א.
אין פרשת לך לך געפינט מען כמה פעמים די הבטחה פון דעם אויבערשטן צו אברהם׳ען,
אז ער וועט אים און זיינע קינדער געבן ארץ ישראל:
אין אנפאנג סדרה 1
שטייט: "וירא ה׳ אל אברם ויאמר לזרעך אתן את הארץ הזאת"; דערנאך,
ביים אוועקגיין פון מצרים,
ווען לוט האט זיך פון אים אפגעשיידט,
האט אים דער אויבערשטער געזאגט: "כי את כל הארץ אשר אתה רואה לך אתננה ולזרעך עד עולם" 2
; "קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה כי לך אתננה" 3 .
און ביי ברית בין הבתרים - "ביום ההוא כרת ה׳ את אברם ברית לאמר לזרעך נתתי את הארץ הזאת מנהר מצרים עד הנהר הגדול נהר פרת״ 4
(און אין די ווייטערדיקע פסוקים ווערן אויסגערעכנט אלע "עשר אומות").
דער כללות׳דיקער חילוק צווישן די הבטחות פון אויבערשטן איז: די ערשטע צוויי הבטחות
("לזרעך אתן את הארץ הזאת",
"לך אתננה",
בלשון עתיד)
זיינען ניט געקומען בשייכות צו אברהם׳ס דיבור אדער פעולה,
משא״כ די הבטחה "לזרעך נתתי"
(בלשון עבר 5 )
איז געקומען נאך דעם ווי אברהם איז געגאנגען לארכה ולרחבה 6 ,
און דער אויבערשטער האט דאס געזאגט בהמשך צום פריערדיקן דיבור "לתת לך את הארץ הזאת לרשתה" און אלס ענטפער אויף שאלת אברהם "במה אדע כי אירשנה" 7 .
דער ראגאטשאווער 8
איז מבאר דעם טעם פון חילוק הלשונות - וואס ביי דער דריטער הבטחה האט דער אויבערשטער געזאגט דעם לשון "לרשתה"
(און אויך אברהם האט געפרעגט בלשון "במה גו׳ כי אירשנה ״),
משא״כ דער לשון אין די פריערדיקע פסוקים איז "לזרעך אתן גו׳",
״לך אתננה ״ - אז דאס זיינען צוויי אופנים אין דעם אויבערשטנ׳ס געבן פון ארץ ישראל צו אידן: "בגדר מתנה" און ״בגדר ירושה״ 9
; און אז דאס איז בכללות דער אונטערשייד צווישן כיבוש ראשון און כיבוש שני - דער כיבוש ראשון איז בגדר מתנה
("גדר נקודה,
כל א״י" ״ומקצת לא כלום״)
און דער כיבוש שני 10
"הוי גדר ירושה
(וגם מקצת)
".
עפ״ז איז מוסבר דער חילוק הנ״ל צווישן די ערשטע צוויי הבטחות און דער הבטחה ביים ברית בין הבתרים:
דער כיבוש פון דער כניסה שני׳,
וועלכע איז געווען נאך דעם מצב פון "ומפני חטאינו גלינו מארצנו",
איז מרומז אין דער הבטחה ביים כריתת ברית "לזרעך נתתי",
וואס איז
(כעין הכניסה שני׳) 11
געקומען לאחר שאלת אברהם ״במה אדע גו ,
כי אירשנה״ 12 ,
און ווי רז״ל 13
זאגן אז דאס איז געווען א "חטא" בערך מעלת אברהם
[און ווי מ׳זעט אויך דערפון וואס ביים כריתת ברית איז געווען דער אנזאג אויך גלות: ״ידוע תדע כי גר יהי׳ זרעך גו׳״ 14
-גלות מצרים,
און אויך מרמז געווען אויך גלות בבל און די אנדערע גליות 15 ].
משא״כ דער כיבוש ראשון דורך יהושע,
וואס איז געווען די ערשטע כניסה לארץ ישראל,
איז מרומז אין די ערשטע צוויי הבטחות פון דעם אויבערשטן - ניט אלס המשך צו שאלת אברהם,
נאר וואס דער אויבערשטער האט צוגעזאגט מצד עצמו.
עד״ז איז אויך בנוגע דעם צווייטן ענין - וואס די הבטחה "לזרעך נתתי" איז געקומען נאך דעם ווי אברהם איז געגאנגען לארכה ולרחבה - איז מפורש אין תרגום יונתן 3
אז דאס מיינט "עבד בה חזקתא" 16
,
און דאס איז דאך אויך דער אויפטו פון קדושה שני׳ ע״י עזרא,
ווי דער רמב״ם 17
איז מבאר,
אז קדושה ראשונה "אינו אלא מפני שהוא כיבוש רבים וכיון שנלקחה הארץ מידיהם בטל הכיבוש ונפטרה מן התורה ממעשרות ומשביעית שהרי אינה מן ארץ ישראל.
וכיון שעלה עזרא וקדשה לא קדשה בכיבוש אלא בחזקה שהחזיקו בה ולפיכך כל מקום שהחזיקו בה עולי בבל ונתקדש בקדושת עזרא השני׳ הוא מקודש היום,
ואע״פ שנלקח הארץ ממנו וחייב בשביעית ובמעשרות".
מ׳דארף אבער פארשטיין: וואס איז די שייכות פון ערשטן כיבוש
(וואס זיין קדושה האט זיך אויפגעטאן דורך "כיבוש")
צום תוכן הענין פון מתנה ; און פון צווייטן כיבוש
(וואס קדושתו איז געווען ע״י חזקה)
צום תוכן פון ירושה ?
ב.
ויל״פ 18
בהקדם הביאור אין דברי הרמב״ם הנ״ל,
אין וועלכע דער כסף משנה 19
פרעגט צוויי שאלות: א)
"איני יודע מה כח חזקה גדול מכח כיבוש ולמה לא נאמר בחזקה גם כן משנלקחה הארץ מידנו בטלה חזקה.
ב)
ותו בראשונה שנתקדשה בכיבוש וכי לא הי׳ שם חזקה אטו מי עדיפא חזקה בלא כיבוש מחזקה עם כיבוש".
וידוע אז ס׳זיינען דא כמה ביאורים אין דברי הרמב״ם:
א)
דער רדב״ז 20
זאגט: "ונראה לדעתו לפי שלא קדשוה בפה אלא בימי עזרא קדשוה בפה".
אבער 21
לבד זאת וואס מען געפינט ניט אז "בימי עזרא קדשוה בפה",
איז אויך אין רמב״ם ניטא קיין רמז אפילו אויף דער הסברה; אדרבה,
דער רמב״ם איז מבאר בפירוש,
אז דאס וואס קדושה שני׳ לא בטלה איז
(ניט ווייל קדשוה בפה,
נאר)
ווייל "לא קדשה בכיבוש אלא בחזקה שהחזיקו בה",
משא״כ קדושה ראשונה וואס איז געווען ע״י כיבוש.
ב)
דער תוי״ט 22
פארענטפערט די קשיא פון כם״מ: ״דסבירא לי׳ דכיבוש נכרים אתא ומבטל כיבוש ישראל משא״כ בחזקה שהחזיקו מיד מלך פרם שנתן להם רשיון להחזיק בה לא אתא כיבוש ומבטל לחזקה שהיתה מדעת הנותן".
אבער לכאורה זיינען נאך ניט פארענטפערט ביידע קשיות פון כם״מ:
בנוגע דער ערשטער שאלה - אויב אז כיבוש נכרים
(במלחמה 23 )
איז א קנין 24
וואס איז מבטל די פריערדיקע בעלות פון ישראל,
איז וואס וועט דא צוגעבן אז די פריערדיקע בעלות איז געקומען
(ניט דורך כיבוש,
נאר)
דורך "חזקה מדעת הנותן"?
וויבאלד עס איז געווען דער קנין פון כיבוש מלחמה מצד די נכרים,
בלייבט דאך די שאלה
(בלשון הכם״מ)
"למה לא נאמר בחזקה גם כן משנלקחה הארץ מידנו בטלה החזקה* 24 ?
עד״ז בלייבט שווער די צווייטע שאלה: אויך בא כיבוש יהושע איז געווען חזקה ״מדעת הנותן״ - מען געפינט אז די גבעונים 25
האבן איבערגעגעבן זייערע שטעט צו די אידן 26
- ואעפ״כ איז דער רמב״ם ניט מחלק בין מקום למקום און זאגט בנוגע גאנץ א״י "וכיון שנלקחה הארץ מידיהם בטל הכיבוש ונפטרה מן התורה ממעשרות ומשביעית" 27 .
ג.
דער תוי״ט איז דארטן ממשיך: "ואין להשיב מנתינת השי״ת שנתנה לישראל בראשונה שיש להשיב שכמו שהש״י נתן לישראל הארץ,
כך נבאו נביאיו שיעלו המחריבים ויטלו מהם,
וכן נבאו על כורש מלך פרם שיחזירה.
אבל על לקיחת האומה הזאת מידינו לא מצינו בה נבואה בפירוש,
ולפיכך שלא כדין נטלוה מידינו ואין קרקע נגזלת".
אבער לכאורה בלייבט נאך אלץ שווער צו פארשטיין: ממה נפשך,
אויב מען נעמט אן אז כבוש מלחמה איז א קנין המפקיע,
ס׳איז א ״קנין גמור״ 28
ע״פ דין,
איז מאי נפק״מ צי מיר געפינען א נבואה אויף זייער כיבוש אדער ניט,
וויבאלד עס איז געווען מעשה הקנין 29 ?
און אויב די כוונה דערביי איז 30
אז א נכרי איז ניט קונה בכיבוש מלחמה,
און היות אז אויף דעם כיבוש נכרים
(נאך דעם כיבוש שני)
איז ניט געווען קיין נבואה,
איז "שלא כדין נטלוה" און ס׳איז דאך ניט שייך דער גאנצער ענין פון כיבוש מלחמה; משא״כ נבוכדנצר וכורש וואס ״ע״פ ה׳ כבשו" איז "הוראת שעה היתה ולהם נקנה בכבוש״ 31
- איז דאס אבער ניט בהתאם מיטן ביאור הרמב״ם:
דער רמב״ם איז מבאר דעם טעם החילוק דערמיט וואס די קדושה ראשונה איז געווען דורך כיבוש און קדושה שניה דורך חזקה,
ולפי הנ״ל איז דאס ניט תלוי אין דעם קנין פון אידן,
נאר אינעם אופן הכיבוש פון די אומות - ביי גלות בבל האט די קדושה געקענט בטל ווערן
(אפילו ווען זי וואלט געווען ע״י חזקה),
ווייל כיבוש נ״נ איז געווען כדין,
משא״כ ביים צווייטן גלות,
וויבאלד די אומות האבן כובש געווען שלא כדין,
ווערט דערפאר די קדושה ניט בטל
(ד.
ה.
אפילו ווען זי וואלט געקומען נאר ע״י כיבוש).
ד.
בנוגע דער צווייטער שאלה הנ״ל וואלט מען לכאורה געקענט ענטפערן
(לויט ווי אנדערע מפרשים 32
זיינען מבאר דברי הרמב״ם)
: הגם אז אויך ביי כיבוש יהושע איז געווען חזקה,
האבן אבער די אידן בפועל ניט קונה געווען בחזקה,
היות אז זייער כוונה איז געווען צו קונה זיין דוקא מיט כיבוש - און דערפאר האט זייער חזקה ניט אויפגעטאן,
ובמכש״כ פונם דין 33
"העודר בנכסי הגר וכסבור שהן שלו לא קנה".
אבער נוסף אויף דעם צ״ע,
צי די עצם סברא האט אן ארט בעניננו נוויבאלד אז בנדו״ד איז דא כוונה לקנות
(נאר ער וויל קונה זיין מיט א צווייטן קנין) 34 ,
איז ער קונה אפילו אן כוונה 35
(ובפרט אז ס׳איז א קנין דאורייתא 36 )]
; איז שווער אזוי צו לערנען,
כנ״ל: ביי די ערי הגבעונים איז דאך איבערהויפט ניט געווען קיין קנין פון כיבוש מלחמה,
ווייל די גבעונים האבן זיי אוועקגעגעבן מרצונם,
היינט פארוואס איז אויך ביי די שטעט ניט חל געווען דער קנין החזקה פון אידן?
ה.
וי״ל הביאור בזה:
מיט נתינת הארץ לישראל האבן זיך אויפגעטאן צוויי ענינים: א)
דער קנין ממון,
ד.
ה.
די בעלות אויף א״י,
דאס וואס זי באלאנגט צו אידן.
ב)
דער ענין פון קדושת הארץ.
דער ערשטער ענין,
די בעלות פון אידן אויך א״י,
איז געקומען דורך דעם וואס דער אויבערשטער האט אוועקגעגעבן א״י צו אברהם אבינו,
ווי דער ירושלמי* 36
לערנט אפ פון לזרעך נתתי
((בל׳ עבר),
אז דאס איז ניט א הבטחה,
נאר)
" כבר נתתי " .
ד.
ה.
אז פון דעמאלט אן
(אפילו נאך איידער די אידן האבן כובש געווען א״י בפועל)
געהערט א״י צו די אידן 37
(אויף שטענדיק) 38
.
ביז אז דאס איז נוגע להלכה,
ווי די גמרא 39
זאגט אז די בנות צלפחד האבן גענומען חלק אביהם
(וואס ער איז געווען א בכור)
פי שנים,
אע״פ אז "אין הבכור נוטל
(פי שנים)
בראוי כבמוחזק",
ווייל "ארץ ישראל מוחזקת היא" 40 .
אבער דער צווייטער ענין,
די קדושה פון א״י
(ובמיוחד לחיוב המצות),
האט זיך ערשט אויפגעטאן דורך אידן ווען זיי זיינען אריין אין א״י* 40 .
ו.
אין דעם אופן פון ביאת הארץ איז
דא א חילוק צווישן די כניסות לארץ: ביי דער כניסה ראשונה איז געווען דער רצון 41
וציווי : "חלוצים תעברו" 42 ,
"ואתם תעברו חמושים לפני אחיכם כל גבורי החיל" 43 ,
ו״נכבשה הארץ לפניכם" 44 ,
ד.
ה.
אז די כניסה זאל זיין אין אן אופן פון כיבוש דורך מלחמה,
דערפאר האט
(אויך)
די קדושת הארץ זיך דאן אויפגע-טאן באופן כזה - דורך כיבוש.
ועפ״ז איז מובן וואס דער קנין החזקה דעמאלט האט ניט געהאלפן
(אפילו ניט ביי ערי הגבעונים,
הגם ס׳איז א חזקה מדעת הנותן),
ווארום די קדושה האט זיך אויפגעטאן ע״פ ציווי ה׳,
קען חזקה ניט פועל זיין די חלות הקדושה,
היות דער ציווי ה׳ האט מחייב געווען,
אז די כניסה זאל זיין דווקא דורך כיבוש מלחמה 45 ,
ויתירה מזו: וויבאלד ביי דער כניסה
(וקדושה)
איז געזאגט געווארן "ונכבשה הארץ לפניכם" - ״הארץ״ סתם - איז י״ל אז גלייך ביים כיבוש יריחו,
וואס איז געווען ״נגרא של א״י״
(און דעריבער ״נתכנסו לתוכה ז׳ אומות״ ווייל ״אם נכבשה יריחו מיד כל הארץ נכבשת")
* 45 ,
איז שוין דעמאלט נשלם געווארן די חלות פון קדושת הארץ - דורך ביאת ישראל אין ארץ ישראל באופן של כיבוש.
[נאר בנוגע לכמה מצות 46
איז געווען א תנאי נוסף כיבוש וחילוק כו׳ - אלס תנאי לחיוב פון די מצות
(ע״ד מצות יובל,
וואס איז חל ווען "כל יושבי׳ עלי׳" 47
)
; דאס איז אבער ניט אן ענין וואס קומט צו 48
אין קדושת הארץ 49
,
וואס דאס איז געווארן בשלימות תיכף בא כיבוש יריחו 50 ].
עפ״ז י״ל - נאך א הסברה וואס די חזקה
(אפילו בערי הגבעונים וכיו״ב)
האט ניט פועל געווען די קדושת הארץ,
היות אז די קדושה פון גאנץ ארץ ישראל האט זיך שוין אויפגעטאן תיכף בכיבוש יריחו כנ״ל 51 .
משא״כ ביי כניסת עזרא,
וואס וועגן דעם האט דער אויבערשטער געזאגט ״אפקוד אתכם גו׳ להשיב אתכם אל המקום הזה" 52 ,
איז דער רצון וציווי אין פקידה פון אויבערשטן געווען
(ניט אז מ׳זאל כובש זיין א״י,
נאר)
עולה זיין און באזעצן זיך דארטן 53
- דעריבער האט זיך די קדושה דעמאלט אויפגעטאן,
דורך "חזקה שהחזיקו בה".
ז.
עפ״ז איז אויך פארענטפערט די ערשטע שאלה
(פון כס״מ)
: וויבאלד די קדושה ע״י יהושע האט זיך אויפגעטאן דורך דער כניסה באופן שנצטווה - ע״י כבוש,
וואס דער גדר פון כבוש
(כפשוטו)
איז,
וואס מען נעמט א זאך ביים צווייטן נגד רצונו 54
,
קומט דאך אויס,
אז מצד הציווי איז דא
(פריער די)
בעלות פון די אומות און די קדושה איז פארבונדן מיט דער התגברות אויף די אומות
(דורך כבוש)
- און דעריבער "כיון שנלקחה הארץ מידיהם בטל הכבוש",
בעת עס ווערט בטל די התגברות על האומות 55
,
ווערט בטל די קדושה וואס קומט דורך דעם.
משא״כ בביאה שני׳,
"כיון שעלה עזרא וקדשה לא קדשה בכיבוש אלא בחזקה שהחזיקו בה": כשם ווי דער גדר פון חזקה
(כפשוטה)
איז פולשטענדיקע בעלות המחזיק - אז די זאך איז זיינע און ניט אז זי איז געווארן זיינע דורך צונעמען די בעלות פון א צווייטן
(ע״י כבוש)
- עד״ז איז מובן אויך בנוגע דער קדושה וואס האט זיך אויפגעטאן דורך דער חזקה,
אז די חלות הקדושה דאמאלס איז פארבונדן דערמיט וואס זיי האבן זיך אומגעקערט אין לאנד
(וואס געהערט צו זיי אויך פאר דעם כיבוש יהושע)
און דערפאר ווערט עס ניט בטל.
בסגנון אחר: בעליית עזרא האט די בעלות
(בענין הממון)
אויך גע׳פועל׳ט בנוגע צו קדושת הארץ; און במילא,
כשם ווי דאס וואס "א״י מוחזקת היא" ווערט קיינמאל ניט בטל און אויך לאחרי החורבן איז דאס "ארצנו" און "אדמתנו",
עד״ז ווערט אויך ניט בטל די קדושה
(שני׳)
וואס איז פארבונדן מיט דער חזקה.
ח.
דער הסבר הנ״ל איז מתאים אויך מיט דעם ביאור החילוק צווישן קדושה ראשונה און קדושה שני׳ בפנימיות הענינים,
אז בזמן קדושה ראשונה זיינען אידן
(בכלל)
געווען אין דער מדריגה פון צדיקים און בזמן קדושה שני׳ - אין דער מדריגה פון בעלי תשובה 56 .
פון די אונטערשיידען צווישן די צוויי מדריגות איז 57
: די עבודה פון צדיקים איז
(בעיקר)
בדרך מלמעלמ״ט - זיי זיינען פועל א בירור און עלי׳ אין דעם "תחתון" דורך דעם וואס זיי זיינען ממשיך קדושה
(בכח תורת השם )
- אלקות מלמעלה.
וויבאלד אז דער אויפטו איז מצד למעלה,
איז דאס ניט פארבונדן
(אויף אזויפיל)
מיט דעם ,
מטה" און דעריבער קען זיין אין דעם א שינוי ו״הפסק״ -
בדוגמא צו קדושה ראשונה ע״י כיבוש 58
,
וואס קומט דורך התגברות אויף דעם צד שכנגד,
וועלכער בלייבט אבער א מציאות און דערפאר קען נאכדעם בטל ווערן דער כיבוש.
און עד״ז אויך בעבודת האדם בכלל,
אויב די עבודה פון א אידן איז אין אן אופן וואס האט ניט צו טאן מיט וועלט,
ער איז ניט געפרואווט געווארן מיט א נסיון 59
פון צד ההפכי איז ניטא קיין זיכערקייט אז אויב ער וועט קומען לידי נסיון וועט ער עס קענען ביישטיין.
משא״כ א בע״ת,
וואס עבודתו איז בדרך מלמטלמ״ע,
דער בירור וזיכוך התחתון אז ער ווערט א "כלי" צו קדושה,
איז דער גילוי אלקות אין דעם מטה אין אן אופן אז עס האט א קיום,
עס ווערט ניט נפסק.
ועד״ז בכללות עבודתו לקונו: וויבאלד אז נאכדעם ווי ער האט שוין געהאט צוטאן מיט וועלט
(און אפילו נאכן דורכפאלן ר״ל אין ענינים וואס זיינען היפך הרצון העליון)
קערט ער זיך דאך אום צום אויבערשטן ולתורתו ולמצותיו,
איז דאס א באווייז אז דער ענין פון תומ״צ האט אים דורכגענומען און אויף אזויפיל,
אז אויך דער דורכפאל קען אים ניט אוועקרייסן פון דעם אויבערשטן; ד.
ה.
זיין פארבונד מיטן אויבערשטן איז א שטענדיקער,
האט ניט קיין הגבלות.
בדוגמא צו קדושה שני׳,
וואס איז געקומען ע״י חזקה,
אז אויך נאך דעם "מפני חטאינו גלינו מארצנו",
קערן זיך אידן אום קיין א״י - ניט ווי צו א לאנד וואס זיי דארפן ערשט כובש זיין
(וועלכע באלאנגט ניט צו זיי),
נאר ווי צו א לאנד וואס געהערט צו זיי אויף א שטענדיקן אופן.
ט.
ע״פ כהנ״ל וועט מען פארשטיין די שייכות פון קדושה ראשונה צו מתנה,
און קדושה שני׳ צו ירושה:
ס׳איז ידוע 60
אז ירושה אין לה הפסק,
און מתנה יש לה הפסק.
דער טעם הדבר 61
וואס מתנה יש לה הפסק איז: הגם אז אי לאו דעביד לי נייחא לנפשי׳ לא הוה יהיב לי׳ מתנתא 62 ,
קומט דאך אבער די מתנה
(ניט אזוי מצד מעלות המקבל,
נאר)
בעיקר מצד דעם נותן און דער מקבל האט ניט קיין
(תביעה ו)
שייכות צו דער מתנה,
און דערפאר יש לה הפסק אפילו לאחר נתינתה.
און דערפאר איז דער ענין המתנה
(פון א״י צו אידן)
שייך בעיקר צו דער כניסה ראשונה
(כיבוש יהושע)
: כשם ווי דער אופן הכניסה פון אידן איז געווען בדרך ״כיבוש״
(מלמעלה למטה)
- סיי כפשוטו,
סיי אין עבודת האדם כנ״ל - עד״ז איז אויך דער אופן הנתינה פון ארץ ישראל צו אידן - בדרך מתנה ,
וואס קומט מצד דעם נותן
("מעלה"),
און ניט מצד א תביעה ושייכות צום מקבל
("מטה").
משא״כ ירושה איז דאך,
אדרבה,
מצד דעם וואס דער יורש איז קרובו של המוריש 63
- האט ער א תביעה ושייכות צו דער ירושה,
ביז אז אמיתית ענין הירושה איז אז דער יורש איז "עצם המוריש״
(- עס הייסט גארניט שינוי רשות)
64
;
און דעריבער איז הנתינה מלמעלה בדרך ירושה בא קדושה שני',
ווען
(אויך)
די כניסה פון אידן איז געווען - סיי כפשוטו און סיי בעבודת האדם כנ״ל -בדרך "חזקה",
וואס מיינט כנ״ל,
אז זיי האבן בעצם א שייכות צו ארץ ישראל,
זיי זיינען שטענדיק די בעלים פון לאנד.
ויש לומר,
אז דאס איז אויך דער רמז אין די פסוקים וואס בקשר צום ענין המתנה בקדושה ראשונה שטייט דער לשון ״לזרעך אתן״ ״לך אתננה״ - בלשון עתיד,
און בשייכות צו קדושה שני׳ -דער לשון "לזרעך נתתי",
בלשון עבר
(כנ״ל ס״א)
:
קדושה ראשונה איז געווען פארבונדן מיט א שייכות פון אידן מיטן לאנד,
וואס האט זיך געדארפט ערשט אויפטאן בעתיד - כובש זיין ארץ ישראל פון א צווייטנם רשות,
וואס איז ניט קדוש;
משא״כ קדושה שני׳ איז געווען באופן,
אז מיט זייער פעולה
(חזקה)
האבן זיי בלויז מגלה געווען זייער שייכות מיטן לאנד,
אז א״י איז זייערם פון פריער
(מצד דער נתינה להאבות).
יו״ד.
דער חילוק צווישן מתנה און ירושה בנוגע ארץ ישראל איז,
כנ״ל,
בלויז בשייכות צו קדושת הארץ וואס האט זיך אויפגעטאן בכניסת ישראל לארץ - אז די קדושה ראשונה איז געווען באופן של מתנה,
און בקדושה שני׳ איז צוגעקומען אויך דער ענין הירושה וואס אין לה הפסק.
אבער די עצם בעלות פון אידן אויף א״י איז שטענדיק גאנץ ובתכלית השלימות פון זינט דער אויבערשטער האט דאס לאנד אפגעגעבן צו אברהם אבינו בברית בין הבתרים אלס א "נחלת עולם",
וואס אין א כריתת ברית איז ניט שייך קיין שינוי והפסק.
ובמילא איז אין דעם ניט קיין אונטערשייד אין וועלכן מצב אידן געפינען זיך: אפילו ווען ס׳איז א מצב אז "מפני חטאינו גלינו מארצנו ונתרחקנו מעל אדמתנו",
איז ארץ ישראל אויך דעמאלט "ארצ נו " און "אדמת נו"
(אונזער לאנד און אונזער ערד) 65
; און ווי די גמרא זאגט,
כנ״ל,
אז "ארץ ישראל מוחזקת היא" און "ירושה היא לכם מאבותיכם",
פון אברהם אבינו,
כאטש אז בינתיים איז געווען דער חטא העגל וחטא המרגלים וכו׳ 66 .
[ובפרט ע״פ המבואר לעיל אין דעם פסק דין הרמב״ם,
אז ענין הירושה איז אויך נמשך און נקבע געווארן אין קדושת הארץ באופן אז אויך די קדושה
(שני׳)
אין לה הפסק,
"קדשה לעת״ל"].
וואס דערפון איז פארשטאנדיק,
אז דאס איז אן ענין אין וועלכן ס׳איז ניט שייך קיין דינגעניש,
אדער "מסחר" וכיו״ב.
ווארום נוסף לזה וואס גאנץ א״י לגבולותי׳,
"מנהר מצרים עד הנהר הגדול נהר פרת",
איז א ירושה צו אלע אידן און צו יעדן אידן,
און דערפאר קען קיינער ח״ו ניט מוותר זיין אויף א חלק פון א״י,
איז דער וועלן אפגעבן,
ח״ו,
א זאך וואס גייט קעגן דעם רצון ה׳,
וואס ״ ברצונו נתנה לנו״ 67
אלס א נחלת עולם.
און בשעת אידן באשטייען דערויף מיט דעם תוקף המתאים,
ניט מצד "כחי ועוצם ידי",
נאר ווייל דאס איז "נחלת עולם",
פון דעם אויבערשטן אלקי העולם צו דעם עם עולם,
איז מען מצליח אין דעם -
ביז עס ווערט מקוים דער יעוד "והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך" 69 ,
אז אומות העולם העלפן די אידן אויספירן דעם רצון ה׳ בכלל און אין דעם ענין הנ״ל בפרט נאך בזמן הגלות; און דאס איילט צו ביאת משיח צדקנו,
וואס דעמאלט וועט געהערן צו אידן גאנץ א״י,
אויך קני קניזי וקדמוני 70 ,
און "אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה׳ ולעבדו שכם אחד" 71 ,
במהרה בימינו ממש.
(משיחות כ״ף מנ״א ומוצש״ק ראה תשל״ח.
שמחת בית השואבה תשכ״ד)