B"H
🏡

Ikar

תולדות ב

א.

אויפן פסוק 1

"וירא אליו ה׳ ויאמר אל תרד מצרימה שכון בארץ אשר אומר אליך,

גור בארץ הזאת גו׳" שטייט אין מדרש 2

"גור בארץ הזאת,

אמר ר׳ הושעי׳ את עולה תמימה מה עולה אם יצאת חוץ לקלעים היא נפסלת אך את אם יצאת חוץ לארץ נפסלת".

רש״י בפירושו אויך די ווערטער "אל תרד מצרימה" איז מפרש: שהי׳ דעתו לרדת למצרים כמו שירד אביו בימי הרעב אמר לו אל תרד מצרימה שאתה עולה תמימה ואין חוצה לארץ כדאי לך.

דער רא״ם לערנט אין פירוש רש״י,

אז וויבאלד ער איז אן עולה תמימה וואס איז קודש קדשים איז כל הארץ ביי אים ע״ד ווי די עזרה לגבי ק״ק,

און "חו״ל חשובה אצלו כחוץ מן העזרה ואין קדש קדשים יוצא לחוץ מן העזרה ואם יצא נפסל ונאסר לעולם".

לויטן פירוש הרא״ם קומט אויס,

אז רש״י איז אויסן צו מפרש זיין אויפן זעלבן אופן ווי דער מדרש הנ״ל.

כד דייקת שפיר זעט מען אבער אז צווישן פירוש רש״י און פי׳ המדרש זיינען דא אזעלכע שינוים וואס ברענגען ארויס א שינוי אויך אין תוכן פון די פירושים:

א)

לויט דעם מדרש איז יצחק׳ס יציאה אין חו״ל פארבונדן מיט א פסול - "אם יצאת חוץ לארץ נפסלת״ - פונקט ווי אן עולה וואס איז יוצא חוץ לקלעים; אבער רש״י בפירושו איז מדגיש נאר אז "אין חוצה לארץ כדאי לך".

ב)

אין מדרש איז די דרשה אויך די ווערטער "גור בארץ הזאת" 3 ,

און רש״י שטעלט זיך אויך די ווערטער "אל תרד מצרימה" 4 .

וואס פון די ביידע שינוים

(וואס זיינען תלוי זב״ז 5 )

איז מובן אז ס׳איז א חילוק בתוכן הפירושים: לויטן מדרש איז ביי יצחק׳ן דער איסור יציאה לחו״ל א תוצאה פון דעם וואס ער דארך זיין אין ארץ ישראל

(״גור בארץ הזאת״)

- מצד דער מעלה פון ארץ ישראל - ווייל ארץ ישראל לגבי יצחק איז ווי תוך הקלעים לגבי אן עולה - און במילא איז "אם יצאת חוץ לארץ נפסלת",

ווייל ער איז ארויס פון ארץ ישראל.

משא״כ לויט רש״י,

איז די שלילת היציאה פון יצחק׳ן פארבונדן ניט מיט דער מעלה מיוחדת פון ארץ ישראל,

נאר מיט דעם חסרון פון חוץ לארץ - "אין חוצה לארץ כדאי לך",

און דעריבער איז דאס פארבונדן

(ניט מיט׳ן חיוב "גור בארץ הזאת" נאר)

מיט דער שלילה "אל תרד מצרימה".

ב.

לפ״ז קען מען לכאורה מסביר זיין דעם טעם השינוי הנ״ל צווישן פרש״י און מדרש:

לויטן מדרש איז דאס פארבונדן מיט קדושת הארץ 6

- ארץ ישראל איז מקודשת מכל הארצות,

און די יציאה פון יצחק איז געגליכן צו דער יציאה פון אן עולה לחוץ מקדושת העזרה - "מה עולה אם יצאת חוץ לקלעים היא נפסלת אף את אם יצאת חוץ לארץ נפסלת״ * 6 .

משא״כ לפרש״י 7

וואס עם איז על דרך הפשט,

איז אין פשוטו של מקרא געפינט מען ניט אז ארץ ישראל בזמן האבות ,

ווען זי איז נאך געווען ארץ כנען האט געהאט אין זיך א קדושה 8 ,

דעריבער זאגט רש״י אז זיין ניט ארויסגיין אין חו״ל איז עיקרו

(- ניט דער ציווי "גור בארץ הזאת",

מצד קדושת הארץ,

נאר)

מצד דעם חסרון פון "חוצה לארץ",

"אין חוצה לארץ כדאי לך" 9 .

אין אמת׳ן אבער קען מען אזוי ניט לערנען - ובהקדם השאלה: דעם ענין,

אז יצחק זאל ניט ארויסגיין פון ארץ ישראל,

געפינט מען שוין פריער - ווען אברהם האט געשיקט אליעזר׳ן אין חוץ לארץ "אל ארצי גו׳ ולקחת אשה לבני ליצחק",

איז אויף אליעזר׳ם שאלה "אולי לא תאבה האשה גו׳ אל הארץ הזאת ההשב אשיב את בנך גו׳",

האט אים אברהם געענטפערט "השמר לך פן תשיב את בני שמה״ 10

- און דארטן געפינט מען ניט 11

אז מען זאל מפרש זיין 12

אז דאס איז צוליב דעם וואס יצחק איז געווען אן עולה תמימה 13 .

לכאורה וואלט מען דאס געקענט פארענטפערן און מבאר זיין - עכ״פ ע״ד ההלכה:

דער דין 14

איז אז ״אסור לצאת מארץ ישראל לחוצה לארץ לעולם אלא ללמוד תורה או לישא אשה ..

(און אויך דאן איז דערנאך)

ויחזור לארץ ..

אבל לשכון בחו״ל אסור אא״ב חזק שם הרעב עד שנעשה שוה דינר חטין בשני דינרין".

און דעריבער: אין פ׳ חיי שרה וואו די שאלה פון אליעזר׳ן "ההשב אשיב את בנך אל הארץ אשר יצאת משם" האט געמיינט אז יצחק זאל פארבלייבן דארט בקביעות

(ניט ע״מ לחזור,

וויבאלד אז לא תאבה האשה)

- איז פארשטאנדיק פארוואס דאס איז געווען אפגעפרעגט און אברהם האט אים אנגעזאגט "השמר לך פן תשיב את בני שמה".

משא״כ בפרשתנו וואו עס רעדט זיך וועגן "ויהי רעב בארץ",

וואס דעמאלט איז ניטא דער איסור הנ״ל פון ארויסגיין " לשכון " בחו״ל 15

(ווי מ׳זעט אויך פון דעם וואס אברהם אבינו האט אזוי געטאן 16

בימי הרעב 17 ),

דעריבער האט דער אויבערשטער געדארפט באווארענען "אל תרד מצרימה גו׳ גור בארץ הזאת",

אז יצחק טאר ניט ארויסגיין אין חו״ל צוליב א טעם מיוחד - דאס וואס ער איז אן עולה תמימה 18 .

ס׳איז אבער שווער אזוי איינצולער־

נען: דער רמב״ם פירט אויס אין דער אויבנדערמאנטע הלכה ״ואע״פ שמותר לצאת,

אינה מדת חסידות,

שהרי מחלון וכליון שני גדולי הדור היו ומפני צרה גדולה יצאו ונתחייבו כלי׳ למקום",

איז אויב מען זאל זאגן אז די דינים פון איסור יציאה לחו״ל זיינען געווען שייך אויך בא די אבות

(עכ״פ מצד דעם וואס קיימו האבות כל התורה כולה עד שלא ניתנה 19

ואפילו אכילת מצה 20

ואפילו גזירות ושבותים דרבנן 21

וכיו״ב),

וואלטן זיי דאך זיכער געווען נזהר אויך פון יציאה אין חו״ל וויבאלד דאס איז ניט קיין מדת חסידות

(און איז פארבונדן מיט אזא עונש 22 ,

ר״ל).

ועוד ועיקר: מען זעט דאך אז אברהם אבינו איז ארויס פון א״י צוריק קיין חרן נאך ברית בית הבתרים 23 ,

אפילו ניט אין א זמן פון רעב 24 .

פון דעם איז מוכרח אז בזמן האבות איז ניט שייך געווען דער איסור יציאה פון א״י לחו״ל,

און במילא אויך ניט שייך אז די אבות זאלן זיין נזהר אין דעם,

כאטש זיי האבן מקיים געווען כל התורה כולה עד שלא ניתנה,

ווייל דער גדר פון קדושת הארץ

(בנוגע דער יציאה מהארץ 25 )

האט נאך דעמאלט 26

ניט חל געווען

[ווי ס׳איז אויך פארשטאנדיק פון מאמר המכילתא 27

"עד שלא נבחרה א״י היו כל הארצות כשרות לדברות

(און דוקא)

משנבחרה ארץ ישראל יצאו כל הארצות"].

און דער טעם פארוואס אברהם האט אנגעזאגט אליעזר׳ן "השמר לך פן תשיב את בני שמה",

איז מובן

(אויך ע״ד הפשט)

פון דברי אברהם גופא

(אין המשך הכתובים שלאח״ז)

: "ואשר נשבע לי לאמר לזרעך אתן את הארץ הזאת" - וויבאלד דאס איז די לאנד וואס דער אויבערשטער וועט אפגעבן צו יצחק,

האט ניט קיין ארט אז יצחק זאל

(צוליב ״לישא אשה״)

אוועקגיין פון איר און זיך באזעצן אין חו״ל 28 .

משא״כ בפרשתנו וואו ס׳רעדט זיך וועגן א זמן פון א רעב בארץ און ס׳איז ניטא קיין אנדער ברירה ווי לצאת מן הארץ,

איז מסתבר בפשטות אז דאס דארך ניט זיין קיין אפהאלט פון צו גיין צייטווייליג אין אן ארט וואו ס׳איז דא מזון ביז דער רעב ענדיקט זיך

(לולא דעם טעם אז יצחק איז אן "עולה תמימה") 29 .

עפ״ז ווערט דאך אבער די שאלה: וויבאלד אז א״י איז נאך דעמאלט ניט געווען אויסגעטיילט בקדושתה 30 ,

איז וואס טוט אויף דער ענין וואס יצחק איז א "עולה תמימה" 31 ,

ובפרט לפי הדגשת המדרש,

אז "מה עולה וכו׳ אף את אם יצאת כו׳״י

ג.

וי״ל ובהקדים נאך א שינוי וואס מ׳געפינט צווישן א לשון רש״י און לשון המדרש: אויף דעם פסוק 32

ביי ברית בין הבתרים "ביום ההוא כרת ה׳ את אברם ברית לאמר לזרעך נתתי את הארץ הזאת",

שטייט אין מדרש 33

"מאמרו של הקב״ה מעשה שנאמר לזרעך נתתי,

אתן את הארץ הזאת אין כתיב כאן אלא נתתי את הארץ הזאת",

אבער רש״י בפירושו אויף "לזרעך נתתי" פארטייטשט: "אמירתו של הקב״ה כאילו היא עשוי׳".

לפ״ז קומט אויס,

אז לדעת המדרש איז ביים ברית בין הבתרים שוין געווען די "מעשה" הנתינה דורך אמירת הקב״ה,

און ס׳איז דאן נקנה געווארן צו אברהם ולזרעו אחריו 34

גאנץ ארץ ישראל

[וואס דאס איז אויך מתאים מיט דעם מאמר הירושלמי 35

אז "לזרעך נתתי" איז ניט א הבטחה,

נאר ״כבר נתתי״ - עס באלאנגט צו די אידן נאך איידער זיי זיינען אריין אין א״י; און אזוי אויך - מיט דעם וואס די גמרא 36

זאגט להלכה אז "ארץ ישראל מוחזקת היא",

"ירושה היא לכם מאבותיכם "] 37 .

משא״כ לויט רש״י האט אמירת הקב״ה ניט אויפגעטאן די "מעשה" הנתינה בפועל ממש,

אז א״י זאל פון דעמאלט אן באלאנגען 38

צו אידן 39

; ס׳איז נאר אז "

(אמירתו של הקב״ה)

כאילו היא עשוי׳",

אבער אויך מצד דעם איז מתאים

(אפילו בפשוטו של מקרא)

צו זאגן דעם לשון "לזרעך נתתי " 40 .

דארף מען פארשטיין: וויבאלד אז מ׳זאגט לדעת המדרש

(וההלכה)

אז אמירתו של הקב״ה פועלט אויף גוף הארץ,

אז עם איז נקנה געווארן צו אברהם וזרעו אחריו,

פארוואס זאל מען ניט זאגן אז דאס האט אויך געפועלט די קדושה אין דער ארץ

(ויתרה מזו - וויבאלד אז מען געפינט אז גלייך "כשברא העולם,

איז " בחר בארץ ישראל" 41

)

איז דאך מקום לומר אז פון דעמאלט אן איז דאס גע-ווארן אן ארץ קדושה,

ובמילא זיינען חל די אלע ענינים וואס קדושת הארץ איז מחייב 42

(כולל אויך דעם איסור יציאה פון איר אפילו ווען איינער איז ניט קיין עולה תמימה).

ד.

ויש לומר די הסברה אין דעם:

שוין גערעדט פיל מאל * 42

בנוגע דעם חילוק צווישן די מצוות וואס די אבות האבן מקיים געווען פאר מ״ת און די מצוות וואס אידן זיינען מקיים נאך מ״ת,

אז וויבאלד דער קיום המצוות פאר מ״ת איז געווען באופן פון "אינו מצווה

( מהקב״ה ) 43

ועושה",

האבן די מצוות ניט געהאט דעם כח צו משנה זיין דעם מהות

דבר הנברא ע״י הקב״ה,

משנה זיין דעם גוף הדבר מיט וועלכן מ׳האט געטאן די מצוה אז ער זאל ווערן א חפצא של מצוה,

און דער אויפטו פון קיום המצוות איז געווען נאר בשייכות צום גברא 44 ,

מקיים המצוה.

לאחר מ״ת וציווי הקב־ה אבער ווערט דורך קיום המצוות א שינוי אין דעם חפצא,

אז די חפצא ווערט א חפץ מצוה וקדושה וכו׳

- וואס דער טעם דערויף איז,

ווי עם שטייט אין מדרש 45 ,

אז פאר מ״ת איז געווען א גזירה אז עליונים לא ירדו לתחתונים ותחתונים לא יעלו לעליונים,

און בא מ״ת האט דער אויבערשטער מבטל געווען די גזירה,

אז ם׳זאל קענען זיין דער חיבור פון עליון מיט תחתון -

ד.

ה.

דער ציווי במ״ת * 45

האט אויפגע-טאן דער גדר פון חפצא דמצוה

(ועבירה)

אין די עניני העולם

(אפילו איידער דער מענטש איז מקיים מיט זיי די מצוה),

אז זיי ווערן א כלי מוכשר צו מקיים זיין א מצוה מיט זיי און דורך זיי; און דורך דעם וואס דער אדם איז מקיים די מצוה במעשה ,

ווערט נקבע בפועל קדושה

(עליונים)

אין חפץ שלמטה

(תחתונים)

און ער ווערט א חפצא של מצוה או קדושה כו׳.

עד״ז איז מובן אויך בנוגע א״י: כאטש אז דער קנין ובעלות אויף א״י האט זיך אויפגעטאן אויך פאר מ״ת

(ע״י דיבורו של הקב״ה),

האט אבער דאן די חלות הקדושה

(אויך די קדושה וואס איז ניט פארבונדן מיט חיוב מצוות)

ניט געקענט נקבע 46

ווערן אין ״חפצא״ פון דעם ארץ 47 .

לאחרי מ״ת אבער

(אויך לפני הכיבוש)

איז אין איר נתחדש געווארן דער גדר און אפשריות הקדושה

(מצד דעם ציווי מ׳זאל איר כובש זיין)

; און ווען אידן האבן איינגענומען א״י 48

בפועל 49

(דורך כיבוש) 50

איז אין איר נקבע געווארן 51

קדושת הארץ.

ה.

אזוי ווי דאס איז ע״ד המדרש בנוגע צו קדושת הארץ,

עד״ז איז עס לדעת רש״י בפשוטו של מקרא בנוגע לקנין בעלות הארץ:

וויבאלד אז דער אופן וגדר נתינת הארץ פון דעם אויבערשטן צו אידן איז ניט ווי עס ווערט געגעבן א זאך פון א סתם נותן צו א סתם מקבל

- וואס די נתינה איז נאר א שינוי רשות וואס בייט ניט דעם מהות פון דעם דבר הניתן

(און דעריבער קען די בעלות פון דער זאך בטל און נפקע ווערן דורך א קנין,

אדער כיבוש וכיו״ב,

און איבערגיין פון איין רשות צום צווייטן)

- נאר דער אויבערשטער האט אוועקגעגעבן

(אויך)

איר מהות צו אידן

(צונעמענדיק פון איר יעדע שייכות צו אנדערע אומות),

געגעבן אין אן אופן אז עם איז געווארן א שינוי אין איר מהות - דער חפצא פון דער ארץ איז געווארן דורך הקב״ה ארץ ישראל ,

איז פון דעמאלט אן קען זי ניט געהערן צו אן אנדער פאלק

(שינוי רשות דורך א קנין וכיו״ב,

קען ניט משנה זיין מהות הדבר) 52

-

במילא

(בדוגמת כללות גדר הקדושה וואס קען אויפגעטאן ווערן דוקא לאחר מ״ת)

האט זיך

(אויך)

דאס געקענט אויפטאן דווקא דורך דעם וואס אידן האבן כובש געווען בפועל - "כבשתם ארצות ז׳ גוים״ - וואס דעמאלט איז געווארן בפועל 53

דער "ברצונו כו׳ נתנה לנו ",

נתינת עצם מהות הארץ

(מצד דעם וואס " כל הארץ של הקב״ה היא הוא בראה ") 54 .

ו.

עפ״ז קען מען מבאר זיין דעם חי לוק פון פירוש רש״י און מדרש: דאס וואס אן עולה טאר ניט ארויסגענומען ווערן חוץ לקלעים און "אם יצאת כו׳ היא נפסלת״ איז ניט צוליב דעם גדר הקדושה

(וואס זי איז ארוים אין א מקום פון א נידעריקער דרגא פון קדושה),

נאר ווייל דאס איז ״חוץ למחיצתה״ - און דאס איז א דין כללי 55

בא יעדער בשר וואס איז "יצא חוץ למחיצתו"; ואדרבה,

דעם דין לערנט מען אפ 56

פון פסוק 57

"ובשר בשדה טרפה לא תאכלו"

(וואס רעדט ניט וועגן בשר קודש)

: "כיון שיצא בשר חוץ למחיצתו נאסר",

היות אז דער סוג בשר האט זיין מחיצה,

וואס איז מגדיר דעם מקום קבוע וואו עם באלאנגט,

דערפאר איז "בשר ק״ק שיצא חוץ לחומת העזרה ובשר קק״ל שיצא חוץ לחומת ירושלים" 58 ,

אדער "בשר הפסח שיצא חוץ לחבורתו" 59 ,

אדער אן ״עובר שהוציא ידו״ 60 ,

ווערן זיי ״נפסל ונאסר לעולם" 61 ,

ווייל "כיון שיצא בשר חוץ למחיצתו 62

נעשה כטריפה" 63 .

און וויבאלד אז לויט דעם מדרש איז אמירתו של הקב״ה מעשה און א״י האט שוין דעמאלט

(פון זינט ברית בין הבתרים)

באלאנגט צו די אבות,

דעריבער קומט אויס אז דורך דעם וואס דער אויבערשטער האט אים

(יצחק׳ן)

געהייסן זיך מקריב זיין אלם אן עולה תמימה,

איז בדרך ממילא ארץ ישראל נקבע געווארן אלם מקומו 64

ומחיצתו

(בדוגמא ווי דורך הקרבת העולה ווערט די עזרה איר מקום ומחיצה קבועה 65 ),

ובמילא איז חו״ל לגבי אים "חוץ למחיצתו".

משא״כ לדעת רש״י,

כנ״ל,

אז אין חפצא פון א״י האט די נתינה ביים ברית בין הבתרים ניט אויפגעטאן.

רש״י האט דאך אבער שוין מפרש געווען אין פ׳ חיי שרה 66

(אין דעם ענטפער פון אברהם צו אליעזר "השמר לך פן תשיב את בני שמה")

אויך די ווערטער "ה׳ אלקי השמים אשר לקחני מבית אבי - עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ שהרגלתיו בפי הבריות אבל כשלקחני מבית אבי הי׳ אלקי השמים ולא אלקי הארץ שלא היו באי עולם מכירים בו ושמו לא הי׳ רגיל בארץ",

וואס

(ווי גערעדט אמאל בארוכה 67 )

דערמיט האט אברהם מסביר געווען צו אליעזר׳ן,

אז אין חו״ל,

"בית אבי",

איז דער אויבערשטער בלויז "אלקי השמים״,

ניט ״אלקי הארץ״ - היות מ׳האט דארט ניט קיין הכרה אין דעם אויבערשטן און שמו הקדוש איז ניט מורגל בפי הבריות - און דעריבער "את בני לא תשב שמה״; משא״כ אין א״י איז ער

(ניט נאר)

"אלקי השמים

(נאר אויך)

ואלקי הארץ שהרגלתיו בפי הבריות" 68 ,

אבער לאידך איז עם דארטן נאר אין אן אופן פון ״ הרגלתיו בפי הבריות" - ניט קיין שינוי המהות אין די בריות,

אין זייערע הנהגות און מעשים

(וואס דעריבער "לא תקח אשה לבני מבנות הכנעני אשר אנכי יושב בקרבו״)

-

איז דערפון פארשטאנדיק אז בערך מעלתו פון יצחק וואס איז געווען אן "עולה תמימה"

[איז כאטש ס׳איז ניט

(אזויפיל)

נוגע חשיבות הארץ - ווארום אין ארץ עצמה איז

(נאך)

ניט געווען קיין מעלה מיוחדת 69

און אויך ניט אין מהות פון אנשי הארץ -]

איז

(בעיקר)

געווען שלילת היציאה דערפאר וואס "אין חוצה לארץ כדאי לך ",

ווייל דארט איז ניטא "אלקי הארץ ",

אפילו שמו איז ניט רגיל אין חוץ לארץ.

ז.

ויש לבאר דעם חילוק צווישן די צוויי דיעות בפנימיות הענינים:

לויט דעם מדרש

(והלכה)

איז געווען די בעלות פון אידן אויך א״י אויך בזמן האבות און מצד דעם האט יצחק ניט געטארט ארויסגיין

(זייענדיק אן עולה תמימה)

; לויט פירוש רש״י איז ניט געווען קיין בעלות בפועל,

דאס האט זיך ערשט אויפגעטאן ע״י בנ״י בכניסתם לארץ,

און דער העדר היציאה מהארץ איז בלויז ווייל "אין חוצה לארץ כדאי לך":

מצד מדרש,

וואס איז העכער פון פשט

(- כולל פשטות הענינים)

נאר פארבונדן מער מיט רוחניות הענינים

(אבער דאס איז נוגע ופועל אויך אין גשמיות העולם),

ווערט די בעלות פון אידן אויך א״י אויפגעטאן דורך " מאמרו של הקב״ה מעשה" שנוגע צו די בעלות פון אידן אויך א״י,

לויט פרש״י - פשוטו של מקרא -רעכנט מען זיך בלויז

(ווי דאס איז אין עולם הפשט - עולם המעשה)

מיט דער מעשה בפועל,

ווי דאס איז אין עוה״ז,

און דעריבער איז אויך די בעלות פון אידן אויף א״י געווארן דוקא דורך זייער כניסה וכיבוש במעשה.

אבער לאידך,

ווערט דורך דער מעשה בפועל פון אידן איבערגעאנדערשט דער מהות הארץ און עס ווערט נתגלה נתינת הקב״ה פון עצם מהות הארץ,

באופן אז עס איז געווארן אן ארץ ישראל ,

און אן ארץ הקודש און אין אן אופן תמידי,

כנ״ל.

(משיחות כ״ף מנ״א ומוצש״ק ראה תשל״ח)

Reader controls and commentary are loading.