B"H
🏡

Ikar

חיי שרה א

א.

ווי גערעדט שוין פיל מאל 1

בנוגע די שמות הסדרות,

אז דער תוכן פון יעדער סדרה איז אנגעדייטעט אין איר נאמען - איז אזוי אויך בנדון פרשתנו,

אז דער נאמען "חיי שרה" איז מרמז אויף דעם תוכן פון דער גאנצער סדרה.

איז תמוה: די גאנצע סדרה רעדט וועגן פאסירונגען וועלכע זיינען געווען ניט אין דער צייט פון " חיי שרה"

(בשעת איר לעבן),

נאר אדרבה,

אלע מאורעות הסדרה האבן פאסירט לאחרי מיתת שרה 2

;

און ניט נאר זיינען זיי בפועל געשען אינעם זמן וואס נאך איר פטירה,

נאר אויך בתוכנם זיינען זיי היפך פון "חיי שרה":

אין דער ערשטער פרשה ווערט דערציילט ווי אברהם האט געקויפט די מערת המכפלה צוליב קבורת שרה; דער צווייטער ענין פון דער סדרה 3

איז וועגן נשואי יצחק ורבקה,

וואס בסיום הסיפור זאגט דער פסוק 4

- "וינחם יצחק אחרי אמו״ - "ומשמתה הוא מתנחם באשתו" 5

; און אזוי אויך

(ומכל־שכן)

דער דריטער ענין פון דער סדרה 6

- "ויוסף אברהם ויקח אשה גו׳" און דער המשך "ואלה תולדות ישמעאל גו׳",

איז דאס אלץ ההיפך בתכלית פון ״חיי שרה״ - ווארום מצד

(חיי)

שרה איז דאך דער סדר פון ״ גרש האמה הזאת ואת בנה גו׳״ 7

-

היינט ווי קען מען זאגן,

אז "חיי שרה" איז דער תוכן פון דער סדרה און נאך -פון דער גאנצער סדרה?

ב.

דער ביאור בזה: ס׳איז ידוע 8

דער פירוש אין דעם וואס די גמרא 9

זאגט "יעקב אבינו לא מת וכו׳ מה זרעו בחיים אף הוא בחיים":

דער אמת׳ער ענין פון חיים,

איז אן אייביקער,

א נצחיות׳דיקער לעבן 10 .

און דאס איז מעגלעך נאר ביי די וואס זיינען דבוק צום אויבערשטן,

וואס ער איז מקור החיים והנצח האמתי,

ווי עס שטייט 11

: והוי׳ אלקים אמת הוא אלקים חיים,

און: ואתם הדבקים בה״א חיים גו׳ 12 .

דערפון איז פארשטאנדיק,

אז ווען איז ניכר אז ביי יעקב׳ן איז געווען אן אמת׳ער ענין פון חיים - חיים נצחיים,

חיים של קדושה - בשעת מ׳זעט די נצחיות פון זיין חיים,

אז אויך לאחרי צאת הנשמה מן הגוף ווערט עס נמשך,

אויך שפעטער ״זרעו״ - איז ״בחיים״ - זייער לעבן איז דער זעלבער ווי יעקב אבינו׳ס חיים.

עד״ז איז מובן בנוגע ,

חיי שרה״ 13

: ווען ווערן נתגלה און באשטעטיקט חיי שרה - ווען די השפעה פון שני חיי שרה איז קענטיק

(אויך)

נאכן זמן פון איר לעבן בעלמא דין,

ווען אירע עניני טוב וקדושה ווערן נמשך

(אויך)

שפעטער; דוקא באופן זה קענען אירע קכ״ז שנה באצייכנט ווערן אלס ,

חיי שרה",

חיים הראויים לשמם - די חיים אמיתיים פון שרה אמנו.

עפ״ז ווערט מוסבר דער חלק הפרשה וואס רעדט וועגן נישואי יצחק ורבקה,

אז וויבאלד די הנהגה פון יצחק,

שרה׳ם קינד

(זרעה בחיים)

איז געווען בהתאם מיטן

(סדר)

חיי פון שרה; און אזוי איז אויך געווען די הנהגה פון רבקה מיט וועמען ער האט חתונה געהאט,

ווי ם׳שטייט "ויביאה יצחק האהלה שרה אמו״ - ,

והרי היא שרה אמו" 14 ,

אז די ענייני שרה

(נר דלוק מע״ש לע״ש,

ברכה מצוי׳ בעיסה וענן קשור על האהל 15 )

זיינען נמשך געווארן אויך נאכדעם ביי רבקה - דוקא אין דעם האט זיך אויסגעדריקט די אמיתית און נצחיות פון ,

חיי שרה" 16 .

דאס איז אבער ניט מספיק,

ווייל

(נוסף אויף דעם וואס דערמיט איז מוסבר נאר איין ענין פון דער סדרה און ניט די אנדערע צוויי ענינים הנ״ל,

איז אויך)

די פרשה ברובה רעדט ניט וועגן עצם הנישואין,

נאר וועגן די פרטי המאורעות והדיבורים אין דער שליחות פון אליעזר׳ן

(ווי ער האט געטראפן רבקה׳ן,

און ווי ער האט דאס איבערדערציילט צו בתואל׳ן און לבן׳ען און גע׳פועל׳ט זייער הסכמה אויפן שידוך וכו׳).

ג.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים לבאר וואס אויך אין דער ערשטער פרשה פון דער סדרה איז די אריכות דוקא אין דער שקו״ט צווישן אברהם מיט די בני חת ועפרון וועגן קויפן די מערת המכפלה;

אויך פאדערט זיך הסברה: בא דער התחלה פון די רייד פון אברהם צו די בני חת - "גו' ותושב אנכי עמכם" 17

זאגן חז״ל 18

: אם תרצו 19

הריני גו' ואם לאו אהיה תושב 20

ואטלנה מן הדין שאמר לי הקב״ה לזרעך אתן את הארץ הזאת״ 21

- דלכאורה איז ניט מובן * 21

:

א)

וויבאלד אברהם האט די מערת המכפלה געקענט צונעמען "מן הדין״ 22

-פארוואם האט ער זיך אזויפיל משתדל געווען אז זיי זאלן דאס אים פארקויפן

(און "בכסף מלא")

23

און זאגן אז ,

הריני גו'"?

ב)

ווי האט ער עם געקענט נעמען "מן הדין",

וויבאלד דאס האט דעמאלט נאך ניט געהערט צו אברהם׳ען

(ס׳איז בלויז געווען די הבטחה אויך להבא 24

: לזרעך אתן את הארץ הזאת)?

אויך פאדערט זיך ביאור בסיום הסדרה: אויך "ויקברו אותו יצחק וישמעאל" 25

זאגן רז״ל 26

(און רש״י 27

ברענגט עם אראפ)

"מכאן 28

שעשה ישמעאל תשובה והוליך את יצחק לפניו".

דארך מען פארשטיין: פארוואס איז די תורה מרמז ישמעאל׳ם תשובה טאן ערשט בא קבורת אברהם

(לאחר פטירתו)

- ישמעאל האט דאך תשובה געטאן ווען אברהם האט נאך געלעבט 29

,

וואס דאס איז "שיבה טובה שנאמר באברהם" 30 ?

ד.

דער ביאור אין דעם - בהקדים החילוק צווישן אברהם און שרה 31

בנוגע זייערע תולדות:

אברהם איז,

כפשוטו,

געווען ניט נאר דער פאטער פון יצחק׳ן,

נאר אויך פון ישמעאל׳ן - ביז,

ווי חז״ל זאגן 32

,

אז ״בנך יחידך אשר אהבת״ - איז סיי יצחק,

סיי ישמעאל.

נאכמער: ישמעאל איז ביי אים געבארן געווארן פאר יצחק׳ן.

ד.

ה.

אז פון אברהם איז ארויסגעקו-מען ניט נאר דער עם ישראל,

נאר אויך אנדערע אומות,

ביז אז דער אויבער-שטער זאגט "אב המון גוים נתתיך" 33 ,

ער איז " אב לכל העולם" 34 .

דאקעגן שרה איז געווען די מוטער נאר פון יצחק,

ד.

ה.

איר שייכות איז בלויז צו עם ישראל 35 .

און עד״ז איז אויך דער אונטערשייד צווישן עבודת אברהם און עבודת שרה:

אברהם האט מפרסם געווען אלקות צו אלע סוגי בני אדם,

"הקריא א״א לשמו של הקב״ה בפה כל עובר ושב" 36 ,

ביז אפילו צו ערביים וואס משתחווים לאבק רגליהם 37

- ניט רעכענדיק זיך צי זיי וועלן בלייבן אויף ווייטער אונטער זיין השפעה אדער ניט.

משא״כ שרה - איז

(משנולד יצחק)

די השפעה און המשכת אלקות וואס דורך איר געווען נאר למקום הראוי,

אין צד הקדושה

(ווי מרומז בסיפור ר׳ בנאה 38

ומבואר בארוכה אין חסידות 39 )

;

ביז אז דאס האט זיך אויסגעדריקט אויך בנוגע אברהם׳ס זון ישמעאל,

שרה האט וועגן אים געזאגט

(און אויסגעפירט)

" גרש האמה הזאת ואת בנה כי לא יירש בן האמה הזאת עם בני עם יצחק",

כאטש אז "וירע הדבר מאד בעיני אברהם על אודות בנו" 40

:

אברהם האט ממשיך געווען אלקות צו אלעמען,

איז "וירע הדבר מאד גו׳ על אודות בנו",

"שאומרת לו לשלחו" 41 .

נאכמער: ער האט געבעטן 42

(און אויסגעפירט)

"לו ישמעאל יחי׳ לפניך" 43 .

מצד שרה 44

אבער האט ישמעאל קיין ערך ניט צו יצחק׳ן,

ובמילא דארף זיין " גרש האמה הזאת ואת בנה כי לא יירש גו׳ עם בני גו׳״ - ער איז ניט שייך צו נעמען השפעת אברהם צוזאמען מיט יצחק׳ן,

אידן.

ה.

אט דער ענין - איז די נקודה כוללת פון די דריי פרשיות

(וסיפורים)

אין אונזער סדרה:

די מערת המכפלה איז געווען,

מקום קבורתם פון אדם וחוה 45 ,

וואס פון זיי שטאמט דער גאנצער מין אנושי.

לפי״ז האט די מערת המכפלה לכאורה ניט געדארפט האבן א שייכות נאר ובדוקא צו אידן; און דאך זעט מען,

אז אברהם האט זיך משתדל געווען און עס אפגעקויפט לקבורת שרה,

און דארט געפינען זיך די ג׳ אבות און אמהות,

דאס געהערט בלויז צו אידן.

דאס גופא איז א באווייז אז אידן זיינען אויך דער עיקר פון אדם וחוה 46

- און אלע אנדערע אומות האבן קיין ערך ניט לגבי זיי.

דערנאך ווערט אין דער סדרה ארויסגעבראכט

(אין סיפור פון אליעזר׳ס שליחות)

נאך א העכערער ענין: די העכערקייט פון אידן איז ניט נאר אין באצוג צו די אומות וואס האבן כלל קיין שייכות ניט צו אברהם׳ען,

נאר אויך בנוגע אזעלכע וואס האבן יע א געוויסע שייכות:

וועגן אליעזר עבד אברהם ווערט געזאגט אז ער איז "דולה ומשקה מתורתו של רבו לאחרים" 47

; און אין דעם סיפור גופא

(וועגן זיין שליחות)

דערציילט די תורה וועגן דעם ריבוי נסים וואס דער אויבערשטער האט אים באוויזן

(ביי זיין דורכפירן די שליחות פון אברהם),

ביז אז פון אריכות הסיפור לערנען חז״ל 48

ארויס אז "יפה שיחתן של עבדי בתי אבות מתורתן של בנים כו׳״ - און נאך דעם אלעם,

האט אברהם ניט געקענט משדך זיין יצחק׳ן מיט בתו של אליעזר,

ווייל "בני ברוך ואתה ארור ואין ארור מדבק בברוך" 49 .

ד.

ה.

ניט קוקנדיק אויף די אלע מעלות פון אליעזר׳ן - איז ער אבער בערך צו יצחק׳ן ניט בלויז נידעריקער במדריגה,

נאר ער איז לגבי אים ווי "ארור" אין פארגלייך צו "ברוך".

ו.

און ביים סיום הסדרה איז די תורה מוסיף נאך א גרעסערן עילוי אין דעם - אז די העכערקייט פון אידן איז אפילו לגבי די תולדות פון אברהם,

און דאס איז אין אן אופן אז די תולדות האבן קיין תפיסת מקום ניט:

נאכדעם ווי די תורה דערציילט אז "ויוסף אברהם ויקח אשה ושמה קטורה" און ״ותלד לו גו׳״ - זאגט דער פסוק 50

"ויתן אברהם את כל אשר לו ליצחק ולבני הפלגשים גו׳ נתן אברהם מתנות וישלחם מעל יצחק בנו גו׳" 51

; און עד״ז בשייכות צו בני ישמעאל אז כאטש זיי זיינען "תולדות ישמעאל בן אברהם ",

איז אבער די תורה גלייך מוסיף ומדגיש "אשר ילדה הגר המצרית שפחת שרה " 52 ,

אז ישמעאל׳ס מציאות

(מיט זיינע "תולדות" עד סוף כל הדורות)

איז ילדה "שפחת שרה" 53 ,

ניט קיין ערך צו יצחק בן שרה 53 .

[עפ״ז איז אויך מובן וואס ישמעאל׳ס תשובה טאן איז די תורה מרמז בשייכות מיט קבורת אברהם און אין דעם וואס "הוליך את יצחק לפניו": דער

(עיקר)

חטא פון ישמעאל וואס צוליב דעם האט אברהם אים געמוזט אוועקשיקן צוזאמען מיט הגר׳ן,

איז דאס וואס ער האט גע׳טענה׳ט אז ער איז דער "בכור" און "נוטל פי שנים" 54 ,

ער האט ניט אנער-קענט דעם אמת,

אז ער איז נאר דער בן השפחה

(ניט קיין יורש)

און דער אמת׳ער יורש איז יצחק "בן הגבירה" 55

; און ווי שרה האט געזאגט "גרש האמה הזאת ואת בנה כי לא יירש בן האמה הזאת עם בני עם יצחק".

און דערפאר איז זיין תשובה אנגעדיי-טעט

(א)

דווקא ביים ענין הקבורה

(לאחר פטירתו של אברהם,

וואס דאס איז דער זמן ווען ס׳איז ניכר בפועל,

אז ער האלט זיך ניט פאר א יורש)

; און אויך

(ב)

מיט דעם וואס ער האט דאמאלס מקדים גע-ווען יצחק׳ן,

ער האט אנערקענט דעם אמת און מודה געווען אז יצחק איז דער יורש

(ומחוייב בקבורתו)

און ער איז דער בן השפחה 56 ].

און דאס איז די כללות׳דיקע שייכות פון די ענינים וואס ריידן זיך אין דער סדרה צום נאמען פון דער סדרה - ,

חיי שרה״ - ווייל אין זיי איז מודגש דער אויפטו פון איר עבודה 57

(וואס דאס איז איר אמת׳ער ,

חיים״)

: ארויסברענגען די הבדלה און ניט־ערך צווישן יצחק און ישמעאל,

אידן און א ניט אידן.

ז.

א טיפערע הסברה אין דעם ענין: היות אז די מציאות פון שמים וארץ וכל צבאיהם

(כולל אומות העולם)

איז ,

בשביל ישראל" 58 .

די גאנצע מטרה פון זייער בריאה איז צוליב אידן.

ובמילא,

אויב זיי פירן ניט דורך אט די כוונה ומטרה זייערע,

איז ניט פאראן די סיבה פון זייער מציאות.

נעפ״ז יש להסביר

(בדרך אפשר)

תוכן וגדר פון די ז׳ מצות ב״נ 59

: די ז׳ מצות ב״נ איז ניט אן ענין ותכלית פאר זיך

(צוליב זיי אליין),

נאר דאס אויך איז בשביל ישראל ובשביל התורה - צוליב׳ן קיום התורה והמצות פון אידן - כדי אז אידן זאלן קענען מקיים זיין תורה ומצות

(ממשיך זיין דעם אור אלקי וואס איז העכער פון וועלט),

דארף די וועלט זיין ,

לשבת" ראוי און מוכשר דערצו,

און דאס ווערט אויפגעטאן דורך די ז׳ מצות בני נח,

וועלכע שטעלן איין א סדר פון ישוב העולם.

און דערפאר ווען א ב״נ איז עובר אויף איינע פון די ז׳ מצות - אן אונטערשייד וועלכע מצוה דאס איז,

איז ער מחוייב מיתה 60

,

ביטול מציאותו.

וויבאלד אז די מטרה און סיבה פון זיין מציאות איז

(ניט בתור תכלית פאר זיך,

נאר),

בשביל ישראל" איז ווען ער פירט ניט אויס זיין תפקיד,

פארלירט ער בדרך ממילא דעם יסוד פון זיין קיום אין וועלט].

און וויבאלד אז אין דעם באשטייט זייער מציאות,

האט דאס געדארפט זיין ניכר גלייך כלפי דעם ערשטן אידן -אברהם; און אויך דער ענין איז מודגש אין פרשת חיי שרה אין אלע דריי ענינים,

כדלקמן.

ח.

אין דער ערשטער פרשה איז דאס מודגש אין אברהם׳ם רייד ,

גו' ותושב -אם תרצו הריני גו' ואם לאו וכו׳":

ארץ ישראל איז באשאפן געווארן דורך׳ן אויבערשטן מיט דער כוונה אז זי זאל אפגעגעבן ווערן צו אידן - דער

(פריערדיקער),

ברצונו נתנה להם" 61

צו אומות העולם איז צוליב * 61

דעם ,

ברצונו נטלה מהם ונתנה לנו".

און דאס גופא איז באופן,

אז יעדער חלק פון ארץ ישראל האט געהאט זיין צייט און וועג ווען און ווי עם זאל אנקומען צו אידן 62

:

כללות ארץ ישראל האט געדארפט אנקומען צו אידן ערשט בזמן יהושע

(פריער - וואלט געווען "תרבה עליך חית השדה" * 62 )

און דורך כיבוש 63 ,

און די מערת המכפלה - צו אברהם׳ען

(צוליב קבורת שרה)

דורך זיין אפקויפן עם פון די בני חת 64 .

און דאס איז געווען כוונת אברהם ביים זאגן "אם תרצו הריני גו',

ואם לאו כו׳ אטלנה מן הדין שאמר לי הקב״ה לזרעך אתן את הארץ הזאת": אויב זיי פירן אויס די כוונה ותכלית צוליב וועלכע דער אויבערשטער האט די מערת המכפלה געגעבן אין זייער רשות ובכדי צו פארקויפן צו אברהם׳ען)

איז "הריני גו'",

און ער וועט דאס קויפן ביי זיי

[און אזוי אויך בנוגע דער כוונה ותכלית פון וועלט וואס איז "בשביל התורה ": די מערת המכפלה האט זיך געפונען פריער ביי זיי,

ביי בני חת און אברהם דארך עם אפקויפן און עם קומט צו אין תורה 65

: א פרשה,

א לימוד "קיחה קיחה משדה עפרון" 66 .

ועוד].

אויב אבער זיי ווילן עם ניט פארקויפן איז "אטלנה מן הדין":

וויבאלד זיי פירן ניט דורך דעם תפקיד ומכוון פון זייער האבן די מערת המכפלה אין זייער רשות,

ווערט בדרך ממילא בטל די מציאות פון זייער צייטווייליקע בעל־הבתישקייט אויף דער מערת המכפלה,

איז "אטלנה מן הדין".

[און דאס אלץ איז שייך צו "חיי שרה" - בכחה ועבודתה של שרה,

ווי דער פסוק איז מקדים "ויקם אברהם מעל פני מתו וידבר אל בני חת לאמר ,

גו' גו׳" כדלקמן].

ט.

אזוי איז דאס

( וואס די אומות וכו׳ זיינען ״בשביל ישראל״)

אויך מוסבר אין דעם צווייטן ענין - נשואי יצחק

(דער ערשטער וואס איז געבארן געווארן א איד)

ורבקה: די אריכות אין דער פרשה וועגן די ניסים וואס האבן געטראפן מיט אליעזר׳ן,

וואס ער האט וועגן זיי איבערדערציילט צו בתואל ולבן און וואס דאס האט דערפירט אז אויך זיי אנערקענען אז ״מה׳ יצא הדבר״ און מסכים צום שידוך פון יצחק מיט רבקה׳ן - "הנה רבקה לפניך קח ולך גו׳ כאשר דבר ה׳״ - דאס אלס בריינגט ארוים אז דער עיקר ותכלית פון אלץ וואס דא איז געשען זיינען אברהם און יצחק

("בשביל ישראל")

67

;

און נאכמער: בשעת בתואל האט געוואלט מעכב זיין - איז בטל געווארן זיין מציאות 68

-

היות אז די מציאות פון בתואל איז כדי ,

ובתואל ילד את רבקה" 69 ,

פון אים זאל געבארן ווערן רבקה און זי זאל חתונה האבן מיט יצחק׳ן - איז בשעת ער וויל עם אפהאלטן ווערט בטל זיין מציאות.

יוד.

עד״ז איז עם אויך בנוגע דעם דריטן ענין פון דער פרשה: די תורה איז דא מדגיש ניט נאר אז ישמעאל איז א ,

בן האמה"

(א בן פון ,

שפחת שרה")

נאר נאכמער,

אז זיין מציאות איז תלוי׳ דוקא אין דעם וואס ער אנערקענט אז ער איז א ,

בן האמה":

אויפן פסוק בסיום הסיפור ,

על פני כל אחיו נפל" זאגן חז״ל 70

: ,

עד שלא מת אברהם ישכון משמת אברהם נפל",

ויש לומר אז דער פירוש הפנימי אין דעם איז:

ישמעאל׳ם תשובה

[וואס באשטייט אין זיין אנערקענען אז ער איז א ,

בן האמה",

כנ״ל]

איז געקומען דורך אברהם׳ם תפלה ,

לו ישמעאל יחי׳ לפניך״ - ,

יחי׳ ביראתך " 71

,

וואס דער אויבערשטער האט אנגענומען די תפלה,

כנ״ל,

ווי עם שטייט ,

ולישמעאל שמעתיך גו׳".

און דאס מיינט ,

עד שלא מת אברהם ישכון משמת אברהם נפל": כל זמן אברהם לעבט ביי ישמעאל׳ן

(בהנהגתו),

כל זמן ישמעאל האלט זיך ביי תפלת אברהם ,

לו ישמעאל יחי׳ ביראתיך" ובמילא פילט ער ווי זיין אמת׳ע מציאות איז "בן האמה",

איז ער אין א מצב פון ,

ישכון״ - האט זיין מציאות אן ארט; אבער "משמת אברהם״ - ער רייסט זיך אפ פון אברהם׳ן - איז ,

נפל",

ער ווערט אויס מציאות.

יא.

און אויך דער ענין - ווי די מציאות פון ניט-אידן איז ,

בשביל ישראל״ - איז שייך צו עבודת שרה דוקא,

וואס דעריבער איז עם די נקודה עיקרית אין גאנץ פרשת ,

חיי שרה":

דער נאמען אברהם

(זאגט תורה )

איז ע״ש " אב המון גוים נתתיך",

וואס דאס מיינט,

אז

(מצד זיין אויפטאן אין וועלט - ,

אב")

האט ער א שייכות 72

אויך,

להבדיל,

צו ,

המון גוים"; און מהאי טע-מא גופא,

מצד זיין השפעה אין וועלט,

דערהערט זיך ניט אין די אומות אז זיי האבן ניט קיין מציאות לעצמם

(און זייער מציאות איז נאר ,

בשביל ישראל")

;

משא״כ שרה איז מלשון ,

שררה ״ - זי איז "שרה על כל" 73

; און מצד איר ענין דערהערט זיך ביי אומות העולם אז אידן זיינען שולט אויף זייער מציאות,

ובמילא - אז זיי זיינען ,

משרתים" צו שרה ויורשי׳,

לישראל.

יב.

לכאורה קען מען נאך אלץ פרעגן: אמת טאקע,

אז אין די ענינים פון דער סדרה דריקן זיך אויס די עבודה און אויפטו פון שרה,

וויבאלד אבער אז בפועל ריידן זיי וועגן זמן וואס נאך איר פטירה,

זיינען זיי פארט ניט אינגאנצן בהתאם מיט׳ן טייטש פון ,

חיי שרה" - די קכ״ז שנה וואס זי האט געלעבט בעלמא דין און געטאן איר עבודה.

איז דער ביאור בזה: די נקודת הענינים פון פ׳ חיי שרה

(הגם אז דאס איז אינעם זמן פון נאך איר פטירה)

- דאס האט שרה אויפגעטאן בעבודתה אין די קכ״ז שנות חיותה בעלמא דין

(צו פועל זיין אז עלמא דין זאל דערהערן אז זיין מציאות איז "בשביל ישראל").

ס׳איז נאר,

אז בעת איר עבודה בפועל איז דער אויפטו בהעלם,

און דאס קומט לידי גילוי דווקא לאחר פטירתה.

[בדוגמת ווי דאס איז,

כידוע 74

אינעם ענין וואס די נשמות בג״ע זיינען נהנין מזיו השכינה - אז דער "זיו השכינה" איז "זיו תורתן ועבודתן ממש" וואס זיי האבן געטאן בעוה״ז ; ס׳איז נאר וואס דער גילוי דערפון איז שפעטער בג״ע].

און היות אז דער תכלית שלימות העבודה איז,

אז דאס וואס די עבודה טוט אויף זאל קומען

(סו״ם)

אויך בגלוי

(לעוה״ב)

- און ווי גערעדט אמאל באריכות 75

בנוגע צום שכר

(גילוי)

בעוה״ב,

אז דאס איז ניט קיין צווייטער זייטיקער ענין,

נאר אז די שלימות הכוונה פון קיום המצות בעוה״ז ווערט דורך דעם וואס די המשכה שע״י קיום המצות קומט בגילוי בעוה״ב -

איז דעריבער מובן,

אז די ענינים פון דער סדרה אין וועלכע די עבודה פון שרה קומט לידי גילוי - זיינען זיי -"חיי שרה",

זיי זיינען די שלימות המכוון פון די קכ״ז "שני חיי שרה".

יג.

יעדער ענין אין תורה איז א הוראה - איז דא א הוראה פשוטה וברורה בנוגע ימינו אלה פון התחלת הסדרה וסיומה:

בשעת עם קומען בני ישמעאל מיט א טענה,

אז די מערת המכפלה געהערט צו זיי,

זייענדיק די קינדער פון אברהם,

האט מען אין דער פרשה א קלארן ענטפער: נוסף על זה וואס דער רוב המכריע פון די ערביים וואס געפינען זיך אין די שכינות׳דיקע מדינות פון א״י

(און אין א״י: חברון וכו׳),

שטאמען כמפורסם ניט פון ישמעאל 76 ,

האט אויך ישמעאל אליין קיין שייכות ניט צו דער מערת המכפלה,

ווארום די מערת המכפלה האט אברהם געקויפט צוליב קבורת שרה ,

און ישמעאל איז דאך כאמור,

ניט דער יורש פון אברהם און פון שרה׳ן אוודאי ניט און במילא איז פארשטאנדיק אז דאס באלאנגט נאר צו בנה של שרה,

יצחק,

ולזרע יצחק - לא כל יצחק 77

- יעקב דוקא.

נאכמער לערנט מען ארוים פון סיום הסדרה: בשעת עם קומט א צייט ווען ישמעאל ווערט "ווילד" און קומט מיט ווילדע טענות ותביעות,

זאלן אידן ניט מורא האבן ח״ו,

און נתפעל ווערן דערפון,

מ׳דארף אים נאר דערמאנען דעם אמת,

אז זיין מציאות איז "אשר ילדה הגר המצרית שפחת שרה לאברהם",

און אז ווען ער הייבט זיך אן האלטן פאר א מציאות פאר זיך

(ניט אלס א בן פון שפחת שרה),

ווערט ער "על פני כל אחיו נפל".

און אין תורה שבכתב גלויבן דאך אויך ניט אידן,

איז בשעת דאס וועט זיך אפלייגן ביי אידן ווי עס באדארף צו זיין,

און מען וועט דאס אויפקלערן אויך ניט־אידן בסגנון המתאים,

אבער מיט א לשון ותוכן ברור וגלוי,

ופשיטא ניט אראפפאלן בא זיך,

ח״ו,

פאר אומות העולם,

עאכו״כ ניט פאר די וואס האלטן זיך פאר בני ישמעאל,

וועט מען אויפהערן לוחץ זיין אויף אידן.

ווארום אויך זיי וועלן דערהערן

(ובפרט דורך דעם וואס מזלי׳ חזי 78

)

אז דאס איז זייער טובה,

אז די מערת המכפלה,

בתוככי כל ארץ ישראל לגבולותי׳,

זאל זיין לגמרי - אויך בגלוי און נאך בזמן הגלות,

״לעיני בני חת״ - ברשות פון אידן.

(משיחות ש״פ חיי שרה תשל״ה,

תשל״ו)

Reader controls and commentary are loading.