א.
אויפן פסוק 1
„ויהי כי זקן יצחק ותכהין עיניו מראות” זאָגט רש”י דריי פירושים וואָס ס’איז געווען די סיבה וואָס האָט געבראַכט צו „ותכהין”: בעשנן של אלו
(שהיו מעשנות ומקטירות לע”ז 2 ).
ד”א כשנעקד ע”ג המזבח והי’ אביו רוצה לשחטו באותה שעה נפתחו השמים וראו מלאכי השרת והיו בוכים וירדו דמעותיהם ונפלו על עיניו לפיכך כהו עיניו.
ד”א כדי שיטול יעקב את הברכות.
איז אין דעם ניט פאַרשטאַנדיק:
א)
אין פשטות קומט אויס,
אַז דער פסוק גופא גיט דעם טעם - אין די ווערטער וואָס ער זאָגט פריער: „ויהי כי זקן יצחק” און אַלס תוצאה דערפון -„ותכהין עיניו מראות” 3
[ע”ד ווי עס שטייט 4
ביי יעקב אבינו: „ועיני ישראל כבדו מזוקן”],
און ווי מען זעט במוחש,
אַז אויף דער עלטער ווערט אָפּגעשוואַכט דער כח הראי’.
וויבאַלד דער פסוק אַליין זאָגט די סיבה פון „ותכהין”,
צוליב וואָס דאַרף רש”י זוכן אַנדערע טעמים 5 ?
ב)
אומעטום וואו רש”י ברענגט צוויי אָדער מער פירושים,
איז עס אַלעמאָל צוליב דעם וואָס יעדער פון זיי האָט אין זיך עפּעס אַ שוועריקייט וואָס איז ניטאָ אין דעם צווייטן פירוש.
אויך דער סדר הפירושים איז בדיוק: די שוועריקייט פון צווייטן פירוש איז גרעסער ווי פון ערשטן פירוש,
און אַזוי דער דריטער פירוש - לגבי דעם צווייטן פירוש.
דאַרף מען פאַרשטיין: וועלכע שוועריקייטן זיינען פאַראַן אין די דריי פירושים פון אונזער פרש”י; און מיט וואָס איז דער צווייטער פירוש מער קשה פון ערשטן און דער דריטער פון די פריערדיקע צוויי?
ג)
ווי גערעדט כמה פעמים,
אַז דאָרט וואו רש”י שרייבט דריי פירושים,
איז
(אויסער דער באַזונדערער קשיא אין יעדן איינצלנעם פירוש וואָס ווערט אַראָפּגענומען דורך די צוויי אַנדערע פירושים,
איז)
פאַראַן אויך אַ שוועריקייט אין יעדע צוויי
(פון די דריי)
פירושים צוזאַמען,
צוליב וועלכער ס’איז נויטיק דער דריטער פירוש,
וואָס לויט אים איז ניטאָ אָט די קשיא 6
(וואָרום אויב מ’וועט זאָגן אַז אויך דורך צוויי פירושים גייען אַראָפּ אַלע קשיות,
וואָלט דאָך רש”י ניט דאַרפן אָנקומען צו אַ דריטן פירוש).
דאַרף מען אין פירוש רש”י שלפנינו געפינען אויך די קשיא משותפת פון יעדע צוויי פירושים צוזאַמען,
און ווי אַזוי זי ווערט פאַרענטפערט דורכן דריטן פירוש.
ב.
דער טעם וואָס רש”י וויל ניט לערנען
(ווי מ’קען אָננעמען בפשטות)
אַז „ותכהין” איז געשען דערפאַר ווייל „זקן יצחק”: אין דער פריערדיקער סדרה 7
שטייט „ויברך אלקים את יצחק”,
טייטשט דאָרט רש”י: נתיירא
(אברהם)
לברך את יצחק כו’ אמר יבא בעל הברכות ויברך כו’ ובא הקב”ה וברכו.
שטעלט זיך די קשיא 8
: ווי קומט עס וואָס נאָך דעם ווי דער אויבערשטער אַליין האָט געבענטשט יצחק אבינו,
זאָל ער שפּעטער זיין אינעם מצב פון „ותכהין עיניו”,
וואָס פאַרשאַפט דעם מענטשן צער און יסורים,
ביז - ווי רש”י שרייבט ווייטער 9
- אַז מצד דעם איז ער געווען „כמת"?
ס'איז דאָך אַ דבר הפשוט,
אַז וויבאַלד דער אויבערשטער אַליין,
דער בעל הברכות,
האָט געבענטשט יצחק'ן,
האָט די זקנה אים ניט געדאַרפט אַזוי שטאַרק
(ובפרט אַז אין יענע יאָרן איז 123 יאָר 10
ניט געווען אַזאַ טיפער עלטער),
אַז ער זאָל גאַנצע 57 יאָר זיין „כמת" 11
!
(ובפרט אַז מען געפינט עס ניט *11
ביי קיינעם ניט פון די אַלטע מענטשן וואָס זיינען דערמאָנט ביז איצטער 12 ,
כאָטש פילע פון זיי זיינען געווען אַ סך עלטער פון 123 יאָר).
דעריבער זאָגט רש”י אַנדערע טעמים אויף „ותכהין”.
דאָס מיינט,
אַז
(בכלל ובפרט)
מצד דער ברכה וואָס דער אויבערשטער האָט געבענטשט יצחק’ן,
ווען ס’וואָלטן זיך ניט אַריינגעמישט קיין זייטיקע ענינים,
וואָלט ביי אים דאַן טאַקע געווען
(על דרך ווי ביי משה רבינו)
„לא כהתה עינו”* 12 .
דאָ האָבן זיך אָבער אַריינגעמישט זייטיקע סיבות -און זיי האָבן גורם געווען אַז „ותכהין עיניו”.
ג.
וויבאַלד אַז לערנענדיק דעם פסוק „ותכהין עיניו מראות” ווערט גלייך קשה - ווי קומט עס,
אַז יצחק,
וואָס דער אויבערשטער אַליין האָט עם געבענטשט,
זאָל ליידן פון כהו עיניו,
כנ”ל - לייגט זיך אויפן שכל צו זאָגן,
אַז דער ענטפער אויף דער שאלה איז אָנגעדייט אין די פסוקים גופא.
און וויבאַלד אַז דעם פסוק פון „ותכהין עיניו מראות” קומט בהמשך צום פריערדיקן פסוק וואָס דערציילט ווי די נשי עשו זיינען געווען „מורת רוח ליצחק ולרבקה”
(צוליב דעם וואָס זיי האָבן געדינט ע”ז 13 ),
איז מסתבר 14 ,
אַז אין דער סמיכות הכתובים איז מרומז די סיבה פון „ותכהין” 15 .
און דעריבער שטעלט רש”י דעם פירוש אַז דער „ותכהין” איז געקומען „בעשנן של אלו” 16
גלייך צום אָנפאַנג אַלס פירוש העיקרי,
ווייל ער איז מרומז דורך די פסוקים גופא.
משא”כ לויט די אַנדערע צוויי פירושים,
איז די סיבה פון „ותכהין” ניט מרומז בפשטות הכתובים.
ד.
אין דעם ערשטן פירוש זיינען אָבער דאָ צוויי שוועריקייטן:
א)
ס’איז מובן,
אַז די נשי עשו האָבן ניט געוואוינט צוזאַמען מיט יצחק’ן,
נאָר זיי האָבן געהאַט אַ באַזונדער דירה
(אָדער דירות)
פאַר זיך 17
; ס’איז אויך פאַרשטאַנדיק,
אַז דאָס וואָס „היו עובדות ע”ז” און „מעשנות וכו’” האָבן זיי געטאָן אין זייער
(רשות)
דירה - און וויבאַלד אַזוי,
איז ניט גלאַטיק צו זאָגן,
אַז „עשנן של אלו” אין זייער דירה,
האָט פאַרשאַט יצחק’ן אין זיין הויז.
ב)
פאַרוואָס האָט „עשנן” געשאַדט בלויז יצחק’ן,
און ניט רבקה’ן 18 ?
און מחמת די צוויי קשיות אויפן ערשטן פירוש מוז רש”י אָנקומען צו די אַנדערע פירושים 19 .
ה.
די באַזונדערע שוועריקייט אין יעדערן פון די אַנדערע צוויי פירושים -
(א)
„כשנעקד ע”ג המזבח כו’ וירדו דמעותיהם ונפלו על עיניו”.
(ב)
„כדי שיטול יעקב את הברכות”
[אויסער זייער בשותפות’דיקע שוועריקייט -ניט האָבנדיק אויף זיך קיין רמז אין פסוק,
כנ”ל]
:
אין צווייטן פירוש איז קשה: דער תוכן פון דעם פירוש
(„נפתחו השמים וראו מלאכי השרת והיו בוכים וירדו דמעותיהם וכו’ לפיכך כהו עיניו”)
איז אַן ענין פון דרש 20 ,
לגמרי ניט עפ”י פשוטו של מקרא - דרכו של רש”י בפירושו עה”ת.
אויפן דריטן פירוש איז אָבער דאָ נאָך אַ גרעסערע תמי’: ווי קומט עס אַז דער אויבערשטער זאָל פאַרטונקלען די ראי’ פון יצחק’ן
(און אויף אַזוי פיל יאָרן),
בכדי אַז אַ צווייטער ,
יעקב,
זאָל דורכדעם באַקומען די ברכות?
ובפרט אַז הרבה דרכים למקום,
און זיכער האָט דער אויבערשטער געהאַט אַן אנדער וועג דורך וועלכן יעקב זאָל קריגן די ברכות.
און וויבאַלד אַז דאָס איז אַ סך אַ גרעסערע שוועריקייט
(ווי די שוועריקייט אויפן צווייטן פירוש)
- ווייל פאַרשאַפן יסורים און היפך הטוב פאַר איינעם צוליב דער טובה פון אַ צווייטן זעט אויס ווי היפך היושר,
אַ זאַך וואָס איז לחלוטין ניט שייך צו זאָגן ח”ו ביחס צום אויבערשטן - דערפאַר שטעלט רש”י דעם פירוש נאָכן צווייטן פירוש 21 .
ו.
ווי געזאָגט פריער,
האָט יעדער פון די דריי פירושים אַ מעלה כלפי די אַנדערע צוויי פירושים.
אין אַנדערע ווערטער: יעדע צוויי פירושים האָבן די זעלבע שוועריקייט,
אָדער ניט גלאַטיקייט,
וואָס איז ניטאָ אין דעם דריטן פירוש.
דער יתרון עיקרי וואָס איז דאָ אין ערשטן פירוש לגבי די אַנדערע צוויי באַשטייט אין דעם,
ווי געזאָגט פריער,
וואָס בלויז ער איז מרומז אין פסוק.
די מעלה פון צווייטן פירוש קעגן ערשטן און דריטן: לויט אַלע פירושים איז „ותכהין” געווען די סיבה וואָס האָט גורם געווען אַז יצחק זאָל די ברכות איבערגעבן צו יעקב’ן.
אָבער לויטן ערשטן און דריטן פירוש איז דער „ותכהין” געקומען דורך אַן ענין פון גנות און חסרון
(לויטן ערשטן פירוש -מצד דעם עשן פון ע”ז ,
און לויטן דריטן פירוש - מצד דעם וואָס יצחק האָט געוואָלט בענטשן עשו’ן )
- ובמילא קומט אויס אַז אַן ענין פון גנות און חסרון האָט געבראַכט צו ..
די ברכות ! משא”כ לויטן צווייטן פירוש איז אדרבה: דער „ותכהין” איז געקומען צוליב יצחק’ס מעלה - צוליב דער עקידה 22 .
אויך דער דריטער פירוש האָט אַ מעלה לגבי די ערשטע צוויי:
לויט די ערשטע צוויי פירושים קומט אויס,
אַז „ותכהין עיניו מראות” איז געשען אַ סך פריער פאַרן זמן פון „זקן יצחק”.
וואָרום בעת עשו האָט גענומען די נשים חתיות
(אַלט זייענדיק „ארבעים שנה” 23 )
איז יצחק דאַן אַלט געווען הונדערט יאָר
(ווייל ווען עשו איז געבאָרן געוואָרן איז יצחק אַלט געווען זעכציק יאָר 24 ).
און לויטן צווייטן פירוש,
אַז דאָס איז געקומען מצד די דמעות המלאכים,
האָט עס פּאַסירט נאָך פריער - ווען יצחק איז אַלט געווען 37 יאָר 25 .
שטעלט זיך די שאלה: פאַרוואָס שטייט אין פסוק פריער „כי זקן יצחק” און דערנאָך „ותכהין”?
לויט די ערשטע צוויי פירושים 26
האָט דאָך געדאַרפט שטיין אין אַ פאַרקערטן סדר,
לויטן סדר המאורעות?
לערנט דעריבער רש”י אַ דריטן פירוש „כדי שיטול יעקב את הברכות”,
וואָס לויט דעם פירוש איז גלאַטיק דער סדר הכתוב: „ויהי כי זקן יצחק” און צוליב דעם האָט ער געוואָלט געבן די ברכות צו עשו’ן,
איז דערפאַר -„ותכהין גו’”,
כדי אַז יעקב זאָל נעמען די ברכות.
ז.
פון די הוראות פון דעם דריטן פירוש אין רש”י: ווי ווייט מען דאַרף זיין נזהר אין ריידן לשון הרע:
לכאורה: בכדי אַז יעקב זאָל נעמען די ברכות האָט דאָך דער אויבערשטער געהאַט אַ פשוט’ע עצה - צו מגלה זיין יצחק’ן 27
אַז עשו איז אַ רשע 28 ,
ובמילא וועט ער געבן די ברכות צו יעקב’ן!
ובפרט,
אַז וועגן עשו’ס פרויען האָט שוין יצחק געוואוסט אַז זיי דינען ע”ז 29
(יצחק האָט אָבער געמיינט אַז עשו איז ניט שולדיק אין דעם; ער קען אויף זיי ניט משפיע זיין),
און אויך וועגן עשו’ן אַליין האָט ער געוואוסט אַז „עפּעס” איז מיט אים ניט אינגאַנצן גלאַטיק - „אין דרך עשו להיות שם שמים שגור בפיו” 30
-
היינט בשעת אַז יצחק האָט סיי ווי שוין געהאַט עפּעס אַ חשד אויף עשו’ן,
האָט דאָך אים דער אויבערשטער שוין געקענט מגלה זיין די גאַנצע זאַך,
אַז עשו איז אַ רשע און מ’וואָלט ניט געדאַרפט אָנקומען צו „ותכהין” פון יצחק’ן.
זעט מען דערפון אויף ווי ווייט מען דאַרף זיין 31
אָפּגעהיט פון ריידן לשון הרע: יצחק איז געווען 57 יאָר „כלוא בבית” און „כמת” אַבּי מ’זאָל ניט ריידן אויף אַ אידן
(אפילו אויף אַ ישראל מומר 32 )
לשון הרע!
און אויב בשייכות צו עשו’ן איז עס אַזוי,
איז בנוגע צו אידן נאָך מתן תורה - נאָכדעם ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו יעדער איד 33
„אנכי הוי’ אלקיך”,
אַז ביי יעדער איד איז „אנכי הוי’” געוואָרן „אלקיך”,
זיין כח וחיות 34
- על אחת כמה וכמה.
(משיחות ש”פ תולדות וש”פ וישלח תשכ”ח)