B"H
🏡

Ikar

וירא ג

א.

אויפן פסוק 1

"ויקרא שם בשם ה׳ א־ל עולם",

זאגט די גמרא 2

"אל תקרי ויקרא אלא ויקריא,

מלמד שהקריא אברהם אבינו לשמו של הקב״ה בפה כל עובר ושב 3 .

כיצד לאחר שאכלו ושתו עמדו לברכו אמר להם וכי משלי אכלתם משל אלקי עולם אכלתם,

הודו ושבחו וברכו למי שאמר והי׳ העולם".

אין מדרש 4

ווערט צוגעגעבן,

אז די 5

וואס האבן נאכן עסן ניט געוואלט בענטשן "למי שאמר והי׳ העולם",

האט אברהם ביי זיי געמאנט צו באצאלן א הון רב פאר דעם וואס זיי האבן געגעסן און געטרונקען

(אויפקלערנדיק,

אז ס׳איז ווערט צו באצאלן אזויפיל,

היות אז אין מדבר געפינט מען ניט קיין מאכלים וכו׳)

; און הערנדיק אז מ׳מאנט ביי זיי אזא גרויסן סכום,

האבן זיי נאכגעגעבן און געזאגט "ברוך א־ל עולם שאכלנו משלו".

אין פשטות קומט אויס,

אז דאס וואס זיי האבן דערנאך געזאגט "ברוך א־ל עולם כו'" איז געווען בלית ברירה

(כדי זיי זאלן ניט דארפן צאלן)

6

און ניט ווייל זיי האבן אין הארצן מסכים געווען צו בענטשן - איז תמוה:

בשלמא די וואס אברהם האט זיי באווירקט צו בענטשן דעם אויבערשטן מרצונם הטוב,

איז פארשטאנדיק אז ער האט דורכדעם אויפגעטאן דעם ענין פון ״הקריא ..

לשמו של הקב״ה וכו"׳; אבער די וועמען ער האט געצוואונגען צו בענטשן - וואס איז די תועלת פון זייער זאגן

(איינמאל - ביי אברהם)

"ברוך א־ל עולם וכו׳"?

ווי איז שייך צו זאגן אז ער האט דערמיט מפרסם געווען שמו של הקב״ה בעולם,

וויבאלד אז ביי זיי האט געפעלט די הכרה אין בורא עולם?

ווען ס׳וואלט זיך גערעדט וועגן א אידן - איז ידוע דער פסק דין הרמב״ם 7

,

אז אפילו ווען מ׳איז אים כופה צו טאן א מצוה

(אדער "להתרחק מן העבירות")

הייסט עס ״לרצונו״ - ווייל "הוא רוצה להיות מישראל ורוצה הוא לעשות כל המצות ולהתרחק מן העבירות ויצרו הוא שתקפו וכיון שהוכה עד שתשש יצרו ואמר רוצה אני כבר גרש לרצונו״ -ד.

ה.

אז בעצם ובפנימיות נפשו וויל א איד מקיים זיין די מצוות און זיין ניטוועלן איז נאר אן ענין חיצוני - ובמילא טוט אויף די כפי׳ אז ס׳ווערט נתבטל די חיצוניות׳דיקע התנגדות מצד היצר און זיין זאגן "רוצה אני" איז מצד דעם

(גילוי)

רצון פון דעם אידן,

משא״כ בא "כל עובר ושב" 7* .

ב.

דער "יפה תואר" 8

זאגט אויף דעם,

אז "אף כי יכול להיות שהם מכזבים לו ובאונס דברו לו כאלה מ״מ אברהם עשה זאת רק לצאת ידי חובתו נגד ה׳ ואם המה רמוהו העון תלוי בהם ולא בו".

וצריך ביאור: א)

אויב ״רמוהו״ ו״מכזבים לו״ - איז וואס האט ער אויפגעטאן דערמיט?

ב)

ועיקר - עס איז בכלל שווער צו זאגן אז אברהם האט עס געטאן נאר אויף צו יוצא זיין ידי חובתו און לפועל איז עס אפשר געווען באופן פון ״המה רמוהו" 9

- ווייל דער מדרש זאגט במק״א 10

אז צוליב דער הנהגה

(וואס "כל עובר ושב" האט געזאגט "ברוך א־ל עולם שאכלנו משלו")

האט דער אויבערשטער געזאגט "מעלה אני עליך כאילו אתה שותף עמי בברייתו של עולם" און "אני לא הי׳ שמי ניכר לבריות והכרת אותי בבריותי"; וואס דערפון איז מובן,

אז דערמיט האט ער ביי זיי אויפגעטאן א הכרה אין בורא עולם

(און דעריבער איז ער אזוי ווי א שותף בברייתו של עולם) 11

- און מען געפינט ניט אז מ׳זאל מחלק זיין,

אז דאס איז געזאגט געווארן נאר אויף די וואס ער האט אויף זיי גע׳פועל׳ט אן קיין שום לחץ וכו׳ 12 .

ג.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים וואס מען געפינט נאך אן אופן פון גילוי רצון האמיתי וואס טוט זיך אויף דורך ״הכאה״ און ״תשישת היצר״ - אז דער רצון פנימי קומט ארויס ניט בלויז אין זאגן "רוצה אני",

וואס בחיצוניות ובגילוי איז עס א געצוואונגענע אמירה,

נאר ער

(דער רצון פנימי)

פועלט בגלוי אויף זיין רצון החיצוני 12*

-

ווי מ׳געפינט 13

במעשה המרגלים אז פריער האטן געזאגט "כי חזק הוא ממנו אל תקרי ממנו כו׳ 13*

ויבכו העם גו׳ ויאמרו גו׳ נתנה ראש ונשובה מצרימה" און דורך וידבר משה - הכאה בדברים קשים איז "ויתאבלו העם מאד" און זיי האבן געזאגט "הננו ועלינו אל המקום אשר אמר ה"׳.

- דערמיט איז אויך פארשטאנדיק דער מאמר המשנה 14

"בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב ומכרזת ואומרת אוי להם לבריות מעלבונה של תורה שכל מי שאינו עוסק בתורה נקרא נזוף וכו'"

- דלכאורה תמוה: די כוונה פון בתקול איז דאך צו פועל זיין ביי אידן א התעוררות צו עוסק זיין אין תורה,

האט דער כרוז לכאורה געדארפט רעדן

(בעיקר)

וועגן דעם יוקר און די מעלות פון לימוד התורה וכו׳ - פארוואס איז אין אים מודגש נאר דער חסרון פון דעם העדר הלימוד: אוי להם לבריות מעלבונה של תורה כו'?

[ובפרט אז דער בת־קול איז אויסן

(אויך)

דעם סוג אידן וואס ווערן אנגערופן ״ברוית״

(״אוי להם לברוית כו׳״)

-ווי דער אלטער רבי 15

טייטשט עס אפ "הרחוקים מתורת ה׳ ועבודתו ולכן נקראים בשם בריות בעלמא",

ד.

ה.

אז זייער איינציקע מעלה איז וואס זיי זיינען באשאפן געווארן פון דעם אויבערשטן -אז אויך זיי זאלן זיין עוסקים בתורה; היינט ווי איז שייך לכאורה אז דער כרוז "אוי להם לבריות מעלבונה כו'"

(אן דער הסברת היוקר והמעלה פון לימוד התורה)

זאל זיין גענוג צו באווירקן אזעלכע אידן?]

איז דער ביאור אין דעם: וויבאלד אז יעדער איד האט א נפש האלקית

(וואס וויל מקיים זיין אלע מצות),

און נאכמער,

אין פנימיות פון א אידן זיינען פאראן די "אוצרות יקרים"

(פון אמונת ה׳ און אהבת ה׳ - שורש כל רמ״ח מ״ע)

16

-דארף ער ניט האבן קיין הסברות וועגן דעם גודל העילוי פון תורה; מען דארף נאר ארויסרופן זיין פנימיות אז זי זאל קומען לידי גילוי,

וועט ער במילא עוסק זיין בתורה.

וואלט ער ניט געווען אין דער דרגא פון "בריות",

וואלט מען געקענט מגלה זיין זיינע "אוצרות יקרים" דורך "גילוי אור"

(דורך מדגיש זיין דעם יוקר פון תורה וכיו״ב)

; וויבאלד אבער אז ער איז אין דער דרגא פון ״בריות״ -מצד זיין חומריות וגסות מצד זיינע כחות הגלויים קען ניט לייכטן דער אור הנשמה - דארף מען אראפנעמען,

צעברעכן זיין חומריות וואס פארדעקט אויפן אור הנשמה.

און דער אראפנעמען איז דורך דער הכרזה ו״נזיפה״ - "אוי להם לבריות וכו׳ שכל מי שאינו עוסק בתורה נקרא נזוף וכו׳" 17 .

ד.

אמנם,

דעם אופן השבירה דורכן כרוז פון בת־קול איז ביי אזא סוג אידן,

וואס זיינען שייך צו דערהערן אז זייער רוחניות׳דיקער שפל המצב נעמט זיך דערפון וואס זיי זיינען גורם "עלבונה של תורה",

אז אויך אין זייער איצטיקן מצב

(וואס די חומריות וגסות איז מעלים אויפן אור הנשמה)

דערהערן זיי און זיי דערנעמט אן ענין רוחני שמצד הנשמה.

קומט אויס,

אז די "נזיפה" און שבירת החומריות איז

(ניט דורכאוים אן ענין פון צעברעכן,

נאר)

אויף ארויסרופן ביי זיי די פנימיות מן ההעלם אל הגילוי 18 .

פאראן אבער נאך א נידעריקער ציור,

וואס געפינט זיך אין אזא שפל המצב אז קיין ענין רוחני דערנעמט אים ניט,

ווייל מצד זיין גסות וחומריות איז זיין פנימיות ונשמה בתכלית ההעלם 19

; און וויבאלד ער איז ניט שייך צו דערהערן

(אין זיין איצטיקן מצב)

זיין שפל המצב,

דארף דעריבער זיין א "נזיפה" וואס כל ענינה איז שבירה - דער ״געשריי״ ״אתה רע ורשע ומשוקץ כו׳" 20

- און דאס פועלט אין אים א שבירה בכל מהותו,

און דערמיט ווערט ער א "כלי" צו קדושה.

ה.

א דוגמא אויף דעם צווייטן אופן געפינט מען אין דעם סיפור אין גמרא 21

:

"מעשה שבא ר׳ אלעזר בר״ש כו׳ נזדמן לו אדם א׳ שהי׳ מכוער ביותר כו׳ א״ל ריקה כמה מכוער אותו האיש כו׳ א״ל כו׳ לך ואמור לאומן שעשאני כמה מכוער כלי זה שעשית כו'".

שטעלט זיף די שאלה

(בלשון הרגיל בגמ׳)

: מעיקרא מאי קסבר?

- צי האט ר׳ אלעזר ניט געוואוסט אויך פריער

(איידער יענער האט געענטפערט "לך ואמור לאומן וכו"׳),

אז דער גוף האדם מיט זיין ציור און אויסזען איז "יציר כפיו של הקב״ה"?

אויך דארף מען פארשטיין: ווי איז מעגלעך אז ר׳ אלעזר,

זאל זאגן אזא זאך

("ריקה כמה מכוער כו'")?

דער ביאור אין דעם: מיט די ווערטער "ריקה כמה מכוער אותו האיש" האט ר׳ אלעזר געמיינט

(בעיקר)

דעם אמת׳ן "ריקניות וכיעור״ - אין רוחניות׳דיקן זין -ער האט דערקענט אז יענער איז זייער נידעריק אין זיין רוחניות׳דיקן ציור,

ניט געפינענדיק ביי אים עפעס א מעלה אמיתית,

רוחניות וכו׳ 22 .

נאכמער: אויך די איינציקע "מעלה" פון די וואס ווערן אנגערופן "בריות בעלמא"

(כנ״ל)

איז ביי יענעם ניט געווען ניכר ומורגש.

האט ר׳ אלעזר געזען אז אין זיין מצב רוחני כמו שהוא קען מען יענעם ניט מחזיר שלום זיין,

מען קען גארניט פועל זיין,

נאר סיידן דורכן ביטוש וביטול: "ריקה כמה מכוער וכו"׳,

וואס צעברעכט זיין חומריות וגסות 23 .

און דאס איז וואס באלד נאך דעם ביטוש ושבירה האט יענער געזאגט: "לך ואמור לאומן שעשאני",

ער האט באקומען א ידיעה אז עס איז דא "אומן שעשאני" און א הכרה בו,

איז געווארן א מציאות,

וואס האט דעת והכרה,

וואס דערהערט דעם ״אומן שעשאני״ - ער האט

(עכ״פ)

מכיר געווען די מעלה אז ער איז דעם אויבערשטנ׳ס א נברא.

און נאכמער: "אומן שעשאני"

(ניט סתם ״בריות״)

* 23

- וואס דאס מיינט אויך א הרגש אין זיין תכלית הבריאה,

ווי די עשי׳ פון אן אומן וואס איז מיט א כוונה ותכלית 24 .

ו.

על דרך זה קען מען אויך מבאר זיין דעם סיפור חסידים וועגן אדמו״ר

(מהורש״ב)

נ״ע

(וואס האט פאסירט ביים אנהויב פון זיין נשיאות)

:

א איד איז אריין אויף "יחידות" צום רבי׳ן נ״ע און האט געבעטן דעם רבי׳נס ברכה אין א ערנסטן ענין,

ביי וועלכן ער האט זיך גענויטיקט אין גרויס התעוררות רחמים.

אבער דער רבי נ״ע האט אים געענטפערט,

אז ער קען דערין גארניט טאן,

ער קען אים ניט העלפן אין דעם.

נאכן הערן אזא ענטפער,

איז דער איד ארויס פון רבי׳נם חדר און האט אויסגעבראכן אין א ביטערן געוויין; אזוי ווי ער גייט און וויינט האט ער באגעגנט דעם רז״א

(דער ברודער פון רבי׳ן נ״ע),

און אויף זיין שאלה פארוואס ער וויינט און אזוי שטארק,

האט דער איד אים דערציילט וואס ס׳איז געשען און וואס דער רבי האט אים געענטפערט.

דער רז״א איז אריין אינעם חדר פון זיין ברודער דעם רבי׳ן

(ווי דערמאנט,

איז עס געווען בתחילת נשיאותו)

און האט אים געזאגט: איז דען אזוי דער סדר?

אז אימיצער קומט בעטן דיין ברכה,

זאגסטו אים אז דו קענסט אים ניט העלפן,

ביז ער וויינט בדמעות שליש פון גרוים צער!

האט דער רבי נ״ע אנגעטאן זיין גארטל,

און איבערגעגעבן אז דער איד זאל צו אים אריינקומען נאכאמאל - און ווען ער איז אריין האט דער רבי נ״ע אים געבענטשט און די ברכה איז מקוים געווארן בפועל ממש.

לכאורה דארף מען פארשטיין: פארוואס האט דער רבי נ״ע לכתחילה זיך אפגעזאגט צו העלפן דעם אידן און נאך אין אזא שארפן אופן,

אז עס האט אים צעבראכן

(ווארום אפילו ואילו יצויר אז דער רבי נ״ע האט אים טאקע ניט געקענט העלפן,

האט דער רבי דאך געקענט אים מעודד זיין,

דערמוטיקן מיט דברי חיזוק ובטחון - ע״ד מחז״ל 25

"אפילו חרב חדה מונחת על צוארו של אדם אל ימנע עצמו מן הרחמים").

ז.

די הסברה אין דעם

(בדרך אפשר)

איז ע״ד הנ״ל 26

:

דער איד וואס האט געבעטן דעם רבי׳נם ברכה איז דאמאלס,

צוליב זיין מעמד ומצב רוחני,

געווען ניט מוכשר צו באקומען אזא גרויסע ברכה ווי דער מצב האט געפאדערט - ער איז ניט געווען קיין כלי דערצו.

און דאס איז דער ביאור פון דעם רבי׳נם זאגן אים,

אז ער קען אים ניט העלפן,

אבער דורך הערן אט די רייד פון רבי׳ן,

וואס האבן ביים אידן גע׳פועל׳ט א צעבראכנקייט צוליב זיין ביטערן מצב און האט אויסגעגאסן זיין צעבראכן הארץ פאר דעם אויבערשטן - דערמיט גופא איז ער געווארן ווי א נייע מציאות ובמילא אויך א כלי צו ברכתו של הקב״ה 27 .

ח.

דער אופן פון ביטוש ו״נזיפה״ וואס זיין מכוון איז

[ניט צו מעורר ומגלה זיין ביי יענעם אור הנשמה - ווארום אין זיין איצטיקן מצב איז ער קיין כלי ניט צו אור דקדושה - נאר]

צו "פארנעמען זיך" מיט ברעכן זיין חומריות וגסות,

איז שייך דוגמתו אויך ביי א ניט־אידן.

דער חילוק איז נאר: א איד,

אין וועלכן מצב ער זאל זיך געפינען,

האט ער א נשמה,

נפה״א 28

וואס דערפאר איז גם בשעת החטא איז ער "רוצה להיות מישראל ורוצה הוא לעשות כל המצות וכו׳״ - דעריבער איז די שבירה נאר אין זיין חיצונית,

ווארום בפנימיות איז ער טוב אויך פאר דער שבירה; און במילא איז די שבירת החומריות תכליתה צו גורם זיין עס זאל נתגלה ווערן די פנימיות וועלכע איז שוין דא ביי אים.

משא״כ ביי א ניט־אידן,

וואס ער האט ניט קיין נפה״א,

קען די שבירה ביי אים אויפטאן נאר א "יכולת" צו דערגרייכן די דרגא אין רוחניות צו וועלכער א ניט־איד האט א שייכות 29 .

ט.

דערמיט איז אויך מבואר דער טעם פארוואס אברהם אבינו האט געמאכט אזא לחץ אויף די עוברים ושבים וואס האבן ביי אים געגעסן,

אז זיי זאלן זאגן "ברוך א־ל עולם שאכלנו משלו":

אויך א בן־נח

(ובפרט נאכן מבול 30 )

האט די יכולת 31

צו אנערקענען אז עס איז פאראן א בעל הבית לבירה זו; און דעריבער האט אברהם זיך עוסק געווען אין מפרסם זיין אלקות "בפה כל עובר ושב",

דורך געבן זיי צו פארשטיין עניני אלקות מיט א ריבוי הסברים 32 .

בשעת ער האט אבער געזען ביי א טייל פון זיי אז עס נעמען זיך ניט צו אט די אלע הסברים,

וואס דאס איז דערפאר וואס ביי זיי איז דא א שטארקע חומריות

(מער ווי בא א סתם בן־נח - וע״ד החילוק דחם ושם ויפת)

-

איז כדי צעברעכן אט די תוספת חומריות וגסות,

האט ער זיי אריינגעבראכט אין א מצב פון לחץ,

"עקתא" 33

(ענגשאפט),

און דערמיט גע׳פועל׳ט אז

(אברהם׳ם פריערדיקע הסברים 34

זאלן זיך ביי זיי אפלייגן אין א געוויסער מאס 35 ,

און ווי א תוצאה דערפון אז)

זיי זאלן מכיר זיין און זאגן "ברוך א־ל עולם שאכלנו משלו".

יוד.

די הוראה פון דעם איז אין פשטות:

״מעשה אבות סימן לבנים״ - דארף מען זיך פירן ווי אברהם אבינו און טאן אין מפרסם זיין אלקות בעולם,

און טאקע ווי אברהם האט עס געטאן

(וואס אויך דער אופן פון אברהם׳ם הנהגה

(און די אבות בכלל)

איז א סימן לבנים)

:

מען זאל זיך ניט מסתפק זיין מיט מקרב זיין אידן וואס געפינען זיך נאר בביתו,

נאר מ׳דארף ארויסגיין אין ״גאס״ און דארטן אויפטאן מיט אידן "עוברים ושבים״ און - "כל עוברים ושבים".

און די השתדלות דארף זיין אויף יעדן אופן וואס איז מעגלעך - אויך ווען צוליב דעם דארף ער זיי,

די "עוברים ושבים",

געבן עסן און טרינקען 36

; און נאכמער - אפילו ווען דער וועג צו פועל זיין אויף זיי איז דורך לחץ

(כמובן,

בדרך התורה,

וואס דרכי׳ דרכי נועם גו׳).

און אויב עמעצער קומט און טענה׳ט: וואס האט מען דערמיט אויפגעטאן?

דער וואס מ׳פועל׳ט אויף אים ער זאל זאגן א ברכה,

לייענען ק״ש,

דאוונען -טוט עס אן רצון,

אן הארץ; און דער לייגט תפלין דעם מאל,

צו "פטור" ווערן פון דעם לחץ - און וואס וועט זיין מארגן - ווייס מען ניט א.

ז.

וו.

זאגט מען אים דעם סיפור בתורה - לשון הוראה - הנ״ל,

ובכש״כ וק״ו: מהדאך בימי אברהם,

ווען עס האט זיך געהאנדלט וועגן בני נח און פאר מתן תורה,

האט די הנהגה אויפגעטאן דעם ענין פון "הכרת אותי בברינתי".

על אחת כמה וכמה נאך מתן תורה ובנוגע א אידן וואס "רוצה להיות מישראל ורוצה הוא לעשות כל המצות וכו׳" - אז זיין פעולת המצות איז לרצונו פון דעם אידן; און נאכמער,

ס׳איז רעכט אז דער לחץ וכפי׳ זאל אויפטאן אז דאס זאל ווערן זיין רצון גלוי,

ביז אז מצוה גוררת מצוה 37

און ער וועט מקיים זיין אלע מצוות און אין א שלימות׳דיקן אופן;

און אט די עבודה פון מפרסם זיין שמו של הקב״ה בעולם אין אן אופן פון "הכרת אותי בבריותי",

וועט צואיילן,

במדה כנגד מדה,

דעם יעוד 38

"כי מלאה הארץ דעה גו'",

דורך דעם וואס "יעמוד מלך מבית דוד ..

ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה" 39

(פון תורה שבכתב און תורה שבעל פה),

בגאולה האמיתית והשלימה ע״י משיח צדקנו.

(משיחת ש״פ במדבר תש״ל)

Reader controls and commentary are loading.