א.
אין פסוק 1
„וישמע יעקב גו’ וילך פדנה ארם”,
איז רש”י מפרש - אויף די ווערטער „וישמע יעקב” 2
- „מחובר לענין של מעלה,
וירא עשו כי ברך יצחק וגו’,
וכי שלח אותו פדנה ארם,
וכי שמע יעקב אל אביו והלך פדנה ארם,
וכי רעות בנות כנען,
והלך גם הוא אל ישמעאל”.
לערנענדיק אין פשטות,
באַוואָרנט דאָ רש”י: מ’קען ניט זאָגן אַז מיט „וישמע יעקב גו’” מיינט די תורה צו דערציילן די מאורעות,
אַז יעקב אבינו האָט געפאָלגט זיין פאָטער און געגאַנגען קיין פדן ארם - ווייל דאָס איז שוין דערציילט געוואָרן פריער 3
אין דער פרשה
(„וישלח יצחק את יעקב וילך גו’”) 4 ,
און די פסוקים וואָס שטייען פאַר און נאָך „וישמע יעקב” ריידן גאָר וועגן עשו’ן - דעריבער איז רש”י מסביר,
אַז „וישמע יעקב” קומט בהמשך צו „וירא עשו ” וואָס שטייט אין פריערדיקן פסוק,
דער פסוק רעכנט אויס נאָך אַ פרט וואָס עשו האָט געזען.
מ’דאַרף אָבער פאַרשטיין:
א)
אָט דער אויפטו,
אַז „וישמע יעקב” איז „מחובר” צו „וירא עשו”,
וואָלט געווען מובן אויך ווען רש”י וואָלט געזאָגט בקיצור „וישמע יעקב,
מחובר לענין של מעלה וירא עשו” 5
; צוליב וואָס איז רש”י מפרט די אַלע פרטים וואָס עשו האָט געזען און וועלכע שטייען בפירוש אין פסוק?
ב)
אין פסוק ווערט דערציילט נאָך אַ זאַך וואָס עשו האָט געזען - „ויצו עליו לאמר לא תקח אשה מבנות כנען” -פאַרוואָס איז רש”י משמיט דעם פרט?
ג)
צווישן די פרטים אין דעם „ענין של מעלה ” צו וועלכע „וישמע יעקב” איז מחובר ,
האָט,
לכאורה,
אַן אָרט אויסצורעכענען נאָר די וועלכע שטייען פאַר „וישמע יעקב”,
אָבער ניט דעם פרט פון „וישמע יעקב” גופא ,
און מכ”ש ניט דעם פרט פון „כי רעות בנות כנען” וואָס שטייט נאָך „וישמע יעקב”.
ד)
נאָך מער פלא איז,
וואָס רש”י איז מסיים „והלך גם הוא אל ישמעאל” -וואָס דאָס געהערט ניט צו די פרטים וואָס עשו האָט געזען ,
נאָר דאָס איז די תוצאה בפועל פון „וירא עשו”: ווען ער האָט געזען אַז „רעות בנות כנען” איז ער אַוועק צו ישמעאל.
מ’קען ניט זאָגן אַז מיט דעם סיום „והלך גם הוא אל ישמעאל” מיינט רש”י צו מסביר זיין 6 ,
אַז די אַלע פרטים וואָס „וירא עשו” - האָבן דערפירט צו „וילך עשו אל ישמעאל”
(און דעריבער רעכנט אויס רש”י אַלע פרטים וועלכע שטייען אין פסוק,
אויך „וכי שמע כו’ והלך כו’ וכי רעות כו’ והלך כו’”)
-
ווייל דער ענין,
אַז „וירא עשו” איז אַ הקדמה און די סיבה פון „וילך עשו גו’” איז פאַרשטאַנדיק פון זיך אַליין; אויך אָן רש”י’ס פירוש אַז „וישמע יעקב” איז „מחובר לענין של מעלה”,
וואָלט מען פאַרשטאַנען אַז אַלע פרטים וועלכע שטייען אין פסוק
(אויסער „וישמע יעקב גו’”)
זיינען אַ הקדמה צום אויספיר „וילך עשו גו’”.
פון דעם וואָס רש”י שטעלט דאָס אַריין אין זיין פירוש „מחובר לענין של מעלה” איז פאַרשטאַנדיק,
אַז דאָס קומט אין פאַרבינדונג מיט דעם פירוש: דוקא נאָך רש”י’ס אויפטו אַז „וישמע יעקב” איז „מחובר לענין של מעלה”
(און די אַלע פרטים וועלכע רש”י רעכנט אויס),
ווערט פאַרשטאַנדיק דער פסוק „וילך עשו אל ישמעאל”,
און דעריבער איז רש”י מסיים „והלך גם הוא אל ישמעאל”.
ב.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים: וויבאַלד אַז נאָך דעם ווי דער פסוק זאָגט שוין איינמאָל „ וירא עשו
[כי ברך יצחק גו’ ושלח אותו גו’ ויצו עליו גו’]
”,
חזר’ט איבער דער פסוק נאָכאַמאָל „ וירא עשו
[כי רעות בנות כנען בעיני יצחק אביו וילך גו’]
”,
איז פאַרשטאַנדיק פון דעם,
אַז די זאַכן וואָס עשו האָט געזען באַשטייען פון צוויי סוגים,
וואָס ביי יעדן סוג איז געווען אַן אַנדער
(אופן פון)
„וירא” און דעריבער שטייט „וירא עשו” צוויי מאָל.
און דער חילוק צווישן די צוויי „וירא” איז - ע”ד פרש”י לעיל
(אין אָנהויב פ’ וירא 7 )
- „מהו וירא וירא שני פעמים.
הראשון כמשמעו והשני לשון הבנה נסתכל כו’ והבין כו’”: דער ערשטער „וירא עשו” מיינט אַז ער האָט געזען
(„כמשמעו”)
זאַכן וואָס זיינען פאָרגעקומען ביי אַנדערע - צווישן יצחק’ן מיט יעקב’ן
(„ברך גו’ את יעקב ושלח אותו גו’ ויצו עליו גו’”)
; דאַקעגן דער צווייטער „וירא” איז „לשון הבנה” -ער האָט זיך איבערצייגט
(„נסתכל כו’ והבין”* 7 )
אַז „רעות בנות כנען בעיני יצחק אביו ”,
וואָס דער „וירא” איז אַן ענין וואָס איז אים נוגע און אים מחייב צו
(כהמשך הכתובים,
אַז דער „וירא” האָט אים באַווירקט צו)
גיין צו ישמעאל’ן.
מ’דאַרף אָבער פאַרשטיין: דער תכלית פונעם גאַנצן סיפור פון „וירא עשו” איז דאָך צו ערקלערן די סיבה וואָס האָט דערפירט צו „וילך עשו אל ישמעאל ויקח גו’”,
און אויף דעם וואָלט געווען גענוג דער פרט פון צווייטן „וירא” -„וירא עשו כי רעות בנות כנען בעיני יצחק אביו
(וואָס דעריבער)
וילך עשו גו’” - צוליב וואָס דערציילט די תורה די גאַנצע אריכות וואָס עשו האָט געזען ביים ערשטן „וירא” 8 ?
[לכל היותר וואָלט מספיק געווען צו דערציילן דעם פרט פון „ויצו עליו לאמר לא תקח אשה מבנות כנען” וואָס פון דעם האָט ער „וירא” - פאַרשטאַנען אַז „רעות בנות כנען גו’” און דעריבער „וילך עשו גו’”
- און דוקא דעם פרט איז רש”י משמיט,
כנ”ל].
ג.
דער ביאור אין דעם: דאָס וואָס די תורה דערציילט די גאַנצע אריכות איז צו פאַרענטפערן אַ תמי’ אין דעם ענין פון „וילך עשו אל ישמעאל”:
דאָס וואָס עשו איז געגיין נעמען ישמעאל’ס טאָכטער,
און האָט ניט גענומען פון די בנות כנען וואָס האָט זיך געפונען בשכנות,
איז געווען בכדי צו ווייזן אַז ער
(שטייט ניט אָפּ פון יעקב’ן און אויך ער)
איז מקיים דעם רצון פון יצחק’ן 9 .
איז ניט מובן: יצחק האָט דאָך אָנגעזאָגט יעקב’ן ניט נאָר „לא תקח אשה מבנות כנען”,
נאָר אויך „שלח אותו פדנה ארם לקחת לו משם אשה”.
און יעקב האָט מקיים געווען סיי דעם צד שלילי און סיי דעם צד חיובי; ער האָט ניט גענומען פון די בנות כנען,
און איז געגאַנגען קיין פדן ארם;
היינט פאַרוואָס האָט עשו נאָר - ניט גענומען אשה מבנות כנען,
ער איז אָבער ניט געגאַנגען קיין פדן ארם 10
בכדי לקחת לו משם אשה 11 ?
בכדי צו פאַרענטפערן אָט די תמי’ אין הנהגת עשו 12 ,
זאָגט תורה צוויי מאָל „וירא עשו” 13
: אַז אין די זאַכן וועלכע עשו האָט געזען זיינען געווען,
כנ”ל,
צוויי סוגים,
וואָס יעדערער קומט מסביר זיין אַן אַנדער פרט אין „וילך עשו אל ישמעאל”: דער ערשטער „וירא” איז מסביר פאַרוואָס עשו האָט אָנגענומען אַז ער דאַרף ניט גיין קיין פדן ארם; דער צווייטער „וירא” -פאַרוואָס עשו איז - געגיין נעמען אַן אשה פון ישמעאל.
ד.
והביאור: די שליחות וואָס יצחק האָט געשיקט יעקב’ן קיין פדן ארם „לקחת לו משם אשה”,
איז לויט עשו’ס מיינונג 14
געווען
(ניט דערפאַר ווייל יצחק האָט געהאַלטן אַז נאָר דאָרט איז דער שידוך הראוי,
נאָר)
אַ מיטל און כלי צו באַקומען די ברכות מיט וועלכע יצחק האָט אים געבענטשט 15 ,
און ווי דער פסוק איז דאָ נאָכאַמאָל מדגיש: „
(וירא עשו כי ברך גו’)
ושלח אותו פדנה ארם גו’ בברכו אותו גו’”.
און דעריבער האָט ער געהאַלטן אַז דער ענין פון „
(וישמע יעקב גו’)
וילך פדנה ארם ” איז נוגע בלויז צו יעקב’ן 16 ,
און צו אים,
עשו’ן,
האָט עס ניט קיין שייכות - און דערפאַר איז ער ניט געגאַנגען קיין פדן ארם.
דאַקעגן יצחק’ס ציווי „לא תקח אשה מבנות כנען” איז אין דעם „וירא
(הבין)
עשו” אַז דאָס איז ווייל „רעות בנות כנען בעיני יצחק אביו”,
דעריבער האָט עס אַ שייכות אויך צו אים,
און דערפאַר -וילך עשו אל ישמעאל גו’”.
ה.
לויט דעם אַלעם איז מובן די אריכות אין פירוש רש”י:
נאָכדעם ווי רש”י זאָגט אַז „וישמע יעקב” איז
(ניט אַ מאמר המוסגר,
נאָר)
מחובר און אַ פרט אין „וירא עשו” קומט רש”י באַוואָרענען וואָס ביים ערשטן „וירא עשו”
(פאַר די ווערטער „וישמע יעקב גו’”)
שטייט „ויצו עליו לאמר לא תקח אשה מבנות כנען”
- דלכאורה: לויטן אויבנדערמאָנטן ביאור,
אַז דער ערשטער „וירא עשו” קומט מסביר זיין עשו’ס ניט גיין קיין פדן ארם
(ווייל די פרטים האָט ער געזען אַז זיי האָבן צו אים קיין שייכות ניט),
קומט דאָך אויס,
אַז „ויצו עליו לאמר לא תקח אשה מבנות כנען” האָט שייכות צום צווייטן „וירא עשו” וואָס קומט מסביר זיין עשו’ס ניט נעמען אַן אשה מבנות כנען -
דעריבער איז רש”י מפרש אַז „וישמע יעקב” איז „מחובר לענין של מעלה” 17
און טייטשט אויס די פרטים צו וועלכע עס איז מחובר
(„כי ברך יצחק וגו’ וכי שלח אותו פדנה ארם”)
און שפּרינגט אַריבער און איז משמיט דעם פרט פון „ויצו גו’ לא תקח גו’”: דערמיט איז ער מדגיש אַז דער „ויצו גו’” איז
(אין עשו’ס ראי’)
ניט נוגע צו „וישמע יעקב גו’ וילך פדנה ארם”
(דעם אויספיר פון ערשטן „וירא”),
נאָר שייך צום צווייטן* 17
„וירא עשו” - „כי רעות בנות כנען
(וואָס דערפאַר)
והלך גם הוא אל ישמעאל” 18 .
ו.
דערמיט איז מובן דער דיוק לשון רש”י,
וואָס ער ברענגט דעם פרט פון „וכי רעות בנות כנען” ערשט נאָך „והלך פדנה ארם”:
דאָס וואָס „ויצו גו’” שטייט בכתוב ביים ערשטן „וירא עשו” איז
(דערפאַר ווייל בפועל איז עס פאָרגעקומען פאַר וילך פד”א - און)
ווייל אַף יעקב’ן האָט עס גע’פּועל’ט אַז „וישמע גו’ וילך פד”א”; אָבער בנוגע עשו’ן,
דאָס וואָס דער פסוק
(לפי פירש”י)
וויל מסביר זיין די צוויי פרטים אין הנהגת עשו
(כנ”ל ס”ג־ד),
געהערט עס צום צווייטן „וירא עשו”.
ז.
לויט דעם איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש”י ברענגט אַראָפּ
(ניט נאָר די פרטים צו וועלכע „וישמע יעקב” איז מחובר,
נאָר אויך)
„וכי שמע יעקב אל אביו והלך פדנה ארם וכי רעות בנות כנען וכו’”:
דערמיט איז רש”י אויסן צו מסביר זיין פאַרוואָס „וישמע יעקב” איז
(מחובר בלויז צו „כי ברך ..
וכי שלח כו’” און)
ניט מחובר צו „ויצו גו’” - ווייל דער אָרט פון דעם פרט „ויצו גו’”
(וועלכע ער דריקט אויס
(דורך זיין טעם)
אין די ווערטער „וכי רעות בנות כנען”)
איז
(לויט עשו’ן)
ערשט נאָך דעם גאַנצן סדר פון „וישמע יעקב גו’ וילך פדנה ארם”,
עס געהערט צום „וירא” וואָס האָט באַווירקט הליכת עשו צו ישמעאל.
און דעריבער ברענגט רש”י אויך דעם אויספיר „והלך גם הוא אל ישמעאל” 19 ,
בכדי צו קלאָר מאַכן,
אַז „ויצו גו’” איז
(לויטן אינהאַלט - „רעות בנות כנען”)
- ניט אַן ענין וואָס איז „מחובר” צו „וישמע יעקב גו’ וילך פדנה ארם”,
נאָר - אַ חלק פון צווייטן „וירא” וואָס האָט באַווירקט עשו’ס הליכה צו ישמעאל,
כנ”ל.
ח.
דאָס וואָס רש”י לאָזט אויס דעם „ויצו גו’” ביים אויסרעכענען די פרטים צו וועלכע „וישמע יעקב” איז מחובר,
איז עס ניט בלויז מצד דעם וואָס אין דעם „ויצו גו’” האָט עשו געזען אַן ענין וועלכער האָט ניט קיין חיבור צו די אַנדערע פרטים
(ווי געזאָגט פריער,
אַז דעם „ויצו גו’” האָט ער געזען ווי אַן ענין וואָס האָט אַ שייכות אויך צו אים),
נאָר אויך מצד דעם וואָס „וישמע יעקב” האָט
(אין עשו’ס ראי’)
קיין חיבור ניט צום „ ויצו ”: לויט עשו’ס מיינונג איז יעקב מיט זיין גיין קיין פדן ארם דוקא געווען אויסן
(אויספאָלגן יצחק’ס שליחות)
בכדי צו באַקומען די ברכות,
ער האָט עס אָבער ניט געטאָן צוליב דעם ציווי „לא תקח גו’”.
און אויך דער ענין איז אַ הקדמה צו „וילך עשו אל ישמעאל”,
וועלכן רש”י בריינגט אין סיום פון זיין פירוש -„והלך גם הוא אל ישמעאל”: עשו,
מיט זיין גיין צו ישמעאל’ן,
איז געווען אויסן צו ווייזן
(ניט נאָר אַז ער איז מקיים יצחק’ס רצון,
נאָר אויך)
אַז באַ עם פעלט ניט לגבי יעקב’ן 20 ,
ואדרבה: ער איז נאָך פיינער פון אים.
ווייל ער,
עשו,
זוכט צו מקיים זיין יצחק’ס רצון,
כאָטש ער איז אויף דעם ניט נצטווה געוואָרן 21 .
(משיחת ש”פ תולדות תשכ”ז)