B"H
🏡

Ikar

וירא-כ' מ"ח

א.

בקשר מיט כ׳ מרחשון - דער יום הולדת פון כ״ק אדמו״ר

(מהורש״ב)

נ״ע 1

- האט כ״ק מו״ח אדמו״ר דערציילט 2

א סיפור פון בעל יום הולדת,

וואס האט פאסירט ווען ער איז געווען א קינד פון פיר אדער פינף יאר,

בשבת פ׳ וירא.

דער רבי נ״ע איז אריין צו זיין זיידן כ״ק אדמו״ר הצ״צ

(צו מקבל זיין די ברכה בשייכות מיט זיין יום הולדת)

און האט זיך פאנאדערגעוויינט,

זאגנדיק: פארוואס האט זיך דער אויבערשטער באוויזן צו אברהם אבינו און צו אונז

(אים)

באווייזט ער זיך ניט?

האט אים דער צ״צ געענטפערט: אז א איד א צדיק 3 ,

צו ניין און נייציק יאר,

איז מחליט אז ער דארף זיך מל זיין,

איז ער ווערט אז דער אויבערשטער זאל זיך באווייזן צו אים.

ב.

מ׳האט שוין גערעדט כמה פעמים 4

וועגן די הוראות אין עבודת ה׳ וואס מ׳קען ארויסנעמען פון דעם דאזיקן סיפור - ווי אלע סיפורי רבותינו נשיאינו וועלכע זיינען צו אונז דערגאנגען

(ובפרט די וואס זיי אליין האבן מפרסם געווען),

וואס אנטהאלטן הוראות לכאו״א.

וועט מען זיך אפשטעלן איצט אויף נאך א נקודה אין דעם סיפור.

כ״ק מו״ח אדמו״ר האט מדייק געווען ביים דערציילן דעם סיפור,

אז דער בעל יום הולדת איז דאן געווען א קינד פון פיר אדער פינף יאר.

און וויבאלד אז דער דיבור פון א נשיא בישראל - ובפרט וואס ער רעדט ברבים און הייסט דערנאך אפדרוקן - איז זיכער אויסגערעכנט און מדוייק בתכלית 5 ,

דארף מען זאגן,

אז אויך דער פרט פונעם סיפור איז ניט נאר צו ארויסברענגען די גדלות פון רבי׳ן נ״ע,

[אז אפילו גאר בקטנותו האט אים געארט פארוואס דער אויבערשטער באווייזט זיך ניט צו אים,

און דאס האט אים אזויפיל דערנומען,

ביז ער האט זיך פאנאדערגעוויינט]

נאר דאס איז אויך א הוראה בעבודת ה׳ לכאו״א.

און דערפון איז פארשטאנדיק,

אז אע״פ וואס דער סיפור אנטהאלט כו״כ הוראות לכל או״א

(כנ״ל),

איז אבער א עיקר הוראה

(אויך)

פאר די וואס זיינען אין דעם גיל פון בן ד׳ או בן ה׳,

און ניט נאר צו א גדול בשנים וואס איז במצבו הרוחני ווי א קטן בן ד׳ או בן ה׳ 6 ,

שלא הגיע ל

(שלימות ה)

חינוך 7

-ד.

ה.

אזא וואס האט אויף אזויפיל קיין דעת ניט,

אז ניט נאר וואס ער

(מצד עצמו)

פארשטייט ניט,

נאר ער קען אויך ניט אויפנעמען השפעה פון א צווייטן - אז אויך ער קען מאנען,

און מיט אן אינערלעכן תוקף נבדוגמת ענין הבכי׳,

וואס ווייזט אז די זאך רירט אים אן מיט א תוקף העכער פון זיין מדידה והגבלה],

אז דער אויבערשטער זאל זיך צו אים באווייזן,

ביז - ווי ער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו 8

[והטעם - וויבאלד אז אברהם אבינו איז פון די ג׳ אבות - של כאו״א מבנ״י שבכל הדורות - איז ביי יעדן אידן

(ביי יעדן איינעם פון די בנים)

דא בירושה די ענינים וואס זיינען געווען ביי די אבות 9 ],

נאר

(בעיקר)

צו א קטן בן ד׳ או בן ה׳ כפשוטו ,

אז אויך אים קען מען מחנך זיין באופן כזה,

אז ער זאל מאנען בתוקף,

עד כדי בכי׳,

אז דער אויבערשטער זאל זיך צום אים באווייזן ווי צו אברהם אבינו.

ג.

לכאורה קען מען פרעגן: וואס פאר א דמיון און פארגלייך איז דא צווישן דעם רבי׳ן נ״ע און יעדן אידישן קינד?

דער רבי נ״ע,

זייענדיק א קדוש מבטן,

נשיא בן נשיא,

איז שוין בקטנותו געווען אין אים ניכר א מעין פון זיין שפעטערדיקער גדלות

(כמרז״ל 10

"בוצין בוצין מקטפי׳ ידיע " ),

ומובן אז שוין דאן איז ער געווען מער בר דעת ווי אנדערע ואפילו גדולים - היינט ווי קען מען פון אים אפלערנען בנוגע דעם חינוך פון יעדן אידישן קינד,

דער "שיעור החינוך" איז דאך "בכל תינוק לפי חריפותו וידיעתו״ 11 ?

ואע״פ אז ס׳איז ברור,

כנ״ל,

אז דער תוכן הסיפור איז שייך

(ניט נאר צו א נשיא בישראל,

נאר)

אויך צו כאו״א -ווארום,

ווי גערעדט פריער,

פון דעם גופא וואס מ׳האט דעם סיפור דערציילט ברבים און דערנאך אפגעדרוקט,

איז א ראי׳,

אז דאס איז ניט פון די עניני הנשיא וואס "משכמו ומעלה גבוה מכל העם" 12 ,

נאר פון זיינע ענינים צו וועלכע יעדערער מכל העם האט א שייכות -

איז אבער גענוג צו זאגן,

לכאורה,

אז דאס איז א הוראה פאר גדולים בשנים

(ביז אפילו צו די וואס ברוחניות הענינים לא הגיעו לשלימות החינוך,

כנ״ל)

- פארוואס דארף מען זאגן אז דאס איז שייך

(אויך)

צו א קטן כפשוטו

(בשנים)?

ד.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים וואס מען געפינט כו״כ שיעורים בענין החינוך.

כאטש אז ״שיעור החינוך ..

הוא בכל תינוק לפי חריפותו וידיעתו" כנ״ל - זיינען אבער דא כמה ענינים וואס מ׳פארבינדט מיט א גיל מסויים 13 ,

ביז צום דין כללי,

אז "בציר מבר שית לא תקביל,

בר שית קביל וספי לי׳ כתורא" 14

- אז דער לימוד התורה מיט א קטן אין אן אופן פון "ספי לי׳ כתורא" 15

נוואס דאס ברענגט צו א העכערע שלימות בחינוך בכלל 16 ,

כמובן]

הויבט זיך אן ערשט ביי ״בר שית״ 17 .

און הגם אז אויך אין דעם ענין זאגט מען אז דאס איז תלוי אין "כח הבן ובנין גופו״ 18

(און בא א "כחוש" ווארט מען ביז ״כבן שבע ״ 19 )

- איז אבער "בציר מבר שית לא תקביל" 20 ,

אפילו אויב ער איז א שטארקער קינד 21 ,

נאך מער ווי אן אנדערער וואס איז שוין "כבן שבע".

דאס הייסט,

אז דער שיעור פון "בר שית" בנוגע צום ענין פון "ספי לי׳ כתורא״ - שלימות החינוך - איז ניט תלוי אין דעת וכח הקטן; ס׳איז ע״ד פון שיעור "בן י״ג למצות" 22 ,

אז אפילו ווען עס זאל זיין א קטן א בר דעת 23

גדול ביותר,

נאך מער ווי א צווייטער וואס איז שוין א גדול בשנים 24 ,

איז ער פטור פון מצות

(מה״ת),

ער ווערט ניט נצטרך צו א מנין,

וכו׳.

ה.

די הסברה אין דעם איז פארבונדן מיטן אויפטו פון מ״ת אין דער עבודה אין תומ״צ לפני מ״ת:

די מצות

(ועבודה)

פאר מ״ת האבן דערלאנגט ביז אין שרש הנבראים 25 ,

און דערפאר איז אין דערויך געווען נוגע נאר די שלימות האדם

(הנברא)

בעבודתו ית׳

(וואס דורך דעם האט ער ממשיך געווען אלקות משרשו דהנברא ומקורו)

; אבער ס׳איז ניט געווען אזויפיל נוגע אין וועלכן אופן

(מיט וואס פאר א גשמי,

וכיו״ב)

ער טוט די עבודה ומצוה 26 .

וואס דערפאר האט יעקב אבינו אויפגעטאן די המשכה שע״י תפילין דורך זיין עבודה מיט די "מקלות" כמבואר בזוהר 27 .

משא״כ די עבודה פון תומ״צ נאך מ״ת איז ממשיך פון מאציל ב״ה שלמעלה משרש הנבראים.

רואם די המשכה קען א נברא ניט אויפטאן מצד עצמו,

נאר ווייל אזוי האט דער מאציל אויסגעשטעלט,

אז ווען מ׳טוט מצוה פלונית ווערט די המשכה פון מאציל למטה.

ובמילא ווערט די המשכה אויפגעטאן דוקא ווען די מצוה ווערט געטאן בדיוק לויט די מדידות 28

ושיעורים וואס זיינען געגעבן געווארן מלמעלה

(ביי מ״ת).

[וי״ל אז אויך איצטער,

ווען עס זאל זיין א צדיק ווי יעקב אבינו,

קען ער אויפטאן דורך "מקלות" ווי יעקב האט אויפגעטאן - אבער דאס איז נאר א המשכה פון שרש הנבראים

(לויט דעם גודל העבודה פון דעם צדיק),

ס׳איז אבער ניטא אין דעם המשכת המאציל,

וואס דאס איז די עבודה פון נאך מ״ת].

ועד״ז איז בנוגע די שיעורים פון זמן החיוב: דאס וואס עס קען זיין א קטן א בר דעת גדול יותר ווי א גדול בשנים,

איז דאס נאר בנוגע שלימות שלו

(של הנברא) 29

; בנוגע אבער די ענינים פון מ״ת - המשכת המאציל - איז דא א מדידה מלמעלה,

אז דאס הויבט זיך אן ערשט ביים עלטער פון י״ג שנה 30

; ועד״ז בענין החינוך - אז שלימות החינוך

(באופן פון ״ספי לי׳ כתורא״)

איז פון בר שית.

וא״ו.

דערפון איז אויך פארשטאנדיק בעניננו,

וויבאלד אז דער רבי נ״ע איז דאן געווען "בציר מבר שית",

איז ניט קוקנדיק אויך זיין גדלות אין דעת וכו׳ שוין אין יענעם עלטער - איז ער אבער נאך אלץ

(בנוגע להענינים דמ״ת)

געווען אין א דרגא פון "בציר מבר שית" וואס לא הגיע לשלימות החינוך 31 .

און היות אז ביים מפרסם זיין דעם סיפור הנ״ל - וואס באווייזט אז ס׳איז ניט קיין ענין מיוחד פאר נשיאי ישראל כנ״ל - האט דער רבי מדייק געווען צו דערציילן אויך דעם פרט,

אז דער רבי נ״ע איז געווען א קינד פון פיר אדער פינף יאר,

איז פארשטאנדיק,

אז דאס איז שייך צו יעדן אידיש קינד וואס איז "בציר מבר שית",

וויבאלד אז ע״פ דער מדידה פון תורת אמת,

איז ער אין דעם זעלבן סוג ודרגת החינוך.

ז.

ע״פ הנ״ל - אז מיטן מפרסם זיין דעם סיפור,

איז דער רבי געווען אויסן א הוראה אין דעם חינוך פון א קטן כפשוטו - וועט מען אויך פארשטיין ווי אין דעם סיפור ליגט

(ניט סתם א הוראה אין עבודת ה׳,

ביז אפילו פאר קטנים,

נאר)

א חידוש עיקרי בנוגע דעם אופן החינוך:

ס׳איז ידוע וואס דער רמב״ם 32

איז מאריך בנוגע דעם אופן הלימוד מיט א קטן,

אז מען דארף אים מזרז זיין "בדברים שהם אהובים אצלו לקטנות שניו..

קרא ואתן לך אגוזים כו׳",

ווייל מצד "מעוט שניו וחולשת שכלו אינו מבין מעלת אותו הטוב".

און דא מאנט מען ביי א קינד,

אז אים זאל ״אנרירן״ און ״דערנעמען״ ועד כדי בכי׳ - ניט טוב גשמי וכיו״ב,

נאר - פארוואס דער אויבערשטער באווייזט זיך ניט צו אים; ד.

ה.

אז מען דארף מחנך זיין א קינד אז ג־טלעכקייט זאל ווערן א "טייל פון זיין לעבן" * 32

("דברים שהם אהובים אצלו"),

ביז אז אים זאל שטארק פארארן וואס דער אויבערשטער באווייזט זיך ניט צו אים און אין דעם אופן ווי ער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו.

וואלט ניט געווען דער מאורע הנ״ל מיטן רבי׳ן נ״ע - קען מען ניט וויסן צי מ׳וואלט געקענט פועל׳ן אזא געפיל בא יעדן אידיש קינד,

ווארום וויבאלד אז מצד טבעו ציט ער זיך,

כנ״ל ברמב״ם,

צו דברים גשמיים,

דארף מען אים מחנך זיין און מזרז זיין מיט יענע ענינים " שהם אהובים אצלו";

אבער לאחרי ווי ס׳איז געווען דער מאורע הנ״ל - ובפרט נאך דעם ווי כ״ק מו״ח אדמ״ר האט דערציילט דעם מאורע ברבים און געהייסן אפדרוקן - איז א דבר ברור ,

אז דערמיט האט מען מגלה געווען,

יתרה מזה - פותח געווען א נייעם צינור 33

ודרך בענין החינוך,

אז איצט ,

דורך א חינוך כדבעי,

קען מען איצט 34

פורץ זיין די גדרי הטבע פון אידישע קינדער,

און זיי איינגעוואוינען צו וועלן רוחניות,

ביז צו ארויסרופן ביי זיי א תשוקה נפלאה אז דער אויבערשטער זאל זיך צו זיי באווייזן.

און בשעת מען זעט א אידיש קינד וואס אים ארט ניט וואס דער אויבערשטער באווייזט זיך ניט צו אים - איז עס ניט ווייל ער איז ניט שייך צו דעם,

נאר ווייל דער מחנך רעדט ניט בזה קיין דברים היוצאים מן הלב.

ח.

ע״ד ווי די הוראה פון דער שאלה ובכי׳ פון רבי׳ן נ״ע איז צו יעדן אידיש קינד כנ״ל בארוכה,

אזוי אויך איז מובן,

אז דער ענטפער פון צ״צ צום רבי׳ן נ״ע - "אז א איד א צדיק צו ניין און ניינציק יאר איז מחליט אז ער דארך זיך מל זיין איז ער ווערט אז דער אויבערשטער זאל זיך באווייזן צו אים״ - איז דאס אן ענטפער - און במילא - שייך צו

(ם חינוך פון)

יעדן אידיש קינד:

דער פשט אין ענטפער פון צ״צ איז דאך ניט אז דער אויבערשטער האט זיך באוויזן נאר צו אברהם׳ען

(ווייל ער האט מחליט געווען צו ניין און ניינציק יאר אז ער דארף זיך מל זיין),

אבער אז צו אנדערע ובפרט בדוגמת דעם רבי׳ן נ״ע האט עס קיין שייכות ניט - ווייל דאן האט דער צ״צ געדארפט ענטפערן בקיצור,

אז מען קען זיך ניט גלייכן צו אברהם אבינו 35

;

נאר דער פשט איז,

אז דאס איז א הוראה ווי אזוי יעדערער קען צוקומען צו "וירא אליו ה׳",

דורך דער החלטה אז אין וועלכן מצב רוחני מען זאל נאר זיין

(אפילו ווען מ׳איז א צדיק אין עלטער פון ניין און ניינציק יאר),

דארך מען זיך מל זיין,

דאס מיינט: מען דארף זיך באווארענען און הארעווען אויך צו אראפנעמען דעם צודעק,

דעם העלם והסתר העולם 36 .

און דער הרגש איז שייך צו כאו״א מישראל,

ווארום כאטש אז אברהם איז געווען "א צדיק צו ניין און ניינציק יאר" - וואס זיינען געווען "יומין שלמין" 37

בעבודתו ית׳ - ובמילא איז זיין החלטה אז ער דארף זיך מל זיין

(זיך באווארענען פון העלם העולם)

א פיל גרעסערער חידוש ווי די החלטה פון דעם וואס איז ניט קיין צדיק 38

-

איז אבער ידוע אין דעם ענין פון "פתח" 39 ,

אז נאך דעם ווי איינער האט געהארעוועט אויף א געוויסן ענין און אים ממשיך געווען בעולם,

איז ער דערמיט פותח דעם צינור פאר אנדערע,

אז דערנאך קענען אויך זיי דערגרייכן דעם ענין מיט פיל ווינציקער יגיעה,

[ועאכו״כ נאך מ״ת,

וואס מ׳קען אויפטאן דורך א פיל קלענערער און גרינגערער עבודה,

דאס וואס די אבות האבן אויפגעטאן דורך עבודה ויגיעה גדולה 40 ].

ט.

און דאס איז די הוראה

(פון דעם צ״צ׳ם ענטפער)

בענין החינוך אויך צו קטנים:

נאך דעם ווי מען רופט ארויס ביים קינד די תשוקה נפלאה אז דער אויבערשטער זאל זיך באווייזן צו אים,

דארך מען אים מסביר זיין,

אז דער דרך לזה איז דורך דער החלטה אז מען דארך זיך אלעמאל "מל" זיין,

זיך באווארענען און אראפנעמען דעם העלם והסתר העולם.

ד.

ה.

מען דארף מחנך זייך א קינד צו ניט נתפעל ווערן פון העלם והסתר העולם - אויף אים זאל ניט פועל זיין וואס "וועלט" זאגט,

נאר וואס תורה וויל; און די החלטה ביי אים זאל זיין אזוי שטארק,

ביז ״גם כי יזקין לא יסור ממנה״ 41

- דאס איז ביי אים אזוי איינגעווארצלט,

אז ער געדענקט אלעמאל,

אפילו ווען ער איז שוין אין א העכערע און אין א גאר גאר העכערער דרגא אין עבודת ה׳,

אז ער מוז זיך "מל" זיין.

און דאס ברענגט אז שוין בקטנותו זאל ביי אים זיין "וירא אליו ה׳",

וואס דאס באלייכט אים מיט זיין סביבה,

אין אן אופן פון "והי׳ ה׳ לך לאור עולם" 42 .

יו״ד.

כשם ווי רבותינו נשיאינו האבן פותח געווען א צנור חדש בענין החינוך בנוגע "בין אדם למקום"

- אז איצט קען מען מחנך זיין אידישע קינדער צו גלוסטן ענינים פון אידישקייט

(ניט צוליב שכר כו׳,

נאר)

אין אן אופן אז זיי

(די ענינים)

זאלן ווערן א טייל פון זייער לעבן,

ביז אז עס פארארט זיי עד כדי בכי׳ פארוואס דער אויבערשטער באווייזט זיך ניט צו זיי ווי ער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו -

עד״ז געפינט מען די נקודה אין ענינים שבין אדם לחבירו,

און אויך אין א סיפור פון בעל יום ההולדת בימי קטנותו 43

:

ווען דער רבי נ״ע איז געווען בן ד׳ שנים,

האט אמאל דער שניידער געבראכט א בגד וואס ער האט גענייט פאר אמו הרבנית.

בשעת מ׳האט בוחן געווען דעם בגד,

האט דער רבי נ״ע ארויסגענומען לתומו א חתיכת בגד פון דעם שניידער׳ם קעשענע.

דער שניידער האט זיך פארשעמט און ער האט זיך אנגעהויבן פארענטפערן אז ער האט פארגעסן וועגן דער שטיקל סחורה וואס איז ביי אים געבליבן וכו׳.

דערנאך,

אז דער שניידער איז אוועקגעגאנגען,

האט אים אמו הרבנית אויסגערעדט אז צוליב אים איז דער שניידער פארשעמט געווארן.

ווען ער האט דאס געהערט,

האט ער זיך ביטער פאנאנדערגעוויינט .

אין עטלכע וואכן ארום איז ער אריינגעגאנגען צו זיין פאטער

(דער רבי מהר״ש)

און האט ביי אים געפרעגט ווי אזוי מען קען מתקן זיין דעם עון פון הלבנת פנים.

ווען זיין טאטע האט אים געפרעגט פארוואס פרעגט ער די שאלה,

האט ער געענטפערט אז ער וויל דאס וויסן,

ניט דערציילנדיק דערביי וואס האט פאסירט.

אז אמו הרבנית האט אים געפרעגט פארוואס ער האט ניט געוואלט דערציילן דעם טאטן די גאנצע מעשה,

האט ער געענטפערט: ס׳איז גענוג וואס ער איז נכשל געווארן אין הלבנת פנים,

זאל ער נאך עובר זיין אריף רכילות און לשון הרע?

!

יא.

בהשקפה ראשונה איז ניטא קיין ״געוואלד״ בנוגע דער הלבנת פנים וואס איז דא געווען - ווארום,

ווי ער איז מדייק אין סיפור,

האט דער רבי נ״ע ארויסגענומען די חתיכת בגד " לתומו ",

ד.

ה.

בשוגג 44

[און דערצו נאך,

איז דאס ניט געווען ברבים 45

- בלויז אמו הרבנית איז דערביי געווען]

- און פונדעסטוועגן,

ווי נאר ער האט דערהערט אז דער שניידער האט זיך פארשעמט,

האט דאס אים שטארק דערנומען,

ביז צו א בכי׳ מרה.

וואס דאס באווייזט דאך,

אז אים האט פארדראסן

(ניט אזויפיל וואס די הלבנת פנים איז געווען דורך אים ,

אז אים קומט אן עונש וכו׳,

נאר)

די עצם זאך וואס א איד איז פארשעמט געווארן.

און דערפאר האט ער אויך ניט געוואלט דערציילן זיין טאטן וועגן דעם - הגם דאס ניט ענטפערן אביו אויף זיין שאלה קען אפשר אריינגיין אין גדר פון כיבוד אב כו׳; אויך וואלט דאך דער דערציילן געווען בלויז צוליב תיקון החטא - ווייל ער האט ניט געקענט פארטראגן די עצם זאך אז עס זאל זיך ריידן וועגן דעם לא טוב פון א אידן

(באיזה אופן שהוא).

און וויבאלד אז מ׳האט אונז דערציילט דעם דאזיקן סיפור,

צוזאמען מיט דער הדגשה אז דער רבי נ״ע איז דאן אלט געווען פיר יאר,

איז דערפון א ראי׳ אז איצט קען מען מחנך זיין יעדער אידיש קינד אפילו אין דעם גיל אין אט דעם אופן.

יב.

פון כל הנ"ל איז אויך דער לימוד אויף וויפל ס׳איז דער חוב על כאו״א מישראל צו משתדל זיין זיך אין ענין החינוך,

סיי בנוגע אייגענע קינדער

- כפתגם בעל יום הולדת נ״ע הידוע 46

: אט אזוי ווי הנחת תפילין בכל יום איז א מצוה דאורייתא אויך יעדן אידן,

אן א חילוק צי א גדול בתורה,

צי א איש פשוט,

אזוי איז א חוב גמור אויך יעדן אידן צו טראכטן יעדן טאג א האלבע שעה וועגן דעם חינוך פון קינדער,

און טאן אלץ וואס עס איז בכוחו צו טאן און יתר מכפי כחו,

זעהן פועל זיין ביי די קינדער,

אז זיי זאלן גיין אין דעם דרך וואס מען איז זיי מדריך - סיי בנוגע אנדערע אידישע קינדער,

וועמענס עלטערן האבן

(מאיזו סיבה שתהי׳)

זיי ניט געגעבן א חינוך כדבעי,

וואס דאן ליגט דער חוב על כל חכם וחכם מישראל 47

צו פארזארגן אז דער קינד זאל באקומען א חינוך כדבעי,

און דורך דעם שטעלט מען אויף די "צבאות ה׳" וואס וועלן ארויסגיין פון גלות - בנערינו ובזקנינו גו׳ בבנינו ובבנותנו 48

- דורך משיח צדקנו,

בקרוב ממש.

(משיחות ש״פ וירא,

כ״ף מרחשון,

תשל״ו ותשל״ז)

Reader controls and commentary are loading.