B"H
🏡

Ikar

חיי שרה ה (שמבה"ח כסלו

א.

פ׳ חיי שרה ווערט געלייענט,

בכו״ב שנים,

ווי היינטיגן יאר,

אין שבת מברכים חודש כסלו,

וע״פ הידוע 1

אז די פרשיות השבוע האבן א שייכות צום זמן אין וועלכן זיי ווערן געלייענט,

איז פארשטאנדיק,

אז אין דער פרשה איז מרומז ענינו פון חודש כסלו 2 .

דער ספעציעלער תוכן פון יעדן חודש,

מיט וועלכן ער טיילט זיך אויס פון אנדערע חדשים,

איז ברוב הפעמים 3

פארבונדן מיט די ימים מיוחדים

(ימים טובים וכו׳)

פון דעם חודש * 3 ,

וואס זיי האבן א השפעה אויפן גאנצן חודש; וע״ד ווי מ׳געפינט עס בפירוש בנוגע חודש אדר,

אז צוליב די פורים־טעג אין דעם חודש,

איז דער גאנצער חודש "נהפך" געווארן אין א חודש פון "שמחה" און "יום טוב" 4 .

פון דעם איז פארשטאנדיק בעניננו,

אז דער תוכן פון חודש כסלו איז פארבונדן מיטן יו״ט חנוכה 5 ,

וואס הויבט זיך אן בכ״ה בכסלו 6

- און מען געפינט א רמז אויפן נס חנוכה אין פרשת חיי שרה:

חנוכה האט מען קובע געווען אויפן נס דפך השמן 7

- "לא מצאו אלא פך אחד של שמן..

ולא הי׳ בו אלא להדליק יום אחד,

נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים" 8

; און אזא נס געפינט מען אויך ביי שרה ורבקה,

ווי חז״ל 9

זאגן

(אויפן פסוק 10

"ויביאה יצחק האהלה שרה אמו״),

אז דער נר

(שבת 11 )

וואס זיי האבן אנגעצונדן ״הי׳..

דולק מלילי שבת ועד לילי שבת".

אעפ״כ,

(ובפרט אז דער נס חנוכה האט אויפגעטאן אז צוליב דעם נס 7

איז נקבע געווארן א יום־טוב מיוחד),

איז מובן,

אז אין נס חנוכה איז דא א חידוש לגבי דעם נס פון נרות שרה ורבקה 12 .

ס׳איז א דוחק צו זאגן אז די מעלה איז נאר אין דעם,

וואס פון דעם פך שמן דימי חנוכה

(וואס "לא הי׳ בו אלא להדליק יום אחד " )

האט מען מדליק געווען ״ שמונה ימים״,

משא״כ נרות שרה ורבקה האבן געברענט באופן נסי בלויז 13

(קארגע)

זיבן טעג - ווייל דאס איז ניט א חילוק אין מהות ואיכות הנס,

נאר בלויז אין כמות,

וויפל דער נס האט זיך געצויגן.

ב.

דער נס פון חנוכה איז מען מבאר,

בכללות,

אויף צוויי אופנים:

א)

עס איז צוגעקומען בדרך נס אין כמות השמן ביז ס׳איז געווען גענוג שמן פאר אלע אכט טעג - צי באופן אז דער " פך " איז יעדן טאג נאכן אנפילן די נרות געבליבן "מלא כבתחילה",

אדער ווייל יעדן טאג "מצאו הנרות מלאים שמן"

(ווי די צוויי סברות אין ב״י 14 )

;

ב)

דער נס איז געווען באיכות השמן - די מאס שמן וואס ע״פ טבע קען עס זיין גענוג אויף ברענען בלויז איין טאג,

האט געברענט אכט טעג,

ד.

ה.

יעדן טאג האט אויסגעברענט אן אכטל פון דעם שמן שבפך -

]

ווי דער ב״י 15

זאגט,

אז מ׳האט דעם שמן שבפך צעטיילט אויף אכט חלקים און יעדע נאכט האט מען אין דער מנורה אריינגעגאסן נאר איין חלק; אדער ווי דער פר״ח 16

איז מסביר,

אז מ׳האט די ערשטע נאכט אריינגעגאסן דעם גאנצן שמן אין דער מנורה און יעדע נאכט האט בלויז אויסגעברענט איין אכטל פון דעם שמן].

ועפ״ז קומט אויס,

לכאורה,

אז דער בירור בהנ״ל - צי נס חנוכה איז אין דעם זעלבן סוג נס ווי נס הנרות דשרה ורבקה - איז תלוי אין די צוויי אופנים הנ״ל:

לויטן צווייטן אופן,

זיינען ביידע נסים אין דעם זעלבן סוג - אן איכות׳דיקע הוספה אין כח הדליקה פון שמן

(אין ביידע פאלן האט דער נר געברענט פיל לענגער ווי דער זמן וואס ער קען ברענען ע״פ טבע),

נאון דער חילוק צווישן זיי איז,

וואס

(א)

ביי חנוכה איז געווען א גרעסערע הוספה 13

אין כח הדליקה

(אויף אכט טעג)

כנ״ל.

(ב)

ביי חנוכה איז געווען א באזונדער נס יעדן טאג - מ׳האט יעדן טאג געדארפט אנצינדן די מנורה; משא״כ ביי שרה ורבקה האבן די נרות געברענט זיבן טעג נאכאנאנד ].

משא״כ לויטן ערשטן אופן,

איז דער נס חנוכה פון אן אנדער סוג: ס׳איז באשאפן 17

געווארן באופן נסי די מציאות פון נאך שמן,

וואס דאס געפינט מען ניט ביי די נרות שרה ורבקה.

אבער אויך לויט דעם אופן איז אין מהות הנס פון חנוכה ניט געווען קיין חידוש - ווייל אויך דעם אופן הנס געפינט מען שוין פריער

(מפורש בתורה שבכתב

(אין נביאים 18 ))

- דער נס מיטן "אסוך שמן" ביי אלישע.

ג.

אין יעדן פון די צוויי אופנים הנ״ל איז דא א ניט גלאטקייט:

לויטן אופן אז עס איז נתוסף געווארן בכמות השמן,

איז ידוע די שאלה 19

: ווי האט מען געקענט אנצינדן נרות מקדש מיט שמן של נס; עס שטייט 20

דאך "שמן זית גו׳ להעלות נר תמיד"?

נאון מ׳מוז פארענטפערן,

אז מיט "שמן זית" ווערט ניט געמיינט שמן וואס איז

(אויסגעקוועטשט)

פון א זית,

נאר אזא וואס האט אלע תכונות פון "שמן זית"

(אורו צלול 21 ,

וכו׳)].

אויך לויטן אופן אז ס׳איז צוגעקומען אין איכות השמן - אז יעדע נאכט האט אויסגעברענט אן אכטל פון דעם שמן שבפך - איז ניט גלאטיק 22

:

דער דין 23

ביי מנורה איז דאך אז "תן לה מדתה שתהא דולקת מערב עד בקר כו׳ ושיערו חכמים חצי לוג",

נוסף אויפן ענין אז א כלי שרת זאל זיין "מלא"

(ווי פארשטאנדיק פון דעם דין 24

אז "כלי שרת ..

אין מקדשין אלא מלאין")

-וע״פ הנ״ל קומט אויס,

אז פון דעם צווייטן טאג און ווייטער האט מען ניט מקיים געווען דעם ״תן לה מדתה״ 25

(און די נרות זיינען ניט געווען מלאים מיטן "שיעור שלם הצריך לדבר" 26 ).

און אויך לאידך גיסא - עפ״ז קומט אויס אז יעדן טאג

(א חוץ דעם אכטן)

איז געווען ניט "מדתה שתהא דולקת מערב עד בוקר" נאר דעם ערשטן טאג - אכט מאל אזויפיל 27 ,

דעם צווייטן -זיבן א.

ז.

וו.

ד.

ויש לומר א דריטן אופן אין נס חנוכה,

בא וועלכן עס זיינען ניטא די קושיות האמורות,

און וואס לויט דעם אופן וועט אויך רעכט ווערן אז אין נס חנוכה איז געווען א חידוש

(בענין דהדלקת נרות)

וואס לא מצינו דוגמתו:

ווי געבראכט פריער

(סעיף ב)

פון ב״י,

איז דער נס חנוכה - לויט איין סברא - באשטאנען אין דעם וואס ״נתנו כל השמן בנרות ..

ובבקר מצאו הנרות מלאים שמן".

ויש לומר,

אז דער פירוש אין דעם איז

(ניט אז דער שמן האט אויסגעברענט און דערנאך האבן זיך די נרות ווידער אנגעפילט מיט שמן בדרך נס,

נאר)

אז דער שמן האט געברענט און צוזאמען דערמיט איז פון אים גארניט נחסר געווארן 28 ,

ווי חז״ל זאגן

(בכלל)

בא "אש של מעלה " אז "שורפת ואינה אוכלת" 29 .

ולהעיר - אפילו אז מ׳זאל זאגן אז ס׳קען זיין הדלקת נרות המנורה בשמן נס

(וויבאלד ער האט די תכונות פון שמן זית כנ״ל),

איז אבער מובן,

אז דער

(אש ו)

אור המנורה 30

מוז זיין אזא וואס קומט פון דעם " שמן

( למאור 31 )

".

קומט אויס,

אז אין דעם נס איז געווען א דבר והיפוכו:

אן אש טבעי

(ואור)

הנרות וואס קומט פון שמן

(וכיו״ב) 32

מוז דערביי זיין כליון השמן 33

; ולאידך גיסא,

האט גארניט געפעלט פון דעם שמן 34

- כליון און ניט־כליון בבת אחת.

און דאס איז אן ענין פון "נמנע הנמנעות" 35

- ע״ד ווי דער נס פון "מקום ארון אינו מן המדה" 36 ,

וואס אין דעם זיינען געווען ביידע הפכים בבת אחת : דער

(מקום ה)

ארון האט געהאט א מדה,

כמפורש בתורה 37

"אמתים וחצי ארכו וגו׳",

און צוזאמען דערמיט איז דער מקום געווען "אינו מן המדה".

ה.

א טיפערער ענין אין דעם:

אין דעם ענין פון "מקום ארון אינו מן המדה" איז ניט נאר די הדגשה אז דער ארון האט אין זיך געהאט ביידע הפכים - "מדה" און "אינו מן המדה" - בבת אחת,

נאר נאך מער: דער "אינו מן המדה" איז געקומען דוקא דורך דעם וואס דער ארון האט געהאט א

(באשטימטע)

מדה; וואלט דער ארון ניט געווען אין דער גענויער מדה וואס איז מפורש בתורה,

וואלט ניט געווען קדושת הארון כו׳,

ובמילא - ניט דער נס פון "אינו מן המדה".

און עד״ז איז ביים נס חנוכה

(לביאור הנ״ל)

: דער נס איז געקומען דוקא דורך דעם וואס מ׳האט אנגעצונדן די נרות מקדש כדין; און וויבאלד אז דער אור המנורה מוז על פי דין קומען פון שמן,

שתכונתו שנכלה באש כנ״ל,

קומט דאך אויס,

אז דער נס פון "מצאו הנרות מלאים שמן"

(אז ס׳איז ניט געווען קיין חסרון השמן),

האט זיך אויפגעטאן דוקא דורך דעם וואס ס׳איז געווען תכונתו כליון השמן.

ו.

די שייכות פון דעם אופן הנס צו חנוכה דוקא,

וועט מען פארשטיין בהקדם החילוק צווישן די ג׳ ביאוראופני נס הנ ״

ל -

(א)

הוספה בכמות השמן,

(ב)

הוספה באיכות השמן,

(ג)

שני הפכים - כליון און ניט־כליון -בבת אחת:

אין דער ערשטן אופן,

זעט זיך אן דער נס נאר אין דער ערשטע רגע,

ווען דער שמן ווערט נתוסף באופן נסי,

אבער דערנאך ברענט עס באופן טבעי .

און אע ״

פ אז דער נס פונעם שמן איז נוגע צו דער הדלקה,

ווארום ווען ניט דער שמן נסי וואלט ניט געווען מיט וואס צו אנצינדן די נרות מקדש - קומט אויס,

אז דער עצם ברענען פון די נרות

(מיט דעם שמן)

איז פארבונדן מיט דעם נס - איז אבער דער נס ניט ניכר באופן גלוי.

והראי׳: דער וואס ווייס ניט פון וואנעט דער שמן איז געקומען,

ווייס ניט אז דא איז געשען א נס.

אין צווייטן אופן,

וויבאלד די קליינע מאס שמן ברענט א סך לענגער ווי ע״פ טבע,

זעט מען דעם נס

(אויך)

בעת דער שמן ברענט.

אבער פונדעסטוועגן איז דאס נאר וואס דער אויפטו פון דעם נס זעט זיך אן אין דעם זמן וואס דער שמן ברענט,

אבער דער נס גופא האט זיך שוין אויפגעטאן אין דער רגע ווען דער אויבערשטער האט משנה געווען און פארשטארקט דעם איכות וכח פון דעם שמן 38 .

אין דריטן אופן אבער,

וואס איז אן ענין פון "נמנע הנמנעות",

ווערט דער נס גופא אויפגעטאן בכל רגע ורגע מחדש.

ז.

די דריי אופנים הנ״ל - ווי יעדער ענין אין תורה - זיינען אויך דא אין עבודת האדם.

דער חילוק צווישן טבע און נס בעבודת האדם איז 39

: "טבע" איז די עבודה ע״פ טעם ודעת - די עבודה איז אפגעמאסטן לויט די מדידות והגבלות פון טבע ומציאות האדם

(אויף וויפל ער פארשטייט און ער פילט כו׳)

; "נס" ווייזט אויף דער עבודה פון קבלת עול און מסירת נפש שלמעלה מטו״ד - מ׳רעכנט זיך ניט מיט די אייגענע רצונות

(און אוודאי ניט מיט טבע,

פארשטאנד,

געפיל כו׳).

מען איז מקיים דעם רצון העליון,

ביז צו מסירת נפש.

הגם אז יעדע עבודה מוז זיין מיוסד אויף קבלת עול ומסנ״פ,

ובלשון חז״ל 40

"יקבל עליו עול מלכות שמים תחלה ואח״כ מקבל עליו עול מצות״ - ווארום א נברא קען זיך ניט פארלאזן אז זיין שכל והרגש וועט אים אלעמאל פירן אז די עבודה זאל זיין כפי רצון העליון ,

און דעריבער מוז די עבודה שע״פ טו״ד זיין מיוסד אויף קבלת עול מלכותו ית׳ - איז אבער אין דעם פאראן כמה דרגות ואופנים:

איין אופן איז,

אז דער הרגש הקב״ע ומסנ״פ

(דער ״נס״ שלמעלה מהטבע)

איז נאר בתחילת היום,

בשעת ק״ש,

וואס ענינה איז "לקבל עליו מלכות שמים במסירת נפש״ 41

- און דערנאך,

במשך היום,

איז די עבודה ע״פ טעם ודעת.

און אע״פ אז דער הרגש הקבלת עול ומסנ״פ בתחילת היום דארף און לאזט איבער א רושם אויפן גאנצן טאג,

באופן אז אויך די עבודה שע״פ טו״ד

(במשך היום)

זאל זיין כדבעי בהתאם צום רצון העליון - איז אבער די קבלת עול ומסנ״פ גופא

(דער ״נס״)

ביי אים דעמאלט בהעלם * 41

; מיט וואס פארנעמט

ער זיך און אין וואס ליגט ער במשך היום - אין דער עבודה ע״פ טו״ד.

א צווייטער אופן איז,

אז דער הרגש הקב״ע ומסנ״פ שבתחילת היום איז ביי אים מאיר בגילוי אין דער עבודה במשך פון גאנצן טאג,

ביז אז דאס איז " קבוע בלבו תמיד ממש יומם ולילה ולא ימוש מזכרונו 41

;

דאס מיינט אבער ניט אז דעם גאנצן טאג שטייט ער אין א תנועה

(און איז עסוק אין דער עבודה)

פון מסירת נפש; ס׳איז נאר וואס אין דער עבודה במשך כל היום לייכט ביי אים און ווערט דערהערט דער

(זכרון ה)

מסנ״פ משעת ק״ש .

וואס דאס העלפט אים אין דער עבודה פון תומ״צ

(וואס דאס איז עיקר עבודתו במשך היום).

א דריטער אופן איז,

אז תמיד כל היום שטייט ער אין דער תנועה פון מסנ״פ,

ער איז אריינגעטאן אין דער עבודה פון מסנ״פ,

ובמילא איז כל עבודתו במשך היום בהתאם מיט דער תנועה פון מסנ״פ;

ע״ד ווי ר׳ עקיבא האט געזאגט " כל ימי הייתי מצטער 42

כו׳ מתי יבוא לידי ואקיימנו" 43 ,

ער איז געשטאנען אין דער תנועה פון מסירת נפש ניט נאר בשעת ק״ש,

נאר - ״כל ימי״ - שטענדיק,

אין אלע זיינע ענינים,

איז ביי אים געווען די תנועה פון מסירת נפש.

ח.

די דריי אופנים הנ״ל זיינען תלוי אין דעם מעמד ומצב רוחני אין וועלכן מ׳געפינט זיך:

בשעת עס זיינען שנים כתיקונן,

דער אור הקדושה איז מאיר בגילוי בעולם

(ובעבודה - די דרגא פון צדיקים)

- איז גענוג אז ס׳איז דא די תנועה פון מסנ״פ בק״ש,

בתחילת היום * 43

; ווארום וויבאלד ס׳איז ניטא קיין חשך,

איז אויך דאס

(דער רושם המסנ״פ)

מספיק צו באווארענען אז די שפעטערדיקע עבודה שע״פ טו״ד זאל זיין כדבעי.

בשעת אבער עס איז א מצב פון "החשך יכסה ארץ",

איז דאן ניט גענוג די תנועה פון מסנ״פ שבתחילת היום

(און שפעטער איז עס נאר א רושם,

בהעלם)

; דעמאלט פאדערט זיך,

אז דער הרגש המסנ״פ זאל זיך אנהערן בגלוי במשך כל היום * 43 ,

דוקא דורך דעם קען מען בייקומען דעם חשך - און אין דעם זיינען דא צוויי אופנים:

איין אופן איז,

אז דער חשך פון וועלט איז מסתיר ומעלים אויך אלקות נאר אויף וויפל עולם

(מלשון העלם 44 )

מצד טבעו ומציאותו איז מעלים ומסתיר אויך אור הקדושה; און אין דעם מצב,

היות עס איז אזוי אויסגעשטעלט ע ״

פ טבע ,

איז עיקר עבודת האדם,

עבודה שע ״

פ טו״ד

(- טבע דנפה״א שלו)

- ס׳איז נאר,

אז בכדי צו אראפנעמען דעם העלם והסתר העולם,

אז עס זאל ניט מבלבל זיין די עבודה פון א אידן,

דארף דער הרגש המסנ״פ ביי אים לייכטן באופן גלוי במשך כל היום.

בשעת אבער דער חשך העולם ווערט גרעסער באופן אז עס איז מנגד צום אור הקדושה,

ביז אז אידן זיינען נתונים במיצר ובשבי׳,

וועלט איז מונע ומעכב די אידן פון עבודת ה׳ - דאן דארף דער עיקר עבודה פון א אידן באשטיין אין לוחם זיין מיטן חשך העולם,

צעברעכן דעם חשך ביז צו מהפך זיין דעם חשך לאור.

און אין דער עבודה פאדערט זיך אז מ׳זאל שטיין אין א שטענדיקער תנועה פון מסנ״פ,

על כל צעד ושעל,

במשך כל היום.

ט.

און דאס איז אויך דער ביאור וואס בחנוכה איז געווען דער נס באופן פון ״נמנע הנמנעות״ - א נס חדש בכל רגע ורגע - ווייל אזוי איז געווען דעמאלט ביי אידן בעבודתם הרוחנית * 44

;

מצד דעם גודל החשך בימי יון

(וואס עמדו "להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך" 45 )

זיינען אידן געשטאנען אין א מסירת נפש גלוי׳ חלשים אנקעגן גבורים כו׳ - צו לוחם זיין קעגן דעם חשך 46

; און די תנועה פון מסירת נפש פון אידן האט פועל געווען אז " ו הוי׳

(בתוספת וא״ו)

יגי׳ חשכי״ 47

- הוי׳ שלמעלה מהשתלשלות,

וואס ער דוקא איז ״יגי׳ חשכי ״ - מברר און מהפך דעם חשך

(הגלות) 48 .

און דאס איז אראפגעקומען אין דעם נס מיט פך השמן "שהי׳ מונח בחותמו של כה״ג״ - וואס ווייזט אויף א בחי׳ ש״אין החיצונים יכולים ליגע שם כלל",

ווייל דאס איז "עצמות המאציל שלמעלה מכל ההשתלשלות לגמרי" 49

; און דערפאר איז דער נס גופא געווען אין אן אופן וואס האט ניט קיין אחיזה אין טבע והשתלשלות - "נמנע הנמנעות".

יו״ד.

עפ״ז וועט מען אויך פארשטיין די שייכות פון כהנ״ל אויך צום אנדערן יום-טוב שבחודש כסלו - דער טאג פון י״ט כסלו,

וואס איז "ראש השנה לחסידות" 50

;

בשעת מען האלט ביים חשך פון עקבתא דמשיחא 51 ,

וואט דער חשך ווערט גרעטער מיום ליום,

דוקא דאן איז נויטיק צו מגלה זיין בחי' שמן שבתורה -פנימיות התורה,

ביז צו רזין דרזין דאורייתא 52 ,

בחי' נקודת היחידה שבתורה 53

- וואט איז מעורר און מגלה די נקודת היחידה פון א אידן 54 ,

און אין אן אופן פון יפוצו מעינותיך חוצה 55

- די מעינות זאלן זיין

(אויך)

חוצה ובאופן פון הפצה,

וואט דורך דעם דוקא ווערט אויפגע-טאן דער ענין פון "והוי' יגי' חשבי",

אויך פון דעם חשך,

ביז עט ווערט נתקיים דער יעוד פון "ולילה ביום יאיר" 56 ,

אז דער חשך הגלות ווערט נהפך לאור,

בקרוב ממש.

(משיחות מוצאי זאת חנוכה תשל״ה,

י״ב תמוז תשכ״ו)

Reader controls and commentary are loading.