B"H
🏡

Ikar

ויצא א

א.

בקשר מיט דעם אויבערשטנ'ס ברכה צו יעקב אבינו „ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה" 1 ,

זאָגן חז"ל 2

: „כל המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי מצרים שנאמר 3

אז תתענג על ה' גו' והאכלתיך נחלת יעקב וגו' לא כאברהם וכו' ולא כיצחק וכו' אלא כיעקב שכתוב בו ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה".

עס איז ידוע 4 ,

אַז שכר־מצוה איז מדה כנגד מדה – דאַרף מען פאַרשטיין: מיט וואָס איז די מצוה פון

(עונג)

שבת אין אַ בחינה פון „בלי מצרים" וואָס דערפאַר 5

איז אויך איר שכר אַ „נחלה בלי מצרים " 6 ?

ב.

אָט דעם ענין – אַז דער שכר פאַר שמירת שבת איז די ברכה „ופרצת"

(„נחלה בלי מצרים")

– געפינט מען אויך בנוגע צו יעקב'ן גופא:

חז"ל זאָגן 7

: אברהם שאין כתוב בו שמירת שבת ירש את העולם 8

במדה שנאמר 9

קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה וגו' אבל יעקב שכתוב בו שמירת שבת שנאמר 10

ויחן את פני העיר נכנס עם דמדומי חמה וקבע תחומין מבעוד יום,

ירש את העולם 8

שלא במדה שנאמר 1

והי' זרעך כעפר הארץ וגו'* 10 .

מפרשים 11

זיינען מסביר,

אַז דער טייטש פון די ווערטער „אברהם שאין כתוב בו שמירת שבת" איז

(ניט אַז עס ווערט בכלל ניט דערמאָנט אין תורה אַז ער האָט געהיט מצות שבת – וואָרום עס שטייט 12

דאָך ביי אברהם'ען „וישמור משמרתי" און חז"ל 13

טייטשן: „אפילו הלכות עירובי חצירות הי' אברהם יודע" – נאָר)

אַז עס ווערט ניט געזאָגט „בפירוש" או „בדרך פרט" וועגן שבת באַזונדער,

נאָר בלויז בכלל,

איינגעשלאָסן אין אַלע מצוות פון התורה כולה; משא"כ ביי יעקב'ן שטייט „בדרך פרט" אַז ער האָט געהיט מצות שבת.

און וויבאַלד אָט די מצוה פון שמירת שבת ווערט אין דער תורה אונטערשטראָכן ביי יעקב'ן

(און ניט ביי אברהם'ען)

– איז דאָס גופא אַ באַווייז אַז ביי יעקב איז דער קיום מצות שבת געווען אויסגעטיילט פון אַנדערע מצות 14

; און צוליב דער באַזונדערער מעלה אין זיין קיום מצות שבת האָט ער זוכה געווען צו ברכת „ופרצת".

אויך דאַרף מען זאָגן,

אַז דערפון וואָס פון אַלע פרטים אין מצות שבת וואָס יעקב האָט מקיים געווען,

דערמאָנט די תורה בפירוש דעם פרט פון „קבע תחומין" – איז פאַרשטאַנדיק,

אַז כאָטש די ברכה „ופרצת" האָט אַ שייכות צו שמירת שבת אין אַלגעמיין

(כל' חז"ל: „יעקב שכתוב בו שמירת שבת"),

פונדעסטוועגן האָט זי אַ באַזונדערע שייכות צום ענין פון תחומין.

אין אַנדערע ווערטער: אָט די ספּעציעלע מעלה אין קיום מצות שבת,

מיט וועלכע יעקב האָט זיך אויסגעצייכנט,

האָט זיך אויסגעדריקט במיוחד אינעם קיום פון דעם ענין התחומין.

דאַרף מען פאַרשטיין: א)

אין וואָס איז באַשטאַנען די באַזונדערע מעלה פון קיום מצות שבת דורך יעקב לגבי דעם קיום פון דער זעלבער מצוה דורך אברהם,

וואָס צוליב דעם ווערט דאָס דערמאָנט נאָר ביי יעקב'ן,

און וואָס דערפאַר האָט ער זוכה געווען צו ברכת „ופרצת"?

ב)

פאַרוואָס דריקט זיך אויס אָט די מעלה דוקא אין דעם ענין פון תחומין 15 ?

ג.

וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים דאָס וואָס דער מיטעלער רבי – בעל הגאולה פון יו"ד כסלו 16

– איז מבאר אין זיין מאמר „אתה אחד" 17 ,

דעם חילוק צווישן דער מצוה פון שבת און אַנדערע מצות:

אַנדערע מצות,

וויבאַלד זייער אופן הקיום איז דורך אַן „עבודה ועשי'",

זיינען דאָ חילוקים צווישן דעם אופן קיום המצוה דורך צדיקים גדולים און דעם אופן הקיום דורך אנשים פשוטים: צדיקים גדולים,

באַ זייער הנחת תפילין כנגד הלב ועל הראש,

למשל,

איז דאָך ביי זיי דער לב ו

(מוחין שב)

ראש באופן נעלה ביותר – משא"כ ביי אנשים פשוטים.

און על דרך זה ביי אַנדערע מצות.

דאַקעגן די מצוה פון שמירת שבת,

וואָס באַשטייט פון מנוחה און שביתה פון עניני עשי',

איז דאָך אין דעם „ניט",

אין דעם העדר* 17

ניטאָ קיין אונטערשייד צווישן איין איד און אַ צווייטן.

וואָרום הגם די שביתה פון אנשים פשוטים איז פון מלאכה סתם,

די שביתה פון עושי מלאכת המשכן – אין מלאכות המשכן,

אויך איז דאָך די שביתה פון דער עבודת הבירורים של ימות החול 18

– איז עס בלויז אַ חילוק אין די ענינים פון וועלכע מ'איז שובת; אָבער אין ענין און עצם השביתה זיינען „הכל שוין ממש" 19 .

און דורך דעם וואָס ער איז מקיים בשלמות די שביתה ומנוחה ווייל עס איז „בעיניו כאלו כל מלאכתו עשוי'" 20 ,

און „משום עונג שבת" איז ער ניט „מהרהר כלל בעסקיו" – איז „אין 21

לך עונג גדול מזה" 22 .

ד.

דער טעם פאַרוואָס אַלע זיינען גלייך אין דער מצוה פון שבת,

איז דער מיטעלער רבי מבאר 23 ,

ווייל דער עיקר המצוה פון שבת איז „במנוחת הנפש בעצמותה בבחי' יחידה שלמעלה מבחי' הגילוי במוח ולב".

ד.

ה.

די מצוה פון שבת איז פאַרבונדן מיט עצם הנפש,

בחי' יחידה שבנפש.

און דערפאַר זיינען ניטאָ אין דעם קיין חילוקים צווישן איין איד מיטן צווייטן,

ווייל אין דער בחי' פון יחידה זיינען אַלע אידן גלייך,

פון דעם גדול שבגדולים ביז דעם פשוט שבפשוטים.

און לויט דעם,

איז דער מיטעלער רבי מבאר דאָס וואָס מיר זאָגן אין דער תפלה פון מנחת שבת „כי מאתך היא מנוחתם ועל מנוחתם יקדישו את שמך":

מנוחת שבת איז „מאתך ממש",

פון עצמותו ומהותו ית' 24 ,

און דערפאַר איז די מנוחה אויך ביי אידן פאַרבונדן מיט עצם הנפש ממש – בחי' יחידה.

„ועל מנוחתם יקדישו את שמך": דער ענין פון מסירת נפש על קידוש השם 25 ,

געפינט זיך אין זיין גאַנצקייט ביי אַלע אידן בשוה,

ווייל דער כח פון מס"נ על קידוש השם קומט פון יחידה שבנפש; און דערפאַר איז „ועל מנוחתם יקדישו כו'",

וואָרום מנוחת שבת און קידוש השם זיינען ביידע געבונדן מיט יחידה שבנפש.

ה.

דאָס וואָס בחי' יחידה שבנפש איז גאַנץ ביי יעדער איד,

ניט קוקנדיק אויפן מצב פון זיינע כוחות – איז דאָס דערפאַר,

וואָס יחידה איז לגמרי אָפּגעטראָגן פון די כוחות פון דעם מענטשן,

זי איז העכער פון „גילוי".

ד.

ה.

יחידה שבנפש איז העכער אפילו פון די בחי' מקיפים פון דער נשמה,

וואָרום אויך זיי האָבן אַ בערך'דיגע ווירקונג אויפן מענטשן 26

– ווי ס'איז מבואר אין חסידות 27

אויפן מאמר רז"ל 28

„אע"ג דאינהו לא חזו מזלייהו חזי",

אַז פון בחי' מזל שבנשמה,

וואָס דאָס איז דער מקיף הנשמה,

פאַלן אַריין הרהורי תשובה צום מענטשן אָן הכנות וכו'.

אָבער יחידה שבנפש איז העכער פון צו האָבן אַ גלוי'דיקע ווירקונג אין מענטשן,

ביז עס זעט אויס כאילו זי האָט ניט קיין שייכות צו אים.

דערפאַר קען ניט זיין די השראה פון בחי' יחידה אין די כלי הגוף; נאָכמער: אפילו ניט אין די מקיפים שעל האדם,

ווי לבושים און בית 29 ,

וואָס אין זיי זיינען שורה די מקיפים של הנשמה – וואָרום וויבאַלד זיי האָבן אַ שייכות און אָנגעמאָסטנקייט צום מענטשן 30

[ניט בלויז „לבושים",

דער „מקיף הקרוב",

וועלכע נעמען אַרום דעם מענטשן אין אַן אופן פון זיין צוגעפּאַסט לויט דער מאָס פון דעם וואָס טראָגט די לבושים,

נאָר אויך „בית",

וואָס איז אַ „מקיף הרחוק" איז ווייט פון מענטשן,

האָט אויך ער אַ שייכות וערך צום מענטשן]

קען דאָרטן ניט זיין די השראה פון יחידה וואָס איז מובדל לגמרי פון מענטשן.

נאָר די השראה פון יחידה איז

(ווי ס'איז מבואר דאָרט אין מאמר 31 )

אין די ד' אמות של האדם „הרחוקים בתכלית הריחוק אשר אין ריחוק יותר ממנו" – און דערפאַר קען דאָרט שורה זיין יחידה שבנפש.

און דאָס איז אויך דער טעם 32

פאַרוואָס ס'איז דאָ דער דין פון ד' אמות ביום השבת,

ווי חז"ל 33

לערנען פון פסוק 34

„שבו איש תחתיו אל יצא איש ממקומו" – ווייל אין שבת איז דער גילוי פון בחי' יחידה,

וואָס השראתה איז אין די ד' אמות של האדם 35 .

ו.

עפ"י כהנ"ל,

איז מובן די שייכות פון ברכת „ופרצת" מיט מצות שבת: „ופרצת" איז אַ „נחלה בלי מצרים ",

וואָס לאמתתו – איז דאָס דער מרחב פון עצמותו ומהותו ית' וואָס האָט ניט קיינע הגבלות; און דאָס ווערט נמשך דורך שמירת שבת,

וואָס „מאתך היא מנוחתם" – „מאתך ממש" 36

און דאָס איז אויך די מעלה אין דער שמירת שבת פון יעקב אויף שמירת שבת פון אברהם:

ביי אברהם איז תורה כולל דעם פרט פון שמירת שבת אינעם קיום פון כללות התורה,

ווייל זיין ענין איז ניט געווען דער באַווייזן בגילוי די מעלה פון שמירת שבת לגבי אַנדערע מצות – גילוי בחי' יחידה;

דוקא ביי יעקב'ן 37

(קו האמצעי,

וואָס ער דוקא איז עולה בפנימיות* 37

הכתר),

וואָס ביי עם איז געווען דער ביטול בתכלית 38

– וואָס דערפאַר שטייט 39

(אַלס הקדמה צו ברכת „ופרצת")

„והי' זרעך כעפר הארץ",

וואָס „עפר" ווייזט אויף תכלית הביטול 40

– האָט ביי אים מאיר געווען בחי' יחידה,

וואָס דריקט זיך אויס בגילוי אין שמירת שבת,

כנ"ל בארוכה.

ז.

עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס פון גאַנצן כלל פון שמירת שבת ווערט דאָ אויסגעטיילט דער ענין פון תחומין: דער „תחום" פון אַ מענטש איז בדומה צו די ד' אמות שלו,

וואָרום דער תחום איז דאָך „מקומו" של האדם

(דערפאַר לערנט מען עס אָפּ 41

פון פסוק „אל יצא איש ממקומו ").

וואָס פון דעם איז מובן,

אַז דער גילוי בחי' יחידה האָט אַ שייכות צו דעם תחומו של האדם.

אין אַנדערע ווערטער: כשם ווי ס'איז דאָ די השראה פון בחי' יחידה אין די ד' אמות של האדם,

אַזוי י"ל בדרך אפשר איז אויך דאָ מעין זה איר השראה אין כללות'דיקן „מקום" פונעם מענטשן 42

– אין זיין תחום.

און דערפאַר,

הגם דער ענין פון יחידה דריקט זיך אויס אין כללות'דיקן קיום פון מצות שבת,

האָט עס אָבער אַ ספּעציעלע שייכות מיט דעם ענין פון תחומין – וואָס דאָרטן איז די השראה פון בחי' יחידה.

(ממאמר ד"ה והי' זרעך,

ש"פ ויצא,

יו"ד כסלו תשכ"ב)

Reader controls and commentary are loading.