B"H
🏡

Ikar

נח ד

א.

עס שטייט אין משנה 1

: "חביב אדם שנברא בצלם,

חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם שנאמר 2

כי 3

בצלם אלקים עשה את האדם".

זאגט דער תוספות יו״ט,

אז פון דעם וואס דער תנא ברענגט דעם פסוק "כי בצלם גו׳" וואס איז געזאגט געווארן צו נח ובניו איז מובן,

אז מיט "חביב אדם כו׳" ווערן געמיינט בני אדם בכלל,

(אויך)

בני־נח 4 .

און דערמיט איז ער מבאר דעם שינוי הלשון,

וואס אין דער בבא נוצט דער תנא דעם תואר

(חביב)

אדם,

און אין די ווייטערדיקע בבות

(חביבין)

ישראל - ווייל אין יענע בבות רעדט זיף וועגן דער חביבות

(מצד די מעלות)

וואס זיינען דא נאר ביי אידן

("נקראו בנים למקום",

״ניתן להם כלי חמדה״)

; משא״כ דער ענין פון "נברא בצלם" איז דא ביי כללות מין המדבר.

און די נפק״מ פון דעם לגבי אידן - וואס צוליב דעם האט מען דעם ענין אריינגעשטעלט אין מס׳ אבות וואס איז הוראות פאר אידן בעבודתם הם - איז ער מסביר לויטן פסק דין פון רמב״ם 5

: "צוה משה רבינו

(ע״ה 6 )

מפי הגבורה לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו בני נח",

און זיי דארפן מקיים זיין די מצות

(ניט מצד "הכרע הדעת",

נאר)

"מפני שצוה בהן הקב״ה בתורה" 7

;

און דאס מיינט דער תנא מיט "חביב אדם שנברא בצלם": דערמיט גיט ער אן אנווייזונג ווי אזוי א איד דארף

(און קען)

באווירקן "כל באי העולם" צו אויספאלגן מצוות הקב״ה צו זיי - דורך מסביר זיין זיי זייער חביבות,

"שנברא בצלם",

וואס דעריבער איז "מוטל עליו לעשות רצון קונו" 8 .

ב.

עס איז מובן ופשוט,

אז אפילו לויט עס פירוש אז "אדם" דא מיינט דעם גאנצן מין המדבר 9

,

איז עס אבער כולל אויך א בן ישראל,

וואס איז זיכער "נברא בצלם

(אלקים)

".

און דאס איז מתאים מיט פירוש כ״ק מו״ח אדמו״ר 10

,

אז ״צלם״ מיינט די נפש השכלית וואס איז פאראן סיי ביי אידן און סיי ביי בני נח; און דער כפל לשון המשנה - "חביב אדם שנברא בצלם,

חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם״ - גייט אויף די צוויי בחי׳ ״צלם״ 11

: "חביב אדם שנברא בצלם" גייט אויף דער נפש השכלית "שבכללות מין האנושי",

און "חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם" מיינט די נפש השכלית שבישראל,

וואס איר צלם איז העכער פון דעם צלם פון כללות מין האנושי

(וכדלקמן סעיף ד).

אעפ״כ,

פון דעם גופא וואס אין ענין ה״צלם" איז דא א צד השווה צווישן אידן מיט בני נח,

איז פארשטאנדיק,

אז אויך דער צלם פון א אידן איז

[ניט אזוי צוליב די ענינים ועבודות אין וועלכע ער איז לגמרי אויסגעטיילט פון ב״נ - ווארום דער זירוז אויף די ענינים קומט אין די ווייטערדיקע בבות

(און מעלות)

שבמשנה "חביבין ישראל שנקראו בנים למקום ..

שניתן להם כלי חמדה",

די

(מעלות החביבות וואס איז אויסגעטיילט פאר אידן אליין -נאר בעיקר]

צוליב זיין עבודה אלס און מיט ב״נ 12

; ד.

ה.

אז אויך אין דער עבודה איז נוגע

(ניט נאר אז א בן־נח איז "נברא בצלם" - וואס דערפאר איז "מוטל עליו לעשות רצון קונו״ - נאר אויך)

אז עס איז דא בחי׳ צלם ביי אידן

(נאר ער איז העכער פון בחי׳ צלם שבכללות מין האנושי).

דארף מען פארשטיין: וואס איז נוגע אין דעם ענין פון "חביב אדם שנברא בצלם״ - בשייכות דערמיט וואס א ב״נ דארף טאן "רצון קונו" דערפאר וואס ״נברא בצלם״

(כפירוש התוס׳ יו״ט)

- אז אויך ביי א אידן איז דא אט די מעלה וחביבות

(נאר אין א העכערן אופן,

"חיבה יתירה נודעת לו כו"׳)?

ג.

עד״ז דארף מען פארשטיין אין דער הלכה הנ״ל פון רמב״ם,

אז עס איז דא א ציווי צו אידן "לכוף את כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו ב״נ",

און נאכמער - זעהן אז דער קיום המצות שלהם זאל זיין

(ניט מצד "הכרע הדעת",

נאר)

ווייל "צוה בהן הקב״ה בתורה והודיענו ע״י מרע״ה שב״נ מקודם נצטוו בהן״ -

דלכאורה תמוה בכלל: פארוואס איז דער קיום פון מצות ב״נ פארבונדן מיט אידן

(אז זיי דארפן זען "לכוף את כל באי העולם" צו מקיים זיין די מצוות)

און מיט מתן תורה

(ומשה רבינו)?

בנוגע דעם ציווי אויף אידן וואלט מען נאך געקענט מסביר זיין,

אז דער אויבערשטער וויל אז אידן זאלן זיך פארנעמען מיט "יתקן את העולם כולו לעבוד את ה"׳ 13 ,

און דערפאר דארפן זיי באווירקן "כל באי העולם" צו מקיים זיין רצון קונם;

עס איז אבער ניט פארשטאנדיק,

פאר וואס דארפן ב״נ מקיים זיין זייערע מצות

(ניט ווייל אזוי האט דער אויבערשטער געהייסן - צו אדה״ר כו׳ 14

- נאר)

ווייל "צוה בהן הקב״ה בתורה והודיענו ע״י מרע״ה" 15 ?

בשלמא וואס אידן דארפן מקיים זיין אלע זייערע מצות - אויך די אויף וועלכע זיי זיינען נצטווה געווארן פאר מ״ת

(ווי מצות מילה)

- מצד דעם ציווי פון דעם אויבערשטן צו משה רבינו ע״ה בסיני 16

,

איז פארשטאנדיק.

ווייל מ״ת האט אויפגעטאן א שינוי עיקרי אין אידן,

וואס דעמאלט איז געווען בחירת הקב״ה בהם 17 ,

און דערפאר איז געווארן א שינוי אויך אין זייערע

(פריערדיקע)

מצוות.

וואס פאר א שייכות האט אבער מ״ת צו ב״נ 18

צו זאגן,

אז פאר מ״ת האבן זיי מקיים געווען די מצות מצד דעם ציווי ה׳ צו אדה״ר,

און נאך מ״ת - ווייל "צוה בהן הקב״ה בתורה ..

ע״י מרע״ה" 18* ?

ד.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים דעם ביאור פון כ״ק מו״ח אדמו״ר 19

אין דעם יתרון פון דער נפש השכלית

("צלם")

פון א אידן לגבי דער נפש השכלית שבכללות מין האנושי - אז "אין איר

(נפש השכלית שבנש״י)

פילט זיך א רוחניות׳דיקע איידלקייט,

און הגם ער איז דאך שכל אנושי בטבעו,

דאך האט ער א קלעפ צו רוחניות׳דיקע איידלקייט״;

משא״כ דער נפש השכלית פון א ניטאידן איז א מגושם׳דיקער פארשטאנד.

און ווי ס׳איז מבואר בכ״מ 20

וועגן לימוד חכמות חיצוניות,

אז זיי ברענגען דעם מענטשן צו א הרגש פון ישות,

ביז דאס פירט אים אריין אין גסות וכו׳.

ולכאורה פאדערט זיף ביאור: דער ענין פון שכל איז צו מברר זיין דעם "אמת" פון א זאך,

וואס דערפאר איז די זאך פון שכל צו צוטראגן זיך צו העכער פון

(אייגענע נטיות און פניות -פון)

זיך - ״רוח ..

האדם העולה היא למעלה" 21

,

ניט ווי א בעל־חי וואס "רוח הבהמה היורדת היא למטה״ 21

-

היינט ווי קומט עס,

אז דער טבע פון נפש השכלית שבב״נ איז,

פארקערט,

מוריד דעם מענטשן אין גסות?

בשלמא דער שכל פון נפש הבהמית -דער שכל השייך למדות - וויבאלד אז דער שכל איז צוליב מדות,

וואס זייער ענין איז "הרגש עצמו" 22 ,

איז מובן אז אויך דער שכל וואס איז צוליב מדות ברענגט צו ישות,

און פון דעם - צו גסות;

אבער די נפש השכלית

(אויך פון א ב״נ)

איז דאך ניט צוליב מדות,

נאר זי איז שכל צוליב דעם ענין השכל עצמו - ווי דער לימוד פון חכמת התכונה וכדומה -היינט פארוואס זאל אט דער שכל דערפירן צו ישות וגסות?

איז דער ביאור אין דעם: די אייגנשאפט פון שכל צו צוטראגן זיף צו העכער פון זיך,

איז פארבונדן מיט דעם וואס דער מענטש רעכנט זיך ניט מיט

(זיין נטי׳ וכו׳ - מיט)

זיך,

ביטול עצמו.

און וויבאלד אז דער שכל פון נפש השכלית איז אין עניני העולם וואס ענינם איז ישות ומציאות 22

,

דעריבער,

ווערט אויך אין דעם שכל א הרגש פון ישות,

וואס דערלאזט ניט דעם צוטראגן זיך צו העכער פון זיך כדבעי.

און דאס וואס די נפש השכלית פון א אידן - וואס איז אויך השכלה אין עניני העולם

(שכל אנושי)

- האט יע א ״קלעפ צו רוחניות׳דיקע איידלקייט",

איז דאס

(ניט אזוי מצד עצמו,

נאר)

ווייל א איד האט א נפש האלקית וואס איז העכער פון וועלט,

וואס זי פועל׳ט א ביטול אויך אין נפש השכלית שבו.

און דערפאר זיינען אין נפש השכלית שבישראל פאראן ביידע זאכן,

"הגם ער איז דאך שכל אנושי בטבעו דאך האט ער א קלעפ צו רוחניות׳דיקע איידלקייט",

כנ״ל.

ה.

דערמיט קען מען אויך מבאר זיין ווי דער פירוש הנ״ל פון כ״ק מו״ח אדמו״ר אין דער משנה - אז "חביב אדם שנברא בצלם" מיינט די נפש השכלית שבכללות מין האנושי,

און "חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם" גייט אויף דער נפש השכלית שבנש״י - איז מרומז אין דער משנה:

"חביב אדם שנברא בצלם" מיינט,

אז די חביבות האדם באשטייט אין דעם

(-איז דערפאר)

וואס "נברא בצלם"; "חיבה יתירה נודעת לו שנברא בצלם" מיינט א העכערע חיבה,

די חיבה עצמית 23

וואס צוליב דעם האט מען אים באשאפן מיטן צלם אלקים,

דער "נברא בצלם" איז א תוצאה פון דער חיבה יתירה.

און דאס איז דער חילוק צווישן "צלם" פון א ב״נ און "צלם" פון א אידן:

ביי א ב״נ איז זיין חביבות מצד דער נפש השכלית

(צלם)

שבו; די חביבות פון א אידן,

וועלכע איז פארבונדן מיט צלם שבו,

איז

(ניט מצד דעם צלם,

נאר פאר קערט -)

ווייל ער איז חביב האט מען אים געגעבן דעם צלם: מצד דעם וואס ער איז א איד - חיבה יתירה נודעת לו

(ביז אז)

שנברא בצלם - דעריבער איז ער נברא בצלם,

האט מען אים געגעבן זיין נפש השכלית.

און דוקא דאן איז דער שכל

(אויך)

פון נפש השכלית בשלימותו

(ביי אים איז דער טבע פון ״רוח..

האדם העולה היא למעלה").

ו.

און דאס איז אויך די הסברה אין דער הלכה הנ״ל פון רמב״ם,

אז א איד דארף כופה זיין "כל באי העולם לקבל מצות שנצטוו ב״נ":

כדי אז די עבודה פון א ב״נ בקיום המצות שלו זאל זיין כדבעי,

קען מען זיך ניט פארלאזן אויף ״הכרע הדעת״ שלו -ווייל זיין נפש השכלית קען אים דערפירן צו גסות וכו׳ 24

- נאר עס דארף זיין פארבונדן מיט א אידן.

בשעת דער

(נפש השכלית פון)

ב״נ ווערט אנגעפירט פון א אידן,

וואס זיין "צלם"

(נפש השכלית)

איז בשלימות,

ווערט אויך דער ב״נ אין א מצב פון ״רוח ..

האדם העולה היא למעלה".

און דערפאר איז נוגע אין דעם "חביב אדם

(ב״נ)

שנברא בצלם" אויך דאס וואס "חיבה יתירה נודעת לו

(צו א אידן)

שנברא בצלם״

(כנ״ל ם״ב)

- ווייל א ב״נ דארף וויסן,

אז די שלימות פון זיין צלם איז אפהענגיק אין דעם צלם פון א אידן.

און וויבאלד אז דער צלם שבבנ״י איז א מסובב דערפון וואס ער האט א נפש האלקית,

פועל׳ט די סיבה אין דעם מסובב מעין פון אירע אייגנשאפטן - דעם טבע הביטול אין נפש השכלית

(כנ״ל)

- דעריבער,

איז די שלימות העבודה פון א ב״נ וואס ברענגט אים אריין אין סוג פון "חסידי אומות העולם",

פארבונדן דערמיט וואס ער טוט זיינע מצות ווייל "צוה בהן הקב״ה בתורה והודיענו ע״י מרע״ה",

אז ער טוט זיי אלס א תוצאה פון דעם גילוי פון מ״ת 25 ,

ווען אידן האבן באקומען זייער

(מעלה -)

חביבות עצמית

(נקראו בנים למקום און ניתן להם כלי חמדה).

[דערמיט איז אויך פארשטאנדיק דער המשך אין רמב״ם: "אבל אם עשאן מפני הכרע הדעת ..

(ו)

אינו מחסידי אומות העולם ולא 26

מחכמיהם״ - דלכאורה תמוה: וויבאלד ער טוט זיי "מפני הכרע הדעת",

פארוואס איז ער "לא מחכמיהם"?

- נאר ווייל בשעת עס פעלט ביי דעם ב״נ די הכרה ווי ער איז אפהענגיק פון אידן און מתן תורה,

ווערט סוף־סוף א חסרון אויך אין שכל שלו].

ז.

ע״פ כהנ״ל וועט מען אויך פארשטיין די נקודה משותפת פון דעם כפל לשון המשנה אין דער ערשטער בבא מיט די ווייטערדיקע צוויי בבות - "חביבין ישראל שנקראו בנים למקום חיבה יתירה נודעת להם שנקראו בנים למקום כו׳ חביבין ישראל שניתן להם כלי חמדה חיבה יתירה נודעת להם שניתן להם כלי חמדה":

אויך אין די צוויי בבות איז כ״ק מו״ח אדמו״ר מפרש" דעם כפל הלשון שבכל בבא - "חביבין ישראל כו׳ חיבה יתירה נודעת להם כו׳״ - אז דאס גייט אויף צוויי באזונדערע מדריגות: ״חביבין ישראל ..

חיבה יתירה נודעת להם שנקראו בנים למקום" גייט אויף "גופם של ישראל" און "נפש האלקית ומעלת הנשמה״; און ״חביבין ישראל ..

חיבה יתירה נודעת להם שניתן להם כלי חמדה" גייט אויף גליא שבתורה און פנימיות התורה;

אויך אין דעם איז די כוונה

(ע״ד הנ״ל בנוגע דעם כפל הלשון אין דער ערשטער בבא),

אז ״חביבין ישראל״ איז אפהענגיק אין דעם "חיבה יתירה נודעת להם כר":

די חביבות פון "גופם של ישראל" הענגט אפ פון "מעלת הנשמה",

ווי גערעדט אמאל בארוכה 27 ,

אז די בחירת הקב״ה אין דעם גוף 28

פון א אידן ווערט נקבע אין גוף בפנימיותו דורך דער עבודת הנשמה

[וואס דערפאר קען זיין א מציאות פון "אלו שאין להם חלק לעוה״ב״ 29

- שגופן כלה 30

- אע״פ אז בנוגע די נשמה פון א אידן איז ניט שייך דער ענין ההפסד ח״ו 31 ]

;

ועד״ז בנוגע גליא שבתורה און פנימיות התורה: בשעת מען לערנט גליא שבתורה און עס איז דא אויך פנימיות התורה,

איז דער לימוד הנגלה - נעשית לו סם חיים 32 .

(ממאמר ושיחת ש״פ שלח תשל״ז)

Reader controls and commentary are loading.