א.
אין פסוק 1
„ויוסף אברהם ויקח אשה ושמה קטורה" איז רש"י מפרש: קטורה,
זו הגר 2
ונקראת קטורה על שם שנאים מעשי' כקטורת 3
ושקשרה פתחה 4
שלא נזדווגה לאדם מיום שפרשה מאברהם.
דאַרף מען פאַרשטיין:
א)
וואָס איז דער הכרח פון פשוטו של מקרא אַז „קטורה זו הגר"?
ואדרבה: פון פשטות לשון הכתוב – „ויוסף אברהם ויקח אשה ושמה גו'" – איז משמע,
אַז „ויקח אשה" מיינט דאָ אַ נייע לקיחת אשה 5 ,
בנוסף צו די פריערדיקע 6
(ווי ער פרעגט טאַקע אין מדרש 7
„והכתיב ויוסף")?
ב)
פון דעם וואָס רש"י זאָגט דעם צווייטן טעם מיט אַ וא"ו החיבור – „
(ונקראת קטורה ע"ש שנאים מעשי' כקטורת)
ו שקשרה פתחה כו'" – און ניט „ד"א"
(וכיו"ב),
איז מובן,
אַז רש"י לערנט,
אַז דאָס איז
[ניט צוויי באַזונדערע פירושים
(ווי אין מדרש 8 )
פאַרוואָס „נקראת קטורה",
נאָר]
צוויי טעמים אין איין פירוש; ד.
ה.
אַז דער נאָמען „קטורה" איז מרמז אויף די ביידע אָפּטייטשן צוזאַמען 9
: לשון קטורת
(„שנאים מעשי' כקטורת")
און לשון קשירה
(„ושקשרה פתחה כו'")
–
דאַרף מען פאַרשטיין: פון וואַנעט נעמט רש"י,
לפי פשוטו של מקרא,
אַז מ'האָט איר גערופן „קטורה" צוליב צוויי טעמים
(ניט ווי אין מדרש,
אַז דאָס זיינען צוויי פירושים) 10 ?
ג)
די קושיית המפרשים 11
: אויפן פסוק 12
„ותלך ותתע" זאָגט רש"י „חזרה לגלולי בית אבי'" – היינט ווי זאָגט רש"י דאָ „שנאים מעשי' כקטורת" 13 ?
ב.
דער ביאור אין דעם: דאָס וואָס איז מכריח רש"י צו זאָגן „קטורה זו הגר" איז אַ קשיא
(ניט אין דעם פרטיות'דיקן פסוק,
נאָר)
אין דעם כללות'דיקן סיפור פון אברהם והגר:
רש"י האָט פריער 14
מפרש געווען אַז „אברהם מגייר את האנשים ושרה מגיירת הנשים".
היינט אויב אברהם האָט געקענט משפיע זיין אויף מענטשן פון דרויסן,
האָט ער זיכער געהאַט אַ השפעה אויף אנשי ביתו
(אויך ישמעאל,
וואָס יצא לתרבות רעה 15 ,
האָט ער אָבער תשובה געטאָן נאָך בחיי אברהם 16 ).
שטעלט זיך די שאלה: ווי קומט עס אַז הגר „חזרה לגלולי בית אבי'" און אברהם האָט ניט געווירקט אַז זי זאָל תשובה טאָן?
[מ'קען ניט זאָגן אַז דאָס איז דערפאַר וואָס הגר האָט זיך געפונען בריחוק מקום פון אברהם'ן
(ווי מ'האָט פריער 17
געלערנט אַז אברהם האָט איר,
מיט ישמעאל'ן,
אַוועקגעשיקט מביתו)
– ווייל ביי דער מעשה העקידה 18
איז שוין בטל געוואָרן דער מצב פון „גרש 19
האמה הזאת ואת בנה" 20 ,
ווי רש"י טייטשט דעם פסוק 21
„את שני נעריו" – „ ישמעאל ואליעזר"
(און אין פשטות האָט זיך הגר געפונען צוזאַמען מיט ישמעאל'ן 22 )].
אויף דעם זאָגט רש"י „קטורה זו הגר ונקראת קטורה כו'" – אַז אין הכי נמי – דורך אָנרופן הגר מיטן נאָמען „קטורה" מיינט דער פסוק צו מרמז זיין,
אַז איצט זיינען שוין „נאים מעשי' כקטורת",
ווייל זי האָט טאַקע תשובה געטאָן 23
אויף דעם וואָס „חזרה לגלולי בית אבי'".
דערמיט איז מדוייק וגם יומתק לשון רש"י „קטורה זו הגר" – ניט „היא הגר" 24 ,
ע"ד לשון הכתוב 25
„היא חברון"
(וכיו"ב)
:
„ היא הגר" – אַ לשון נסתר – וואָלט געמיינט,
אַז דאָ ביי די פסוקים רעדט קיינער ניט וועגן הגר,
זי איז ווי איינער וואָס איז „נסתר"; ווען מ'זאָגט אָבער „ זו הגר" מיינט עס,
אַז „הגר" איז „לנוכח": דער „בן חמש" האַלט אין איין טענה'ן – וואָס טוט זיך מיט הגר?
פאַרוואָס געפינט מען ניט אַז זי זאָל תשובה טאָן?
און דעריבער איז רש"י מדייק „ זו הגר": אָט,
ס'רעדט זיך טאַקע וועגן דער הגר,
וואָס דו האָסט געפרעגט און גערעדט ביז איצט* 25 .
ג.
רש"י קען זיך אָבער ניט באַנוגענען מיט דעם טעם אַליין 26
; ווייל אמת טאַקע אַז איצט איז „נאים מעשי' כקטורת",
וויבאַלד אָבער עס איז געווען אַ צייט וואָס „חזרה לגלולי בית אבי'",
וואָלט אברהם אבינו,
וואָס איז געווען אַ צנוע בתכלית 27 ,
איר דערנאָך ניט גענומען ל„אשה" – אויב זי וואָלט בינתיים געווען „נזדווגה לאדם" אחר 28 .
[ובפרט אַז דער פסוק „ויוסף אברהם גו'" קומט באַלד נאָכן פסוק 29
„ויבאה יצחק האהלה שרה אמו גו'" – וואָס סיי שרה און סיי רבקה זיינען געווען צנועות בתכלית 30 ].
דעריבער איז רש"י ממשיך „ושקשרה פתחה כו'" – אַז אין דעם נאָמען „קטורה" איז אויך מרומז 31
דאָס וואָס „לא נזדווגה לאדם מיום שפרשה מאברהם",
און דעריבער איז זי ראוי אַז אברהם זאָל זי נעמען.
ד.
ע"פ הנ"ל אַז מיטן נאָמען „קטורה" איז דער פסוק מרמז אַז הגר האָט
(דורך אברהם'ס השפעה)
תשובה געטאָן – קען מען מסביר זיין,
ע"פ פנימיות הענינים,
עטלעכע פרטים אין פסוק,
וואָס זיינען לכאורה ניט גלאַטיק
(עכ"פ – ע"פ פנימיות הענינים)
:
א)
וויבאַלד אַז „קטורה זו הגר",
ווי פּאַסט דער לשון „ ויוסף אברהם גו'"
(ווי ער פרעגט אין מדרש,
כנ"ל סעיף א')?
[ע"ד הפשט איז עס ניט קיין קשיא.
ווייל כאָטש אַז „קטורה זו הגר",
וויבאַלד אָבער אַז ס'איז ביי אברהם'ען געווען אַ נייע לקיחה ,
פּאַסט אויף דעם דער לשון „ויוסף גו'" 32
; און נאָכמער: וויבאַלד פריער איז הגר געווען אַ שפחה 33 ,
און איצטער האָט איר אברהם גענומען אַלס „אשה"
[עכ"פ ווי אַ „פלגש" 34
אין דעם אופן פון „
(נשים בכתובה)
פלגשים
(מערניט וואָס)
בלא כתובה" 35 ]
– הייסט עס במילא אַן ענין פון „ויוסף" אין דער קיחת אשה 36
;
וועט אָבער דער לשון „ויוסף גו'" זיין נאָך מער מדוייק און גלאַטיק לויטן ביאור ע"פ פנימיות הענינים,
כדלקמן].
ב)
פאַרוואָס זיינען די „נאים מעשי'" פון הגר'ן מרומז דורך פאַרגלייכן מיט „קטורת" דוקא 37 ?
ג)
פאַרוואָס איז די תורה מרמז דעם ענין,
וואָס הגר האָט תשובה געטאָן,
דוקא אין דעם פסוק וואָס רעדט זיך וועגן דעם אַז אברהם האָט איר גענומען?
ה.
דער ביאור אין דעם:
אין חסידות 38
איז מבואר דער חילוק צווישן דער עבודה פון אברהם פאַר זיין מל זיין זיך און דער עבודה וואָס נאָכדעם: קודם שנימול האָט ער געהייסן „אברם",
וואָס מיינט „אב רם " – ער איז דערהויבן און אָפּגעטראָגן פון וועלט
(רם על כל גוים 39 ),
זיין עבודה איז אין מדריגות פון קדושה גופא 40
; אָבער לאחרי המילה איז זיין נאָמען געוואָרן „אברהם" – „אב המון גוים" 41 ,
אַז ער האָט אויפגעטאָן אויך אין „גוים",
ער האָט זיי מעלה געווען צו קדושה.
און די עבודה איז געווען דורך שרה,
וואָס האָט פון די „גוים" מפריד געווען די „פסולת" און מעלה געווען זייער טוב וניצוצות קדושה.
(און דערפאַר האָט זי געזאָגט „ גרש האמה הזאת ואת בנה") 42 .
און דער עילוי וואָס אברהם האָט דערגרייכט נאָך פטירת שרה איז באַשטאַנען אין דעם וואָס „ויוסף אברהם ויקח אשה ושמה קטורה",
אַז ער האָט מחזיר בתשובה געווען
(ישמעאל און)
הגר,
דהיינו,
ער האָט אויפגעטאָן דעם בירור אויך אין די „פסולת" וואָס שרה האָט מפריד געווען
(„גרש גו'").
די הסברה אין דעם: דער בירור אין „גוים" וואָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך שרה,
איז נאָר אין קליפת נוגה וואָס איז מעורב פון טוב און רע,
וואָס דער אופן הבירור איז דורך מפריד זיין די פסולת ורע און מעלה זיין דעם טוב וואָס איז געווען מעורב דאָרטן; און היות אַז די „פסולת" האָט ניט קיין טוב
(גלוי) 43 ,
דאַרף מען עס דעריבער דוחה זיין
(„גרש גו'").
אָבער דער בירור פון ישמעאל און הגר איז ניט דורך מעלה זיין דעם טוב המעורב וואָס אין זיי – ווייל ביי זיי איז ניטאָ קיין טוב
(גלוי) 43
– נאָר ס'איז אַ בירור בדרך הוספה ,
ע"ד זדונות נעשות לו כזכיות 44 .
ו.
און דאָס איז דער ביאור אין די דריי דיוקים דלעיל
(סעיף ד')
:
(א)
דער לשון „ ויוסף אברהם גו'" – ווייל דער ענין פון מהפך זיין לטוב „פסולת"
(ג' קליפות הטמאות)
איז אַן ענין פון הוספה 45 ,
ווי דער צ"צ 46
טייטשט דעם פסוק 47
„יוסף ה' לי בן אחר",
אַז דער ענין פון „יוסף" – הוספה – איז דאָס וואָס מ'מאַכט אַז פון אַן „אחר" זאָל ווערן אַ „בן".
און די „הוספה" איז בשתים:
(א)
אין וועלט – ס'איז אַ הוספה וחידוש אין דער בריאה,
ווייל מצד הבריאה קענען זדונות ניט נתהפך ווערן לזכיות;
(ב)
אין אברהם – „ ויוסף אברהם גו'" – ווייל דער ענין פון אתהפכא פון ג' קליפות הטמאות קען זיך אויפטאָן נאָר בכח העצמות,
וואָס מצד עצמותו ית' איז
(בלשון המדרש 48 )
„איני יודע באיזה מהם חפץ אם במעשה אלו
(מעשיהן של רשעים 49 )
כו'",
און דערפאַר וואָס די זדונות זיינען דאָרט ניט תופס מקום,
קומט פון דאָרט דער כח צו קענען אויך זיי מהפך זיין לזכיות.
און דאָס איז דער פירוש פון „ ויוסף אברהם גו'",
אַז דורך דעם וואָס ביי אברהם'ען איז נתוסף געוואָרן אַ העכערער כח ודרגא – וואָס נעמט זיך פון עצמות 50
– האָט ער געקענט אויפטאָן דעם בירור אין הגר
(וישמעאל).
(ב)
„שנאים מעשי' כקטורת " דוקא 51
– ווייל דער ענין פון די י"א סממני קטורת איז,
כידוע 52 ,
וואָס זיי זיינען מהפך די י"א כתרין דמסאבותא צו קדושה 53 .
(ג)
דער תכלית פון „יקח אשה" איז – „פרו 54
ורבו גו'" 55 ,
וואָס הולדה איז אַן ענין פון הוספה וחידוש; און דערמיט איז מוסבר וואָס די תשובה פון הגר,
וואָס ענינה איז הוספה
(כנ"ל),
ווערט נרמז דוקא דאָ וואו דער מדובר איז וועגן „ויוסף אברהם ויקח אשה גו'",
וואָס תכליתו איז
(כהמשך הפרשה)
„ ותלד לו גו'".
ז.
בשייכות צו דעם פסוק איז דאָ אַ סיפור תמוה ביותר,
לכאורה,
אין גמרא 56
:
„בני אחתי' דרבי טרפון הוו יתבי קמי' דרבי טרפון
(ולא הוו אמרי מידי – רש"י),
פתח ואמר
(כדי שידברו – רש"י)
ויוסף אברהם ויקח אשה ושמה יוחני
(מילתא בעלמא הוא דקאמר כדי לפתוח פיהם – רש"י),
אמרי לי' קטורה כתיב,
קרי עליהם בני קטורה".
איז ניט מובן:
(א)
פאַרוואָס דערציילט עס די גמרא בכלל,
ובפרט אַז ס'איז דאָך אַ כלל 57
אַז אפילו „בגנות בהמה טמאה לא דבר הכתוב",
עאכו"כ בגנותם פון „בני אחתי' דרבי טרפון" – מוז מען זאָגן אַז אין דעם איז פאַראַן „תורה" – אַ הוראה 58 .
וואָס איז די הוראה?
(ב)
עס זיינען פאַראַן פאַרשידענע מיטלען ווי צו פועל זיין אויפן צווייטן ער זאָל אָנהויבן ריידן,
ניט דורך זאָגן אַ פסוק שלא כצורתו!
(ג)
ווי קומט מען בכלל נוצן אויף כיו"ב אַ פסוק פון תורה 59 ?
(ד)
פאַרוואָס האָט ר"ט געזאָגט „
(ושמה)
יוחני " 60
– לכאורה וואָלט מער מתאים געווען צו משנה זיין דורך זאָגן „ושמה הגר "
[וואָס כאָטש ס'איז אַנדערש פון לשון הכתוב,
איז עס אָבער אמת אין תוכן,
עכ"פ לרוב הדעות – און אפילו לדעת החולקים* 60
איז דאָך אויך לדעתם אלו ואלו דא"ח
(וואָס דערפאַר האָבן געמעגט ב"ה מקדים זיין דברי ב"ש לדבריהן 61 )]
; וואָס אויך דער שינוי פון לשון הכתוב וואָלט געווען גענוג זיי צו מעורר זיין?
ח.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דאָס וואָס חז"ל 62
זאָגן „כל המלמד
(את)
בן חבירו תורה מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו " – ווייל דורך לערנען תורה ווערט מען אַ „מציאות חדשה" און דעריבער איז עס „כאילו ילדו".
הגם אַז פשטות הלשון „ כל המלמד את בן חבירו כו'" – איז משמע אפילו אויב דער „בן חבירו" האָט שוין אַ ידיעה אין תורה – איז עס אָבער כמובן בעיקר ביי אַזאַ וואָס איז ביז איצט ניט געווען שייך צו לימוד התורה,
וואָס דעמאָלט טוט אויף דער „מלמד" אַ התחדשות אין דעם „בן חבירו"
(משא"כ אויב ער האָט שוין פריער געלערנט תורה,
איז דאָך דער „מלמד" נאָר מוסיף אויף זיין פריערדיקער ידיעה ומציאות).
דערמיט איז פאַרשטאַנדיק דער שינוי הלשון אין פרש"י אויף „ואלה תולדות אהרן ומשה" 63
– „ ..
ונקראו תולדות משה לפי שלמדן תורה מלמד שכל המלמד כו' מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו.
ביום דבר ה' את משה,
נעשו אלו התולדות שלו כו'"; ביי „בני אהרן" זאָגט ער דעם לשון „ נעשו אלו התולדות שלו"
(ניט נאָר „כאילו")
; משא"כ „כל המלמד כו'" איז מערניט וואָס „מעלה עליו הכתוב כאילו ילדו".
איז דער טעם בזה: וויבאַלד אַז „בני אהרן" איז „ביום דבר גו'" 64
האָבן זיי אָנגעהויבן זייער לימוד התורה
(– „מה שלמד מפי הגבורה " 65 )
פון משה אין אַן אופן פון התחדשות,
זיינען זיי 66
דעמאָלט געוואָרן „תולדות" משה
(אָן אַ „כאילו")
; משא"כ „ כל המלמד כו'",
וואָס איז כולל אַלע אופנים,
איז השווה בכולם ניט מער ווי „ כאילו ילדו".
ט.
דאָס איז אויך דער ביאור אינעם סיפור הנ"ל: רבי טרפון האָט געזען אַז „בני אחתי'" זיינען ניט שייך צו דברי
(והבנת ה)
תורה; און וויבאַלד אַז זיי האָבן אַ שייכות צו אים 67 ,
האָט ער געוואָלט אויפטאָן אין זיי אַז זיי זאָלן ווערן שייך צו הבנת התורה – דעם
(כאילו)
ילדו .
אויף דעם האָט ער געבראַכט אַן ענין דוגמתו אין תורה
(הוראה)
– „ויוסף אברהם ויקח אשה גו'",
וואָס תכליתו איז צוליב
(ווי דער המשך תיכף נאָכדעם)
„ ותלד לו גו'",
אַזוי האָט רבי טרפון געטאָן אַ פעולה – „פתח ואמר",
צו אויפטאָן אין בני אחתי' „
(כדי)
שידברו" אין תורה – דער כאילו ילדו .
יוד.
עפ"ז יובן וואָס ער האָט געזאָגט „ושמה יוחני": די גמ' זאָגט אין סוטה 68 ,
אַז „אלמנה שובבית" איז פון די „מבלי עולם",
„כגון יוחני בת רטיבי".
איז רש"י מפרש: אלמנה מכשפה היתה,
וכשמגיע עת לידת אשה היתה עוצרת רחמה במכשפות,
ולאחר שמצטערת הרבה היתה אומרת אלך ואבקש רחמים אולי תשמע תפלתי,
והולכת וסותרת כשפי' והולד יוצא כו' – ד.
ה.
זי האָט געוואָלט מ'זאָל מיינען אַז די הולדה איז געקומען בדרך נס,
אַלס תוצאה פון אירע תפלות;
וי"ל אַז דערפאַר האָט מען איר גערופן „יוחני": דער נאָמען „יוחני" ווייזט אויף אַן ענין פון נס,
ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס די גמרא זאָגט אין ברכות 69
: הרואה הונא בחלום נס נעשה לו ..
יוחנן נסי נסים נעשו לו; אויך האָט דער לשון „יוחני" אַ שייכות מיוחדת צום ענין פון הולדת בנים
(נוסף על המסופר בסוטה שם),
ווי עס שטייט 70
„ הילדים אשר חנן אלקים את עבדך".
און דערפאַר האָט רבי טרפון געזאָגט „ושמה יוחני" 71
– ווייל ער האָט דאָ געדאַרפט אויפטאָן אַן ענין פון
(כאילו)
ילדו 72
(דורך און אין לימוד התורה),
וואָס איז ניט ע"פ טבע וסדר הרגיל.
דאָס איז אויך די הסברה אין דעם המשך הסיפור,
אַז נאָכדעם ווי בני אחתי' האָבן אים געזאָגט „קטורה כתיב" האָט זיי ר"ט אָנגערופן „בני קטורה": אויב „קטורה כתיב"
[לשון קשירה
(עוצרת רחמה),
היפך פון „יוחני" וואָס טוט אויף הולדה כנ"ל],
וועט זיך ניט אויפטאָן ביי זיי דער ענין ה„הולדה" אין לימוד התורה
(די פתיחת המוח אין הבנת התורה),
נאָר זיי וועלן בלייבן „בני קטורה "
(קשירה)
– מיט אַ מוח אטום,
ניט שייך צו הבנת התורה.
יא.
לויטן ביאור הנ"ל
(סעיף ה־ו)
אין „ויוסף אברהם גו'" ע"פ יינה של תורה שברש"י – אַז וויבאַלד אברהם האָט געדאַרפט אויפטאָן אַ הוספה וחידוש
(– הולדה)
דורך מהפך זיין פון ג' קליפות הטמאות לקדושה,
האָט געמוזט פריער זיין דער „ ויוסף אברהם גו'",
אַ הוספה ועילוי אין מדריגת אברהם 73
– קען מען אויך מסביר זיין,
ע"פ פנימיות הענינים,
דאָס וואָס רבי טרפון האָט געבראַכט אויך התחלת הכתוב „ויוסף אברהם"
[דלכאורה 74
וואָלט געווען גענוג ווען ער זאָגט „ויקח אשה ושמה יוחני"
(און זיי וואָלטן געוואוסט וועלכן פסוק ער מיינט,
ווייל דאָס איז דער איינציקער פסוק וואו עס שטייט דער לשון „ויקח אשה ושמה גו'")]
:
כדי אַז ער זאָל קענען אויפטאָן דעם „מלמד את בן חבירו תורה",
וואָס ביי בני אחתי' איז עס אַן ענין פון הולדה והתחדשות 75 ,
האָט ער געמוזט מוסיף זיין אין זיין מדריגה,
וואָס בכח זה קען ער אויפטאָן די הולדה והתחדשות ביי בני אחתי'.
און אויף דעם האָט ער געבראַכט אַ ראי' פון אַן ענין דוגמתו אין אַ פסוק אין תורה: „ויוסף אברהם
(און דורכדעם)
ויקח אשה גו'" – די הוספה אין מדריגת אברהם האָט געבראַכט אַז עס זאָל קענען זיין „ויקח אשה גו'"
(שהתכלית הוא וכהמשך בפרשה – „ותלד לו"),
אַן ענין פון הולדה והתחדשות,
כנ"ל.
יב.
ועוד לפרש
(אין דעם וואָס „קרי עליהם בני קטורה")
: דער רמב"ם 76
פּסק'נט אַז „בני קטורה שהם זרעו של אברהם ..
חייבין במילה".
ד.
ה.
אַז דורך „ויוסף אברהם ויקח אשה ושמה קטורה" – וואָס איז אַן ענין פון התחדשות שלא ע"פ סדר השתלשלות
(כנ"ל סעיף ו')
– האָט ער אויפגעטאָן עס זאָלן זיין „בני קטורה" און זיי זיינען מחוייב אין מילה,
וואָס מילה איז 77
ר"ת פון „מי יעלה לנו השמימה" 78
( שסופי התיבות הוא – הוי'),
ס'איז העכער פון בחי' התורה און שם הוי' – ד.
ה.
העכער פון סדר השתלשלות
(און דאָס קומט דורך „ומלתם את ערלת לבבכם" 79
– ענין התשובה 77 ).
און דאָס מיינט „קרי עליהם בני קטורה": רבי טרפון האָט קורא וממשיך 80
געווען אין זיי דעם ענין פון „הולדה" אין לימוד התורה שלא ע"פ סדר השתלשלות – ע"ד די פעולה פון אברהם אין „בני קטורה".
(משיחת ש"פ חיי שרה תשל"ז)