאָל זיך אויפטאָן דורך עבודת האדם דוקא 49

– דאַרף דעריבער אויך די עבודה

(דורך וועלכער עס טוט זיך אויף די „דירה”)

זיין בבחינת ביטול לגמרי

[ביז צו אַ ביטול וואָס איז „מעין” פונעם ביטול פון „אין עוד”,

אַזוי ווי דער ביטול פון אַן עבד פשוט 50

וואָס קומט

(ניט מצד דעם וואָס ער איז מרגיש הפלאת האדון וכיו”ב,

נאָר)

מצד דעם אדון אַליין 51 ].

ועפ”ז יש לומר אַז דאָס וואָס שטייט בכ”מ אַז ירידת הנשמה למטה איז „בשביל העלי’” 52

איז פאַרבונדן דערמיט וואָס שטייט אין תניא אַז ירידת הנשמה למטה איז בכדי צו דורכפירן די כוונה פון „דירה בתחתונים”: וואָרום די עליית הנשמה איז דאָך וואָס זי קומט צו צו בחינת ביטול

[אַז איר עבודה איז ניט מצד איר „מציאות” נאָר מצד אחדותו של הקב”ה 53

(כנ”ל ס”ח)]

– און אין דער כוונה פון „דירה בתחתונים” איז דאָך נוגע אַז די עבודת הנשמה וואָס טוט אויף די „דירה” זאָל זיין בבחי’ ביטול 54 .

יא.

ע”פ כל הנ”ל וועלן פאַרשטאַנדיק ווערן די פיר ענינים הנ”ל וואָס אין המשך הכתובים פון „וידר יעקב נדר” –

סיי די צוויי ענינים פונעם תנאי –

(א)

„יהי’ אלקים עמדי ושמרני גו’ ונתן לי לחם לאכול ובגד ללבוש”,

און

(ב)

„ושבתי בשלום אל בית אבי”

[וואָס פון זייער פאַנאַנדערטיילונג אין צוויי פסוקים איז מובן אַז זיי זיינען צוויי סוגים,

כנ”ל]

און סיי די צוויי ענינים פון דעם „נדר”

(לפירוש הרמב”ן)

(א)

„והי’ ה’ לי לאלקים”,

און

(ב)

„והאבן הזאת אשר שמתי מצבה יהי’ בית אלקים”

[וואָס אויך זיי טיילן זיך אין צוויי פסוקים]

:

דער תכלית המכוון איז

(כאמור לעיל סעיף א’)

דער נדר,

און דער תנאי איז נאָר די וועג ווי צו קענען דורכפירן דעם נדר.

וע”פ הנ”ל אַז דער תכלית פון ירידת הנשמה באַשטייט פון צוויי פרטים

[(א)

בשביל עליית הנשמה,

(ב)

בכדי צו אויפטאָן די „דירה בתחתונים”]

און אַזוי אויך אין איר עבודה וואָס ברענגט צו דעם זיינען דאָ צוויי ענינים

[די עבודה פון תומ”צ און די עבודה פון כל מעשיך לש”ש]

– דאַרף אויסקומען,

אַז די צוויי ענינים פון דעם תנאי זיינען די צוויי סוגי עבודה הנ”ל:

„יהי’ אלקים עמדי ושמרני גו’ ונתן לי לחם לאכול ובגד ללבוש” – דאָס איז דער נתינת כח מלמעלה אויף סור מרע,

אויסצוהיטן זיך פון עבירות

(ושמרני גו’ 55 )

און אויף עשה טוב,

לימוד התורה וקיום המצוות

(„לחם” ו„בגד” 56 )

; און „ושבתי בשלום גו’” – די עבודה אין דברי הרשות

[וואָס איז דוגמת ענין התשובה

(„ושבתי”)] 57 ,

טראָץ דעם וואָס זיין התעסקות אין דברי הרשות איז דערפאַר וואָס דער נפש הבהמית איז רוצה בהם פונדעסטוועגן 58

זיינען אויך די ענינים אים ניט מוריד אין רע

(„שלם מן החטא שלא אלמוד מדרכי לבן” 59 ),

וואָרום ער טוט זיי ניט למלאות תאוותו נאָר „לשם שמים”;

און די צוויי סוגי עבודה ברענגען־צו צו די צוויי ענינים פון „נדר” – די כוונה און תכלית פון ירידת הנשמה למטה: פריער „והי’ ה’ לי לאלקים” – די עלי’ פון

(מענטשן – )

דער נשמה; און דערנאָך ו „ האבן הזאת גו’ יהי’ בית אלקים” – די „דירה לו ית’ בתחתונים”.

[און היות אַז עיקר עליית הנשמה איז

(כנ”ל סעיף ח’)

וואָס זי „גייט אַרויס” פון איר „מציאות” און זי איז עובד את ה’

(ניט מצד איר „טבע” נאָר)

מצד דעם אויבערשטן וואָס ער איז נמצא בכל מקום אויך אין עניני העולם

(וואָס זיינען ניט אלקות)

דעריבער איז דער סדר הכתוב אַז „והי’ ה’ לי לאלקים” קומט אין איין המשך מיט „והאבן הזאת גו’ יהי’ בית אלקים”,

ובלשון הרמב”ן: אעבוד השם המיוחד ..

במקום האבן הזאת שתהי’ לי לבית אלקים – אַז זיין עבודה וועט זיך אָנהערן ווי זי איז

(ניט מצד זיין טבע נאָר)

בדוגמת „האבן הזאת שתהי’ לי לבית אלקים”,

וואָס דאָס וואָס „אבן הזאת” וועט זיין „בית אלקים” איז דאָך נאָר מצד דעם וואָס אחדותו של הקב”ה איז בלי גבול].

אָבער אעפ”כ איז „והי’ ה’ לי לאלקים” אין איין פסוק מיט „ושבתי בשלום גו’” און ניט מיט „והאבן הזאת גו’” – ווייל היות אַז דער תכלית המכוון אין ירידת הנשמה למטה איז ניט די עליית הנשמה,

נאָר צו דורכפירן די כוונה פון דירה בתחתונים,

(כנ”ל סעיף ט’),

דעריבער,

איז דער ענין פון „והי’ ה’ לי לאלקים”

(אע”פ אַז דאָס איז אַ תוצאה פון דער עבודה)

שייך מער

(בפרט אחד – היינו מצד דערויף וואָס ס’איז נאָך ניט דער אמת’ער תכלית)

צום „תנאי”

(עבודה)

„ושבתי בשלום” ווי צום תכלית המכוון פון „והאבן הזאת גו’ יהי’ בית אלקים”

(דירה בתחתונים).

יב.

ויש לומר: אויך לויט פירוש רש”י – אַז „והי’ ה’ לי לאלקים” איז

(ניט דער נדר,

נאָר)

דער תנאי – איז „והי’ ה’ לי לאלקים” אַ פרט

(ניט אין עבודת הנשמה בירידתה למטה,

נאָר)

אין דער עלי’ וואָס ווערט דורך דער עבודה,

ע”ד ווי לפירוש הרמב”ן

[וואָרום דער ענין פון „שיחול שמו עלי מתחלה ועד סוף שלא ימצא פסול בזרעי” 59

(אַז שמו של הקב”ה זאָל חל זיין ניט נאָר אין זיין „תחילה”,

נאָר אויך אין זיין „סוף”,

ביז אפילו אין „זרעו” וואָס קומען אַרויס פון אים),

קען זיין נאָר דורך דעם וואָס אין זיין התקשרות מיטן אויבערשטן איז ניטאָ קיינע הגבלות]

;

און דאָס וואָס לפי פירוש רש”י גייט דער ענין

(„והי’ ה’ לי גו’”)

אַריין אין „תנאי” און ניט אין נדר

(ווי לפירוש הרמב”ן)

איז – וויילע די עלי’ פון דער נשמה איז נאָר אַ הכנה צום

(תכלית ה)

מכוון פון „והאבן הזאת גו’ יהי’ בית אלקים”,

דירה בתחתונים.

יג.

ויש לומר,

אַז דער טעם פאַרוואָס לפירוש רש”י איז „והי’ ה’ לי לאלקים” א ַפרט אין „תנאי” און לפירוש הרמב”ן איז עס אַ פרט אין „נדר”:

אין פירוש הרמב”ן זיינען דאָ ניט נאָר „פשטים” נאָר אויך „דברים נעימים ..

ליודעים חן” 60 ,

וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיט בחי’ „גילויים” 61

– און מצד הגילוים איז אויך די עלי’ פון דער נשמה אַ תכלית 62

;

משא”כ פירוש רש”י איז פשוטו של מקרא,

וואָס אין עבודת האדם איז עס די עבודה פון אַן עבד פשוט וואָס זוכט ניט קיין תועלת לעצמו 63

און וויל נאָר דורכפירן דעם רצון האדון.

(ממאמר ד”ה ושבתי בשלום תשל”ח,

ומשיחות חורף תשכ”ד)

Reader controls and commentary are loading.