א.
פון פסוק 1
"ויאמרו אליו אי׳ שרה אשתך גו"׳ איז רש״י מעתיק די ווערטער "ויאמרו אליו" און איז מפרש: "נקוד על אי״ו שבאליו ותניא 2
ר״ש בן אלעזר אומר כל מקום שהכתב רבה על הנקודה אתה דורש הכתב וכו׳ וכאן הנקודה רבה על הכתב אתה דורש הנקודה,
שאף לשרה שאלו אין אברהם למדנו 3
שישאל אדם באכסניא שלו לאיש על האשה ולאשה 4
על האיש"
(און דערנאך איז רש״י ממשיך ״בב״מ אומרים כו"׳,
כדלקמן ס״ב).
איז אין דעם ניט פארשטאנדיק:
א)
רש״י׳ס פירוש איז דאך לכאורה בלויז אויפן ווארט "אליו"
("נקוד על אי״ו שבאליו״)
- פארוואס איז ער מעתיק אויך דעם ווארט "ויאמרו"?
ב)
רש״י בריינגט דעם נאמען פון בעל המאמר נאר ווען דאס גיט צו אין הבנת הענין - וואס פאר א תוספת הבנה קומט דא צו דורך זאגן אז דעם כלל
("כל מקום שהכתב כו"׳)
האט געזאגט רשב״א?
ג)
דער כלל "כל מקום כו"׳ דארף האבן ביאור: צוליב וואס דארף מען מרבה זיין נקודות ביז ס׳זאל זיין "נקודה רבה על הכתב
(וואס דעמאלט)
אתה דורש הנקודה״ - וויבאלד אז "כל מקום שהכתב רבה על הנקודה אתה דורש הכתב",
איז דאך גענוג צו מנקד זיין דעם מיעוט די ניט־גע׳דרשנ׳טע אותיות און מ׳וואלט דאן גע׳דרשנ׳ט דעם זעלבן רוב אותיות אלס כתב,
בלתי־מנוקדות 5 ?
ובנדו״ד: בכדי צו מרמז זיין אז מען דארף דרשנ׳ען די אותיות אי״ו,
וואלט געווען גענוג איין נקודה אויפן למ״ד,
וואס דאן וואלט מען גע׳דרשנ׳ט די אותיות אי״ו מצד דעם כלל שכ״שהכתב רבה על הנקודה אתה דורש הכתב״ - צוליב וואס דארף מען דעם ניקוד אויף דריי אותיות?
ד)
נוסף אויף די שוועריקייטן אין דעם פרש״י על אתר,
איז דא אויך פאראן א סתירה מצד א ווייטערדיקן פירש״י: אויף "ולא ידע בשכבה ובקומה" 6
זאגט רש״י ״ובקומה ..
נקוד לומר שבקומה ידע".
זעט מען דאך דערפון,
אז ניקוד קומט עוקר זיין דעם ווארט 7
- איז ווי שטימט עס מיט דעם וואס רש״י זאגט דא אז בשעת "נקודה רבה על הכתב אתה דורש הנקודה"?
ב.
דערנאך איז רש״י ממשיך
(אין זעלבן ד״ה)
: ״בב״מ 8
אומרים יודעים היו מלאכי השרת שרה אמנו היכן היתה אלא להודיע שצנועה היתה כדי לחבבה על בעלה.
אמר ר׳ יוסי בר חנינא כדי לשגר לה כוס של ברכה".
איז אין דעם ניט פארשטאנדיק:
א)
״יודעים היו..
כדי לחבבה ..
כדי לשגר לה כו׳" איז א ביאור ניט אויף ״
(נקוד על)
אי״ו״
[- אברהם],
נאר אויף ״אי׳ שרה אשתך״ - האט דאך רש״י געדארפט עס שרייבן אין א באזונדער ד״ה,
און ניט בהמשך צו זיין פירוש "נקוד על אי״ו"?
די קשיא איז נאך שטארקער: דאס וואס רש״י בריינגט פון ב״מ "שצנועה היתה" איז אין סתירה צו דער התחלה "שאף לשרה שאלו כו"M וואס איז לכאורה היפך הצניעות - איז ווי בריינגט רש״י ביידע ענינים בהמשך זה לזה?
ב)
צוליב וואס איז רש״י מציין אז "יודעים היו כו"׳ איז געזאגט געווארן אין ב״מ?
ג)
פארוואס דערמאנט רש״י דעם בעל המאמר פון ״כדי לשגר כו״׳ - אמר ריב״ח 9 ?
ד)
פארוואס האבן די מלאכים געשיקט שרה׳ן פון זייער כוס של ברכה - ובפרט אז דאס איז לכאורה אן ענין פון היפך הצניעות - אברהם האט דאך איר געקענט געבן פון זיין כוס של ברכה 10 ?
ה)
רש״י זאגט דא דריי טעמים אויף דעם וואס די מלאכים האבן געפרעגט "אי׳ שרה גו׳":
(א)
"שישאל אדם באכסניא שלו לאיש על האשה",
(ב)
"להודיע שצנועה היתה כו"׳,
(ג)
"כדי לשגר לה כו"׳.
איז ניט מובן: פארוואס מוז מען האבן דריי טעמים און ס׳איז ניט מספיק איין טעם?
ו)
נאכמער: רש״י האט דאך שוין פריער 11
מפרש געווען,
אז איינע פון די מטרות פון זייער שליחות איז געווען ״לבשר את שרה״ 12
- איז דאך במילא פארשטאנדיק בפשטות אז די שאלה "אי׳ שרה אשתך" איז געווען צו אנזאגן איר די בשורה 13
[און ווי עס שטייט גלייך ווייטער 14
"ויאמר גו׳ והנה בן לשרה אשתך ושרה שומעת גו״׳]
- איז צוליב וואס דארף רש״י בכלל זוכן און זאגן אנדערע טעמים אויף זייער פרעגן "אי׳ שרה אשתך"?
ז)
די דריי טעמים וואס רש״י בריינגט,
זיינען דריי באזונדערע טעמים וואס האבן ניט קיין שייכות איינער צום צווייטן,
היינט פארוואס שרייבט זיי רש״י אין איין המשך 15
(ניט צוגעבנדיק א לשון - ״דבר אחר״ וכיו״ב - וואס זאל זיי פאנאנדערטיילן)?
די קשיא איז נאך שטארקער: אין מס׳ ב״מ 8
שטייט
(לויט אונזער גירסא)
"כדי לחבבה כו׳ ריב״ח אמר כדי לשגר כו״׳,
וואס דער לשון ״ריב״ח אמר״
(דער נאמען פון בעל המאמר פאר דעם ווארט אמר)
ווייזט 16
אז ריב״ח קריגט אויפן טעם ״כדי לחבבה כו׳״ - און רש״י איז משנה 17
און שרייבט "אמר ריב״ח כו׳",
וואס דער לשון
("אמר" פאר ריב״ח)
ווייזט 16
אז "כדי לשגר כו"׳ קומט בהמשך צו "כדי לחבבה"?
ג.
דער ביאור בכל הנ״ל:
מיט זיין פירוש אויף "ויאמרו אליו" באווארנט רש״י: וויבאלד אז אין פשטות קומט די שאלה "אי׳ שרה אשתך" אין צוזאמענהאנג און כדי "לבשר את שרה",
כנ״ל,
ווערט דעריבער שווער: די שליחות צו מבשר זיין שרה׳ן איז געווען באשטימט נאר פאר איין מלאך
[ווי רש״י איז מדייק פריער 11
״אחד לבשר את שרה".
וואס דערפאר
(כדפירש״י שם)
שטייט דא ווייטער "ויאמר שוב אשוב גו׳ והנה בן לשרה אשתך״,
״ויאמר״ -בלשון יחיד]
- איז פארוואס שטייט דא "ויאמרו" לשון רבים,
אז אלע
(דריי)
מלאכים האבן געפרעגט "אי׳ שרה"?
[דערמיט ווערט אויך פארענטפערט וואס רש״י איז מעתיק אויך דעם ווארט "ויאמרו",
ווייל רש״י קומט דא מסביר זיין פארוואס עס שטייט "ויאמרו" לשון רבים].
און אויף דעם ענטפערט רש״י "למדנו שישאל אדם באכסניא שלו לאיש על האשה",
אז וויבאלד אלע מלאכים האבן געפרעגט "אי׳ שרה אשתך" איז דאס
(ניט כדי "לבשר את שרה",
נאר)
דערפאר ווייל מען דארף פרעגן באכסניא לאיש על האשה,
און היות אז פון "ויאמרו"
(לשון רבים)
איז דא א הכרח אויפן לימוד "שישאל אדם באכסניא כו״׳ - וואס דאס מיינט מצד דעם זעלבן טעם סיי "לאיש על האשה״ און סיי ״לאשה על האיש״ 18
- ובמילא פארשטייט מען "שאף לשרה שאלו אין אברהם״ - היינט פארוואס שטייט עס ניט בכתוב?
זאגט רש״י,
אז דערפאר מוז מען זאגן,
אז דא איז דער ניקוד
(אויף ״אוי״ שב״אלוי״)
שייך צו פשוטו של מקרא 19 ,
הגם אז בכמה מקומות 20
איז רש״י ניט מפרש דעם ניקוד,
ווייל,
לשיטתו,
איז דאס ניט א מוכרח׳דיקע טייל פון הבנת פשוטו של מקרא 21 .
ד.
עס בלייבט נאך אבער ניט פארשטאנדיק: ״שישאל אדם באכסניא״ איז בפשטות אן ענין פון שאלת שלום 22 ,
און פרעגן בשלומה של שרה איז דאך קיין נפק״מ ניט וואו זי געפינט זיך - איז פארוואס האבן די מלאכים געפרעגט "אי׳ שרה"?
דערפאר איז רש״י ממשיך ״בב״מ אומרים ..
כדי לחבבה ..
כדי לשגר כו"׳ - אז דאס וואס די מלאכים האבן די שאלה בשלומה געזאגט אינעם לשון "אי׳ שרה",
איז עס "כדי לחבבה כו׳" און "כדי לשגר כו"׳ 23 .
ה.
דערמיט וואס רש״י בריינגט פון ב״מ אויך ,
להודיע שצנועה היתה״ - פארענטפערט ער נאך א שאלה:
א ווארט
(אדער אן אות)
וואס האט אויף זיך א ניקוד,
ווייזט אז דער ווארט
(אדער אות)
איז אנדערש פון אנדערע ווערטער.
אין וואס באשטייט די אנדערשקייט?
זאגן אז דער ניקוד קומט עס אינגאנצן מוחק זיין - קען מען ניט
(ע״ד הפשט 24
),
ווייל אויב אזוי,
פארוואס שטייט עס געשריבן בכלל?
מוז מען זאגן: אז דער ניקוד מאכט
(נאר)
שוואכער דעם מנוקד 25
- און ווי רש״י זאגט אויף "וישקהו" 26
: "נקודה זו לומר שלא נשקו בכל לבו"; עד״ז דער צווייטער פירוש ״נשקו בכל לבו״ - ניט
(די געוויינליכע)
עשו׳ס נשיקה,
ווארום "הלכה" אז "עשו שונא ליעקב".
אדער נאך מער: אז דער ניקוד איז עוקר
(ממקומו,
אדער,
עכ״פ,
מחיבורו ווי ״נעקרה האבן״ 27 )
דעם ווארט - ווי רש״י זאגט אויף "ולא ידע בשכבה ובקומה" 6 ,
אז דער ניקוד אויף "ובקומה" קומט זאגן אז ״בקומה ידע״ - אבער,
כדלקמן,
ער איז אים ניט מוחק:
בהמשך צו "ולא ידע בשכבה ובקומה" דערציילט דער פסוק ווייטער 28
: "ויהי ממחרת גו׳ נשקנו יין גם הלילה גו׳".
איז דאך ניט מובן: וויבאלד אז "בקומה ידע",
האט דאך שוין מער ניט געקענט העלפן די עצה פון "נשקנו יין"?
נאר דער ביאור אין דעם איז,
אז דאס וואס "בקומה ידע" איז געזאגט געווארן נאר בנוגע לוט׳ן,
אבער די בנות לוט האבן געמיינט אז אויך בקומה לא ידע,
און דערפאר האבן זיי געזאגט ״נשקנו יין״ - דער ווארט "בקומה" איז נעקר פון "ולא ידע"
(לוט),
ער איז אבער דא בנוגע
(צום המשך)
"הבכירה" "הצעירה".
ו.
דערפון איז פארשטאנדיק בנדו״ד,
אז וויבאלד די אותיות אי״ו
(שבאליו)
זיינען מנוקדות,
ווייזט עס,
אז די שאלה צו שרה "אין
(אברהם)
" איז געווען ניט בתוקף כ״כ,
ווי די שאלה "אליו",
צו אברהם.
[און דערמיט ווערט פארענטפערט פארוואס ס׳האט געדארפט זיין דער ניקוד אויף דריי אותיות פון ״אליו״ - הגם אז ווען ס׳וואלט געווען א ניקוד נאר אויפן למ״ד וואלט מען אויך גע׳דרשנ׳ט די אותיות אי״ו
(ווארום כנ״ל "כל מקום שהכתב רבה על הנקודה אתה דורש הכתב״)
- ווייל פון דעם וואס דער ניקוד איז אויף די אותיות אי״ו,
ווייס מען,
אז די שאלה "אין אברהם" איז ניט געווען מיט א תוקף 29 ].
אין וואס באשטייט די חלישות אין דער שאלה אין אברהם 30
?
איז עס פארשטאנדיק פון דעם וואס רש״י ברענגט פון ב״מ "להודיע שצנועה היתה": וויבאלד אז שרה איז געווען א צנועה - איז די סברא מחייב,
אז אויך די שאלה "אין אברהם" האבן די מלאכים ביי איר געפרעגט ניט אין אן אופן דפרסום וגילוי,
ס׳איז געווען באופן פון צניעות 31 .
לויט דעם איז מובן,
אז דאס וואס רש״י בריינגט פון ב״מ "להודיע שצנועה היתה" איז עס ניט נאר ניט קיין סתירה צום פירוש "שאף לשרה שאלו אין אברהם",
נאר אדרבה: דוקא דורך דעם ווערט מבואר וואס די אותיות אי״ו זיינען מנוקדות.
ז.
דער טעם וואס ביים פירוש "יודעים היו כו׳ להודיע שצנועה היתה" איז רש״י מקדים ״בב״מ אומרים",
איז ווייל די התחלה
(דער כלל פון רשב״א)
שטייט אויך אין בראשית רבה 32
- זאגט רש״י אז ער בריינגט דעם המשד פון ב״מ דוקא - און דאס קומט בהמשר און ערגענצט זה את זה.
דעריבער איז דערביי רש״י מדגיש "
(בב״מ)
אומרים",
אז דער ענין וואס שטייט אין ב״מ
("להודיע שצנועה היתה״)
איז ״אומרים״ סתם - דאס שטימט אליבא דכולי עלמא,
אויך אליבא דרשב״א וואס זאגט "שאף לשרה שאלו כו׳";
און אפילו אויך אליבא דריב״ח וואס זאגט ״כדי לשגר לה כו״M ווייל אויך "לשגר לה" איז ניט בסתירה צו "צנועה היתה",
כדלקמן ס״י־יא.
ח.
אבער דער פירוש ״להודיע שצנועה היתה כו׳" איז ניט מספיק,
ווייל: אברהם האט דאר געוואוסט אז שרה איז א צנועה,
און אויך זיי,
אלס מלאכים,
האבן געוואוסט אז אברהם ווייס דערפון - קומט אויס אז דער פרעגן איז נאר כדי מעורר זיין חביבותה
(שבלאו הכי)
על בעלה 34 .
דעריבער איז רש״י מוסיף,
אז די מלאכים האבן געהאט דערביי נאף א טעם -"כדי לשגר לה כוס של ברכה".
אבער אויך דער טעם אליין איז ניט מספיק,
ווייל וויבאלד אז "יודעים היו כו׳ היכן היתה",
האבן זיי דאף ניט געדארפט פרעגן ״אי׳ שרה״ - דערפאר זאגט רש״י,
אז דאס וואס זיי האבן מאייר געווען בלשונם און געפרעגט "אי׳ שרה אשתד" איז בכדי אז אברהם זאל זיי דארפן ענטפערן
(און דורכדעם משים לב זיין אז)
"הנה באהל" 35
(וואס דאס בריינגט ארויס בהדגשה "שצנועה היתה").
ט.
נאר א יתרון אין דעם טעם "כדי לשגר לה כו׳״ אויפן טעם ״להודיע שצנועה היתה":
ביים ענין פון "צנועה היתה" איז נוגע נאר די שלילה - אז זי איז ניט במקום הגלוי - און ניט דער חיוב ודיוק,
אז זי געפינט זיך ״באהל״
(ב - קמוצה,
אין דעם באוואוסטן אוהל)
; משא״כ לויטן טעם "כדי לשגר כו"׳ איז נוגע דער גענויער ארט וואו זי געפינט זיך,
בכדי צו וויסן וואוהין "לשגר לה" 36 .
יוד.
דער טעם וואס די מלאכים האבן געדארפט שיקן שרה׳ן פון זייער כום של ברכה - הגם אז לכאורה האט אברהם איר געקענט געבן פון זיין כום של ברכה - איז מובן בפשטות 37
:
זייענדיק בתכלית השלימות אין הכנסת אורחים איז אברהם געווען אינגאנצן פארנומען מיט משמש זיין די מלאכים - "והוא עומד עליהם
(און נאר די מלאכים)
ויאכלו״ 38
- ער האט ניט געגעסן 39 ,
איז בא אים אויך ניט געווען קיין כוס של ברכה.
דערמיט איז אויך מוסבר,
אז דאס וואס זיי האבן געשיקט שרה׳ן פון זייער כוס של ברכה איז ניט געווען קיין ענין פון היפך הצניעות - ווארום בכדי זי זאל האבן כוס של ברכה איז ניט געווען קיין אנדער וועג ווי שיקן איר פון זייער כוס של ברכה 40
; ובפרט אז ניט זיי אליין האבן דאס געגעבן צו שרה׳ן,
נאר האבן עס איר געשיקט
("לשגר").
יא.
דער בן חמש למקרא
(אויב ער איז א תלמיד ממולח)
קען דאך אבער זאגן,
אז שרה׳ם נעמען פון זייער כוס של ברכה איז פארט ניט קיין צניעות בשלימות -דערפאר זאגט רש״י "אמר ריב״ח כו׳":
ריב״ח זאגט אין מס׳ ברכות 41
"שהאשה מכרת באורחין יותר מן האיש",
ועפ״ז איז פארשטאנדיק,
אז שרה האט דערקענט אז די אורחים זיינען ניט קיין פשוט׳ע מענטשן 42
- און נעמען כוס של ברכה פון אזוינע מענטשן
(וואס זיינען עכ״פ בדומה ווי מלאכים),
איז דאס ניט קיין ענין פון היפך הצניעות.
יב.
לאחרי כל הנ״ל פעלט נאך ביאור: הגם טאקע אז די דריי טעמים זיינען ניט בסתירה זל״ז
(און דעריבער קען מען זאגן,
אז מיטן זאגן "אי׳ שרה" האבן די מלאכים געמיינט אלע דריי טעמים),
פונדעסטוועגן זיינען זיי פארט דריי באזונדערע טעמים - איז פארוואס שרייבט זיי רש״י אין איין המשך 43
[און ניט ווי בכל מקום וואו רש״י בריינגט כמה פירושים - אפילו ווען די פירושים זיינען ניט בסתירה זה לזה
(און יעדער פירוש פארענטפערט די שוועריקייט וואס איז דא אין צווייטן פירוש)
- זאגט ער "דבר אחר" וכיו״ב]?
איז דער ביאור אין דעם: דאס וואס רש״י זאגט דריי טעמים
(בהמשך אחד)
איז,
ווייל עס האבן דאס געפרעגט דריי מלאכים - יעדערער צוליב א באזונדער טעם
(ע״ד פרש״י בתחילת הפרשה",
אז אין מלאך אחד עושה שתי שליחות)
און יעדער טעם איז נוגע בלויז צו איין מלאך 44
:
אויף צו שיקן דעם כוס של ברכה -איז גענוג איין מלאך
(ווי מען זעט עס בא יעדער כוס של ברכה)
; אויך אויף "לשאול באכסניא" איז גענוג אז איין מלאך זאל פרעגן בשם כולם; ועד״ז "לחבבה על בעלה".
יג.
דער ביאור אין דעם וואס רש״י זאגט אז דעם כלל "כל מקום שהכתב רבה על הנקודה כו"׳ האט געזאגט רשב״א:
דער כלל,
אז ווען די נקודה איז רבה על הכתב "אתה דורש הנקודה" מיינט
[ניט צו שולל זיין דעם פירוש הפשוט,
ובפרט לויט שיטת רש״י בפי׳ עה״ת וואס איז געבויט אויף פשוטו של מקרא,
נאר]
אז נוסף צום פירוש הפשוט,
וואו די אותיות המנוקדות זיינען א חלק פון גאנצן ווארט,
ווייזט דער ניקוד שבהם אז זיי זיינען אויך
(כאילו ווי)
א ווארט בפני עצמו.
דאס הייסט,
אז אין די אותיות המנוקדות - ובנדו״ד: אותיות אי״ו - זיינען דא צוויי ענינים: א)
זיי זיינען א חלק פון ווארט "אליו"; און מצד דעם ענין זיינען די אותיות אי״ו מנוקד - בלויז א טפל,
וויילע דער עיקר פון ווארט "אליו"
[צו אברהם]
איז דער למ״ד 45
.
ב)
א ווארט
(ענין)
בפני עצמו - "אין".
פרעגט דער בן חמש למקרא
(אויב ער איז א תלמיד ממולח)
: ווי איז שייך,
אז די אותיות המנוקדות
(אי״ו)
וואס זיינען רבה על הכתב - וועלכע זיינען
(אויך)
אן ענין בפני עצמו - זאלן זיין טפל צו איין אות,
צום למ״ד?
אט די שאלה באווארנט רש״י דערמיט וואס דעם כלל
(שכשהנקודה רבה על הכתב אתה דורש הנקודה)
האט געזאגט רשב״א:
רשב״א זאגט אין מס׳ ביצה 46
: "ממלאה אשה כל התנור פת מפני שהפת נאפת יפה בזמן שהתנור מלא״ - אז אע״פ וואס צוליב יו״ט דארף זי האבן בלויז איין פת,
מעג זי אופה זיין א גאנצן תנור מיט פת,
בכדי
(צו ממעט זיין דעם חלל פון תנור,
בכדי)
אז דער פת וואס זי דארף אויף יו״ט זאל זיין נאפה יפה.
זעט מען,
אז לויט רשב״א ווערט א ריבוי פת א טפל צו איין פת - עד״ז בנדו״ד: דריי אותיות אי״ו זיינען א טפל צום למ״ד.
יד.
פון יינה של תורה שבפירש״י:
בשעת א איד באטראכט זיך אז דער זמן וואס עס גייט בא אים אוועק אויף תומ״צ איז בכמות עכ״פ א זמן מועט,
דער רוב הזמן גייט בא אים אוועק אויף אכו״ש ושינה,
עסק פרנסתו וכו' דברי הרשות - קען דאך אים ווערן קאלעמוטנע אויפן הארצן,
טראכטנדיק אז בא אים איז דא אזא גרויסער "חלל",
א "מקום פנוי" פון תומ״צ.
אויף דעם קומט די הוראה: אויב די דברי הרשות זיינען "לשם שמים",
ווערן זיי אויס דברי הרשות נאר זיי ווערן
(א טפל צו)
תומ״צ,
ובדוגמת "ממלאה אשה כל התנור פת כו״׳ - אע״פ אז יו״ט מעג מען טאן נאר די מלאכות שלצורך יו״ט - וויילע דער גאנצער תנור פת,
וויבאלד ער קומט בכדי אז דער פת שלצורך יו״ט זאל זיין נאפה יפה,
ווערט ער א יו״ט׳דיגער פת און דער חלל
(התנור)
איז אנגעפילט ניט מיט ענינים של חול,
נאר מיט ענינים של יו״ט.
בשעת א איד טוט זיינע דברי הרשות צוליב ענינים פון תומ״צ בכלל,
ובפרט - בכדי אז זיין לחם דתורה זאל זיין נאפה יפה - וע״ד המבואר בלקו״ת 47
עה״פ 48
ואפו עשר נשים לחמכם בתנור אחד,
אז דער לחם דתורה זאל זיין ״אויסגעבאקן״ אין דער "חמימות
(תנור)
האהבה הבאה מהתבוננות של אחד״ - ווערט ער דאמאלס - בלשון הרמב״ם 49
: עובד את ה׳ תמיד אפילו בשעה שנושא ונותן כו׳ ואפילו בשעה שהוא ישן כו׳ שינה שלו עבודה למקום ברוך הוא
אן עובד "בכל מעשיך" און "בכל דרכיך" אויך מיט די "תחתונים" שבהם,
וואס דאס איז דאך דער תכלית בריאת העולמות - לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים דוקא,
ווי ער איז מבאר בארוכה בהמשך רס״ו - פון כ״ק אדנ״ע וואס דעם ש״ק איז זיין יום הולדת 50
-
און דאס ווערט אויך א הכנה קרובה צום זמן ווען מען וועט ניט דארפן אנקומען צו אפי' ווייל "עתידה א״י שתוציא גלוסקאות וכלי מילת" 51 ,
בביאת משיח צדקנו,
בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ וירא תשל״ו)