א.
עס שטייט אין זהר 1
: ״תלתא אינון דקיימו בסהדותא לאסהדא,
ואלין אינון,
באר דיצחק,
גורל,
ואבנא דשוי יהושע,
וכו׳
(דריי זיינען די וואס שטייען אלס עדות צו מעיד זיין און דאס זיינען: דער באר פון יצחק,
דער גורל און אבן פון יהושע וכו׳),
באר דיצחק מנלן,
דכתיב
(פרשתנו 2 )
בעבור תהי׳ לי לעדה וגו"׳.
איז ניט פארשטאנדיק: דער פסוק "בעבור תהי׳ לי לעדה" רעדט דאך וועגן דעם באר וואס אברהם האט געגראבן,
איז ווי רופט עס אן דער זהר "באר דיצחק"?
דער רמ״ז 3
באווארנט די תמי׳ און זאגט: "זה
("בעבור תהי׳ לי לעדה וגו"׳)
אברהם אמרו,
אלא הבאר שחפר
(אברהם)
הוא באר דיצחק" 4 .
אבער דאס גופא פאדערט ביאור: ווי קען מען זאגן וועגן דעם באר וואס אברהם האט געגראבן אז ער איז "באר דיצחק"?
ב.
דער טאטע אין זיינע הערות אויפן גליון פון זהר שרייבט 5
וועגן דעם ענין: "יחם הבאר ליצחק אם שכתוב זה באברהם הוא מפני שבאר דאברהם סתמו פלשתים אחרי מותו ויצחק חפרו מחדש כמ״ש 6
וישב יצחק ויחפור כו׳ ויקרא להן שמות כשמות 7
אשר קרא להן אביו 8 .
ועיין מזה בתו״א ר״פ תולדות ע״ש.
לכן ייחסו ליצחק".
דער פירוש פון טאטן איז,
לכאורה,
להיפך פון פי׳ הרמ״ז: לויטן פי׳ הרמ״ז,
אז דער "באר שחפר
[אברהם]
הוא באר דיצחק",
מיינט דאס אז בעיקר איז עס יצחק׳ס באר און נאר די חפירת הבאר איז געווען דורך אברהם׳ן; לויטן פירוש פון טאטן,
קומט אויס פארקערט,
אז בעצם איז עס "באר דאברהם",
נאר וויבאלד יצחק האט עס נאכאמאל אויפגעגראבן,
דערפאר איז דער זהר מייחם דעם באר צו יצחק׳ן.
עס איז מובן ופשוט אז לויט דעם תוכן ופנימיות הענין פון חפירת בארות האבן ביידע פירושים אן ארט והסברה,
דארף מען פארשטיין: אין וואס באשטייט דער חילוק הפירושים,
און פארוואס האט דער טאטע,
אנשטאט צו מסביר זיין דעם פירוש הרמ״ז
(וואס ווערט פיל מאל אראפגעבראכט אין ספרי חסידות 9 ),
אויסגעקליבן צו מפרש זיין באופן אחר
(והפכי)?
וי״ל,
אז דער טעם לזה איז מרומז אין דעם ציון 10
וואס דער טאטע גיט צו בסוף פירושו: "ועיין מזה בתו״א ר״פ תולדות ע״ש",
וכדלהלן.
ג.
אין תורה אור 11
דארט איז מבואר,
אז דער ענין און די עבודה פון אברהם איז אין קו החסד 12
- המשכה מלמעלה למטה; און ענינו ועבודתו של יצחק איז אין קו הגבורה 12
- העלאה מלמטה למעלה.
און דערפאר געפינט מען,
אז ביי אברהם שטייט 13
"אברהם אוהבי",
און ביי יצחק׳ן שטייט 14
"ופחד יצחק",
ווייל אהבה נעמט זיף פון מדת החסד און פחד
(יראה)
איז פון מדת הגבורה.
און לויט דעם חילוק צווישן דער עבודה פון אברהם און עבודת יצחק,
איז דער אלטער רבי מבאר דארט
(אין תו״א**)
דעם טעם,
וואס די בארות וועלכע אברהם האט געגראבן זיינען פארשטאפט געווארן דורך די פלשתים,
און דווקא נאכדעם ווי יצחק האט די בארות אויפגעגראבן פון דאס ניי האבן זיי געהאט א קיום - ווייל
(קליפת)
פלשתים קען זיין א מנגד נאר צום קו החסד פון קדושה און ניט צום קו הגבורה.
ד.
דער ביאור פונעם ענין 15
: "פלשתים" איז פון לשון "מבוי המפולש" 15*
(א מבוי אפן פון ביידע זייטן)
; און דאס איז וואס רז״ל 16
זאגן "פלשתים ליצנים היו",
ווייל לצנות קומט "מצד פתיחות הלב ביותר,
שהוא פתוח ומפולש מכל צד".
און היות אז דער ענין פון חפירת הבארות פון אברהם איז די עבודה פון התרחבות מצד החסד דקדושה - די תנועה פון אהבה,
תענוג און שמחה באלקות "בהתגברות גדולה ביתר מכפי המדה״ - דעריבער האט דא געקענט זיין דער ענין פון "ויסתמום פלשתים",
ווייל התרחבות דקדושה גיט ארט פאר יניקה פון "פלשתים",
די התרחבות פון לעו״ז,
וואס איז מנגד צו קדושה.
[נאר די יניקה און התנגדות פון די חיצונים איז ניט שייך בעת די מדה פון אברהם איז מאיר בגילוי אין נפש האדם,
ד.
ה.
אין דער צייט ווען דער אור אלקי איז מאיר בגילוי אין דער אהבה ועונג,
נאר דווקא ווען דער אור ועונג אלקי ווערט נתעלם,
דעמאלט איז מעגלעך אז די תנועה פון התרחבות און פתיחת הלב זאל צוברענגען צו הוללות און שמחה דקליפה.
און דאס איז מודגש אין פסוק "ויסתמום פלשתים אחרי מות אברהם",
אז דוקא נאכדעם ווי ס׳האט זיך פון אים אפגעטאן די אהבה דקדושה
("מות אברהם")
און ס׳איז ביי אים געבליבן נאר די תנועה פון פתיחת הלב,
נאר דאן איז דא אן ארט פאר די התנגדות פון פלשתים
("ויסתמום פלשתים")].
אבער די בארות פון יצחק׳ן האבן די פלשתים ניט פארשאטן - ווארום היות אז חפירת בארות פון יצחק איז די עבודה פון יראה ופחד דקדושה,
דערפאר האבן די פלשתים,
וואס זיינען דער ״לעומת זה״ פון חסד דקדושה ניט געקענט סותם זיין די בארות של יצחק וואס ענינם איז גבורה דקדושה,
ווייל 17
״אין ביכולת כל מדה שבלעו״ז להיות מנגד רק למדה שכנגדו בקדושה".
ה.
ניט נאר האבן די פלשתים ניט געקענט סותם זיין די בארות של יצחק,
נאר נאכמער: אויך די בארות פון אברהם,
הגם זייער ענין איז חסד,
האבן זיי ניט געקענט פארשטאפן נאכדעם ווי יצחק האט זיי אויפגעגראבן 18 .
די הסברה אין דעם ענין:
די תכונה פון מדת האהבה איז פארבונדן מיט הרגש המציאות
["יש מי שאוהב"],
יראה אבער
(און קבלת עול)
איז בחי׳ ביטול
(המציאות) 19
.
און דעריבער,
ווען די עבודה פון א אידן איז נאר מיט אהבה און שמחה אליין,
וויבאלד ער שטייט אין א תנועה פון "ישות" - הגם אז דאס איז ישות דקדושה - קען ער דערפון קומען צו פשוט׳ער ישות און פון דער התרחבות דקדושה,
אין וועלכער ער שטייט בשעת התפלה,
זאל ער דערנאך אראפפאלן אין דער התרחבות דקליפה - הוללות וליצנות; אבער ווען די עבודה איז אויך מיט יראה און קבלת עול,
די תנועה פון ביטול און היפר הישות,
דערלאזט ניט 20
דער ביטול אז די חיצונים זאלן האבן א יניקה אפילו פון דער התרחבות פון אהבה ושמחה.
און דערמיט איז מובן,
וואס די בארות וואס אברהם האט געגראבן האבן די פלשתים סותם געווען,
אבער דערנאד ווען יצחק האט זיי אויפגעגראבן,
האבן שוין די פלשתים זיי מער ניט סותם געווען - ווייל ווען אין די בארות פון אברהם
(עבודת האהבה ושמחה)
איז פאראן אויך די חפירה פון יצחק׳ן
(די תנועה פון ביטול פון יראה וקבלת עול),
איז שוין ניט שייך אז די חיצונים זאלן האבן א יניקה פון זיי און דערפאר איז ״לא 21
נפסק עוד נביעתם".
ו.
לויט דעם ביאור הנ״ל איז מובן,
אז די בארות וואס אברהם האט געגראבן הגם אז די פלשתים האבן זיי פארשאטן און יצחק האט זיי אויפגעגראבן פונדאסניי,
פונדעסטוועגן זיינען זיי אויך נאכדעם בעיקר אברהם׳ס בארות - די עבודה פון אהבה ושמחה -און די פעולה פון יצחק׳ן
(יראה וקבלת עול)
איז כדי צו פארהיטן דעם קיום פון דער אהבה ושמחה.
און דעריבער איז דער טאטע מפרש,
אז די כוונה פון זהר אינעם לשון "באר דיצחק" איז
[ניט אז דער עצם באר איז יצחק׳ם,
ווי לויטן פירוש הרמ״ז,
נאר אז דאס איז דער "באר דאברהם" און ס׳איז]
נאר וואס "ייחסו ליצחק",
היות אז דער קיום פון אברהם׳ם עבודה איז דורך דער עבודה פון יצחק.
ז.
די הסברה אין פירוש הנ״ל פון רמ״ז לויט תורת החסידות:
דער ענין פון חפירת בארות
(בכללות)
איז די עבודה אין אן אופן פון מלמטה למעלה,
וואס דאס קומט מצד דעם קו הגבורה דיצחק - ווי דאס איז מבואר בכ״מ 22 .
דערפאר איז דער רמ״ז מפרש,
אז דער באר געהערט בעיקר צו יצחק
("באר דיצחק")
קו הגבורה; נאר ס׳איז אין דעם אויך געווען דער אויפטו פון אברהם,
קו החסד.
ויש להוסיף: אין זהר דארט רעדט זיך דאך ניט וועגן דעם באר גופא,
נאר וועגן דעם באר אלס ״עדות״ -און דערפאר רופט ער אים אן "באר דיצחק",
וויבאלד אז די זאך פון "עדות" איז צו אויפטאן דעם "קיום" פון דעם ענין וואס זיי זיינען מעיד
(דאס עדות זאגן פון די עדים איז מבטל די ערעורים אויף דער זאך)
23
- און דער ענין הקיום אין "באר" האט זיך אויפגעטאן דורך יצחק׳ן כנ״ל 24 .
ח.
דער ענין אין עבודת האדם: די עבודה פון א אידן דארף זיין ביראה און ביטול; נאר מצד גודל מעלת השמחה 25
דארף אין דעם זיין אויך דער קו השמחה
(די שמחה דארף אבער זיין בהעלם 26 ).
פון דעם וואס ס׳איז מבואר אין תורה אור
(ר״פ תולדות),
אז דורך דער "חפירה דיצחק לא נפסק עוד נביעתם"
(פון די בארות וואס אברהם האט חופר געווען),
איז מוכח,
אז דער אויפטו פון יצחק
(קו הגבורה)
איז אין דעם,
וואס דורך אים איז געווען דער קיום פון די בארות דאברהם - די עבודה פון אהבה ושמחה.
דאס מיינט,
אז די עבודה איז אין קו האהבה 27
(והשמחה),
כמאמר הזהר 28
״לית פולחנא כפולחנא דרחימותא״ נאר בכדי ש״יתקיים בו השמחה ...
צריך להקדים לה היראה" 25
וקבלת עומ״ש.
(משיחת ש״פ וילך תשל״ה)