א.
שוין גערעדט פיל מאל
(דאס וואס ס׳איז מבואר אין חסידות בכ״מ 1 )
וועגן דעם חילוק צווישן לימוד התורה און קיום המצות פון אברהם
[ווי רז״ל 2
זאגן ״אברהם אבינו זקן ויושב בישיבה כו'",
"עשה אברהם אבינו את כל התורה כולה עד שלא ניתנה" 3 ,
און עד״ז ביי]
יצחק ויעקב און די שבטים,
און פון אידן לאחרי מ״ת - אז היות דער לימוד התורה וקיום המצות פון די אבות איז געווען פאר מתן תורה,
איידער ס׳איז געווען דער ציווי אויף לימוד התורה וקיום המצות,
ובאופן דוירד ה׳ על הר סיני,
ד.
ה.
אז זייער לימוד וקיום המצות איז געווען
(בכלל - באופן דאינו מצווה ועושה,
נאר)
מצ״ע ובכח עצמן 4 ,
האבן זיי דעריבער ניט דערגרייכט צו דער מדרי׳ פון תורה ווי זי איז העכער פון נבראים אפילו הכי נעלים,
נאר ווי תורה האט א שייכות און איז פארבונדן מיט נבראים און זייער עבודה;
משא״כ לאחר מ״ת,
וויבאלד ס׳איז שוין דא א ציווי מלמעלה אויף לימוד התורה וקיום המצות,
האט מען צוזאמען דערמיט
(געגעבן)
אויך דעם כח
(המצווה)
הבורא צו דערגרייכן צו עצמות התורה ווי זי איז העכער לגמרי פון וועלט 5 .
און דעריבער זאגט דער רמב״ם 6
: "שכל מה שאנו מרחיקים או עושים היום אין אנו עושין אלא במצות הקב״ה ע״י משה רבינו ע״ה לא שהקב״ה אמר זה לנביאים שלפניו כגון זה שאין אנו אוכלין אבר מן החי אינו מפני שהקב״ה אסרו
[אותו]
לנח,
אלא לפי שמשה אסר עלינו אבמ״ה במה שצוה בסיני שיתקיים איסור אבמ״ה וכמו כן אין אנו מלין מפני שאברהם אבינו ע״ה מל עצמו ואנשי ביתו 7
אלא מפני שהקב״ה צוה אותנו ע״י משה רבינו שנמול כמו שמל אברהם אבינו ע״ה,
וכן גיד הנשה אין אנו הולכים אחר איסור יעקב אבינו אלא מצות משה רבינו ע״ה".
ווארום דוקא
(קיום)
תורה ומצות ווי זיי זיינען געגעבן געווארן במ״ת האבן אין זיך דעם כח הבורא,
וואס דורכדעם ווערט נמשך דער עצם התורה.
עפ״ז דארף מען פארשטיין: יעדער ענין אין תורה
(מל׳ הוראה 8
)
איז דאך א הוראה אין דער עבודה פון אידן
(אויך)
לאחר מ״ת - וואס איז די הוראה פון אריכות הסיפור פון עבודת האבות אין תורה שבכתב און אין תושבע״פ און בהרחב הביאור בדרושי חסידות וכו/ וויבאלד אז דאס איז ניט די עבודה פון לימוד התורה וקיום המצות לאחר מ״ת,
"ומאי דהווה הווה" 9 ?
ב.
דער רמב״ן 10
בפרשתנו איז מבאר אז דאס וואס די תורה איז מאריך "בספור המסעות וחפירת הבארות ושאר המקרים
(פון די אבות)..
כולם באים ללמד על העתיד"
[ווי עס שטייט אין מדרש 11
"כל מה שאירע לאבות סימן לבנים"],
ווי ער איז מסביר "כי כאשר יבוא המקרה לנביא משלשת האבות יתבונן ממנו הדבר הנגזר לבוא לזרעו ודע כי כל גזירת עירין כאשר תצא מכח גזירה אל פועל דמיון תהי׳ הגזירה מתקיימת על כל פנים"
(ווי ער בריינגט די דוגמאות בזה ביי די נביאים).
עד״ז ויתירה מזו,
קען מען זאגן בנוגע די תורה ומצות של האבות
(ווי עס איז מבואר בארוכה אין חסידות 12 ),
אז זייערע תורה ומצות זיינען געווען א הכנה ונתינת כח אז עס זאל קענען זיין נתינת התורה ומצות במ״ת,
און אז אין די מצות וואס אידן טוען מיט דברים גשמיים לאחר מ״ת זאל זיך אויפטאן המשכת אלקות 13 .
דאס איז אבער לכאורה ניט מספיק: וויבאלד אז דער סיפור וועגן עבודת האבות איז אריינגעשטעלט געווארן אין תורה,
וואס התורה היא נצחית 14
,
מוז מען זאגן אז דאס איז
(ניט נאר א הודעה אדער הכנה,
כנ״ל,
נאר אויך)
א הוראה נצחית
(בפועל)
אין דער עבודה לאחר מ״ת 15 .
ג.
ע״ד הנ״ל בנוגע עבודת האבות,
איז אויך די שאלה בשייכות גלות מצרים: וואס איז די הוראה פון דעם סיפור התורה וועגן גלות מצרים פאר אידן בכל הזמנים ובכל המקומות
(ובפרט נאך אז עס קען מערניט זיין א גלות ווי גלות מצרים 16 )?
און ע״ד הנ״ל,
איז אויך ביי דעם לכאורה ניט מספיק צו פארענטפערן מיט דעם ביאור הידוע 17 ,
אז גלות מצרים איז געווען א הקדמה צו מתן תורה - דהיינו,
אז גלות מצרים איז געווען א "כור הברזל" 18
,
וואס האט גע׳פועל׳ט א זיכוך אין וועלט אז זי זאל זיין ראוי לקבלת התורה - ווארום וויבאלד דאס איז א חלק פון תורה,
דארף מען זאגן אז דאס איז אן אופן נצחי און א הוראה בנוגע לפועל אין אלע זמנים אויך לאחר מתן תורה.
ס׳איז נאר,
וואס דער ענין פון "עבודת האבות" און "גלות מצרים" ווי זיי זיינען אין סיפורי התורה אלס הוראה לאחר מתן תורה,
זיינען זיי אין אן אופן פון הכנה,
כדלקמן,
דעריבער שטייען זיי אין תורה אלס הקדמה והכנה למ״ת.
ד.
דער ביאור בזה: דער חילוק צווישן עבודת האבות און עבודת בנ״י לאחר מ״ת בקיום התומ״צ איז בשתים - הן מצד דעם אדם העובד הן מצד דעם גילוי מלמעלה: ביי די אבות איז דער גילוי דורך זייער עבודה געווען בדרך מלמטה למעלה,
ד.
ה.
זיי זיינען נתעלה ונזדכך געווארן,
ובמילא זיינען זיי געווען כלים ממש צו דעם אור אלקי וואס האט מאיר געווען דורך זייער עבודה 19 .
אזוי איז אויך מצד דעם אור,
וויבאלד עס איז געווען אן אור וואס איז בערך צו
(דער עבודה פון)
די נבראים,
האט דער אור ביי זיי מאיר געווען אין אן אופן גלוי.
אבער אין דער עבודת
(התומ״צ פון)
בנ״י לאחר מ״ת איז ניט בא כאו״א אזא הזדככות ועלי׳ ווי ביי די אבות 19
(וואס זיי זיינען געווען א מרכבה צו אלקות 20 )
; און לאידך,
ווערט דורך זייער תומ״צ נמשך אן אור וואס איז העכער פון וועלט - ובמילא שטייט עס ניט
(אזוי)
בגלוי.
וטעם הדבר: פאר מ״ת איז געווען די גזירה אז העליונים לא ירדו לתחתונים והתחתונים לא יעלו לעליונים 21
- אז מדריגת אלקות וואס איז לגמרי העכער פון וועלט זאל ניט נמשך ווערן אין "תחתונים"; לאחר מ״ת "בטל את הגזירה הראשונה ואמר התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים",
ביז אז נבראים תחתונים קענען נתאחד ווערן מיט אלקות וואס איז לגמרי העכער פאר וועלט.
במ״ת גופא איז אבער געווען דער גילוי אין אן אופן פון מלמעלה למטה,
ד.
ה.
דער מטה איז ניט געווען קיין כלי צו דעם גילוי אור 22 ,
און דערפאר איז אט דער אור ניט אראפגעקומען אין אים באופן גלוי.
וכידוע אז דער גילוי אור אלקי וואס איז געווען במ״ת איז געווען לפי שעה 23
און דערנאך איז ער נפסק געווארן -"במשוך היובל המה יעלו בהר" 24
;
און כדי אז א איד זאל זיין א כלי צום גילוי אור פון מ״ת,
וואס איז העכער פון וועלט איז עס דוקא דורך זיין עבודה 25
,
וואס דורך דעם ווערט אויפגעטאן א גילוי ויחוד נצחי.
ה.
מיט דעם איז מובן ווי אזוי עבודת אברהם
(והאבות בכלל)
אין קיום התורה ומצות איז א חלק פון תורה - א הוראה נצחית צו יעדן אידן אין אלע זמנים: אויך לאחרי מ״ת,
בכדי אז דער גילוי פון מ״ת זאל נתגלה ונתאחד ווערן מיט דעם אידן הלומד תורה ומקיים המצוה,
דארף זיין די הקדמה פון עבודה מצ״ע ע״ד עבודת האבות:
כשם ווי ביי כללות ההכנה צו מ״ת,
איז בכדי עס זאל נמשך ווערן אין דער בריאה די בחי׳ פון אלקות און תורה וואס איז העכער פון וועלט,
האט פריער געדארפט זיין די שלימות אין דער עבודה און ביטול פון נבראים מצ״ע,
און דורכדעם ממשיך זיין דעם אור וואס איז שייך און בערך הבריאה - וואס דאס האט זיך אויפגעטאן דורך עבודת האבות 26
-און ערשט נאכדעם איז נמשך געווארן אין דער בריאה אן אור וואס איז העכער פון וועלט 27
;
עד״ז איז אויך בפרטיות אין עבודת בנ״י: בכדי דער אור שלמעלה מהבריאה
(וואס ווערט נמשך באופן דמלמעלה למטה,
כנ״ל)
זאל נתגלה און נתאחד ווערן מיט דעם אידן הלומד תורה ומקיים מצות,
דארף ביי אים פריער זיין שלימות העבודה און ביטול וזיכוך פון זיין מציאות,
וואס דורך דעם ווערט ביי אים אויפגעטאן די התאחדות מיט אלקות ותורה שבערך הבריאה - און דעמאלט ווערט ער א כלי צו דער המשכה וגילוי פון תורתו של הקב״ה ווי זי איז געגעבן געווארן במ״ת,
וואס איז לגמרי העכער פאר דער בריאה.
[דאס איז בדוגמת מרז״ל 28
"לעולם יעסוק אדם בתורה ומצות אע״פ שלא לשמה שמתוך שלא לשמה בא לשמה",
וואס אט דער סדר איז - כמשמע מאומרו ״לעולם״ - ניט בלויז בשייכות צו אזא איינעם וואס קען ניט האלטן בהתחלת עבודתו ביי לימוד לשמה,
נאר דאס איז דער סדר הלימוד ע״פ תורה 29
-ווארום דורך לימוד התורה שלא לשמה,
אפילו אין דער העכסטער מדרי׳ פון שלא לשמה,
ווערט דער איד פאראייניקט מיט דער בחי׳ תורה
(ניט ווי זי איז מצ״ע,
העכער פאר וועלט,
נאר)
ווי זי האט א שייכות צו וועלכער ס׳איז מציאות אין וועלט
(וואס אין דעם באשטייט דער תכלית צוליב וועלכן ער לערנט)
30
- און דאס איז די הקדמה צום צוקומען דורכדעם צום לימוד התורה לשמה
(וואס זי איז תורתו של הקב״ה),
אז ער פארבינדט זיך מיט דעם אויבערשטן אליין דורך תורתו 31
ווי זי איז העכער לגמרי פון התלבשות אין וועלט].
און כאטש אז מ״ת האט גע׳פועל׳ט א חידוש אין יעדער מדרי׳ פון לימוד התורה,
אז דורכדעם ווערט נמשך תורה ווי זי איז העכער פון מציאות העולם,
כמרז״ל 32
"כל ת״ח שיושב וקורא ושונה ועוסק בתורה הקב״ה יושב כנגדו וקורא ושונה עמו"
(און עד״ז במצות),
וואס פאר מ״ת איז דאס ניט געווען - איז אבער די המשכה אין אן אופן פון העלם; כדי אז דאס זאל נמשך ווערן בגלוי און נתאחד ווערן מיט דער מציאות הלומד,
דארף ביי אים זיין די שלימות העלי׳ אין זיכוך פון זיין מציאות און די התאחדות מיט תורה וואס איז שייך צו וועלט,
כנ״ל.
ו.
כעין זה זעט מען אויך אין דעם סדר הלימוד והבנת התורה ביי יעדן אידן: ווען מ׳הייבט אן לערנען מיט א "בן חמש למקרא" די פסוקי התורה,
וואו עס רעדט זיך וועגן דעם אויבערשטן אינעם לשון פון "יד הגדולה",
"יד החזקה" וכיו״ב,
טייטשט אפ דער מלמד כפשוטו: די גרויסע האנט,
די שטארקע האנט פון אויבערשטן; און וויפל מען זאל דערביי דעם קינד ניט מסביר זיין און מפשיט זיין וואס עס מיינט ביי דעם אויבערשטן "יד הגדולה",
"יד החזקה",
שטעלט ער זיך דאך פאר אז ס׳איז א גרויסע און שטארקע גשמיות׳דיקע האנט; נאר די ״האנט״ איז גאר אסך גרעסער און שטארקער ווי די וואס ער זעט ביי זיין מלמד,
וכיו״ב.
לכאורה: וויבאלד עס איז א סתירה צו עיקרי יסודות האמונה,
אז אין לו גוף ולא דמות הגוף - איז ווי פארלאנגט עס תורה אמת מ׳זאל לערנען מיט א קינד,
אדער מיט א קטן בידיעה,
די פסוקים און ווערטער וואס מ׳מוז עם געבן צו פארשטייען כפשוטם 33 ?
ובפרט אז דער סדר הלימוד איז דער סדר ע״פ תורה: פריער לערנט מען מקרא לפי פשוטו - פשט התורה,
דערנאך - רמז ודרוש,
און דערנאך סודות התורה.
ז.
איז דער ביאור אין דעם,
בקיצור עכ״פ
(ווי שוין גערעדט כמה פעמים),
אז דאס וואס מען לערנט מיט א קינד פשוטו של מקרא,
און ער שטעלט זיך פאר אז "יד הגדולה",
"יד החזקה" לדוגמא,
איז א יד גשמי,
נאר א גרעסערע און שטארקערע פון דעם וואס ער זעט - איז דאס ניט היפך האמת; ווארום אויך דער קינד פארשטייט,
אז דאס גופא וואס דער יד גשמי פון זיין מלמד וכיו״ב האט אין זיך כח ויכולת און אלע תכונות פון א יד,
איז דאס ניט מצד זיין גשמיות׳דיקן בשר ועצמות וכו׳,
נאר מצד דעם כח וחיות וואס ס׳איז דא אין דעם
(דער נשמה - אע״פ וואס ער ווייס כלל ניט וואס דאס איז,
און זיין מלמד ווייס אויך ניט - נאר ער זאגט עס אז דאס איז א)
כח וחיות וואס קומט פון דעם אויבערשטן.
במילא פארשטייט דער קינד,
אז ווען עס רעדט זיך וועגן "יד הגדולה" און ,
יד החזקה",
און אזוי אויך די אנדערע תוארים גשמיים,
איז דאס אוודאי ניט מצד דער גרויסער גשמיות׳דיקער כמות,
נאר דאס איז מצד א רוחניות׳דיקן כח
(פון דעם אויבערשטן)
וואס איז אין עס.
ד.
ה.
אז יעדער ענין פון תורה,
וואס א קטן בידיעה לערנט און פארשטייט כפשוטו,
איז דאס א לימוד תורת אמת,
תורתו של הקב״ה; ס׳איז נאר וואס ער האט אין דעם א ידיעה מצומצמת,
וואס איז נתלבש געווארן אין פשט התורה ווי דאס קומט אראפ צו א שכל פון א בן חמש למקרא; און ערשט נאכדעם קומט ער צו,
לויטן סדר עפ״י תורה,
צו דער הבנה פון א "בן עשר שנים למשנה" 34
און שפעטער צו "בן חמש עשרה לגמרא" וכו׳,
אז באמיתיות ובפנימיות איז ער ית׳ מופשט לגמרי פון גשמיות,
ביז ווי דאס איז ע״פ סודות התורה.
און עד״ז איז עס אין דער בחי׳ פון תורה ביי יעדן לומד התורה,
אז פריער דארף זיין דער לימוד התורה כפי שורש נשמתו 35
,
וואס דער לימוד איז
(בפרט זה)
בדוגמא צום לימוד התורה פון די אבות,
דהיינו תורה ווי עס איז בערך הבריאה,
וואס דעמאלט האט ער שלימות הגילוי והעילוי ווי דאס איז אין דער בריאה; און דערנאך קומט ער צו לימוד התורה ווי זי איז בתכלית העילוי,
העכער פון דער בריאה און פון שרש נשמתו - תורה ווי זי איז געגעבן געווארן במ״ת.
ח.
דער טעם פארוואס עס פאדערט זיך די הקדמה פון עבודת האבות -צוקומען דורך עבודת האדם צו דער שלימות פון זיין מציאות
(צו אלקות און תורה וואס האט א שייכות צו דער בריאה),
אלס הכנה צום גילוי פון תורה ווי זי איז געגעבן געווארן במ״ת,
תורה שלמעלה מהבריאה - איז ניט בלויז מצד דעם מטה,
מצד דעם מענטש וואס לערנט תורה,
נאר אויך מצד הענין למעלה,
ד.
ה.
מצד התורה עצמה:
דער סדר ווי דער אור שלמעלה מהבריאה קומט אראפ אין דער בריאה,
ביז ער ווערט נתאחד מיט דער בריאה,
איז ניט אין אן אופן אז ער כמו שהוא ווערט באלד נמשך אין דער בריאה,
נאר מתחלה ווערט נמשך בלויז א הארה פון אים,
אן אור מצומצם,
וואס קומט בהתלבשות אין עניני הבריאה און לאח״ז ווערט נתגלה דער עצם האור 36 .
און עד״ז אין תורה שלמעלה מהבריאה,
אז פאר נתינת תורתו של הקב״ה במ״ת,
וואס איז באין ערוך מהבריאה,
איז פריער נמשך געווארן א הארה מצומצמת דערפון - ע״י האבות,
די בחי׳ התורה ווי זי האט א שייכות און איז בערך צו דער בריאה.
און אזוי אויך לאחרי מ״ת גופא: איידער עס ווערט נתגלה ביי א אידן תורתו של הקב״ה שלמעלה מהבריאה,
דארף פריער נמשך ונתגלה ווערן די בחי׳ התורה וואס האט א שייכות צו דער בריאה,
און לאח״ז ווערט אין אים נתגלה תורה שלמעלה מהבריאה.
און ע״ד ווי סדר הלימוד אין די חלקי הפרד״ס פון תורה וואס איינער ווערט נשתלשל פון צווייטן: פשט איז נשתלשל פון רמז,
רמז פון דרוש און דרוש פון סוד 37 .
ט.
אבער דער סדר הלימוד והעבודה הנ״ל איז נאך אלץ ניט קיין גענוגנדיקע הכנה אויפצונעמען תורתו של הקב״ה שלמעלה מהבריאה,
נאר מ׳דארף אויך אנקומען צו דער עבודה פון גלות מצרים; פונקט ווי דאס איז געווען בפעם הראשונה,
אז נאך די תורה ומצות ועבודת האבות האט געדארפט זיין גלות מצרים,
אלס הכנה צו מתן תורה.
והטעם בזה י״ל: וויבאלד די תורה ווי זי איז געגעבן געווארן במ״ת איז העכער לגמרי פון דער בריאה,
איז ניט מספיק דאס וואס דער נברא דערגרייכט מיט זיין עבודה צו זיין שלימות און ער ווערט נתאחד מיט דער תורה ווי זי איז בערך הבריאה,
ווארום נברא האט דאך פארט קיין שום ערך ניט צו בורא.
און דעריבער דארף אויך זיין א שינוי אין נברא - די הקדמת הפעולה פון "גלות מצרים",
וואס דוקא דורכדעם ווערט ביי אים נתגלה תורתו של הקב״ה.
דער גלות מצרים איז געווען,
ווי עס שטייט אין פסוק 38
"בחומר ובלבנים ובכל עבודה בשדה גו׳ אשר עבדו בהם בפרך",
וואס ענינו אין לימוד התורה איז ווי מבואר אין זהר 39
- "בחמר דא ק״ו ובלבנים דא לבון הלכה",
וואס עבודת פרך בכללות איז - עבודת נשים לאנשים* 39
- די עבודה ויגיעה וואס איז היפך טבעו ורגילותו פונעם אדם - און דוקא דורך דער עבודה ויגיעה היפך טבעו ווערט דער ביטול והזדככות המציאות פונעם נברא,
אז אין אים זאל קענען נתגלה ווערן תורתו של הקב״ה,
וואס איז העכער פון וועלט 40 .
יו״ד.
עפ״ז קען מען מסביר זיין א סיפור תמוה לכאורה פון אדמו״ר הצ״צ: ווען דער צ״צ איז נאך געווען יונג,
האט אמאל דער אלטער רבי אים אריינגערופן און געזאגט אז ער וויל אים געבן
(עניני)
תורה במתנה.
דער צ״צ האט דאס ניט אנגענומען,
זאגענדיג דעם טעם,
אז תורה וויל ער נעמען ביגיעה,
דורך אייגענער האראוואניע.
כו״כ שנים שפעטער,
ווען הוסיף חכמה על חכמתו 41
,
האט דער צ״צ געזאגט אז עס פארדריסט פארוואס ער האט ניט אנגענומען דעם אנבאט פון אלטן רבי׳ן; ווארום וויפל הויכע תורה־ענינים דער אלטער רבי וואלט אים געגעבן וואלט ער נאך אלץ געקענט האבן יגיעה אין תורה - אויף נאך העכערע ענינים - וויבאלד אז תורה איז דאך בלי גבול ותכלית.
לכאורה קען מען דערויף פרעגן: מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר?
ס׳איז דאך שווער צו זאגן,
אז זייענדיג אין א מצב ראוי אז דער אלטער רבי האט אים געוואלט געבן ענינים פון תורה במתנה,
האט ער זיך ניט געכאפט אויף אזא סברה פשוטה,
זייענדיג א גדול בידיעת התורה וכו'.
וי״ל די הסברה אין דעם: אז דאס איז ניט געווען קיין חרטה אויף זיין פריערדיקן ניט וועלן נעמען די ענינים פון תורה במתנה,
נאר וויבאלד אז דעמאלט בשעת דער אלטער רבי האט דאס אים געוואלט געבן,
האט ער געפילט אז אים פעלט נאך די הכנה פון עבודת היגיעה אין תורה - יגיעה מתאימה לקבלת הצעה כזו,
האט ער דעריבער געהאלטן אז ער איז נאך ניט קיין כלי צו דער תורה וואס דער אלטער רבי האט אים געוואלט געבן במתנה.
נאכדעם ווי בא אים איז אבער געווען אויך די יגיעה אין תורה,
האט ער געפילט אז ער איז א "כלי" הראוי צו דער מתנה שבתורה,
אז ס׳זאל אים נתגלה ווערן די תורה וואס איז העכער פאר זיין יגיעה.
וי״ל אט די הקדמה הנ״ל פון דער עבודה ויגיעה אין תורה איז ע״ד דוגמא ווי גלות מצרים איז געווען א הכנה צו מתן תורה.
(משיחות יום ב׳ דחגה״ש,
תשל״ה פורים תשכ״ט)