א.
אויפן פסוק 1
"ה׳ אלקי השמים אשר לקחני מבית אבי ומארץ מולדתי גו׳" וואס אברהם אבינו האט געזאגט צו אליעזר׳ן,
שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "ה׳ אלקי השמים אשר לקחני מבית אבי" און איז מפרש 2
: "ולא אמר ואלקי הארץ ולמעלה אמר ואשביעך וגו׳ אמר לו עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ שהרגלתיו בפי הבריות אבל כשלקחני מבית אבי הי׳ אלקי השמים ולא אלקי הארץ שלא היו באי עולם מכירים בו ושמו לא הי׳ רגיל בארץ" 3 .
לערנענדיק בפשטות,
קומט רש״י באווארענען דעם טעם השינוי אין די פסוקים - וואס אין דעם פסוק זאגט ער ניט "ואלקי הארץ",
און אין פריערדיקן פסוק זאגט ער "ואשביעך בה׳ אלקי השמים ואלקי הארץ ״ - איז עס רש״י מסביר "אמר לו עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ כו׳".
לפ״ז דארף מען אבער פארשטיין:
א)
דער שינוי איז דאך נאר אין דעם וואס אין דעם פסוק שטייט נאר "אלקי השמים" "ולמעלה" שטייט אויך ״אלקי הארץ״ - טא פארוואס איז רש״י מעתיק אויך דעם ווארט "ה׳" 4
וואס שטייט אויך אין דעם פריערדיקן פסוק: "ואשביעך בה׳ " 5 ?
ב)
צוליב וואס איז ער מעתיק דעם המשך הכתוב "אשר לקחני מבית אבי" 6 ,
וואס דאס איז זיכער ניט נוגע צו דער שאלה?
[ואע״פ אז,
בפשטות,
איז ער דאס מעתיק צוליב דעם וואס ער זאגט ווייטער בפירושו "אבל כשלקחני מבית אבי הי׳ אלקי השמים ולא כו׳" איז דאך דאס גופא ניט פארשטאנדיק,
כדלקמן].
ג)
פארוואס דארף רש״י מפרט זיין ״ולא אמר ואלקי הארץ״ - א זאך וואס מען זעט דאס אליין?
ער האט געדארפט אנהייבן : ולמעלה אמר כו׳.
פון לשון רש״י איז משמע אז ס׳איז דא א סברא אז דא האט געדארפט שטיין "אלקי הארץ" און דעריבער פרעגט ער
(בתמי׳)
"ולא אמר ואלקי הארץ",
און די תמי׳ ווערט שטארקער מצד דעם וואס "ולמעלה אמר".
מ׳קען ניט זאגן אז די סברא פארוואס עס דארף דא שטיין "ואלקי הארץ" איז נאר דערפאר ווייל דאס שטייט פריער ביי "ואשביעך",
און "ולא אמר ואלקי הארץ" קומט ליתר ביאור,
ווייל נוסך על הנ״ל דמאי קמ״ל,
איז עכ״פ האט רש״י געדארפט שרייבן בהיפך הסדר "למעלה אמר ואשביעך בה׳ אלקי השמים ואלקי הארץ" און
[מצד דעם ווערט די שאלה]
דערנאך "וכאן לא אמר ואלקי הארץ" 7 .
ד)
רש״י ווייזט אן דעם ארט פונעם שינוי - מיט׳ן ווארט "
(ולמעלה אמר)
ואשביעך " 8
און דעם עצם שינוי
(אז למעלה שטייט "ואלקי הארץ")
איז רש״י בלויז מרמז מיטן ווארט ״וגו׳״ - איז עם א תמי׳ כפולה: די ווערטער "ואלקי הארץ",
וואס בנוגע זיי איז די שאלה,
איז רש״י אינגאנצן ניט מעתיק; און דוקא דעם ווארט "ואשביעך",
וואס איז כלל ניט שייך צו דער שאלה איז ער יא מעתיק?
- א סימן אויך דעם פסוק איז בכלל איבעריק: ווען רש״י זאגט "למעלה אמר גם ואלקי הארץ" וואלט מען געוואוסט וועלכן פסוק ער מיינט,
וויבאלד ער שטייט אין דעם זעלבן המשך,
אינגאנצן פיר פסוקים פריער?
ב.
מען וואלט לכאורה געקענט מסביר זיין
(די לעצטע צוויי שאלות עכ״פ -ובדוחק),
אז רש״י׳ם שאלה דא איז בעיקר מצד דעם ווארט " ואשביעך "
(אליעזר׳ן)
: אין אונזער פסוק וואו אברהם אבינו זאגט: "ה׳ אלקי השמים גו׳ הוא ישלח מלאכו לפניך ולקחת אשה לבני משם ",
וויבאלד דא רעדט זיך וועגן פעולת השם דא למטה אויך "ולקחת אשה לבני משם",
וואלט דא געדארפט שטיין אויך "אלקי הארץ"; דאקעגן "למעלה אמר ואשביעך וגו׳״ - דארט רעדט זיך וועגן דעם וואס אברהם אבינו האט באשווארן אליעזר׳ן
("לא תיקח גו׳ ואל מולדתי תלך גו׳")
וואס ער איז געווען " עבדו זקן ביתו " 9 ,
דער "דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים" 10 ,
וואלט דאך געווען גענוג צו משביע זיין אים "בה׳ אלקי השמים".
ובפועל איז - פארקערט: אברהם האט מוסיך געווען "ואלקי הארץ" ביי "ואשביעך" און זאגט עם ניט אין דעם פסוק וואו דאס האט לכאורה יע געדארפט שטיין?
ס׳איז אבער שווער אזוי צו מפרש זיין
[נוסף אויך דעם וואס עם בלייבן נאך אלץ שווער די אנדערע שאלות הנ״ל],
דלפ״ז האט רש״י געדארפט בריינגען
(בתחלת פירושו ו)
בעיקר דעם המשך וסיום הכתוב "הוא ישלח מלאכו לפניך ולקחת אשה לבני משם״
(אדער עכ״פ מרמז זיין דאס מיט "וגו׳"),
וויבאלד אז אין דעם באשטייט דער עיקר השאלה.
ג.
אויך דארף מען פארשטיין כמה פרטים ודיוקים אין דעם תירוץ וביאור פון רש״י:
א)
אויב כוונת רש״י בפירושו איז,
ווי ס׳איז משמע בפשטות - אז מיטן שינוי לשון
(פריער "אלקי השמים ואלקי הארץ" און איצט נאר "אלקי השמים")
האט אברהם געמיינט מדגיש זיין דעם אונטערשייד,
אז "עכשיו כו׳ שהרגלתיו וכו׳ אבל כשלקחני כו׳״ - איז ניט מובן פארוואס רש״י איז מוסיף ״ אמר לו עכשיו וכו׳" און הייבט ניט אן זיין ביאור "עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ" וכיו״ב,
[ע״ד ווי ס׳איז דער לשון אין ספרי און אין מדרש 11
וואו עס שטייט ניט "אמר לו"].
פון לשון "אמר לו" איז מוכח אז רש״י לערנט אז דער ענין פון "עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ כו׳״׳ האט אברהם מסביר געווען צו אליעזר׳ן ניט בלויז דורך שינוי לשונו,
נאר דורך אן אמירה מפורשת
(בדבור)
צו אליעזר׳ן דא.
און אזוי איז אויך ניכר פון אריכות לשון רש״י: " שהרגלתיו בפי הבריות אבל ..
שלא היו באי עולם מכירים בו ושמו לא הי׳ רגיל בארץ"
(ובפרט אין א לשון - מדבר בעדו)
; אויב אלץ וואס אברהם האט געזאגט איז געווען ניט מער ווי דער שינוי בנוגע "ואלקי הארץ",
האט רש״י געדארפט נאר פארענטפערן דעם שינוי - "עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ אבל כשלקחני מבית אבי הי׳ אלקי השמים ולא אלקי הארץ״ - פון דער אריכות והסגנון איז מובן אז דאס האט אברהם געזאגט מפורש.
איז ניט מובן:
(א)
וואו איז מרומז אין פסוק אז דא איז בכלל געווען אן אמירה פון אברהם צו אליעזר׳ן,
(ב)
ובפרט - די פרטי הדברים אין דער אמירה?
ב)
רש״י איז ממשיך "אבל כשלקחני מבית אבי הי׳ אלקי השמים ולא אלקי הארץ״: למאי נפק״מ אז דאס איז געווען אין דער צייט ווען "לקחני מבית אבי"?
הן אמת אז רש״י באנוצט זיך מיט׳ן לשון הכתוב וואס שטייט ביי דעם - "ה׳ אלקי השמים אשר לקחני מבית אבי ",
אבער אין פסוק איז דאך די כוונה אין אברהם׳ס דבור גאר אן אנדערע
(צו אויסרעכענען די טובות וואס דער אויבערשטער האט געטאן צו אים "לקחני מבית אבי ומארץ מולדתי ואשר דיבר לי וגו׳",
וואס דערפאר וועט ער אויך זיכער
(וכההדגשה "הוא")
ישלח מלאכו גו׳) 12
וואס די כוונה איז ניט נוגע אין דער הסברה פון דעם שינוי 13 .
ג)
ביים זמן פון "עכשיו" זאגט רש״י נאר "שהרגלתיו בפי הבריות",
דאקעגן ביים זמן פון שלילה איז רש״י מוסיף "שלא היו באי עולם מכירים בו
(ושמו לא הי׳ רגיל בארץ)
" 14 ,
דלכאורה אויך ביי עכשיו האט ער געדארפט מוסיף זיין דאס וואס איז בניגוד צום ערשטן ענין: שהכרתיו אצל באי עולם,
וכיו״ב 15 .
ד)
רש״י באנוצט דא א נייעם
(בפירושו)
אויסדרוק ״באי עולם״ - ומשנה פון לשונו גלייך פאר דעם ״הבריות״.
- ומסיים מיט א דריטן לשון "בארץ"!
ה)
בא "בריות" זאגט ער "הרגלתיו" בא ״בארץ״ - ״שמו לא הי׳ רגיל״ - בא ״באי עולם״ - "מכירים בו".
ד.
וועט מען דאס אלץ פארשטיין בהקדים א תמי׳ כללית אין דעם פרש״י: וואס איז בכלל נוגע דא ,
אין דעם המשך הדבור פון אברהם׳ן מיט אליעזר׳ן וועגן א שידוך פאר יצחק׳ן,
דער ענין אז "עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ כו׳ אבל כשלקחני מבית אבי הי׳ אלקי השמים ולא אלקי הארץ"?
איז דער ביאור בזה: בשעת אברהם האט באשווארן אליעזר׳ן "אשר לא תיקח אשה לבני מבנות הכנעני אשר אנכי יושב בקרבו כי אל ארצי ואל מולדתי תלך גו׳",
איז פארשטאנדיק,
אז אברהם וויל ניט פאר יצחק׳ן אשה מבנות הכנעני,
כאטש אפילו אז ״אנכי יושב בקרבו ״ -זיי זיינען נאענט צו אברהם און אונטער זיין השפעה,
פונדעסטוועגן וויל אברהם דוקא פון "
(ארצי ו)
מולדתי ".
ובפשטות הטעם - צוליב דער מעלה וואס זייענדיק פון משפחת אברהם זיינען זיי מצד עצמם בעסער,
איידעלער,
און נאענטער צו די תכונות פון אברהם 16 .
האט אליעזר דערויך געפרעגט: "אולי לא תאבה האשה ללכת אחרי..
ההשב אשיב את בנך אל הארץ אשר יצאת משם ": וויבאלד אז דאס איז דאך אן ארט וואס "יצאת משם",
אברהם קומט פון דארט׳ן,
האט דארט געלעבט,
וואלט מתאים געווען אז "אשיב את בנך" אהין.
און בשעת אברהם האט אים געענט-פערט: "השמר לך פן תשיב את בני שמה" האט געמוזט ביי אליעזר׳ן ווערן א תמי׳ גדולה - ממנ״פ: אויב דער ארט וואס "יצאת משם",
וואס איז ארצו ומולדתו פון אברהם האט אין זיך אזא מעלה אז דוקא פון דארטן ולקחת אשה לבני - פארוואס זאל ער יצחק׳ן ניט אומקערן אהין 17 ?
ולאידך,
אויב ס׳איז בעיקר וויכטיק און חשוב דער ארט וואו אברהם געפינט זיך איצט ,
ער וויל ניט אז יצחק זאל אוועקגיין
(פון השגחת והשפעת אברהם)
אפילו אהין וואו ס׳איז געווען מולדתו של אברהם
(ווייל די השפעה פון אברהם אויך די וואס ער איז "בקרבו" וועגן איבער די מעלה פון ״ארצו״)
- איז פארוואס זאל ער ניט נעמען "מבנות הכנעני" וויבאלד אז "אנכי יושב בקרבו "?
מוז מען זאגן אז אברהם האט עפעם געזאגט אליעזר׳ן וואס האט פארענט-פערט די תמי׳ - הגם דער ענטפער איז ניט מפורש אין די פסוקים - און דאס איז כוונת רש״י בפירושו "ולא אמר וא-לקי הארץ ולמעלה אמר ואשביעך וגו׳":
(א)
דערפון איז מוכח אז אברהם האט געגעבן אן ענטפער אויך דער תמי׳,
ובמילא
(ב)
איז מובן אז דער ענין פון "עכשיו הוא אלקי וכו׳ אבל כשלקחני וכו׳" איז נוגע צום תוכן השליחות פון אליעזר.
ה.
והביאור:
רש״י שטעלט זיך אויך די ווערטער "ה׳ אלקי השמים אשר לקחני מבית אבי" און איז מדייק אז וויבאלד אז "ברא אלקים את השמים ואת הארץ" און פונדעסטוועגן "ולא אמר ואלקי הארץ",
איז מוכח אז די ווערטער "אלקי השמים״ זיינען ניט געזאגט אלם סתם שבח פון דעם אויבערשטן וויבאלד מען דערמאנט זיין נאמען 18
(וע״ד "א־ל עליון קונה שמים וארץ״ וואס שטייט פריער 19 )
- ווארום דעמאלט האט ער געדארפט זאגן דעם שבח בשלימותו,
זאגן אויך ״ואלקי הארץ״;
״ולמעלה אמר ואשביעך וגו׳״: אויך למעלה,
וואו עם שטייט ״אלקי השמים ואלקי הארץ",
וויבאלד דאס איז געזאגט ביי " ואשביעך ",
וואס ביים דערמאנען דעם שם ה׳ אינמיטן בא א שבועה איז ניט מתאים צו מפסיק זיין מיט סתם דברי שבח 20
(און דעריבער איז רש״י מעתיק "ואשביעך",
ווייל דערפון איז דער הכרח אז "וגו׳"
[אלקי השמים ואלקי הארץ]
איז ניט סתם א שבח).
נאר מ׳מוז אננעמען,
אז סיי ״אלקי השמים״ דא און סיי ״אלקי השמים ואלקי הארץ״ - "למעלה" זיינען נוגע צום תוכן דברי אברהם צו אליעזר׳ן,
דערמיט האט ער מסביר געווען די תמי׳ הנ״ל; ממנ״פ וכו׳
(דערפאר מוז רש״י זאגן ״ אמר לו ״ -ם׳איז ניט סתם א לימוד וביאור השינוי,
נאר אן ענין וואס אברהם האט געזאגט און מסביר געווען צו אליעזר׳ן).
און היות,
אז ער האט משנה געווען בלשונו - פריער "אלקי השמים ואלקי הארץ״ און איצט נאר ״אלקי השמים״ -איז מובן אז אין דעם שינוי איז מרומז די הסברה פון אברהם צו אליעזר׳ן:
"אמר לו עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ שהרגלתיו בפי הבריות",
וואס דערמיט פאלט אפ די תמי׳ פארוואס אברהם וויל ניט נעמען פון די "בנות הכנעני אשר אנכי יושב בקרבו״ -ווארום הגם אז "עכשיו" איז דער אויבערשטער דא
(במקומו של אברהם)
אויך "אלקי הארץ" דורכדעם וואס אברהם האט דא מפרסם געווען אלקותו ית׳ בעולם,
האט דאס אבער נאך ניט משפיע געווען אויף די בנות המקום ביז צו זיין ראוי אלם שידוך פאר יצחק׳ן,
ווייל דאס איז נאר אין אן אופן " שהרגלתיו בפי הבריות״ - בלויז אן ענין פון רגילות " בפי הבריות",
אבער ניט קיין שינוי אין הנהגה און אין מעשה.
"אבל כשלקחני מבית אבי הי׳ אלקי השמים ולא אלקי הארץ שלא היו באי עולם מכירים בו ושמו לא הי׳ רגיל בארץ״: לאידך גיסא האט אבער קיין ארט ניט צו ברענגען יצחק׳ן אינעם ארץ פון "בית אבי",
ווייל די השפעה פון אברהם,
דער "ויקרא שם בשם הוי׳ א־ל עולם" 21 ,
ביז צום ווערן אויך ״אלקי הארץ״
(לכה״פ אין אן אופן פון "הרגלתיו בפי"),
איז ערשט געווען שפעטער נאכדעם ווי "לקחני מבית אבי"; "אבל כשלקחני מבית אבי וכו׳ לא הי׳ רגיל בארץ״ - ובמילא איז דער ארט פון "בית אבי" געווען
(און געבליבן)
אין אן אופן וואו ס׳איז געווען נאר "אלקי השמים ולא אלקי הארץ" 22 ,
זיי האבן ניט מכיר געווען דעם אויבערשטן,
און "שמו לא הי׳ רגיל בארץ ".
וא״ו.
דערביי איז רש״י משנה די תוארים וכו׳ כנ״ל - דא זעט מען ווידער אמאל אויף וויפיל יעדער ווארט בפרש״י איז בתכלית הדיוק .
ובהקדם עכ״פ בקיצור,
ועל הסדר: אז הוחל לקרוא בשם ה׳ 23
- איז רש״י מפרש אז מ׳האט געמאכט חולין פון שם ה׳,
מ׳האט מיט עם גערופן אדם און עצבים.
ויקרא שם בשם ה׳ א־ל עולם 24
- איז רש״י מפרש אז אברהם האט דאמאלס אויפגעטאן אז מ׳זאל וויסן,
אז ניט משלי אכלתם נאר משל מי שאמר והי׳ העולם די וועלט געהערט צו "אלוקה העולם".
- ע״פ כהנ״ל איז מובן - אז
א)
פון ימי אנוש - האט מען אלץ געוואוסט פון שם הקב״ה נאר מ׳האט עם געמאכט חולין,
וואס דאס באווייזט אז לא היו מכירים בו
(בהקב״ה).
ב)
פאר אברהם׳ס "ויקרא" האט מען גערעכנט אז " משלי אכלתם" און עד״ז בא יעדער זאך וענין - איז פארשטאנדיק אז שמו לא הי׳ רגיל ,
ווארום אלץ איז געווען אדער שלו,
אדער של חברו וכו׳.
ג)
במילא איז מכירים אז ער איז "אלקי השמים ",
אבער "באי העולם,
(איידער אברהם׳ס ״ויקרא״ - דער ריידן צו זיי)
- לא היו מכירים בו 25 ,
זיי האבן געמיינט אז " משלי אכלתם" און
ד)
"בארץ" איז ניט רגיל רעדן וועגן "שמים" איז דערפאר אויך שמו ניט געווען רגיל
(כאטש מ׳האט מכיר געווען שמו ,
אלקי השמים).
ה)
אברהם האט מרגיל געווען ניט נאר ״שמו״,
נאר אויך הרגלתיו,
עם אליין -אלס ״ אלקי הארץ ״ - בא יעדער אכילה וכו׳ 1)
האט ער זיי געזאגט אז " משלו אכלתם״ 2)
אמר להם ברכו
( בפי ).
ואו)
הנפש אשר עשו בחרן זאגט רש״י אז ער האט זיי מגייר געווען 26
האבן זיי אויך מכיר געווען בו ,
אבער בנוגע "בריות" איז געווען נאר "הרגלתיו בפי ",
אבער ניט מכירים .
ז.
דער ביאור בפנימיות הענינים:
לכאורה דארף מען פארשטיין: דאס וואס אברהם האט אויפגעטאן "עכשיו" איז דאך געווען,
אז דער אויבערשטער איז אויך "אלקי הארץ",
ווארום "אלקי השמים״ איז ער דאך אלעמאל געווען -היינט פארוואס איז עס רש״י כופל ומאריך: "עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ כו׳ אבל כשלקחני מבית אבי הי׳ אלקי השמים ולא אלקי הארץ",
און ער זאגט ניט בקיצור: "עכשיו הוא גם אלקי הארץ אבל כשלקחני מבית אבי לא הי׳ אלקי הארץ" 27 ?
איז די הסברה אין דעם 28
: בשעת אברהם איז געווען בחו״ל אין חרן,
איז זיין מדריגה געווען אין אן אופן פון העלם פון דער בחי׳ החכמה,
און דעריבער איז זיין נאמען דעמולט געווען "אברם" - אב רם ,
לשון רוממות והעלם; און דאס איז אויך דער ענין פון "הרן" וואס איז בגימטריא "גרון",
וואס גרון איז מפסיק די המשכה פון שכל צו מדות.
עד״ז איז אויך געווען אין דער המשכה וואס איז נמשך געווארן דורך זיין עבודה,
אז ער האט ממשיך געווען תוספות אורות למעלה באצילות,
די המשכה איז אבער ניט אראפגעקומען אין בי״ע און אין עוה״ז.
ערשט נאכדעם ווי דער אויבערשטער האט אים געזאגט "לך לך מארצך וממולדתך גו׳ אל הארץ " און ער איז געקומען אין ארץ ישראל,
איז דעמולט געווען די ירידה און המשכה פון העלם המוהין אין מדות,
ביז אין מלכות בהי׳ ארץ 29
; און דעמולט זיינען אויך די תוספות אורות,
וואס אברהם האט ממשיך געווען אין אצילות,
אראפגעקומען אויך למטה בבי״ע און עוה״ז.
וואס עפי״ז איז מובן דער טעם וואס נאר "עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ" 30 ,
אבער "כשלקהני מבית אבי הי׳ אלקי השמים ולא אלקי הארץ״ -הגם אז אויך ב״בית אבי" אין הרן האט אברהם געטאן אין מפרסם זיין אלקות אין וועלט 31
,
ווייל היות אז דעמולט איז מדריגתו געווען בבהי׳ העלם המוהין,
האט דאס ניט גע׳פועל׳ט אין וועלט,
אז עם זאל זיין "אלקי הארץ".
און דאס איז אויך דער טעם וואס אברהם האט געזאגט "אבל כשלקהני מבית אבי הי׳ אלקי השמים
(ולא אלקי הארץ)
",
ווארום אויך ב״בית אבי" האט אברהם גע׳פועל׳ט דורך זיין עבודה אין דעם ענין פון "אלקי השמים",
עם זאל נמשך ווערן תום׳ אורות אין אצילות; נאר דעמולט איז געווען וואס "ולא אלקי הארץ",
אז עם איז ניט נמשך געווארן אין וועלט.
ה.
לויט דעם וועט מען פארשטיין וואס ער האט געזאגט "עכשיו הוא אלקי השמים ואלקי הארץ״ - ווארום אויך אינעם ענין פון "אלקי השמים" איז געווען א הידוש אין "עכשיו" לגבי פריער:
דאס וואס אברהם האט עכשיו גע׳פועל׳ט אז עם זאל זיין אויך "אלקי הארץ",
אז די המשכות דלמעלה אין אצילות זאלן נמשך ווערן אויך בבי״ע 32
,
איז געווען מצד דעם וואס עם איז נמשך און נתגלה געווארן דער העלם ההכ׳ וואס איז העכער פון אצילות.
די תום׳ אורות וואס אברהם האט פריער ממשיך געווען אין אצילות זיינען געווען אויף וויפל ס׳איז אויסגעשטעלט לכתהילה אין השתלשלות,
בשעת אבער דער אויבערשטער האט אים געזאגט
(וואס דאס איז אויך - נתינת כה אויף דעם)
"לך לך מארצך וממולדתך גו׳" און ער איז ארוים פון הרן אין א״י,
דעמולט איז נתגלה גאווארן דער אברם,
דורך דעם וואס אין עם איז נמשך געווארן פון העלם שלמעלה מזה,
עם איז געווארן דער קישור והיבור פון מאציל מיט נאצלים,
און ע״י עבודת אברהם איז נמשך געווארן תום׳ אורות באצילות מער ווי עם איז אויסגעשטעלט ע״פ סדר ההשתלשלות.
קומט אויס,
אז אויך דער ענין פון "אלקי השמים",
וואס אברהם האט גע׳פועל׳ט " עכשיו ",
איז געווען אין א העכערן אופן ווי "כשלקחני מבית אבי"; ואדרבה,
מצד דעם עילוי והוספה וואס עם איז געווארן אין "אלקי השמים",
אין דער המשכה ויחוד אין אצילות,
האט זיך דורכדעם אויפגעטאן דער ענין פון "אלקי הארץ ",
אז דער העלם פון אצילות זאל נמשך ונתגלה ווערן אויך בבי״ע,
ביז למטה.
ט.
אעפי״כ,
וויבאלד דאס איז געווען קודם ביטול הגזירה וואס דאמאלם "התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים",
וואס האט זיך אויפגעטאן ביי מ״ת 33
[איז הגם אז עבודת אברהם ביציאתו פון חרן לא״י איז געווען די הכנה צום חיבור עליונים ותחתונים במ״ת 34 ],
האט די עבודה פון אברהם ניט גע׳פועל׳ט א שינוי און אן עלי׳ אין מהות פון עניני העולם און די בריות שבהם 35 ,
אז עם זאל זיין אלקי הארץ אין אן אופן פון הכרה,
נאר ניט מער ווי "הרגלתיו בפי הבריות".
(משיחת ש״פ חיי שרה תשל״ב)