א.
אין דעם מאמר רז״ל בסיום מס׳ ברכות
(און עד״ז בסיום מס׳ מו״ק 1 )
זיינען דא צוויי גירסאות: א)
"ת״ח אין להם מנוחה לא בעוה״ז ולא בעוה״ב כו׳"; ב)
"צדיקים אין להם מנוחה כו׳"
(די גירסא 2
ווערט געבראכט בכמה מקומות 3 ).
וי״ל,
אז דער אונטערשייד אין לשון פון די גירסאות דריקט אויס אן אונטערשייד אין זייער תוכן: לויט דער גירסא "ת״ח אין להם מנוחה כו'" רעדט דער מאמר רז״ל וועגן א מעלה מיוחדת וואס איז דא נאר אין לימוד התורה
("תלמידי חכמים"),
כדלקמן; דאקעגן לויט דער גירסא "צדיקים אין להם מנוחה כו'" רעדט זיף דא ניט וועגן דער באזונדערער מעלה פון לימוד התורה,
ווארום דער תואר צדיק איז כולל אין זיף4 אויך מארי עובדין טבין5,
וואס זיינען ניט קיין ת״ח.
דארף מען פארשטיין דעם טעם החילוק צווישן די צוויי שיטות.
ב.
דאס וואס "ת״ח אין להם מנוחה כו'",
איז דער אריז״ל מסביר אין לקוטי הש״ס: "כי בעולם שלאחר המיתה ת״ח עוסקים בתורה עולין מדרי׳ למדרי׳ ומישיבה לישיבה ..
כי כמו שהשי״ת אין לו סוף כך תורתו אין לה סוף".
לויט דעם איז פארשטאנדיק דער טעם פון דער גירסא "ת״ח אין להם מנוחה כו״׳ - ווארום דוקא תורה
(בסגנון הידוע - חפצא פון מצות ת״ת)
איז בבחי׳ "אין לה סוף" 6
,
און דערפאר איז אויך ניטא קיין מנוחה
(קיין סוף)
צו די עליות פון
(גברא פון מצות תלמוד תורה,
פון)
ת״ח וואס זיינען עוסק בתורה; אבער מצוות,
הגם אויך זיי זיינען ציוויים פון אויבערשטן
(וואס ער איז אין סוף),
פונדעסטוועגען איז אין זיי אליין
(אין זייער חפצא)
-פאראן א הגבלה 7
,
ואדרבה: עס מוז זיין א הגבלה - סיי אין כללות המצות אויף וועלכע מיר זיינען אנגעזאגט לא תוסיף עליו ולא תגרע ממנו,
לא תוסיפו ולא תגרעו 8
(אנדערש אבער איז ת״ת,
וואס מוז זיין אין אן אופן פון הוספה בהבנה וכו׳ - כדאיתא בהל׳ ת״ת 9 ),
סיי ביי יעדער מצוה בפרט: תפילין - דוקא פיר פרשיות און ניט פינף וכו׳ 10 .
דערפאר איז אויך בא
(גברא פון אנדערע מצות)
מארי עובדין טבין - דא סוף ומנוחה.
ד.
ה.
די צוויי אופנים
(מנוחה ואין מנוחה)
זיינען בהתאם צו די צוויי בחינות: גבול ובל״ג.
ג.
על דרך זה איז אויך דער אונטערשייד צווישן זיי
(תורה ומצות)
בנוגע דעם אופן החיוב פונעם אדם
(גברא)
: דער חיוב פון ת״ת האט ניט קיין הגבלות,
אין לשון הרמב״ם11: ״כל איש מישראל חייב בתלמוד תורה בין עני בין עשיר בין שלם בגופו בין בעל יסורין כו'",
און אויך
(בזמן)
איז דער חיוב האדם א שטענדיקער12; אנדערש אבער איז במצות,
וואס יעדער מצוה האט זיך איר הגבלה
(אין א באשטימטן זמן,
אדער מקום,
אד״ג).
ד.
לויט דעם איז אבער שווער צו פארשטיין דעם טעם פון דער גירסא
(שיטה)
״צדיקים אין להם מנוחה כו״׳ -וואם דערין זיינען איינגעשלאסן אויך מארי עובדין טבין
(עבודת המצות)
כנ״ל: ווי איז שייך אז
(אויך)
אין דער עבודה
(מוגבלת,
כנ״ל)
זאל זיין דער אויפטו "אין להם מנוחה",
וואס ווייזט אויף אן ענין פון בל״ג?
מוז מען דעריבער זאגן,
אז אויך אין מצוות איז דא אן ענין
(און די מעלה)
פון בל״ג - וואס דערמיט איז מובן אויך דעם טעם פון דער גירסא "צדיקים אין להם מנוחה כו'".
ה.
לכאורה איז דא אן ארט צו זאגן,
אז דער דין 13
מבטלין ת״ת מפני מצוה שא״א לעשותה ע״י אחרים,
איז מכריח צו זאגען אז מצוות האבען אייר א בחי׳ פון בל״ג - ווארום אויב זיי זיינען נאר בבחי׳ גבול,
ווי קענען זיי דוחה זיין ת״ת,
א זאך וואס איז בל״ג 14 ?
אבער באמת איז עס ניט קיין הוכחה אז אויך מצות זיינען בבחי׳ בלי גבול -ווייל דאס וואס "מבטלין ת״ת מפני מצוה שא״א לעשותה ע״י אחרים" איז ניט מצד מעלת המצות,
נאר דערפאר וואס דורך דעם העדר אין קיום המצות ווערט א חסרון אין לימוד התורה,
כדלקמן:
וא״ו.
דער אלטער רבי זאגט 15
(אינעם טעם פון אויבנדערמאנטן דין)
: "יפסיק תלמודו ויעשה המצוה ..
כי זה כל האדם כמו שאמרו 16
חכמים תכלית חכמה תשובה ומעשים טובים,
ואם אינו עושה כן נמצא שלמד שלא לעשות ונוח לו 17
כו׳".
וויבאלד אז נאכדעם ווי דער אלטער רבי זאגט 18
דעם טעם חיובי
(אויף ״יפסיק תלמודו ויעשה המצוה״)
״כי זה כל האדם" צו מקיים זיין מצות,
איז ער מוסיף: "ואם אינו עושה כן נמצא שלמד שלא לעשות"
(ד.
ה.
אז אן קיום המצות איז דער לימוד התורה ניט ווי ס׳דארף זיין)
- איז משמע אז דער טעם "כי זה כל האדם" איז ניט גענוג אז צוליב דעם זאל די מצוה דוחה זיין ת״ת; ווארום אמת טאקע,
אז קיום המצות איז "כל האדם",
פונדעסטוועגן,
זייענדיק א דבר מוגבל קען עס ניט דוחה זיין א זאך
(תורה)
וואס איז בל״ג.
דערפאר איז דער אלטער רבי מוסיף: "ואם אינו עושה כן נמצא שלמד שלא לעשות".
ד.
ה.
אז קיום המצות - וואס "זה כל האדם 19
(דער אדם אינגאנצען -אויך זיין כח השכל,
ו)
כמו שאמרו חכמים תכלית
(וואס "תכלית" מיינט אויך - די שלימות פון)
חכמה תשובה ומע״ט מעפ״ז,
אז קיום המצוות איז די תכלית ושלימות פון חכמה
(ד.
ה.
תורה)
איז)
אם אינו עושה כן נמצא שלמד
(שלא כדבעי,
וויבאלד אז דאס איז)
שלא לעשות".
ז.
ויש לומר,
אז דער ביאור אין דעם איז: אין מצות 19*
זיינען דא צוויי ענינים 20
- ווי מען זעט בנוסח ברכות המצות: חלק
(און צד)
השווה אין זיי אלע "אשר קדשנו במצותיו",
און דער חלק המיוחד
(ופרטי)
״וצונו מצוה פלונית",
וכיו״ב: א)
יעדער מצוה האט אירע באזונדערע באשטימטע גדרים,
וואס טיילן אפ איין מצוה פון די אנדערע מצות - און מצד אט די גדרים זיינען די מצוות בבחי׳ גבול; ב)
דער צד השווה וואס איז דא אין אלע מצות - וואס מחמת דעם זיינען זיי בבחי׳ בל״ג.
ד.
ה.
די פארשידענע פרטים וואס זיינען דא אין יעדער מצוה,
וואס דורך זיי איז אויסגעטיילט איין מצוה לגבי אנדערע מצות - אין זיי דריקט זיך אויס די הגבלה וואס אין מצות; די נקודה הכללית וואס געפינט זיך אין אלע מצות,
וואס זיי אלע זיינען מצוה פון לשון ציווי - ד.
ה.
דער רצון העליון ב״ה וואס איז פאראן גלייכערהייט אין אלע מצות; ווארום דעם אויבערשטנס רצון וואס אין די מצוות איז העכער פון זייערע הגבלות און התחלקות,
וכמאמר רז״ל 21
״לא תהא יושב ושוקל מצותי׳ של תורה כו׳ קלה שבקלות כו׳ וחמורה שבחמורות כר״ -און מצד דער כללות׳דיקע נקודה אין מצות - דער רצון העליון ב״ה - זיינען זיי בל״ג.
און נאכמער: ס׳איז ידוע 22
דער טעם פארוואס ״עוסק במצוה פטור מן המצוה" 23 ,
ווייל אלע מצות זיינען כלול איינע פון די אנדערע,
אזוי אז ווען מען איז מקיים איין מצוה איז עס מעין ווי מ׳וואלט גלייכצייטיק מקיים געווען אלע אנדערע מצות - וואס דאס איז מצד דעם רצון
(העצמי)
שבמצות וואס איז העכער פון התחלקות 24
;
קומט דאך אויס ,
אז אויך ווען מ׳איז עוסק אין א מצוה מסויימת
(הגם אז מצד אירע פרטים איז זי אפגעטיילט און אויסגעטיילט פון אנדערע מצות,
פונדעסטוועגן)
האט מען דורך איר א שייכות צו כללות המצות - דער בל״ג וואס אין זיי.
ח.
און אזוי ווי דאס איז בנוגע די מצות אליין
(חפצא),
אזוי איז עס אויך בשייכות צו קיום המצות דורכן אידן
(גברא)
: הגם דער חיוב פון יעדער מצוה באזונדער איז טאקע מוגבל אין זמן וכו׳
(כנ״ל ם״ב),
איז אבער דא א חיוב תמידי אפ׳ן אידן אין
(דער עבודה פון)
מצוות בכללותן,
און ווי חז״ל זאגן אין משנה 25
: "אני נבראתי לשמש את קוני",
יעדער רגע וואס ער איז במצב פון "נבראתי",
ד.
ה.
יעדער רגע פון מענטשנם קיום איז צוליבן
(תפקיד און תכלית)
לשמש את קונו,
און ווי געזאגט פריער - "כי זה כל האדם"; ביז צו דעם פס״ד בשו״ע "וכל מעשיך יהיו לש״ש״ 26 ,
ו״בכל דרכיך דעהו" 27 .
ט.
לויט דעם אלעם איז פארשטאנדיק דער חילוק צווישן די צוויי גירסאות - שיטות: מצד די מוגבל׳דיקע פרטים אין די מצות,
איז נאר "ת״ח אין להם מנוחה כו׳"; אבער מצד כללות המצות - וואס איז בלי גבול -איז אלע ״צדיקים
(כולל - מארי עובדין טבין)
אין להם מנוחה כו'".
יו״ד.
ס׳פאדערט זיך אבער נאך אלץ א הסברא אינעם ענין: ס׳איז מבואר
(במק״א 28 )
אז דער טעם וואס "ת״ח
(דוקא)
אין להם מנוחה כר ולא בעוה״ב",
איז עס ווי דער אריז״ל זאגט אין לקוטי הש״ס: "וז״ס יצא אדם לפעלו 29
ר״ל לעסוק בתורה במה שפעל בעוה״ז כי כשיצא האדם מעוה״ז יוצא תחילה לפעלו ר״ל לעסוק בתורה במה שפעל בעוה״ז כר".
און דערפאר איז נאר "ת״ח אין להם מנוחה כר בעוה״ב",
ווייל אין ג״ע,
וואוהין דער ״אדם״ איז ״ויצא״ פון עוה״ז,
איז שייך נאר די בחי׳ "פעלו" פון עסק התורה 30
און ניט די פעולה
(עסק)
פון קיום המצות 31 .
לויט דעם איז ניט פארשטאנדיק די גירסא פון "צדיקים וכו'": הן אמת אז דער ענין פון עליות אן א סוף איז אויך פאראן אין שייכות צו מצוות,
ווייל אויך אין זיי איז דא דער ענין הבל״ג,
אבער ווי קען מען זאגן אז דאס וואס "צדיקים אין להם מנוחה כר בעוה״ב" איז עס צוליב דעם וואס "יצא אדם לפעלו בעוה״ב״ - אין ג״ע איז דאך ניטא דער "פעלו" פון קיום המצות?
איז דער ביאור אין דעם: ס׳איז ידוע אז אינעם ווארט ״עוה״ב״ זיינען דא צוויי פירושים:
(גן עדן
(און עס ווערט אנגערופן עולם הבא ווייל "באין לו לאדם אחר חיי העוה״ז" 32 )
; ב)
עולם התחי׳ 33 .
ולפ״ז י״ל אז דער פירוש פון עוה״ב אין דעם מרז״ל איז תלוי אין די צוויי גירסאות: לויט דער גירסא "ת״ח אין להם מנוחה כר״ - וואס דאס איז מצד דער מעלה פון תורה - ווערט מיט ״עוה״ב״ געמיינט
(אויך)
ג״ע
(וואס דארטן איז שייך נאר דער "פעלו" פון תורה און ניט פון מצות)
; און לויט דער גירסא ״צדיקים אין להם מנוחה כר״ -וואס איז כולל אויך עבודת המצות -איז דער טייטש פון ״עוה״ב״ אין דעם מרז״ל - עולם התחי׳,
וואס דעמאלט וועט ווידעראמאל קומען דער זמן פון "פעלו" אויך אין מצות.
יא.
לכאורה קען מען פרעגן: א)
רז״ל 34
זאגן דאך "מצות בטילות לעת״ל" און דער אלטער רבי 35
טייטשט: "היינו בתחה״מ״?
ב)
ס׳איז מבואר בכ״מ אין חסידות 36
,
אז דאס וואס רז״ל זאגן "צדיקים אין להם מנוחה כר"
(און מ׳איז שטענדיק עולה מדרגא לדרגא)
ווערט דערמיט געמיינט די עליות אין ג״ע,
אבער לעת״ל וועט זיין א זמן פון שבת ומנוחה אויך פון עליות 37
- טא ווי איז דאס מתאים מיט דעם אויבענגעזאגטן הסבר,
אז לויט דער גירסא ,
צדיקים אין להם מנוחה כו׳ בעוה״ב" רעדט זיך דא
(ניט וועגן ג״ע,
נאר)
וועגן עולם התחי׳?
איז דער ביאור אין דעם: דער זמן פון עולם התחי׳ גופא באשטייט פון צוויי תקופות 38
- די ערשטע תקופה איז די וואס אויף איר זאגט יעדער איז 39
: "ושם נעשה לפניך כו׳ כמצות רצונך",
ס׳וועט דעמאלט זיין קיום המצות,
און במילא אויך די עליות וואס דורך דעם; און א צווייטע תקופה וואס דאן וועט זיין "מצות בטילות".
פון די ראיות אויף דעם: ס׳איז ידוע וואס רז״ל 40
זאגן אז לעת״ל "משה ואהרן יהא עמנו" און מ׳וועט מקריב זיין קרבנות - קיום המצות
(ובפרט,
אז כללות הענין פון מקריב זיין קרבנות איז דאך דער ענין פון עלי׳: די העלאה פון חיות הבהמה מלמטה למעלה,
ווי ס׳איז מבואר בכ״מ)
- זעט מען דאר,
אז אויך נאר תחה״מ וועט זיין דער ענין פון מצות ועליות כר.
יב.
ס׳איז אבער נאר אלץ ניט מבואר: "אין להם מנוחה" מיינט דאר אז די עליות פון צדיקים קומען פאר כסדר אן שום הפסק - און לויטן ערשט געזאגטן הסבר,
אז צדיקים אין להם מנוחה בעוה״ב מיינט
(א תקופה פון)
עולם התחי׳,
האבן זיי דאר א הפסק פון "מנוחה" אין גן עדן
(וואו ס׳איז ניטא דער "פעלו" פון מצות)
וואס צווישן עוה״ז און עולם התחי׳?
איז די הסברה אין דעם: ס׳האט זיר פריער גערעדט,
אז עשיית המצות איז שייך נאר אין עוה״ז ווען די נשמה איז אנגעטאן אין א גוף,
אבער ווען די נשמה איז אין ג״ע,
אן א גוף,
איז ניט שייך די עבודה פון מצות.
און דערפאר,
אינעם גדר פון
(און אין שייכות צו)
דער עבודה פון מארי עובדין טבין
(צדיקים)
- וואס די עבודה קען געמאלט זיין נאר דאן ווען די נשמה איז צוזאמען מיטן גוף - איז דער זמן פון דער נשמה בלי הגוף - ווען זי איז בג״ע - ניט קיין מציאות; אין קלארערע ווערטער: קיום המצות איז פארבונדן ובמילא - מוז ער האבן קיום הגוף,
און ווען דער גוף איז ניט קיים
(אלס א גוף לנשמתו)
איז אויך ניט שייכות זאגן בא
(166,
156,
187,
0.
1)
">עם מציאות הזמן 41
.
אזוי אז דאס וואס די נשמות פון די מארי עובדין טבין האבן ניט קיין עליות במשף זייער געפינען זיף אין ג״ע,
הייסט עס ניט קיין הפסק אין זייערע עליות.
א דוגמא דערצו: דער ראגאטשאווער זאגט 42 ,
אז ס׳איז ניט שייך קיין הוספה אין זמן ווען די נשמה איז למעלה ד.
ה.
בשעת עס ווערט נפסק דער חיבור פון דער נשמה מיטן גוף און די נשמה איז עולה אין גן עדן,
איז דעמאלט אין איר ״וועלט״ ניטא דער גאנצער ענין פון זמן אין באצוג צו דיני התורה
(הגם אז ער איז יע פאראן אין שייכות צו שכר המצות,
עסק התורה וכו׳ - ווי ס׳איז ידוע בנוגע צו חצות לילה בג״ע וכו׳).
יג.
ועוד י״ל בזה: כ״ק אדמו״ר מהורש״ב נ״ע - דער בעל יום ההולדת פון כ״ף מרחשון - שרייבט
(אין זיין צוואה43),
וז״ל: "ועוד י״ל בדרך אפשר בעומק יותר,
ע״פ מה ששמעתי בשם כ״ק אאמו״ר זצוקללה״ה שלצ״ג גם בג״ע מאיר להם בחי׳ אוא״ס הסוכ״ע44..
ולפ״ז י״ל דשייכות שם מעין עשיית המצות וע״ד מעין ודוגמא המצות שיהיו לעת״ל ..
וזהו״ע כיבוד או״א מה שמכנים את האבות לג״ע כו'".
[וי״ל,
אז דאס איז דער פנימיות׳דיקער פירוש אין די ווערטער פון רמב״ם 45 ,
וז״ל: "כך אמרו 46
חכמים הראשונים העוה״ב כו׳ אלא צדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהן ונהנין מזיו השכינה.
הרי נתברר לך שאין שם גוף
(ווארום דער רמב״ם טייטשט עוה״ב אין דעם מרז״ל -ג״ע 47 )..
וכן זה שאמרו עטרותיהן בראשיהן כלומר דעת שידעו..
והיא העטרה שלהן כענין שאמר שלמה 48
בעטרה שעטרה לו אמו ..
כך עטרה שאמרו חכמים כאן היא הידיעה.
ומהו זהו שאמרו נהנין מזיו השכינה שיודעים ומשיגין מאמתת הקב״ה מה שאינם יודעים והם בגוף האפל השפל".
וי״ל אז די כוונה איז,
אין ג״ע זיינען דא צוויי ענינים: "עטרותיהן בראשיהן" - וואס אן "עטרה" איז אויף
(ולמעלה פון)
דעם ראש און איז אים מקיף,
און דאס מיינט די ידיעה מצד דעם אור הסוכ״ע וואס איז בבחי׳ מקיף אויף זיי 49
; ״נהנין מזיו שכינה ..
שיודעים ומשיגין 50
כו'",
וואס איז וואס זיי זיינען עולה מדרגא לדרגא אין השגת התורה - אין א ידיעה ואופן פנימי 51 ].
ועפ״ז,
אז אויך אין ג״ע איז שייך
(עכ״פ)
"מעין עשיית המצות",
קומט דאך אויס,
אז עכ״פ ״צ״ג״ 52
אין להם מנוחה - אויך מצד דעם ״פעלו״ פון מצות - אפילו אין גן עדן.
(משיחת כ״ף מנחם אב תשל״ה)