א.
אויף די ווערטער „לא ידעתי יום מותי”
(אין אונזער פרשה 1 )
זאָגט רש”י 2
: „אמר ר’ יהושע בן קרחה אם מגיע אדם לפרק אבותיו ידאג חמש שנים לפניהם וחמש לאחר כן,
ויצחק הי’ בן קכ”ג* 2 ,
אמר שמא לפרק אמי אני מגיע והיא בת קכ”ז מתה והריני בן ה’ שנים סמוך לפרקה,
לפיכך לא ידעתי יום מותי שמא לפרק אמי שמא לפרק אבא”.
דאַרף מען פאַרשטיין:
א)
וואָס זוכט רש”י אַ הסבר פאַרוואָס האָט יצחק געזאָגט „לא ידעתי יום מותי”,
בעת יצחק אַליין זאָגט דאָ פריער דעם טעם: „ויאמר הנה נא זקנתי” - איך בין אַלט געוואָרען
(און דערפאַר איז „לא ידעתי יום מותי”)?
ב)
צוליב וואָס דאַרף רש”י ברענגען דעם נאָמען פון דעם בעל המאמר 3 ?
וואָס איז דאָ ניט קלאָר אָדער ניט גלאַטיק אין דעם פירוש,
וואָס דורך דער ידיעה,
אַז דעם פירוש האָט געזאָגט ריב”ק,
וועט עס ווערן קלאָר און פאַרשטאַנדיק?
ב.
איז דער ביאור אין דעם: אין דער פריערדיקער סדרה 4
שטייט „ויברך אלקים את יצחק”,
טייטשט רש”י: „נתיירא
(אברהם)
לברך את יצחק מפני שצפה את עשו יוצא ממנו אמר יבא בעל הברכות ויברך את אשר ייטב בעיניו ובא הקב”ה וברכו”.
וויבאַלד אַזוי,
שטעלט זיך די שאלה ביי אונזער פסוק: האָבנדיק די ברכה פונעם אויבערשטן אַליין,
פון דעם בעל הברכות ,
איז דאָס זיכער כולל אריכות ימים,
האָט יצחק ניט געדאַרפט איבערטראַכטן וועגן יום מותו אין עלטער פון הונדערט מיט דריי און צוואַנציק יאָר,
והא ראי’: אברהם און שרה וועלכע האָבן געהאַט אַ ברכה פון אויבערשטן האָבן מאריך ימים געווען מער ווי הונדערט און דריי און צוואַנציק יאָר.
דעריבער זאָגט רש”י אַז יצחק’ס זאָרג האָט זיך גענומען דערפון וואָס ער האָט דערגרייכט דעם עלטער וואָס איז אָפּגערוקט פינף יאָר פון זיין מוטערס פטירה; און מיט „הנה נא זקנתי ” האָט ער געמיינט ניט סתם אַלטקייט,
נאָר אַ באַשטימטן עלטער,
וואָס איז פאַרבונדן מיט „פרק אמו”.
עס קען דאָך אָבער ווערן ניט רעכט: ווי שטימט אָט דער כלל,
וויבאַלד יצחק האָט לפועל געלעבט 180 יאָר 5
אַ סך מער ווי פינף יאָר „סמוך לפרקה” פון זיין מוטער?
- באַוואָרנט עס רש”י,
אַז אין דעם זיינען פאַראַן אייניקע אופנים: פינף יאָר פאַר אָדער נאָך „פרק אבותיו”; און אין פרק אבותיו גופא מיינט עס אָדער פרק אמו אָדער פרק אביו.
ביי יצחק’ן,
וואָס האָט געלעבט הונדערט און אַכציק יאָר,
איז לפועל געווען דער אופן פון פינף יאָר נאָך פרק אביו 6 .
ג.
לכאורה,
אויך נאָכדעם ווי רש”י איז עס מבאר מיט זיין פירוש בלייבט נאָך אַלץ שווער די קשיא: די ברכה וואָס דער אויבערשטער האָט געבענטשט יצחק’ן האָט דאָך געוויס געבראַכט אַ הוספה אין זיינע פרטי החיים און אַוודאי אין עצם החיים גופא - אַ הוספה אין אריכות ימים,
מערער ווי ער וואָלט געדאַרפט לעבן מצד הטבע.
היינט אויב אַז אפילו אין סדר הרגיל דערגרייכט אַ מענטש דעם עלטער פון די יאָרן סמוך לפרק אבותיו,
האָט דאָך די ברכה וואָס דער אויבערשטער האָט יצחק’ן געבענטשט,
אים זיכער צוגעגעבן מער ווי די צאָל יאָרן פון פרק אבותיו.
שטעלט זיך די שאלה:
א)
פאַרוואָס האָט יצחק געלעבט ניט מער ווי 180 יאָר?
וויבאַלד אַז אָט די צאָל יאָרן איז ניט מער ווי אַ זאַך וואָס קומט אויך עפ”י דרך הטבע -וואו איז דער צוגאָב פון אריכות ימים וואָס דאַרף קומען מצד ברכת ה’ 7 ?
ב)
דאָס זעלבע קען מען פרעגן אויך אויף דעם,
וואָס צו 123 יאָר האָט שוין יצחק געזאָגט „לא ידעתי יום מותי”: וויבאַלד דאָס איז דער סכום יאָרן וואָס ער האָט אַמווייניקסטן געדאַרפט לעבן אויך לויטן סדר הרגיל בטבע
(מיט פינף יאָר ווינציקער ווי דער קירצסטער פון „פרק אבותיו”)
און די ברכה האָט דאָך זיכער עפּעס צוגעגעבן צו אָט די יאָרן - היינט פאַרוואָס האָט ער צו 123 יאָר שוין געזאָגט „לא ידעתי יום מותי”?
ד.
דער ביאור אין דעם:
בשעת אברהם איז אַלט געווען קנאַפּע 100 יאָר און שרה קנאַפּע 90 יאָר,
זיינען זיי שוין דעמאָלט געווען ניט נאָר „זקנים” נאָר אויך „באים בימים” 8
- שוין אַריין אין אַלע זייערע טעג,
אַלע טעג 9
וואָס זיינען פאַר זיי באַשטימט געוואָרן 10
(און דאָס וואָס בפועל האָבן זיי געלעבט לענגער,
איז עס געווען מצד דער ברכה וואָס דער אויבערשטער האָט זיי געבענטשט).
לויט דעם קומט אויס,
אַז מצד הטבע,
אַן דער ברכה פון אויבערשטן,
האָט יצחק צו 105 יאָר שוין דערגרייכט דעם העכסטן עלטער ווי דאָס איז מצד „פרק אבותיו”: מיט פינף יאָר מער ווי די הונדערט יאָר וואָס זיינען באַשטימט
(אָן דער ברכה)
פאַר זיין פאָטער
(וואָרום „פרק אבותיו” מיינט די יאָרן וואָס זיינען זייער פרק 11
-ניט דער ברכה פון בעל הברכות).
במילא - איז סיי אליבא דאמת און סיי לפי דעתו של יצחק,
האָט דעם אויבערשטנס ברכה זייער פיל צוגעגעבן צו יצחק’ס יאָרן; און - די זעלבע צאָל יאָרן וואָס דעם אויבערשטנס ברכה האָט צוגעגעבן זיין פאָטער:
בפועל האָט יצחק געלעבט 180 יאָר - און אין דעם האָט די ברכה געהאַט מוסיף געווען 75 יאָר אויף די 105 יאָר וואָס ער וואָלט אַמהעכסטן דערגרייכט מצד סדר הרגיל
(מיט פינף יאָר מער פון זיין פאָטער’ס באַשטימטע 100 יאָר)
- און דאָס איז פּונקט דער זעלבער סכום יאָרן וואָס די ברכה האָט צוגעגעבן זיין פאָטער אברהם,
וואָס האָט געלעבט 175 יאָר: מיט 75 יאָר מער פון די באַשטימטע הונדערט,
כנ”ל.
און אַזוי איז אויך לפי דעתו של יצחק,
וואָס האָט חושש געווען טאָמער זיינען זיינע יאָרן מיט פינף יאָר ווייניקער פון „פרק אמי” - איז דער חשבון בזה: די ברכה האָט אים שוין מוסיף געווען די זעלבע צאָל יאָרן ווי די ברכה האָט צוגעגעבן זיין מוטער: שרה’ס באַשטימטע יאָרן זיינען געווען - ניינציק,
און דורך דער ברכה האָט זי געלעבט 127 יאָר - זיבן און דרייסיק יאָר מערער; און אַזוי אויך וואָלט יצחק געלעבט
(לפי דעתו,
און - אָן דער ברכה)
בלויז 85 יאָר
(מיט פינף יאָר ווייניקער ווי זיין מוטער),
און פּונקט ווי צו זיין מוטער האָט אויך אים די ברכה צוגעבעבן נאָך זיבן און דרייסיק יאָר - האָט ער דערפאַר אָנגעהויבן דואג זיין נאָך 122 יאָר - צו 123 יאָר.
ה.
עס איז אָבער נאָך אַלץ דאָ אַ שוועריקייט: רש”י שרייבט פריער 12 ,
אַז אברהם איז נפטר געוואָרן פינף יאָר פאַר דער צייט מצד דעם אויבערשטענ’ס צווייטע ברכה צו אברהם’ן „תבוא ..
בשיבה טובה” בכדי ער זאָל ניט זען ווי עשו איז יוצא לתרבות רעה.
היינט וויבאַלד אברהם האָט געדאַרפט לעבן מצד דער ערשטער ברכה 180 יאָר,
קומט דאָך אויס,
אַז יצחק וואָס האָט אויך געהאַט די ברכה און צוזאַמען מיט די פינף יאָר מער פון פרק אביו,
האָט ער געדאַרפט לעבן 185 יאָר און ניט בלויז 180.
און דעם ענטפער אויף דעם איז רש”י מרמז אין דעם צוגעגעבענעם ענין „אמר ר’ יהושע בן קרחה”:
אין גמרא 13
ווערט דערציילט,
וועגן אַ צאָל תנאים ביי וועלכע מען האָט געפרעגט „במה הארכת ימים”,
און יעדערער פון זיי האָט אָנגעגעבן עטלעכע זאַכן אין וועלכע ער איז געווען באַזונדערס אָפּגעהיט,
וואָס צוליב זיי האָט ער זוכה געווען צו אריכות ימים.
די זעלבע שאלה
(„במה הארכת ימים”)
האָט מען אויך געפרעגט ביי ריב”ק,
און ער האָט דערויף געענטפערט: „מימי לא נסתכלתי בדמות אדם רשע”.
ער האָט זיין אריכות ימים פאַרבונדן בלויז מיט דער איינציקער זהירות - ער האָט זיך אַלעמאָל געהיט פון איינצוקוקן אינעם געשטאַלט פון אַן אדם רשע.
זעט מען דערפון,
אַז ריב”ק האַלט אַז דאָס אויסהיטן זיך פון הסתכלות בפני אדם רשע אַליין איז שקול כנגד כמה ענינים וואָס ברענגען צו אריכות ימים.
ומכלל הן אתה שומע לאו: בשעת מען איז זיך יאָ מסתכל בפני אדם רשע,
איז עס גורם אַ פאַרמינערונג פון אריכות ימים.
איז שוין רעכט וואָס יצחק האָט בלויז געלעבט 180 יאָר: ער האָט ניט אויסגעמיטן די הסתכלות בדמותו של עשו; און הגם ער האָט טאַקע ניט געוואוסט אַז ער איז אַ רשע,
האָט אָבער די הסתכלות גורם געווען 14
אַז פון די 185 יאָר וואָס ער האָט געדאַרפט לעבן,
זאָלן אַראָפּגענומען ווערן דער סמוך לפרק אביו
(פינך יאָר)
- און די ברכת ה’ האָט אויפגעטאָן ער זאָל מאריך ימים זיין ווי „פרק אביו” 15 .
ו.
אין פירוש רש”י איז דאָך פאַראַן אויך „יינה של תורה” 16
:
דאָס וואָס יצחק האָט מורא געהאַט,
אַז זיינע יאָרן וועלן זיין מיט פינף יאָר ווייניקער פון „פרק אמו” - דער נידעריקסטער אופן אין סדר הטבע
(און נאָך מער: אויך אין „פרק אמו” האָט ער גערעכנט בלויז די 127 יאָר וואָס שרה האָט געלעבט בפועל,
ניט געקוקט אויף דעם וואָס איר איז באמת געווען באַשערט צו לעבן לענגער און נאָר בסיבת העקידה איז „פרחה נשמתה” 17 )
- איז דעם טעם הפנימי דערפון,
ווייל יצחק איז במדריגתו קו הגבורה.
און דערפאַר האָט ער געקוקט אויף אַלע ענינים און זיי געמאָסטן לויט מדת הגבורה.
דאָס איז געווען יצחק’ס הנהגה נאָר אין שייכות צו זיך ,
בשעת ער האָט אָבער געבענטשט אַ צווייטן ,
איז זיין ברכה געווען אויפן העכסטען אופן פון היפך
(הגבורה ו)
הצמצום: זי האָט כולל געווען סיי די ענינים פון „שמים” סיי די ענינים פון „ארץ”,
און אין זיי גופא „ מטל השמים ומשמני הארץ” 18
- אַזעלכע ברכות וואָס זיינען גרעסער אויך פון ברכת יעקב לבניו און פון ברכת משה לישראל 19 .
און דאָס איז אַ הוראה אין עבודה פון יעדער אידן - וואָס יעדער איד איז יצחק איינער פון זיינע אבות און ער האָט דערפאַר פון זיינע ענינים 20
: אַ איד ווען ער שטייט אפילו אין אַ הנהגה פון קו הגבורה,
און דעריבער איז ער מחמיר וכו’,
דאַרף עס זיין בנוגע צו זיך אַליין.
ווען עס קומט אָבער צו אַ צווייטן אידן דאַרף ער זיך פירן לויטן קו החסד,
זיך באַציען צו אים במדת הטוב און אים משפיע זיין גוטס ביד רחבה,
אָן קיין צמצומים והגבלות,
ביז צו דער העכסטער מאָס - „מטל השמים” און „משמני הארץ”.
(משיחות ש”פ תולדות וש”פ וישלח תשכ”ח)