א.
ביים סוף פון דער סדרה שטעלט זיך רש״י אויפן ווארט "בחרן",
און איז מפרש: "הנו״ן 1
הפוכה 2
לומר לך עד אברם חרון אף של מקום
(בעולם 3 )
".
דער פשוט׳ער פשט פון דעם איז
(ניט אז די נו״ן הפוכה מיינט "עד אברם חרון אף של מקום״ - ווארום וואס פאר א שייכות האט אט דער ענין צו א נו״ן הפוכה - נאר)
אז די נו״ן הפוכה קומט צו מרמז זיין,
אז אויסער דעם פשוט׳ן טייטש פון בחרן - אין דער שטאט חרן - האט דער ווארט נאך א ענין
(אפטייטש)
די באדייטונג פון "חרון
(אף)
".
וואס פאר א שייכות האט דער ענין פון חרון אף צו דעם פסוק?
איז רש״י מפרש,
אז ביז אברם׳ען איז געווען חרון אף של מקום.
עס איז אבער ניט פארשטאנדיק: רש״י׳ס טייטש פונעם ווארט בחרן
("חרון אף")
מוז דאך מתאים זיין צום תוכן פון דעם פסוק - און אין פסוק רעדט זיך ניט וועגן אברם׳ען,
נאר וועגן תרח׳ן: ״וימת תרח בחרן״ - טא פארוואס זאגט רש״י " עד אברם חרון אף",
ער האט לכאורה געדארפט פארבינדען דעם ענין פון "חרון אף" מיט תרח׳ן 4 ?
ב.
איז דער ביאור אין דעם: וויבאלד דער פסוק זאגט "וימת תרח בחרן",
איז אויב מען זאל לערנען אז דער "חרון אף" של מקום איז געווען אויף תרח׳ן,
וואלט מען דאך געמוזט זאגען אז דער "חרון אף" אויף אים איז געווען ביז צו זיין מיתה 4 .
אבער אזוי קען מען ניט לערנען,
ווייל,
לויט רש״י׳ס שיטה 5
האט תרח תשובה געטאן א ליינגען זמן פאר זיין טויט 6 .
דעריבער מוז רש״י לערנען,
אז דער חרון אף של מקום,
וואס איז מרומז אין דעם פסוק,
איז ניט אין שייכות מיט תרח׳ן ,
נאר עס מיינט דעם אויבערשטנ׳ס "חרון אף" וואס איז געווען אין וועלט בכלל 7 .
דערביי ווערט אבער די שאלה: אויב אזוי,
וואס פאר א צוזאמענהאנג האט דער "חרון אף" אין עולם מיטן פסוק ״וימת תרח בחרן״ - דער חרון אף האט דאך ניט צו טאן מיט תרח באזונדער; ובפרט אז ער האט דאך תשובה געטאן קודם מיתתו?
אויף דעם זאגט רש״י " עד אברם כו׳": דאס האט א שייכות צו ״אברם״ - צום פסוק גלייך נאך דער נו״ן הפוכה -"ויאמר ה׳ אל אברם לך לך".
ד.
ה.
מיט דער נו״ן הפוכה אין דעם ווארט "בחרן" איז די תורה מרמז,
אז ביז אברם׳ען איז געווען חרון אף של מקום,
און מיט ״אנקומען״ פון אברם,
וואס התחיל להאיר 8
- ער האט באלויכטן דעם עולם מיט ג־טלעכקייט,
ווי עס שטייט 9
"ויקרא שם בשם הוי׳ א־ל עולם״ - האט זיך אפגעטאן דער חרון אף פון עולם.
ג.
מען דארף נאך אבער פארשטיין: אמת טאקע,
אז נאכען ווארט בחרן קומט באלד דער פסוק "ויאמר ה׳ אל אברם גו׳״ - עס איז אבער פארט שווער צו לערנען אז די נו״ן הפוכה פון בחרן זאל זיך באציען צו א ווייטערדיקען פסוק 10 ?
איז דער ביאור אין דעם: א נו״ן פשוטה איז אן אות
(סופית)
וואס אונטערשטרייכט א סוף און ענדע
(פון ווארט)
און אין די אותיות סופיות גופא האט עס דעם אויסזען 11
פון א קו ארוך וואס טיילט פאנאנדער צוויי צדדים,
און אין אן אופן פון הפסק גמור.
ווארום אין א נו״ן פשוטה 12
איז דאך ניטא קיין איבערהאק
(ווי ס׳איז,
למשל,
דא אין א קו״ף,
צווישן דעם רי״ש מיטן קו)
דורך וועלכע מען זאל קענען דורכגיין פון איין זייט צום צווייטן.
און פון דעם וואס די תורה האט אויסגעקליבען משנה זיין דוקא דעם נו״ן פון "בחרן" בכדי צו ווייזן אויף חרון אף,
און נאכמער - נאר דעם נו״ן,
חאטש לכאורה האט מען געדארפט משנה זיין דעם גאנצען ווארט - וואס איז דער ווארט חרון
(ובפרט אז ער שטייט בכ״מ בתורה 13
חסר וא״ו),
איז א ראי׳ אז גלייכצייטיק ווערט דערין מרומז אז דער חרון אף ווערט נפסק ביים סוף פון דער פרשה 14 .
און דעריבער לערנט רש״י " עד אברם חרון אף כו׳״,
ביז אברם׳ען איז געווען חרון אף און ער איז דא נפסק געווארן.
ד.
מען קען נאך אבער אלץ פרעגן: הגם אז די נו״ן איז מרמז אויף א הפסק צווישן צוויי צדדים - ובעניננו: צווישן סיום פ׳ נח און התחלת פ׳ לך - עס זיינען דאך אבער פאראן צוויי אופנים ווי אזוי ארויס צו ברענגען דעם הפסק: א)
אז דער "חרון אף" איז געווען ביזן סיום התקופה פון פ׳ נח - דער צד חיובי ,
אז דער "חרון אף" האט געדויערט ביז דעמאלט; ב)
אז דער "חרון אף" איז געווען ביזן תקופה פון פ׳ לך - דעם צד השלילי ,
אז דעמאלט האט אויפגעהערט דער "חרון אף".
וויבאלד רש״י איז מפרש דעם ווארט "בחרן",
האט ער לכאורה געדארפט זאגען
(ווי לויט דעם ערשטן אופן)
אז דער חרון אף האט געדויערט ביזן סיום התקופה פון פ׳ נח - פארוואס זאגט רש״י "עד אברם כו׳",
וואו די הדגשה איז אויפן אויפהער
(ביטול)
פונעם "חרון אף"?
אין אמת׳ן אבער איז עס קיין קשיא ניט: די
(תקופה פון)
פ׳ נח שליסט זיך מיטן ״ וימת תרח בחרן״ - וואס מיתתו של תרח
(ווי רש״י איז מפרש מיט איין דיבור פריער)
איז געווען מער ווי זעכציק יאר נאך דעם ווי אברם איז געקומען אין ארץ כנען - ובכן קען דאך רש״י ניט זאגען,
אז ביז מיתת תרח האט זיך געצויגען דער חרון אף של מקום אין עולם,
ווארום ווען אברם איז געקומען און דעם עולם באלויכטן
(ווייניגסטענס - זעכציק יאר פאר מיתת תרח)
איז שוין נפסק געווארען דער חרון אף.
דעריבער איז רש״י מדייק "עד אברם כו׳״ - דערמיט אונטערשטרייכט ער אז דער הפסק פון דעם נו״ן,
פון דעם חרון אף,
הגם ער איז מרומז בסיום הפרשה,
איז ער אבער ניט פארבונדן מיטן זמן פון "וימת תרח",
נאר מיטן כללות׳דיקן זמן פון סיום התקופה פון ״עד אברם״ פאר אברם׳ן; אין די עשרה דורות - דער אנהויב תקופה פון אברם׳ען.
ה.
עס פאדערט זיך אבער ביאור: צו וואס דארף די תורה בכלל
(שטעלן א נו״ן הפוכה און)
דערציילן אז במשך די עשרה דורות ביז אברם׳ען איז געווען דעם אויבערשטנ׳ס חרון אף בעולם - ס׳איז דאך א דבר המובן מעצמו: וויבאלד זיי האבן אזוי פיל געזינדיקט,
געדינט ע״ז 15
וכו׳,
איז פארשטאנדיק 16
אז דער אויבערשטער איז געווען ניט צופרידן פון זייער הנהגה,
און ס׳איז געווען חרון אף של מקום בעולם?
איז דער ביאור אין דעם: בשעת מען לערנט אין דער פרשה וועגן די מענטשן פון יענע דורות און מ׳זעט אז זיי האבן מאריך ימים געווען א סאך מער ווי 120 יאר 17
,
איז שווער צו פארשטיין: ווי קומט עס אז רשעים זאלן אזוי פיל מאריך ימים זיין?
קען מען דעריבער קומען צו א סברא,
אז טראץ דעם וואס זיי האבן געזינדיקט,
איז אבער
(מצד איזה טעם שהוא - לדוגמא: עס אחד ושפה אחת לכולם,
שלום.
כבוד אב - ווי רש״י זאגט דא.)
דעם אויבערשטן געווען געפעלן עפעם אין זייער הנהגה און ער איז געווען צופרידן פון זיי - באווארענט עס דעריבער די תורה דורך שטעלן א נו״ן הפוכה,
אז דער אויבערשטער איז פון זיי געווען ניט נאר ניט צופרידן,
נאר אדרבה: ס׳איז געווען חרון אף של מקום.
אי,
ווי קומט עס צו זיי אזא אריכות ימים?
איז עס ווייל כך עלה ברצונו של הקב״ה,
און דעם טעם דערפון ווייסן מיר ניט 18 .
אדער
(ע״ד הפשט)
: עס איז פארשטאנדיק בשכל אז אדם הראשון יצור כפיו פון דעם אויבערשטן דארף זיין דער מאריך ימים ביותר
(ווען ניט דער חטא עץ הדעת)
און וואס א דור ווייטער פון עס איז,
בכלל,
שוואכער און נעענטער צו אריכות ימים פון אונזערע דורות.
ו.
הגם אז בפירוש,
אין דרך הפשט איז דא רש״י ניט מבאר א טעם,
פארוואס די עשרה
(עשרים)
דורות האבן מאריך ימים געווען,
איז ער דאס אבער מרמז על פי דרך הסוד שבתורה; און ווי גערעדט שוין פיל מאל,
אז אין פירוש רש״י איז פארבאהאלטן ״יינה של תורה״ 19
(פנימיות התורה).
רז״ל זאגן 20
אז די כ״ו דורות פאר מתן תורה היו ניזונין בחסדו של הקב״ה.
איז עס מבואר אין חסידות 21
,
אז אט די דורות זיינען געשפייזט געווארן דורך דער מדריגה פון חסד שלמעלה מהשתלשלות,
וואס דארטן איז "אם חטאת גו׳ ורבו פשעיך מה תעשה לו אם צדקת מה תתן לו גו׳״ 22
: ס׳איז העכער פון דעם אז מצוות און עבירות זאלן פארנעמען אן ארט 23 .
און דעריבער קענען פון דארטן מקבל זיין חיות אפילו עוברי עבירות * 23 .
און אזוי ווי ס׳איז דא א כללות׳דיקער אונטערשייד צווישן די כ״ו דורות פון פאר מ״ת און די וואס נאך מ״ת,
על דרך זה איז אויך דא א חילוק פרטי אין די כ״ו דורות גופא: די ערשטע צוואנציק דורות,
פאר די "שני אלפים תורה" 24 ,
איז ביי זיי געווען דער ענין פון ניזונין בחסדו של הקב״ה שלמעלה מהשתלשלות מער - ווי ביי די לעצטע זעקס דורות 25 .
און אט דעם ענין איז רש״י מרמז מיט די ווערטער "חרוף אף ״ - לכאורה קען מען פרעגן: צו וואס דארף רש״י מוסיף זיין דעם ווארט "אף"?
דא איז דאך נוגע בלויז דער ווארט "חרון",
מיט וועלכן ער פארטייטשט דעם רמז פון "חרן" 26 .
נאר מיטן ווארט ״אף״ איז מרומז דער ענין פון היו ניזונין בחסדו של הקב״ה,
בחי׳ חסד שלמעלה מהשתלשלות - ווארום ״אף״ ווייזט אויף דער בחי׳ פון אור שלמעלה מהשתלשלות,
כדלהלן.
ז.
רש״י שרייבט אין פרשת בשלח 27
אז חרן איז מגזרת "חרה"; און דער ווארט "חרה" געפינט מען ניט בלויז ביי אף
(חרה אף 28 ),
נאר אויך בשייכות מיט "גרון",
ווי עס שטייט 29
"נחר גרוני",
און ווי רש״י טייטשט אז "נחר" איז פון לשון "חרה"
(דער האלז איז טרוקן).
אט די צוויי פירושים זיינען אויך פאראן אין דעם ענין פון "חרן": א)
ווי רש״י טייטשט דא: חרון אף של מקום; ב)
חרן
(עס הכולל)
בגימטריא גרון 30
-און חרן
(אותיות נחר)
איז מרמז אויפן ענין פון "נחר גרוני" 31 ,
דער האלז איז טרוקן,
ובמילא קען דער קול ניט דורכגיין דעם גרון ווי עס דארף צו זיין.
דער חילוק צווישן די צוויי ענינים איז:
"גרון" איז א ממוצע צווישן ראש,
מוח און לב 32 .
ד.
ה.
אז די השפעה פון שכל שבמוח וואס קומט אראפ אין די מדות שבלב גייט דורך דעם גרון; און בעת דער גרון איז אין א מצב פון "נחר גרוני",
דערלאזט עס ניט אז די השפעת השכל זאל אראפקומען אין לב.
משא״כ אף איז העכער פון גרון און דער ענין פון "אף" איז העכער פון חכמה,
ווארום חכמה איז ראשית ההשתלשלות,
אבער ריח דערלאנגט העכער פון השתלשלות 33 .
און דאס איז רש״י מדייק אין אונזער פסוק מיטן לשון "חרון אף ": דא ווערט ניט געמיינט חרן מלשון נחר גרוני ,
ווייל היות דא רעדט זיך וועגן די דורות פאר שני אלפים תורה,
וואס זיינען געווען ניזון פון חסד שלמעלה מהשתל׳
( למעלה מהחכמה)
- איז במילא דא ניט נוגע וואס עס טוט זיך מיטן גרון וואס איז א ממוצע צווישן חכמה און נידעריקער; דעריבער איז רש״י מדגיש וועגן "חרון אף ",
וואס באווייזט אויף בחי׳ האור שלמעלה מהשתלשלות.
און אויף דעם זאגט רש״י,
אז אט אזא סדר,
אז עוברי רצונו זאלן מקבל זיין די השפעה פון למעלה מהשתלשלות,
איז געווען בלויז "עד אברם",
ווייל דאס איז געווען א סדר פון שני אלפים תהו; אבער בעת עס האבן זיך אנגעהויבן שני אלפים תורה,
איז נפסק געווארן דער ״חרון אף ״ - די השפעה פון למעלה מהשתל׳: דעמאלט איז געווארן די התחלה פון מדידה ע״פ תורה,
אז אלע השפעות מוזן דורכגיין עפ״י החשבון פון שכל התורה 34 .
ח.
דאס איז אויך דער ביאור און טעם פנימי פון דעם וואס דער ענין פון "עד אברם חרון אף של מקום" איז מרומז דוקא אין דעם שינוי פון א נו״ן פשוטה 35
:
מיט דער התחלה פון שני אלפים תורה,
וואס האט זיך אנגעהויבן מיט אברהם אבינו 36 ,
איז נמשך געווארן דער אור מקיף אין א פנימיות,
און בשעת דער אור שלמעלה מהשתל׳ שטייט אין א המשכה בפנימיות,
קען פון אים ניט זיין קיין יניקה לחיצונים;
וכידוע 37 ,
אז פון בחי׳ המקיף שלמעלה מהשתלשלות קענען קליפות יונק זיין נאר בעת דער אור פארבלייבט בבחי׳ מקיף,
משא״כ ווען דער אור מקיף ווערט נמשך בפנימיות,
ווערט די השפעה נמשך נאר אין קדושה.
און דאס איז מרומז אין א נו״ן פשוטה,
וואס מען געפינט אין איר צוויי ענינים וועלכע זיינען מהקצה אל הקצה 38
: א)
דער מספר פון נו״ן ווייזט אויפן שער הנו״ן וואס איז העכער פון השתלשלות 39 .
ב)
איר ציור און תמונה 40
,
וואס זי האט א רגל ארוכה,
ווייזט אויף המשכה למטה מטה 41 .
דאס הייסט,
אז דער ענין פון נו״ן פשוטה איז צו ממשיך זיין דעם אור שלמעלה מהשתלשלות,
דער "מעלה עד אין קץ",
אין "מטה עד אין תכלית".
וואס דאן ווערט בטל די יניקה לקליפות,
און די השפעה קומט אן בלויז לבחי׳ הקדושה.
און ווי ס׳איז מבואר אין לקו״ת 42
אין דעם ענין פון דער נו״ן פשוטה וואס אין "ובו תדבקון" 43
,
אז דער תכלית העילוי פון "ובו תדבקון" דארף מען ממשיך זיין למטה מטה,
ביז אז אויך בחי׳ עשי׳ זאל זיין "כולו קודש לה׳" וואס דאן "לא יהי׳ יניקה לסט״א וחיצונים כלל".
און די שני אלפים תורה זיינען א הקדמה והכנה צו שני אלפים ימות המשיח,
וואס דאן וועלן נמשך ווערן אלע מקיפים דעתה בפנימיות 44 ,
ובמילא וועט זיין
(ווי ער איז מסיים דארט אין לקו״ת)
ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ 45
בביאת משיח צדקנו 46
בקרוב ממש.
(משיחת ש״פ נח תשכ״ז)