א.
עס שטייט אין משנה 1
: "עשרה דורות מנח ועד אברהם להודיע כמה ארך אפים לפניו שכל הדורות היו מכעיסין ובאין עד שבא אברהם אבינו וקבל שכר כולם".
דארף מען פרשטיין: וויבאלד די עשרה דורות זיינען געווען "מכעיסין ובאין",
ווי עס ווערט געזאגט אין דער משנה גופא,
טא וואס פאר א שכר האט זיי געקומט וואס אברהם האט עס באקומען?
נאכמער,
פריער זאגט די משנה: "עשרה דורות מאדם ועד נח להודיע כמה ארך אפים לפניו שכל הדורות היו מכעיסין ובאין עד שהביא עליהם את מי המבול״ - ניט צוגעבנדיק אז נח "קבל שכר כולם״; און ס׳איז פארשטאנדיק אין פשטות: וויבאלד ״היו מכעיסין ובאין",
האבן זיי במילא קיין שכר ניט פארדינט.
לויט דעם ווערט נאך מער ניט פארשטאנדיק,
פארוואס ביי די "עשרה דורות מנח ועד אברהם",
וועלכע זיינען אויך געווען ״מכעיסין ובאין",
פירט אויס די משנה אז אברהם "קבל שכר כולם"?
פאראן מפרשים 2
וואס פארענטפערן,
אז יעדער מענטש האט א פאראויס באשטימטן חלק אין גן עדן 3
,
נאר אויב ער איז "נתחייב"
(וואס דעמאלט נעמט ער "חלקו בגיהנם")
דאן קומט א צווייטער וואס איז "זכה",
און "נוטל חלקו וחלק חבירו בג״ע" 3 .
לפי זה אבער ווערט שווער אינעם ערשטן פאל - "עשרה דורות מאדם ועד נח כו"׳: וויבאלד זיי זיינען אויך געווען ״מכעיסין ובאין",
און נח איז געווען "צדיק גו׳ בדורותיו" 4 ,
האט דאך נח געדארפט נעמען "חלקו וחלק חבירו
(פון די עשרה דורות)
בג״ע"?
ב.
מפרשים 5
זיינען עס מסביר: היות אז נח האט ניט מתפלל געווען על אנשי דורו 6 ,
ער האט זיך ניט אפגעגעבן מיט מקרב זיין די מענטשן פון זיין דור צום אויבערשטן און פועל זיין זיי זאלן זיך פירן כדבעי 7 ,
דעריבער איז זיין "זכה" ניט געווען גענוג גרויס אז ער זאל נעמען "שכר כולם";
משא״כ אברהם,
וואס האט מפרסם געווען אלקותו בעולם
("ויקרא שם בשם ה׳ א־ל עולם" 8 )
און האט מקרב געווען מענטשן צום אויבערשטן,
ווי חז״ל 9
זאגן אויפן פסוק 10
"ואת הנפש אשר עשו בחרן",
האט ער דעריבער זוכה געווען צו מקבל זיין "שכר כולם".
עס בלייבט אבער נאך אלץ ניט מובן: אננעמענדיק אז אויך די עשרה דורות שמאדם ועד נח האבן גרייט א באשטימטן שכר
(ווייל כל אדם יש לו חלק בג״ע וכו',
כנ״ל)
און וויבאלד אז נח האט זייער שכר ניט באקומען ווייל אים האט געפעלט דער זכות דערויף -היינט ווער האט גענומען זייער חלק אין ג״ע?
און מ׳קען ניט זאגן,
אז קיינער האט עס טאקע ניט באקומען,
ווארום אויף ג״ע שטייט 11
"ויניחהו בג״ע לעבדה ולשמרה",
און לאחר חטא עץ הדעת איז דער ג״ע דער ארט פון קבלת השכר פאר דעם לעבדה אלו רמח מ״ע און לשמרה אלו שסה מל״ת 12
אין עולם הזה - ג״ע איז באשטימט פאר דעם אדם מיט א תכלית און ציל; קען דאך ניט געמאלט זיין אז אן ארט אין ג״ע זאל בלייבן ״ליידיג״ ובפרט אן ארט וואס איז כולל חלקים פון אלע מענטשן פון צען דורות און גאר לאנגע דורות 13
- עמיצער מוז דארט קומען און דערפילן דעם תכלית פון ג״ע.
מוז מען דעריבער זאגן,
אז די עשרה דורות מאדם עד נח האבן מלכתחילה ניט געהאט קיין שום צוגעטיילטן חלק -שכר; מ׳דארף אבער פארשטיין: מיט וואס זיינען זיי מיט זייער ״מכעיסין״ געווען אנדערש און ערגער פון די צווייטע עשרה דורות?
ג.
אויך איז ניט פארשטאנדיק: וואס איז בכלל דער חידוש פון דער משנה אז דער אויבערשטער איז אן "ארך אפים"?
ס׳איז דאך א בפירוש׳ער פסוק 14
: ״ה׳
(א־ל)
ארך אפים" און דאס מיינט
(ווי רש״י 15
ברענגט אראפ)
"לצדיקים ולרשעים"?
בפשטות קומט אויס 16 ,
אז דער חידוש פון דער משנה איז - "כמה ארך אפים כו'": אין פסוק ווערט ניט דערמאנט ביז וויפל עס ציט זיך דעם אויבערשטנ׳ס "ארך אפים"; דעריבער זאגט די משנה "להודיע כמה כו'",
אז דער אויבערשטער איז מאריך אף ביז אפילו "עשרה דורות".
מען דארף אבער פארשטיין: וואס איז טאקע די הסברה דערפון וואס דער אויבערשטער איז מאריך אף ביז אפילו "עשרה דורות"?
און וואס איז די הדגשה פון "עשרה דורות" דוקא?
ד.
וועט מען דאס אלץ פארשטיין דורך מבאר זיין נאך אן ענין: דער סדר המשניות איז דאך אויסגעשטעלט בדיוק 17 ,
ובפרט - אין דעם זעלבן פרק,
און וויבאלד אזוי: וואס איז די שייכות פון דער משנה פון "עשרה דורות מאדם" צו דער פריערדיקער משנה "בעשרה מאמרות נברא העולם כו'"?
אויב בלויז צוליבן סדר הענינים אין זמן,
וואס די עשרה דורות מאדם עד נח האבן זיך אנגעהויבן גלייך נאך "נברא העולם",
האט דער תנא געדארפט מקדים זיין די שפעטערדיקע 18
משנה "עשרה דברים נבראו בערב שבת בין השמשות כו ,
" וואס רעדט וועגן דעם סיום פון ״נברא העולם״ - פאר דעם זמן פון די "עשרה דורות כו״׳ 19 .
איז דער ביאור אין דעם: אין דער פריערדיקער משנה ווערט געזאגט אז "בעשרה מאמרות נברא העולם כו׳" און אז דאס לערנט אונז א צווייענדיקן ענין: "להפרע מן הרשעים שמאבדין את העולם כו׳ וליתן שכר טוב לצדיקים שמקיימין את העולם כו׳".
און בהמשך ובהתאם צו די צוויי לערנונגען בקשר צו די צוויי סוגי בני אדם
[א)
להפרע מן הרשעים שמאבדין כו'.
ב)
וליתן שכר טוב לצדיקים שמקיימין כו']
לערנט די צווייטע משנה אין די זעלבע צוויי ענינים 20
:
א)
"עשרה דורות מאדם ועד נח וכו'" - וואס די עשרה דורות זיינען געווען רשעים וואס האבן מאבד געווען דעם עולם,
דעריבער האט דער אויבערשטער זיי מעניש געווען
(״להפרע״)
- "שהביא עליהם את מי המבול".
ב)
"עשרה דורות מנח ועד אברהם כו' עד שבא אברהם וקבל שכר כולם״ - וואס הגם אויך אט די עשרה דורות "היו מכעיסין ובאין",
האט אבער אברהם אבינו "מקיים" געווען דעם עולם: ער האט גע׳פועל׳ט א קיום אויך אין די אלע זיינע עשרה דורות 21 ,
און דערפאר איז געווען "שכר כולם" און ער האט גענומען "שכר כולם".
ה.
ס׳איז אבער נאך אלץ ניט מוסבר: וואס איז פארט דער הפרש צווישן די ביידע עשרה דורות,
וואס דוקא אין די צווייטע האט מען געקענט אויפטאן א "קיום"
(און דורך דעם מקבל זיין "שכר כולם")?
איז דער ביאור אין דעם:
ע״ד ווי בא מלחמות - כפשוטן - פון אידן איז געווען זאכן וואס מען האט מחרים געווען און זאכן וואס מען האט גענומען בשלל,
אזוי אויך אין דער מלחמה מיטן רע שבעולם זיינען פאראן צוויי סוגים ברע 22
(און במילא צוויי אופנים ווי צו "טאן" 23
מיט זיי 24 )
:
א)
זאכן וואס זיינען אינגאנצן רע,
זיי האבן ניט אין זיף קיין טוב; און אזעלכע זאכן דארף מען מאבד זיין - ע״ד פון "שבירתן זוהי טהרתן" 25 .
און ווי ס׳איז מבואר אין לקו״ת 26
אין דעם ענין פון שריפת הפרה,
אז "פרה" איז מרמז אויף די מעשים רעים וואס זיינען "באמת רע גמור מצ״ע",
וואס דערפאר פארברענט מען די פרה - ווייל "אין לה תקנה אלא ביטולה והעברתה מן העולם"; און עס בלייבט איבער בלויז דער אפר,
וואס באווייזט אויפן עצם "כח המתאווה" וואס איז ניט "רע מצד עצם עצמותו".
ב)
זאכן,
וואס הגם און אפילו ווען בגילוי זעט זיך ניט אין זיי קיין טוב,
פונדעסטוועגן האבן זיי אין זיך א ניצוץ טוב; וואס דערפאר דאית מען זיי ניט מאבד זיין,
נאר טאן מיט זיי ביז מ׳וועט,
אדרבה,
זיי מקיים זיין,
דורך דעם וואס מ׳וועט זיי מהפך זיין מרע לטוב
[ביז,
ע״ד ווי דער לשון חז״ל 27
: "מצעות שהציעה לו באיסור הציעה לו בהיתר"]
און דאס איז דער הפרש צווישן די ביידע "עשרה דורות": דער רע פון די עשרה דורות שמאדם עד נח איז געווען רע גמור,
און אזא רע איז מאבד די וועלט; דעריבער האט דער אויבערשטער זיי אינגאנצן אפגעווישט פון דער וועלט,
"הביא עליהם את מי המבול".
משא״כ די עשרה דורות שמנח ועד אברהם,
כאטש אויך זיי "היו מכעיסין ובאין",
דאך איז זייער רע געווען פון אזא סוג וואס מ׳האט עס געקענט מהפך זיין לטוב; און דערפאר,
בשעת אברהם אבינו איז געקומען און האט דורך זיין עבודה "מקיים" געווען די וועלט,
ער האט מתקן און משלים געווען די אלע עשרה דורות - האט ער באקומען "שכר כולם".
ו.
דער טעם וואס דער אויבערשטער איז מאריך אף ביז עשרה דורות:
שוין גערעדט פיל מאל 28
,
אז "עשר" איז א גאנצער און פולקאמער מספר וואס איז אין זיך כולל אלע שלימות׳ן 29
; און פונקט ווי דאס איז אין צד הקדושה,
אזוי איז עס אויך אין היפך הקדושה: דער גאנצער און פולער פארנעם פון רע איז אויסגעשטעלט אין דעם מספר פון עשר,
פון צען בחינות 30 .
און דערפאר איז דער אויבערשטער מאריך אף
(ווארטנדיק מ׳זאל תשובה טאן)
ביז עשרה דורות - ד.
ה.
ביז צו דער פולער מאם פון "מכעיסין ובאין" אין אלע צען בחינות
(דורות)
פון רע 31 .
ז.
יעדער מענטש ווערט דאך אנגערופן ״עולם קטן״ 32
- איז פונקט ווי עס זיינען פאראן צוויי תקופות פון עשרה דורות אין "עולם גדול",
אזוי זיינען דא אט די ביידע "תקופות" ביים "עולם קטן" - בא א יחיד אין עבודתו ית׳:
ווען א מענטש איז אין משך פון גאנצע ״צען טעג״ אריינגעטאן אין ענינים בלתי רצויים און פונדעסטוועגן "וטוב לו",
קען ער דאך מיינען אז אויך ווייטער וועט זיין מצב זיין ווי ביז איצט - ,
והתברך בלבבו לאמר שלום יהי׳ לי כי בשרירות לבי אלך״ 33
- זאגט אויף דעם די משנה,
אז דאס וואס ער האט געהאט השפעת הטוב ביז אהער
(הגם ער איז ניט כדבעי)
איז עס דערפאר וואס דער אויבערשטער איז "מאריך אף" 34
; אבער דאס וועט נפסק ווערן נאך דעם באשטימטן זמן 35 .
און דעריבער דארף ער טאן זיין עבודה אין אן אופן פון "הביא עליהם את מי המבול״ - אינגאנצען מבטל זיין די ענינים בלתי רצויים.
אבער די עבודה איז ניט מספיק,
ווארום וויבאלד עס זיינען שוין דורכגעגאנגען גאנצע ״צען טעג״ אויף ענינים בלתי רצויים,
פעלט דאך אין די ענינים טובים וואס ער האט אין דעם פארגאנגענעם זמן געקענט
(ובמילא - געדארפט)
אויפטאן - און ס׳איז דאך "ימים יצרו גו"׳ 36
: יעדער מענטש האט א געוויסע צאל טעג וואס זיינען פאר אים באשטימט צו טאן אין עבודת ה׳;
דעריבער מוז ער זיך פארנעמען מיט דער צווייטער עבודה
(פון די צווייטע "עשרה דורות")
: פועל זיין א "קיום" אויך אין די פריערדיקע טעג - דורך דער עבודה פון אתהפכא חשוכא לנהורא,
איז ער מתקן און משלים אויך דאס וואס ער האט פארפעלט אין די פריערדיקע טעג,
ביז אין א אופן פון "וקבל שכר כולם".
(משיחת ש״פ ראה תשל״ה)