א.
אויף "ואלה תולדות יצחק" זאגט דער מדרש 1 ,
אז "
( ו אלה)
מוסיף על הראשונים.
על מה שכתוב למעלה הימנו בני ישמעאל,
ומי הי׳ זה עשו ובניו שהי׳ בנו של יצחק״ - אז מיט "ואלה תולדות יצחק" ווערט געמיינט עשו וואס איז געווען א רשע אזוי ווי "בני ישמעאל"
(ומהאי טעמא שטייט "תולדת יצחק חסר,
להוציא יעקב מכלל הרשעים").
דארף מען פארשטיין: וויבאלד דער מדרש טייטשט " ואלה תולדות גו׳" אויף "עשו׳ן",
דארף מען זאגן,
אז דער עיקר ההדגשה אין פסוק
(לויטן פי׳ המדרש)
איז
(ניט אויף יעקב׳ן,
נאר)
אויף עשו׳ן - איז תמוה:
א)
וואו געפינט מען אז אין דער סדרה זאל זיין מער הדגשה אויף עשו׳ן ווי אויף יעקב׳ן 2 ?
ב)
ועיקר : ווי קען מען בכלל זאגן אז ״ ואלה תולדות יצחק״ - "זה עשו"
(און ניט יעקב) 3 ?
!
דער כללות הביאור אין דעם:
דער תוכן פון פרשת תולדות איז עניני
(ועבודת)
יצחק 4
- תולדותיו,
זיין גיין קיין גרר,
חפירת הבארות,
די ברכות יצחק.
און היות אז דער חידוש אין עבודת יצחק לגבי עבודת אברהם
(שבפרשיות לפנ״ז)
האט זיך ארויסגעזאגט אין דעם,
וואס דער יחס
(רוחני)
צווישן אים און עשו׳ן איז געווען אנדערש ווי דער יחס פון אברהם צו ישמעאל׳ן
(כדלקמן)
- דעריבער הויבט זיך אן די סדרה מיט "ואלה תולדות יצחק"
(זה עשו),
אז דער
(שם ו)
תוכן הסדרה - תולדות,
וואס מיינט
(אויך)
זיינע "תולדות" אינעם מובן פון עבודת יצחק ומעשיו וכו׳ 5 ,
איז ניכר אין דעם וואס ״ואלה תולדות״ -"זה עשו" 6 .
ב.
אין דעם חילוק צווישן ישמעאל׳ס שייכות צו אברהם און עשו׳ס שייכות צו יצחק געפינט מען צוויי הפכים:
פון איין זייט איז ישמעאל געווען נעענטער
(ברוחניות)
צו אברהם׳ען ווי עשו צו יצחק׳ן - ווארום ישמעאל האט תשובה געטאן "בחיי אביו" 7
(ומסתבר לומר אז דאס איז געקומען מצד אברהם׳ס השפעה אויך אים),
משא״כ ביי עשו׳ן געפינט מען ניט אז ער זאל תשובה טאן.
ואדרבא,
לויט פירוש חז״ל 8
- הוזכר בפרש״י בפרשתנו 9
- האט ער בעת מיתתו מעכב געווען קבורת יעקב במערת המכפלה.
לאידך גיסא אבער,
איז "אברהם 10
יצא
(ו״ נפרד ״ 11 )
ממנו ישמעאל",
און ישמעאל האט ניט געהאט קיין דין ״ישראל״ 12
- און דערפאר איז ער ניט געווען קיין יורש פון אברהם
(אפילו נאך זיין תשובה טאן),
ווי ם׳שטייט אין פסוק 13
״לא יירש בן האמה הזאת עם ..
יצחק"; משא״כ עשו,
אע״פ אז אויך ער איז "יצא" ו״ונפרד" פון יצחק׳ן
("יצחק יצא ממנו עשו" 10 ),
איז עם אבער געווען אין אן אופן אז ער איז פארבליבן א " ישראל
(מומר)
" 14 ,
און איז געווען א יורש כמש״נ 15
"ירושה לעשו נתתי".
בפשטות וואלט מען געקענט זאגן דעם טעם אויך דעם 16
:
דאס וואס ישמעאל איז ניט געווען
(קיין "ישראל" און)
קיין יורש,
איז עם דערפאר וואס ער איז געווען א "בן האמה ״,
ובמילא
(ווי דער פסוק איז מדגיש)
- "
(כי)
לא יירש בן האמה הזאת עם בני
(פון שרה)
״; משא״כ עשו וואס ער איז געווען בנו של רבקה.
פון דעם 17
אבער וואס אויך
(אייניקע)
פון
(די)
בני יעקב זיינען געווען "בני שפחות״ 18
און פונדעסטוועגן איז יעקב "מטתו שלימה " 19
[ ניט ווי אברהם ויצחק וואס יצאו מהם ישמעאל ועשו]
- איז מובן,
אז פאר מ״ת האט אויך א "בן האמה" געקענט
(האבן אויך זיך דעם גדר פון "ישראל" און)
זיין א בן יורש 20 .
והדרא קושיא לדוכתה: וואס איז דער חילוק צווישן ישמעאל און עשו,
וואס דערפאר האט עשו געהאט א דין ישראל,
און ניט ישמעאל
(כאטש אז דוקא ער -און ניט עשו - האט תשובה געטאן)?
דערפון גופא איז מוכח,
אז עשו׳ם שייכות צו יצחק׳ן איז א טיפערע ווי די שייכות ישמעאל צו אברהט׳ען,
אזא וואס איז אומאפהענגיק פון תשובה טאן.
ג.
די שייכות מיוחדת פון עשו מיט יצחק איז אויך מרומז אין מאמר חז״ל 21
אז די קבורה פון "רישי׳ דעשו״ איז געווען "בגו עיטפי׳ דיצחק"
- דלכאורה איז עם א דבר תמוה ביותר: דער דין 22
איז אז "אין קוברין רשע אצל צדיק",
ביז
(ווי עם ווערט דערציילט אין נביאים 23 )
אז ווען מ׳האט אין אלישע׳ם קבר אריינגעווארפן דעם גוף פון א נביא שקר 24 ,
איז צו אויסמיידן ער זאל ניט ליגן לעבן אלישע,
האט דער אויבערשטער געמאכט א נס און א נס פון תחיית המתים 25
און דער נביא שקר איז אויפגעשטאנען א לעבעדיקער - היינט ווי קומט עם אז ״רישי׳ דעשו״ זאל ליגן ״בגו עיטפי׳ דיצחק״
(ובפרט,
אז חז״ל 26
אליין זיינען דערביי מדגיש אז דאס איז "רישי׳ דעשו רשיעא ")?
!
איז דער ביאור אין דעם 27
: דאס וואס עשו איז א רשע איז עם מצד גופו,
מצד ״רישי׳״ אבער - און ווי "רישי׳" איז ״אפגעהאקט״
(אפגעטיילט 28
פון דער נידעריקייט)
פון זיין גוף - איז ער ניט קיין רשע 29
; אדרבה,
ער האט א שייכות מיט יצחק׳ן,
און דעריבער איז "רישי׳" 30
געבליבן "בגו עיטפי׳ דיצחק".
[ע״ד ווי ס׳איז מבואר 31
בנוגע דעם שטן,
אז מצד זיין שורש למעלה איז "שטן ופנינה לשם שמים נתכוונו" 32 ,
און ווי ער קומט אראפ למטה ווערט ער רע גמור,
ביז ״נתן עיניו במקדש ראשון ..
שני והחריבו" 33
(היפך פון כוונה לשם שמים)
;
עד״ז איז ביי עשו׳ן: ווי ער ווערט ״געבארן״ פון יצחק׳ן - ד.
ה.
מצד זיין ״ראש״ ו״שורש״ כשלעצמו - איז ער טוב; נאר ווען דער ״ראש״ ו״שורש״ קומט אראפ ומתקשר ומתלבש בגופו של עשו,
וואס איז רע גמור ,
קען דארט דער ניצוץ קדושה ניט מאיר זיין,
עדמש״נ 34
"נר רשעים ידעך"].
ד.
און אין דעם באשטייט דער יתרון פון עשו׳ן אויף ישמעאל׳ן:
סיי ישמעאל און סיי עשו,
זייענדיק ״תולדות״ פון אברהם ויצחק,
איז
(אע״פ אז יצאו ונפרדו מהם כנ״ל,
איז)
אין זיי פארבליבן "כח האב" 35
[ובפרט אז צדיקים "דומין לבוראן" 36 ,
איז דא א קדושה
(נצחית)
אפילו במעשה ידיהם,
ועל אחת כמה וכמה אין זייערע "תולדות"]
;
דאס הייסט,
אז אין זיי ברענגט זיך ארוים ענינו
(וקדושתו)
פון אברהם ויצחק 37
- נאר ווי קדושת אברהם ויצחק ווערט נמשך און טוט אויף חוץ פון תחום הקדושה
(אין דעם ״ארט״ וואס " יצא ממנו"),
דער אונטערשייד צווישן זיי איז אין וועלכן אופן עם זאגט זיך ארוים
(אין זיי)
די ווירקונג פון די אבות:
ביי ישמעאל׳ן איז דאס געווען אין אן אופן וואס האט אים געבראכט צו תשובה טאן,
אבער מאידך,
איז ער אפילו נאך זיין תשובה געווען אין זיין פריערדיקן גדר,
אין זיין העדר השייכות צו אברהם׳ען;
משא״כ עשו,
כאטש אז מצד זיין גוף איז ער נידעריקער פון ישמעאל׳ן - וואס דערפאר האט ער ניט תשובה געטאן -אבער מצד רישי׳
(ווי ס׳איז אפגעטיילט פון גופו)
איז ער "בגו עיטפי׳ דיצחק".
ה.
א דוגמא אין הלכה אויף דעם חילוק השייכות פון ישמעאל צו אברהם און פון עשו צו יצחק י״ל בדרך אפשר - די צוויי הסברות
(אופנים)
אין גדרי השליחות 38
:
איין הסברה איז,
אז דער שליח איז א מציאות בפני עצמו,
ס׳איז אבער דין התורה אז דער משלח דורך מינויו אלם שליח טוט אויף אז זיין עשי׳ איז שייך,
זי ווערט דעם משלח׳ם.
א צווייטע הסברה איז,
אז די מציאות פון דעם שליח ווערט כמותו ממש פון דעם משלח
(ובדרך ממילא איז עשיתו עשיית המשלח).
ו.
דער חילוק הנ״ל צווישן די "תולדות" פון אברהם
(ישמעאל)
און יצחק
(עשו)
- איז בהתאם צו דעם חילוק אין זייער אופן העבודה:
פון די חילוקים צווישן עבודת אברהם און עבודת יצחק איז 39
: אברהם׳ם עבודה איז בדרך "מלמעלה למטה"
(ממשיך און מגלה זיין אלקות למטה),
און די עבודה פון יצחק איז "ממטה למעלה"
(צו מזכך זיין די וועלט און איר ״אויפהויבן״ למעלה)
;
ווי דער חילוק בפשטות צווישן זייערע עבודות: אברהם אבינו האט זיך עוסק געווען אין ברענגען הכרה וידיעה אין אלקות אויך צו די סאמע נידעריקסטע בריות,
ביז צו ערביים "שהם משתחווים לאבק רגליהם" 40 ,
אז אויך זיי זאלן מכיר זיין גדולתו ית׳; און יצחק האט זיך עוסק געווען אין חפירת בארות,
אראפצונעמען דעם עפר ואדמה אבנים ועצים וואס פארדעקן אויף די מים חיים וואס געפינען זיך בפנים האדמה,
וואס בפנימיות איז דאס די עבודה פון אויסאיידלען דעם נברא
("מטה")
פון זיין ערדישקייט און גראבקייט,
ביז ס׳זאל אין אים דערהערט ווערן דער מקור וחיות אלקי.
און אין יעדער פון די צוויי אופנים
("מלמעלה למטה" און "ממטה למעלה")
איז דא א מעלה שאין בזולתו:
ביי המשכה מלמעלה למטה ווערט דער "מטה" באווירקט און באלויכטן פון דעם " מעלה ",
אבער ניט מצד שינוי גדרו פון דעם "מטה" גופא.
ובנדו״ד,
בא אברהם׳ען: דאס וואס די ערביים כו׳ האבן אויסגערופן "א־ל עולם" 41
איז ניט געווען זייער אן אויפטו,
אז מצד זייער מהות האבן זיי געהאלטן דערביי,
נאר ״ ויקריא " 41
- אברהם האט זיי געמאכט "אויסרופן",
דאס איז פעולתו באופן אז עס איז זיך מתייחס צו אברהם׳ען.
און דעריבער,
אע״פ אז אברהם האט געפועלט אויף די ערביים אז "יכירו גדולתו״ 42
- זיינען זיי דורכדעם ניט "אויפגעהויבן" געווארן פון זייער נידעריקייט,
מצד זייער מציאות זיינען זיי געבליבן "מטה" און די זעלבע ערביים ווי פריער.
עבודת יצחק אבער,
העלאה ממטה למעלה,
פועלט אז די שייכות פון "מטה"
(וועלט)
צו אלקות
("מעלה")
זאל זיין מצד דעם ״מטה״ גופא - ער אליין ווערט נשתנה און אויפגעהויבן און באקומט א שייכות מיט אלקות; ע״ד ווי ביי חפירת בארות,
וואס די ארבעט באשטייט
(ניט אין ברענגען
(און אריינגיסן אין א בור )
מים חיים פון אן אנדער ארט ,
נאר)
אין גראבן און אנטפלעקן די מים חיים וואס זיינען באהאלטן אין דער אדמה,
און אין דעם באר גופא .
ז.
לאידך גיסא,
אבער,
איז מצד דעם גופא דא א מעלה אין המשכה מלמעלה למטה אויף העלאה ממטה למעלה 43
:
ביי המשכה מלמעלה למטה לייכט דער אור אלקי אין דעם "מטה" ווי דער מטה איז במקומו ,
ווי ער איז אין זיין נידעריקייט 44
; ע״ד ווי אברהם אבינו האט אויפגעטאן הכרת גדולתו ית׳ ביי די ערביים ווי זיי שטייען אין זייער ציור;
משא״כ ביי העלאה ממטה למעלה,
טוט זיך אויף די שייכות פונעם "מטה" צו אלקות
("מעלה")
דורך זיין אויפהויבן זיך פון זיין נידעריקייט,
דער מקום המטה גופא ווערט ניט באלויכטן.
און דאס איז אויך דער טעם החילוק צווישן אברהם און יצחק אינעם סדר פון זייער עבודה והנהגה 45
: אברהם איז ארויס פון א״י און "אראפגענידערט" אין מצרים,
אין
(מצרים וגבולים פון)
חו״ל -ער האט באלויכטן אויך חו״ל; דאקעגן יצחק האט ניט געטארט ארויסגיין פון א״י 46
(ווייל ער איז אן "עולה תמימה״ 47
)
- ער האט געקענט פארנעמען זיך און זיין אין דעם טייל פון וועלט
(א״י)
וואס שטייט אין א ״העכערקייט״ און ניט אין דער נידעריקייט פון חו״ל
(מצד זיין עבודה האט חו״ל קיין שייכות ניט צו אור הקדושה).
ח.
אט דער אונטערשייד צווישן עבודת אברהם און עבודת יצחק,
איז אויך די סיבה צום חילוק צווישן
(תולדותיהם)
ישמעאל און עשו:
מצד ענינו של אברהם,
המשכה מלמעלה למטה,
קומט אויס,
אז אויך ווען זיינע ״תולדות״ זיינען בבחי׳ ״מטה״ - א "בן האמה",
ביז אז "יצא לתרבות רעה" 48
- קומט און דערלאנגט אויך דארטן אברהם׳ם השפעה און איז פועל אויף אים תשובה צו טאן 49 .
[ומהאי טעמא איז דאס וואס אברהם האט גענומען ״האמה הזאת״ קיין סתירה ניט צו זיין עבודה - אדרבה,
אין דעם באשטייט דער אויפטו פון זיין עבודה,
אז ס׳איז דא א ״מטה״ און ער איז דארט ממשיך אור; ועד״ז בנוגע זיינע "תולדות": אויך ווי אברהם האט ״געזען״ ישמעאל׳ן איז ער בבחי׳ "מטה" 50 ,
און זיין עבודה איז צו פועל זיין אויך אויף אים,
ביז ער האט געבעטן 51
״לו ישמעאל יחי׳ לפניך"].
וויבאלד אבער אז דאס איז אינגאנצן די השפעה ופעולה פון אברהם
(ו״משמת אברהם נפל ״ 52 )
- איז ער דורכדעם ניט אויפגעהויבן געווארן 53
צו דרגת אברהם 54
; מצד זיין מציאות איז ער "יצא" ו״נפרד" פון אברהם,
ובמילא קען ער ניט זיין דער יורש פון אברהם,
ובפרט לויט׳ן ביאור 55
אז א יורש איז די מציאות המוריש.
אבער ענינו של יצחק,
אז דער מטה גופא ווערט דורך אים אויפגעהויבן -איז עד״ז אויך געווען בנוגע זיינע "תולדות",
אז ווי זיי ווערן ״געבארן״ פון אים,
זיינען זיי שייך
(אויך מצד זייער מציאות גופא)
צו זיין דרגא 54
[ומהאי טעמא,
איז מצד זיין עבודה ניטא קיין ארט אויף נעמען אן "אמה" * 55 ,
וועמענ׳ם תולדות זיינען
(מצד עצמם)
ניט שייך צו זיין דרגא 56 ]
- אויך עשו איז א ישראל
(מומר)
און א יורש 57 .
נאר דאס איז בלויז מצד "רישי׳ דעשו" - דער חלק העליון שבו,
און ווי רישי׳ איז מצד עצמו,
מצד שורשו כנ״ל; אבער ווי "רישי׳" איז בהתחברות מיטן גוף,
ד.
ה.
אין מקום המטה גופא,
איז ער "יצא" ו״נפרד" פון יצחק׳ן אין א אופן אז ער האט קיין שייכות ניט צו אור הקדושה - ער טוט ניט קיין תשובה
(און דעריבער איז קליפת עשו ערגער ווי קליפת ישמעאל 58 ).
[און די צוויי אופני עבודה פון אברהם ויצחק זיינען א הכנה צו
(עבודת)
יעקב,
וואס ״הי׳ לו שני הבחינות״ 59
- סיי פון אברהם און סיי פון יצחק:
ער איז געווען
(און געטאן עבודתו)
אויך אין חו״ל - ער האט זיך "אראפגעלאזן" אין דעם מקום המטה; אבער דארט גופא האט ער ניט נאר באלויכטן דעם "מטה"
(ווי עבודת אברהם),
נאר ער האט דארט אויפגעשטעלט די שבטים אין אן אופן פון "מטתו שלימה " 60
(ומהאי טעמא האט ער געקענט נעמעט שפחות - וויילע מצד עבודת יעקב קענען אויך זיינע תולדות פון די שפחות זיין שבטים,
ענפי האילן און נאך העכער - שבטי י־ה 61 )].
ט.
ע״פ האמור וועט אויך זיין פארשטאנדיק וואס א גרויסער טייל פון דער סדרה "תולדות"
(וואס דאס מיינט עשו,
כנ״ל לויטן מדרש)
רעדט וועגן די הכנות צו די ברכות יצחק און די ברכות - ווייל אויך אין דעם גיט זיך ארוים עבודתו של יצחק
(און)
בשייכות צו עשו׳ן:
דער טעם פארוואס יצחק האט געוואלט בענטשן עשו׳ן,
אע״פ אז ער האט געוואוסט און געקענט עשו׳ם ציור ומהות,
איז ווייל "ציד בפיו" 62 ,
אין "רישי׳ דעשו"
(מצד שרשו ומקורו)
זיינען דא גאר הויכע ניצוצות
(ווי נשמת אונקלום הגר,
רבי מאיר וכו׳) 63
;
און היות אז עבודתו של יצחק איז חפירת בארות
(ווי דערציילט פריער אין סדרה)
- צו אויסגראבן און געפינען די "מים חיים" וואס זיינען באהאלטן אין דער טיפעניש פון דער ערד - האט יצחק,
דורך די ברכות צו עשו׳ן,
געוואלט אין אים "אויפגראבן" און אנטפלעקן אין אים די "מים חיים"
(ניצוצות קדושה)
וואס זיינען פאראן ב״רישי׳ דעשו״.
[און ווי יצחק זעט עשו׳ן,
איז ער ראוי דערצו; אבער אז ״ יצא ממנו עשו",
איז ער ניט קיין כלי צו די ברכות,
און דערפאר זיינען די ברכות געגעבן געווארן צו יעקב׳ן,
וואס דווקא ער 64
האט בכח צו מברר זיין עשו׳ן 65 ].
יו״ד.
די הוראה פון דעם אלעם צו אונז,
איז בפשטות:
אויב עשו הרשע,
וואס איז געווען פאר מתן תורה,
האט אויף זיך דעם תואר ״ישראל״ דערפאר וואס ער איז יצחק׳ם א זון
(ניט קוקנדיק וואס ער איז געווען א מומר)
; און אויב יצחק האט זיך משתדל געווען אויך בא אים צו דערגראבן זיך און מגלה זיין די באהאלטענע פנימיות עשו׳ם -
על אחת כמה וכמה ביי אידן נאך מ״ת וואס דער כח וחיות פון יעדן אידן,
ניט קוקנדיק אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל זיך געפינען - איז " אנכי הוי׳ " 66
; ובפרט אז אויך די אידן וואס זיינען ניט כדבעי זיינען זיי אויך אין זייער חיצוניות׳דיקן ציור ומהות באין ערוך העכער 67
פון בחי׳ עשו
(אין צוגאב צו דעם,
וואס אין אונזעוע צייטן,
זיינען זיי רובם ככולם אין סוג פון ״תינוק שנשבה״)
-
איז דאך אוודאי און אוודאי אז מען דארף זיך אפגעבן צו מקרב זיין אלע אידן,
אויך די וואס זיינען גאר ווייט פון אידישקייט,
צו ״גראבן״,
״דערגראבן״ זיך און מגלה זיין די "מים חיים" וואס איז דא ביי יעדן אידן.
יא.
דערביי מוז זיין באווארנט אז דער אופן הקירוב זאל זיין כהוראת המשנה - "אוהב את הבריות ומקובן לתווה " 68
: מען דארף דעונענטעון און אויפהויבן די בריות צו תורה,
און ניט ח״ו "מקרב" זיין די תורה צו בריות.
מען טאר ניט מאכן קיינע פשרות אין תורה און מצוות,
אפילו אז מען מיינט אז דורכדעם וועט מען ברענגען אידן נעענטער צו תורה ומצוות.
תורה איז "עומדת לעולם ולעולמי עולמים,
אין לה לא שינוי ולא גרעון ולא תוספת״ 69 ,
ובמילא קען מען אין איר קיינע פשרות ניט מאכן;
[וכמרומז אין רש״י בראש פרשתנו: ואלה תולדות - יעקב ועשו האמורים בפרשה: וועלכער "עשו" איז "תולדות יצחק״י דער "עשו" וואס איז געזאגט געווארן אין ״ פושה ״,
אין תווה - דער וועמען יעקב איז מברר לויט די דרכים און אנווייזונגען וואס זיינען געזאגט געווארן אין תורה].
און די עצה דערצו איז צו קוקן אויף יענעם ווי ער איז מצד "רישי׳",
וואס דאן זעט מען ניט די נידעריקייט פון זיין חיצוניות׳דיקן מצב,
נאר מ׳דערזעט די דערהויבנקייט פון זיין עצם׳דיקן און פנימיות׳דיקן מצב,
וואס מצד דעם איז ער שייך און רוצה 70
צו מקיים זיין כל התורה כולה,
ובמילא וועט ער טאן אלץ וואס איז ביכלתו אים צו אויפהויבן און מקרב זיין לה׳ ולתורתו ולמצוותי׳,
צו תורה תמימה .
(משיחת ש״פ תולדות תשכ״ח)