B"H
🏡

Ikar

לך לך ג

א.

בנוגע צו פרשת לך לך,

איז ידוע דער וואָרט פון כ”ק מו”ח אדמו”ר 1

בשם אביו כ”ק אדמו”ר מהורש”ב נ”ע,

וז”ל: „פרשה בראשית איז אַ פריילעכע סדרה,

דער אויבערשטער ב”ה האָט באַשאַפן וועלטן און נבראים ..

דער סוף פון דער סדרה איז אפילו ניט גאָר אַזוי געשמאַק,

אָבער דאָך איז די כללות הסדרה אַ פריילעכע ..

פרשת נח איז דער מבול,

עס איז אַ קאַלעמוטנע וואָך,

אָבער עס איז אַ פריילעכער סוף וואָך,

עס איז געבאָרן געוואָרן אברהם אבינו.

די אמת פריילעכע וואָך איז אָבער פרשת לך לך וואָס אַלע טעג פון דער וואָך לעבט מען מיט אברהם אבינו כו’”.

פון דעם וואָס דער רבי זאָגט אַז

(דוקא)

פרשת לך לך איז „די אמת פריילעכע וואָך”,

איז קענטיק,

אַז אפילו אין דעם סוף וואָך פון פרשת נח

(וואו עס רעדט זיך וועגן לידת אברהם),

איז נאָך ניטאָ די אמת’ע שמחה אַזוי ווי אין דער וואָך פון לך לך;

וואָרום היות אַז אַלע ענינים וואָס זיינען דאָ אין איין סדרה האָבן אַ שייכות צווישן זיך,

דערפאַר,

איז מצד דער ניטפריילעכקייט פון כללות הסדרה,

פעלט אויך אין דער שמחה פון סיום הסדרה.

ועד”ז איז אויך בנוגע צו פרשת בראשית,

וואָס אע”פ אַז זי איז

(בכללותה)

„אַ פריילעכע סדרה”,

פונדעסטוועגן,

מצד דעם וואָס איר סוף איז „ניט גאָר אַזוי געשמאַק”,

איז ניטאָ די אמת’ע פריילעכקייט אויך אין כללות הסדרה.

דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז פרשת בראשית

( בכללותה )

איז אַ „פריילעכע סדרה” און פ’ נח

( בכללותה )

איז אַ „קאַלעמוטנע וואָך” – האָט לכאורה געדאַרפט זיין די חלוקת הסדרות אין אַן אופן,

אַז דער ניט געשמאַקער סיום פון פ’ בראשית זאָל זיין די התחלה פון פ’ נח,

און דער פריילעכער סוף פון פ’ נח

(לידת אברהם אבינו)

זאָל זיין דער אָנהייב פון פ’ לך לך?

ב.

דער כללות הביאור אין דעם:

ס’איז ידוע אַז מיט אברהם אבינו

[וואָס דער עילוי פון פ’ לך איז,

כנ”ל,

וואָס „אַלע טעג פון דער וואָך לעבט מען מיט אברהם אבינו”]

האָט זיך אָנגעהייבן די תקופה פון „שני אלפים תורה” 2 ,

און ער איז געווען דער ערשטער

(פון די אבות)

וואָס האָט אָנגעהייבן 3

די הכנה צו מ”ת* 3 .

און וויבאַלד אַז מ”ת האָט אויפגעטאָן דעם חיבור פון עליונים ותחתונים 4

– איז מסתבר,

אַז אויך דער יתרון פון פרשת לך לך

(וואָס די גאַנצע סדרה רעדט וועגן אברהם אבינו)

אויף די פריערדיקע צוויי סדרות איז אין דעם וואָס איר תוכן איז די הכנה צו חיבור עליונים ותחתונים.

ויש לומר,

אַז דאָס איז אויך דער ביאור וואָס פרשת לך לך איז די דריטע סדרה

(ע”ד אוריין תליתאי 5 )

– דער קו השלישי

(האמצעי)

וואָס איז מחבר „עליונים” און „תחתונים”.

דאָס הייסט,

אַז פרשת בראשית,

די ערשטע סדרה,

איז תוכנה 6

בריאת העולם,

וואָס איז באַשאַפן געוואָרן פון דעם אויבערשטן – „עליונים”; דער תוכן פון פרשת נח,

די צווייטע סדרה,

איז 6

זיכוך המטה

(דורך די עבודה פון נח איש צדיק,

ובפרט דורכן מבול 7 )

– „תחתונים”; און פרשת לך לך,

די דריטע סדרה,

איז ענינה חיבור עליונים ותחתונים 8 .

און דערמיט וועט זיין פאַרשטאַנדיק וואָס פרשת נח הייבט זיך אָן מיט „אלה תולדות נח נח איש צדיק גו’”,

ווייל דאָ רעדט זיך שוין וועגן עניני נח וואָס זיינען געקומען דורך זיין עבודה

(„תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים” 9 )

; משא”כ לידת נח וכו’ ביז „ונח מצא חן בעיני ה’” 10 ,

וואָס דאָס זיינען ענינים וואָס זיינען געקומען

(בעיקר)

ניט מצד זיין עבודה,

נאָר מצד אתערותא דלעילא ,

דעריבער געהערן 11

זיי צו פרשת בראשית 12 .

און עד”ז אויך בנוגע כמה ענינים פון אברהם אבינו,

וועלכע שטייען ניט אין פרשת לך לך,

נאָר אין פרשת נח.

דער טעם דערפון איז,

ווייל אברהם אבינו’ס עבודת ההכנה צו מ”ת

(חיבור עליונים ותחתונים)

האָט זיך אָנגעהייבן ערשט מיט

(און נאָך)

„לך לך גו’” 13

(ווען אברהם איז אַרויס פון חרן קיין ארץישראל 14 )

; משא”כ לידת אברהם אבינו און זיינע עניני עבודה ביז „לך לך” זיינען געווען

(בעיקר)

אַ המשך 11

(און גמר וסיום* 14 )

פון זיכוך והעלאת התחתונים,

וואָס האָט זיך אָנגעהייבן מיט דער עבודה פון נח איש צדיק.

ג.

בכדי צו פאַרשטיין די שייכות פון „לך לך” מיט מתן תורה – אַז דוקא נאָך „לך לך” האָט זיך ביי אברהם’ן אָנגעהייבן דער סדר העבודה פון הכנה צו מ”ת – דאַרף מען פריער מבאר זיין וואָס דער מדרש 15

פאַרבינדט דעם ענין פון „ויאמר ה’ אל אברם לך לך” מיט דער הנהגה פון אברהם’ען צו בעטן רחמים אפילו פאַר אַזעלכע חוטאים ווי אנשי סדום

(ניט ווי נח וואָס האָט ניט געבעטן רחמים אויף דעם דור המבול 16 ).

לכאורה איז ניט מובן: דאָס וואָס אברהם אבינו האָט געבעטן רחמים פאַר די אנשי סדום,

איז דאָך געווען נאָר אַז זיי זאָלן ניצול ווערן אין זכות פון די צדיקים וואָס האָבן זיך געקענט געפינען דאָרטן 17

; און ווי עס שטייט אויף דעם אין זהר 18 ,

אַז היות ער האָט פאַר זיי געבעטן נאָר בזכות הצדיקים

[און הערנדיק אַז דאָרט זיינען ניטאָ קיין עשרה צדיקים איז „לא בעא רחמי”,

ניט ווי משה רבינו,

וואָס האָט זיך איינגעשטעלט אויך פאַר די עושי העגל 19 ],

איז „לא עבד כו’ כדקא יאות” – טאָ וואָס איז דער גודל העילוי פון אָט די הנהגה

(„לבקש רחמים על הסדומים” בזכות הצדיקים),

ביז מען פאַרבינדט דאָס מיט’ן

(ענין פון „לך לך”,

וואָס דערמיט האָט זיך אָנגעהייבן די)

הכנה צו מ”ת?

די הסברה אין דעם: וויבאַלד אַז דער חיבור צווישן עליונים און תחתונים האָט זיך בפועל אויפגעטאָן ערשט ביי מ”ת,

און אברהם אבינו’ס עבודה איז געווען נאָר די הכנה דערצו,

איז דעריבער אויך זיין עבודה לבקש רחמים על הסדומים

(„תחתונים”)

געווען ניט מצד עצמם,

נאָר בזכות הצדיקים.

דאָס הייסט: די דריי הנהגות הנ”ל פון נח,

אברהם,

און משה רבינו,

זיינען בהתאם צו די דריי תקופות הנ”ל –

(א)

קודם ההכנה צו מ”ת,

(ב)

הכנה למ”ת,

און

(ג)

מ”ת:

אין דער תקופה פון פאַר דער הכנה צו מ”ת,

וויבאַלד „עליונים” און „תחתונים” האָבן ניט געהאַט קיין שייכות צווישן זיך,

דערפאַר האָט נח אינגאַנצן ניט מתפלל געווען פאַר דעם דור המבול – „לא עביד מידי” 20

; אין דער צווייטער תקופה,

וואָס דעמאָלט האָט זיך אָנגעהייבן די הכנה צום חיבור צווישן עליונים ותחתונים,

האָט דעריבער אברהם תפלה געטאָן פאַר די סדומים בזכות הצדיקים; און אין דער דריטער תקופה,

פון מ”ת,

חיבור עליונים ותחתונים,

האָט זיך משה רבינו איינגעשטעלט פאַר די עושי העגל מצד עצמם

(ניט נאָר בזכות הצדיקים).

ד.

אָט דער חילוק צווישן די דריי תקופות הנ”ל און זייער קישור מיט די דריי הנהגות הנ”ל

– און אויך דער חילוק צווישן דער תקופה פון פרשת נח,

ווען עס האָט זיך אָנגעהייבן דער זיכוך המטה

(כנ”ל סעיף ב),

און דער תקופה פון פרשת בראשית ווען די המשכה והשפעה אין וועלט איז געווען מצד „מלמעלה”

(כנ”ל שם)

אע”פ אַז אויך דאַן איז געווען עבודת התחתונים דורך כו”כ צדיקים –

וועט מען קלערער פאַרשטיין דורך אַ משל פון השפעת השכל מרב לתלמיד,

וואָס אין דעם זיינען דאָ דריי כללות’דיקע אופנים:

איין אופן איז,

אַז דער רב גיט צו פאַרשטיין דעם תלמיד בלויז דעם שכל וואָס ער איז אים משפיע,

ער גיט זיך אָבער ניט אָפּ צו אויסלערנען אים אַז ער אַליין זאָל קענען משיג זיין אַ שכל.

דער צווייטער אופן: דער רב גיט דעם תלמיד אַ „דרך” און לערנט אים אויס אַז ער זאָל קענען לערנען און פאַרשטיין – בכח עצמו .

ומובן,

אַז אין יעדן פון ביידע אופנים איז דאָ אַ מעלה וואָס איז ניטאָ אינעם צווייטן: בשייכות צו די חושי התלמיד איז דער צווייטער אופן העכער,

היות אַז דוקא די השפעה פּועל’ט אויף אים אַז ער זאָל קענען פאַרשטיין בכח עצמו; אָבער בנוגע דעם עצם השפעת השכל איז דער ערשטער אופן העכער,

וואָרום דאָס וואָס דער תלמיד פאַרשטייט בכח עצמו

(דורך דעם וואָס דער רב האָט אים אויסגעלערנט ווי צו פאַרשטיין)

איז עס נאָר אַ השגה קטנה בערך צום שכל וואָס דער רב איז אים משפיע 21 .

אַ דריטער אופן

(וואָס איז כולל ביידע מעלות הנ”ל)

איז,

אַז די השפעה פונעם רב איז פועל אויפן תלמיד עד כדי כך,

אַז די חושים פונעם תלמיד ווערן ווי חושי הרב,

וואָס דאַן קען שוין דער תלמיד אַליין בכח עצמו מחדש און משיג זיין שכליים נעלים אַזוי ווי דער רב.

ה.

וי”ל,

אַז די דריי תקופות פון פ’ בראשית,

נח,

און לך לך,

זיינען ע”ד דוגמא ווי די דריי אופנים הנ”ל:

די עבודת הצדיקים אין די „עשרה דורות מאדם ועד נח” 22

איז בעיקר געווען מצד דער השפעה „מלמעלה” און ניט פאַרבונדן אויף אַזוי פיל מיטן כח און אויפטו פון די צדיקים גופא.

אַזוי ווי חנוך,

וואָס כאָטש אַז „צדיק הי’”

[ניט קוקנדיק וואָס ער האָט געלעבט אין אַ דור מושחת,

וואָס דאָס ווייזט אויף זיין גודל העבודה ניט צו נתפעל ווערן און מושפע ווערן פון בני דורו 23 ],

פונדעסטוועגן איז ער געווען „קל בדעתו ..

להרשיע”; און אויב ער וואָלט נאָך אַ משך זמן פאַרבליבן צווישן בני דורו,

וואָלט ער זיך מער ניט מתגבר געווען אויפן רע

(און דעריבער „מיהר הקב”ה וסילקו”) 24

– ווייל דאָס וואָס „צדיק הי’” איז בעיקר געווען

(ניט דורך זיינע אייגענע כחות,

נאָר)

דורך דעם וואָס עס האָט ביי אים מאיר געווען אַן אור מלמעלה; און דעריבער,

אויב ער וואָלט געבליבן לענגער אין דעם עולם המושחת און יורד געווען אין אַ מצב וואו דער אור מלמעלה איז ניט מאיר,

וואָלט ער דאַן

(בכח עצמו)

ניט געקענט אויפהאַלטן זיין דרגא פון צדקות ווי פריער.

און דאָס איז בדוגמא צו דער השפעה אין ערשטן אופן,

וואָס כאָטש דער תלמיד איז משיג

(און האָרעוועט אין)

דעם שכל וואָס דער רב איז אים משפיע,

קען ער אָבער ניט מחדש זיין אַ שכל בכח עצמו.

די עבודת הצדיקים אין די „עשרה דורות מנח ועד אברהם” 22

איז שוין בעיקר געווען

(ניט נאָר מצד דעם אור מלמעלה,

נאָר)

מצד זייער אייגענעם כח און אויפטו,

ביז אַז זייער עבודה האָט אויך געהאַט אַ שייכות מיטן עולם שמחוץ להם;

ווי מען געפינט באַ נח’ן,

אַז ניט נאָר ער אַליין איז „צדיק תמים הי’

(אפילו)

בדורותיו” 25

[און ניט „קל בדעתו ..

להרשיע”],

נאָר נאָך מער: ער האָט מוכיח געווען אויך דעם דור המבול און צו זיי געזאָגט „עשו תשובה” 26

[ועל אחת כו”כ נאָך דעם מבול,

וואָס דעמאָלט האָט נח דורך עבודת הקרבנות גע’פּועל’ט דעם אויבערשטנס הבטחה „לא אוסיף גו’ לא ישבותו” 27 ,

ביז צום „אות הברית” פון קשת 28

וואָס ווייזט אויף זיכוך המטה 29 ].

אָבער אעפ”כ,

מצד דעם גופא וואָס די עבודה איז דעמאָלט געווען פאַרבונדן מיט מטה

(„תחתונים”)

וואָס איז

(מצד עצמו)

באין ערוך צו אלקות

(„עליונים”)

– איז אויך דער גילוי אלקות,

וואָס איז נמשך געוואָרן דורך עבודה,

געווען מצומצם ומוגבל לפי ערך התחתונים;

ביז אַז „נח מקטני אמנה הי’” 30 ,

אַז זיין השגה אין אלקות איז געווען

(בעיקר)

אין די ענינים וואָס זיינען פאַרשטאַנדיק אין שכל הנבראים

(„תחתונים”),

אָבער די עניני אלקות וואָס קענען „גענומען” ווערן נאָר מיט אמונה ,

שלמעלה מהשכל

(„עליונים”),

זיינען ביי אים געווען בקטנות

(„מקטני אמנה”).

על דרך ווי השפעת הרב אין צווייטן אופן,

אַז דער שכל וואָס דער תלמיד איז מחדש בכח עצמו,

איז אַ שכל מצומצם,

איז באין ערוך צום שכל הרב.

און אין דער עבודה פון אברהם אבינו זיינען געווען ביידע מעלות: די התחלה

( ויסוד 31 )

פון זיין עבודה איז געווען ע”פ שכל,

דורך ראיות פון עניני העולם 32

(תחתונים),

און צוזאַמען דערמיט איז לא הרהר אחרי מדותיו של הקב”ה 33

און „ומצאת את לבבו נאמן לפניך” 34

– ער האָט „גענומען” אלקות בתמימות ובפשטות אַזוי ווי אַן עבד פשוט 35

[ועד”ז בנוגע צו זיין עבודה אין פרסום אלקות בעולם,

אַז אויך אין דעם זיינען געווען ביידע מעלות: די עניני אלקות וועלכע ער האָט מפרסם געווען זיינען בעצם געווען „למעלה מכלי קיבול דשכל אנושי”,

און אעפ”כ האָט ער געפונען הסברה אויך פאַר די ענינים,

ביז אַז אפילו „אנשים פשוטים ביותר” זאָלן עס קענען באַגרייפן 36 ]

בדוגמא ווי די השפעה אין דריטן אופן,

וואָס די חושי התלמיד ווערן ווי די חושי הרב.

ו.

אָבער אויך דער דריטער אופן אין השפעה,

אַז די חושי התלמיד ווערן ווי די חושי הרב,

איז אַ משל נאָר אויף דער הכנה צו חיבור עליונים ותחתונים

(ווי דאָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך עבודת א”א),

און ניט אויפן חיבור גופא וואָס איז געוואָרן ביי מתן תורה:

דאָס וואָס השפעת הרב

(אין משל)

האָט בכח צו פועל זיין אַז די חושי התלמיד זאָלן ווערן ווי חושי הרב,

איז עס דערפאַר וואָס אויך פאַר דער השפעה איז דער תלמיד אַ בר שכל

(ביז צו זיין ראוי צו מקבל זיין השפעת הרב).

ובמילא איז דער שכל התלמיד אויך פריער

(פאַר דער השפעה)

ניט קיין אמת’ער „תחתון”

(ניט באין ערוך)

לגבי דעם שכל הרב 37 .

נאָך מער: וויבאַלד אַז די חושי התלמיד ווערן

(שפּעטער)

ווי חושי הרב דורכן זיכוך פון די חושי התלמיד – קומט במילא אויס,

אַז

(נוסף צו דעם וואָס אויך פריער איז דער תלמיד ניט קיין אמת’ער „תחתון”,

כנ”ל,

איז)

דער „חיבור” פון רב מיטן תלמיד נאָר מיט דער דרגא פון שכל התלמיד וואָס ווערט נתעלה ונזדכך דורך השפעת הרב,

אָבער ניט מיט דער דרגא פון שכל התלמיד ווי ער איז מצד עצמו

(פאַר דער השפעה)

;

משא”כ דער חיבור עליונים ותחתונים,

וואָס האָט זיך אויפגעטאָן במ”ת,

איז

(א)

פאַר מ”ת האָבן די „תחתונים” ניט געהאַט קיין שייכות צו די „עליונים”,

אדרבה: ס’איז געווען אַ „גזירה”

(„שניט” 38 )

צווישן זיי – און זייער חיבור במ”ת איז נאָר בכחו ית’ הכל יכול,

וואָס ער איז „נמנע הנמנעות” 39

און נושא הפכים; און דעריבער,

איז

(ב)

דער חיבור עליונים ותחתונים

(במ”ת)

אויך מיט דער דרגא פון תחתונים ווי זיי זיינען מצד עצמם,

תחתונים 40 .

ז.

די פיר אופנים הנ”ל זיינען,

דוגמתם,

פאַראַן אויך איצטער

(לאחרי מ”ת)

בעבודת האדם:

איין אופן

(בדוגמת העבודה שמצד „למעלה”,

אין דער תקופה „מאדם ועד נח”)

איז,

אַז זיין עבודה איז מצד הנשמה,

ער טוט אָבער ניט מיטן גוף

[ואע”פ אַז קיום התומ”צ מוז זיין מיטן גוף הגשמי – איז אָבער זיין כוונה והשתדלות אין דעם ניט צו פועל זיין אויף דעם גוף; דער גוף איז ביי אים נאָר אַן „אמצעי” אויף צו דורכפירן די עבודה

(דתומ”צ)

פון דער נשמה 41 ],

ועאכו”כ אַז ער איז ניט אויסן צו פועל זיין אין וועלט

(שמחוצה לו)

;

אַ צווייטער אופן

(בדוגמת העבודה שמצד „למטה”,

די תקופה „מנח ועד אברהם”)

: ער טוט אויך

(מיט’ן גוף און אפילו)

מיט דער וועלט אַז זי זאָל זיין אַ דירה לו יתברך,

אָבער אעפ”כ איז באַ אים ניטאָ דער „אַוועקלייג” ביז מסנ”פ צו אויספירן די כוונה עליונה אַז די וועלט זאָל ווערן אַ דירה לו ית’,

און זיין שהתחתונים גם כמו”ש בדרגת „תחתונים”* יתחברו עם העליונים,

ושחיבור זה יהי’ גם מצד ענינם הם

(באופן ד„כלי” כו’).

41)

ראה תורת שלום ע’ 128.

ד”ה באתי לגני תשי”ב פ”ד.

טאָן אין דעם איז נאָר אויף וויפל דאָס איז נוגע צו זיין „מציאות”,

צו ממלא זיין זיין תפקיד 42 .

ולדוגמא: ער איז זיך טאַקע משתדל צו פּועלן אויף אַנדערע אידן צו מקרב זיין זיי צו תומ”צ,

אָבער זיין השתדלות אין דעם איז נאָר אויף וויפל דאָס איז פאַרבונדן מיטן קיום הציווי „הוכח תוכיח את עמיתך” 43

(וואָס ער איז נצטווה געוואָרן),

און אים פעלט די מסירה ונתינה צום תכלית המכוון אַז יענע אידן זאָלן נתקרב ווערן.

– וואָס עד”ז איז געווען די הנהגה פון נח’ן מיטן דור המבול.

כאָטש ער האָט זיי מוכיח געווען במשך פון ק”כ שנה „כל יומא ויומא” 44 ,

איז דאָס אָבער געווען

(בעיקר)

בכדי צו מקיים זיין דעם ציווי וואָס ער איז נצטווה געוואָרן 45 ,

און דערפאַר,

בשעת זיין תוכחה אַז זיי זאָלן תשובה טאָן האָט ניט געהאָלפן,

האָט ער זיך ניט איינגעשטעלט

(מיט אַ מסנ”פ)

צו בעטן רחמים אויף זיי 46 .

אַ דריטער אופן

(בדוגמת העבודה פון זמן ההכנה למ”ת,

וואו ס’הערט זיך שוין אָן די שייכות פון עליונים ותחתונים)

איז,

אַז ער איז זיך משתדל מיט איבערגעבנקייט

(ביז מסנ”פ)

צו אויספירן די כוונה און מאַכן פון וועלט אַ דירה לו ית’,

און עאכו”כ

(מצד דעם הרגש פון אהבת ישראל)

צו מקרב זיין אידן צו תומ”צ.

אָבער פונדעסטוועגן,

איז דאָס אַן אופן פון טאָן מיטן זולת וואו

(א)

דער מבוקש איז

(נאָר)

אויפצוהויבן יענעם און מקרב זיין אים צו תומ”צ

(אָבער ניט אַ צוגעטראָגנקייט צו יענעם ווי ער שטייט אין זיין תחתון־מצב)

; און

(ב)

אויך זיין השתדלות צו מקרב זיין יענעם צו עבודת ה’ איז דוקא ווען ער פילט אַז יענער איז שייך צו נתקרב ווערן

[ע”ד ווי גערעדט פריער

(סעיף ו’)

בנוגע דעם חיבור פון רב מיטן תלמיד

(אין דעם דריטן אופן),

אַז

(א)

דער חיבור באַשטייט אין דעם וואָס די חושי התלמיד ווערן נזדכך און ווערן ווי חושי הרב,

און אַז

(ב)

דער זיכוך פון די חושי התלמיד טוט זיך אויף נאָר דערפאַר וואָס ער איז אויך פריער געווען אַ בר שכל]

– וואָס עד”ז איז געווען די הנהגה פון אברהם אבינו,

אַז כאָטש ער האָט זיך אַוועקגעגעבן מיט אַ מסנ”פ 47

פאַר בני דורו

[צו פּועלן אַז זיי זאָלן מכיר זיין און „אויסרופן”

(אַז)

„א־ל עולם” 48

(אַז וועלט איז אלקות 49 )],

ביז ער האָט זיך איינגעשטעלט אין סכנה 50

צו מתפלל זיין אפילו פאַר אנשי סדום,

איז אָבער זיין תפלה געווען נאָר 51

אַז זיי זאָלן ניצול ווערן בזכות הצדיקים וואָס געפינען זיך דאָרט

(וואָס זיי זיינען פועל אַ „זיכוך” אינעם אָרט וואו זיי געפינען זיך),

און בשעת ער האָט זיך דערוואוסט אַז ס’איז דאָרט ניטאָ קיין עשרה צדיקים

[וואָס במילא „לאו הוא אתר דקיימא בתשובה” 52 ]

האָט ער מער ניט געבעטן;

אַ פערטער אופן איז,

אַז זיין אהבה צו אַ צווייטן אידן איז „כמוך”,

אַן אהבה עצמית וואָס איז העכער פון חשבונות 53 ,

און דעריבער גיט ער זיך אַוועק פאַר אים אפילו ווען מצד השכל געפינט ער ניט קיין מעלות ביי יענעם 54

– ער טוט דאָס ניט נאָר מצד דעם חשבון פון „כולי האי ואולי יוכל לקרבן לתורה ועבודת ה’” 55 ,

נאָר מצד זיין אהבה עצמית צו אים 56

[על דרך ווי חיבור עליונים ותחתונים וואָס איז נתחדש געוואָרן במ”ת,

אַז דער חיבור איז מיט די תחתונים ווי זיי זיינען מצד עצמם

(אין זייער נידעריקייט)]

– וואָס עד”ז איז געווען די הנהגה פון משה רבינו

[וואָס דורך אים איז געווען מ”ת,

און התורה נקראת על שמו 57 ],

אַז ער האָט זיך איינגעשטעלט אפילו פאַר די עושי העגל – און דאָס אין אַן אופן אַז „ואם אין מחני נא גו’” 19

– און „לא זז מתמן עד דאמר לי’ סלחתי כדבריך” 18 .

ח.

ע”פ כהנ”ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס אברהם אבינו’ס הכנה צום חיבור עליונים ותחתונים דמ”ת האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דעם ענין פון „לך לך”:

בשעת די עבודה פון אַ אידן צו מאַכן פון וועלט אַ דירה לו ית’ איז

(בעיקר)

מצד זיין מציאות

(למלאות תפקידו וכיו”ב),

פעלט דאַן אין זיין אויפטאָן אין וועלט

[ע”ד ווען איינער איז מוכיח אַ צווייטן בלויז צו מקיים זיין דעם ציווי „הוכח תוכיח את עמיתך”,

איז אפילו ווען ער טוט עס „מאה פעמים” 58

ווירקט עס ניט אויף יענעם אַזוי שטאַרק ווי אַ תוכחה וואָס איז אויסן יענעם’ס טובה 59 ]

;

און בכדי צו אויפטאָן אין וועלט

[אפילו אין דעם אופן ווי א”א האָט אויפגעטאָן פאַר מ”ת,

ועאכו”כ אַלס הכנה וואָס ברענגט צו מ”ת],

דאַרף מען „אַוועקגיין”

(און אַרויסגיין )

פון דער אייגענער מציאות – „לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך” – פון די רצונות,

רגילות’ן

(מדות)

און שכל

(אויך פון די רצונות וכו’ דקדושה) 60 .

ט.

עפ”ז קען מען אויך מבאר זיין וואָס הגם אַז אויך פרשת בראשית

(בכללותה)

און

(סיום)

פרשת נח זיינען פריילעכע,

איז ..

„די אמת פריילעכע וואָך איז אָבער

(דוקא)

פרשת לך לך”:

שמחה איז פורץ גדר 61 .

און דעריבער: פרשת בראשית,

וויבאַלד אַז די שמחה פון דער סדרה איז

(ווי ער זאָגט אין דער שיחה)

מצד דעם וואָס „דער אויבערשטער ב”ה האָט באַשאַפן וועלטן און נבראים”,

איז דאָס ניט קיין שמחה בשלימותה.

וואָרום אע”פ אַז דורך התהוות העולם מאין ליש ווערט אַרויסגעבראַכט דער כח אלקי וואָס איז ניט מוגדר אין „אין” און „יש” 62

(פורץ הגדרים ד„אין” ו„יש”),

פונדעסטוועגן,

וויבאַלד אַז די וועלט

(ווי זי איז אין פרשת בראשית)

איז געווען אין אַזאַ אופן אַז איר קיום 63

אין געווען מצד „למעלה”

(און ניט מצד דעם תוכן פון וועלט גופא) 64

– האָט זיך במילא נאָך ניט אָנגעהערט

(אויף אַזויפיל)

דער ענין פון פריצת הגדרים ד„אין” ו„יש”,

און דעריבער 65

איז עס ניט קיין שמחה בשלימותה.

עד”ז איז בנוגע צום סוף פון פרשת נח – לידת אברהם אבינו 66 ,

דער ערשטער וואָס האָט געמאַכט אַ הכנה צום ביטול הגזירה צווישן עליונים און תחתונים

(פריצת הגדרים)

– אַז וויבאַלד דאַן איז נאָך ניט געווען די הכנה בפועל

(וכנ”ל אַז דאָס האָט זיך ערשט אָנגעהויבן נאָך לך לך)

איז עס דעריבער נאָך ניט קיין שמחה בשלימותה;

דוקא פרשת לך לך,

וויבאַלד אַז דאַן האָט זיך אויפגעטאָן בפועל די הכנה צום חיבור עליונים ותחתונים,

איז זי דעריבער „די אמת פריילעכע וואָך” 67 .

(משיחות ש”פ נח וש”פ בלק תשכ”ד)

Reader controls and commentary are loading.