א.
פונעם פסוק 1
: "ויום ולילה לא ישבותו" לערנט ארויס די גמרא 2
: "עכו״ם ששבת חייב מיתה שנאמר ויום ולילה לא ישבותו ואמר מר אזהרה שלהן זו היא מיתתן".
דערנאך איז די גמרא מוסיף: "אמר רבינא אפילו שני בשבת",
און רש״י 3
איז מפרש,
אז רבינא איז מחדש אז די אזהרה ״לא ישבותו״ איז ניט בלויז "בשבת שהוא יום שביתה לישראל,
או אחד בשבת ששובתין בו הנוצרים" 4 ,
נאר "מנוחה בעלמא קא אסר להו,
שלא יבטלו ממלאכה ואפילו יום שאינו בר שביתה".
פון רמב״ם 5
אבער איז משמע,
אז דער איסור פון שביתה בא בני נח "אפילו ביום מימות החול" איז
(ניט מצד דעם וואס "מנוחה בעלמא קא אסר להו",
נאר)
ווייל "אין מניחין אותן לחדש דת ולעשות מצות לעצמן מדעתן" 6 .
און דעריבער איז דער דין פון "עכו״ם ששבת אפילו ביום מימות החול ..
חייב מיתה" דוקא אין פאל ווען "עשאהו לעצמו כמו שבת".
דערפון איז מובן,
אז לויט שיטת הרמב״ם,
מיינט "לא ישבותו": ב״נ טארן ניט היטן שבת,
אדער אפילו מאכן אן אנדער טאג "כמו שבת" 7 .
דארף מען פארשטיין
(לפי שיטת הרמב״ם)
: וואס איז די שייכות פון דער אזהרה
(אז די בני נח טארן ניט היטן שבת,
אדער אפילו מאכן אן אנדער טאג ״כמו שבת״)
מיטן תוכן פון ״לא ישבותו״ כפשוטו - אז עס וועט ניט זיין קיין ביטול והפסק אין סדרי הנהגת העולם
("זרע וקציר גו׳ ויום ולילה")?
בשלמא לויט פירוש רש״י אז "מנוחה בעלמא קא אסר להו שלא יבטלו ממלאכה" איז פארשטאנדיק דער צוזאמענהאנג צווישן די ביידע ענינים פון "לא ישבותו״: עס וועט ניט זיין - און במילא: זאל ניט זיין - קיין שביתה והפסק.
און ווי רש״י 8
אליין איז מפרש אז "לא ישבותו" באציט זיך ניט בלויז צו די זעקס עתים
(זרע וקציר גו׳),
אז אין זיי וועט ניט זיין קיין ביטול והפסק,
נאר אויך צו בני אדם,
אז אויך ביי זיי זאל ניט זיין קיין שביתה ממלאכה.
משא״כ לדעת הרמב״ם,
אז די אזהרה ״לא ישבותו״ צו בני נח מיינט
(ניט דעם ענין פון שביתה וביטול מלאכה,
נאר)
אז זיי זאלן ניט באשטימען א געוויסן טאג אלס שבת - איז קשה: וואס איז די שייכות פון אט דער אזהרה מיט פשטות הענין פון ״לא ישבותו״ פון "זרע וקציר גו׳".
ב.
דער לימוד הנ״ל פון ״לא ישבותו״ ווערט אויך געבראכט אין מדרש 9
אויפן פסוק 10
"ראו כי ה׳ נתן לכם את 11
השבת",
וז״ל המדרש: "לכם נתנה ולא לעכו״ם מכאן אמרו אם יבואו עכו״ם וישמרו את השבת לא דיים שאינן מקבלים שכר אלא שחייבים מיתה* 11
שנאמר ויום ולילה לא ישבותו וכה״א 12
ביני ובין בנ״י וגו׳ משל למלך יושב ומטרונא יושבת כנגדו העובר ביניהם חייב".
[הגם אז דער מדרש פארבינדט דעם ״לא ישבותו״ ביי עכו״ם מיט "ראו כי ה׳ נתן לכם את 11
השבת״ - פונדעסטוועגן איז ניט מוכרח אז דאס איז א מחלוקת מיט׳ן ש״ס,
נאר - אז דאס וואס "לכם נתנה ולא לעכו״ם" מיינט ניט
(בלויז)
דעם טאג פון שבת
(יום השביעי),
נאר
(אויך)
דעם ענין פון שבת - א יום מנוחה - אין וועלכן טאג עס זאל נאר זיין
(ווי די גמרא זאגט: "אפילו שני בשבת")
13 ].
לריט דעם איז מרבן,
אז לדעת המדרש באשטייט דער איסרר פרן עכו״ם ששבת ניט אין "מנרחה בעלמא ..
שלא יבטלר ממלאכה" כדעת רש״י,
נאר אין דעם אז זיי טארן ניט מאכן א טאג "כמר שבת" כדעת הרמב״ם.
נאר עס איז דא א חילרק צררישן שיטת הרמב״ם ארן דעת המדרש: לריטן רמב״ם איז דער איסור צר האלטן א טאג "כמר שבת" מצד דעם רואם "אין מניחין ארתן לחדש דת רלעשרת מצרת״; משא״כ לריטן מדרש איז עס דערפאר רואם דער ענין פרן שבת איז געגעבן געררארן נאר צר אידן,
ארן ניט צר בני נח* 13 .
דארף מען פארשטיין אריך לריטן מדרש
[נוסף אריף דער שאלה הנ״ל ם״א: וואס איז די שייכרת צררישן דעם איסרר צר מאכן א שבת־טאג מיט "לא ישברתר" כפשרטר]
: פארוואס איז דער ענין פרן שבת אזרי מרשלל פרן בני נח
(ביז אז זיי טארן ניט באשטימען אפילר אן אנדער טאג אלס שבת)
- ראדרבא: דער ענין פרן "ריכל אלקים בירם השביעי מלאכתר אשר עשה רישברת בירם השביעי גר ,
" 14
איז דאך פארברנדן
(ניט דורקא מיט אידן,
אזרי ררי יציאת מצרים רכיר״ב,
נאר)
מיט דער בריאה 15
- האט דאך שבת געדארפט האבן א שייכרת אריך צר דער הנהגה פרן בני נח 16
- ארן דער דין איז גאר להיפך אז א בן נח טאר ניט אפהיטן די שביתה פרן שבתי
די תמי ,
איז נאך גרעסער: אידן זיינען אנגעזאגט געררארן ניט צר טאן קיין מלאכה בשבת,
כדי "לקבוע בנפשותינו אמונת חידוש העולם״ 17
- אז די וועלט איז ניט קיין קדמון ח״ו,
נאר זי איז באשאפן געווארן פון אויבערשטן - איז וויבאלד אז ב״נ איז ניט נאר דארפן זיי ניט אפהיטן שבת נאר זיי טארן עס ניט אפהיטן 18
- קומט דאך אויס אז מען איז זיי מונע 19
פון אמונה בחידוש העולם!
ג.
וועט מען עס פארשטיין בהקדים,
אז אין דעם שינוי וואס איז געווארן אין וועלט נאכן מבול
(לגבי דעם ווי זי איז געווען פריער)
געפינט מען צוויי קצוות:
פון איין זייט זעט מען,
אז נאכן מבול האט די וועלט באקומען
(די הבטחה,
ובמילא)
דעם ״תוקף״ פון ״לא ישבותו״ -וואם דער תוקף אין עולם איז א הוספה וחידוש לגבי דעם מצב העולם ווי ער איז געווען מצד התהוותו; ווארום מצד דער התהוות - הגם אז "וירא אלקים את כל אשר עשה והנה טוב מאד״ 20
- איז עס געווען אין אן אופן אז
(ע״י החטאים)
האט געקענט זיין
(און ס׳איז געווען)
א הפסק אין סדרי העולם: "וינחם ה׳ כי עשה גו׳ אמחה גו׳" 21
; אבער נאכן מבול,
האט דער אויבערשטער געשווארן 22
און כורת ברית געווען,
אז אין וואס פאר אן אופן די הנהגת בני אדם זאל ניט זיין,
וועט מער ניט זיין קיין הפסק וביטול אין סדרי העולם.
פון דער צווייטער זייט געפינט מען,
אז נאכן מבול איז געווארן א חלישות אין וועלט,
ולדוגמא
(בלשון הרמב״ן 23 )
"עד המבול היו ימיהם באורך" און זינט דעם מבול איז "הלכו ימותם הלוך וחסור".
ד.
דער ביאור אין דעם:
וויבאלד אז די וועלט איז באשאפן געווארן בשביל התורה 24
[ביז אז תנאי ״התנה הקב״ה עס מע״ב ..
אם יקבלו את תורתי" 25
],
וואס דער אויפטו פון מתן תורה איז דער קישור פון "עליונים" און ״תחתונים״ 26
- דעריבער האט אין וועלט געדארפט זיין "עליונים" און "תחתונים",
בכדי אז דערנאך - בשעת מתן תורה,
און נאך פריער: אין דער תקופה פון "שני אלפים תורה" 27
,
וואס דאן האט זיך אנגעפאנגען די הכנה צו תורה - זאל זיף אויפטאן דער פארבונד פון די צוויי בחינות שבעולם
("עליונים" און "תחתונים"),
אז "התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים".
און אין די צוויי בחינות אין וועלט איז געווען א שינוי פון קודם המבול ולאחרי המבול: קודם המבול איז די וועלט -בכללות - געווען אין דעם מצב ווי זי איז מצד ״למעלה״; און נאכן מבול - ווי זי איז מצד "למטה",
כדלקמן.
ה.
אויפן פסוק 28
"את קשתי נתתי בענן והיתה לאות ברית ביני ובין הארץ",
פרעגן מפרשים 29
: קשת איז דאך א דבר טבעי,
עס ווערט דערפון וואס די זוך שטראלן שפיגלען זיך אפ
(אויף א באשטימטן אופן)
פון די עננים - היינט ווי קען עס זיין אן "אות ברית"?
און זיי ענטפערן: אט די טבע גופא
(אז די קרני השמש און די עננים זאלן זיין במצב מסויים וואס דאמאלס שפיגלען זיף די שטראלן אפ פון די עננים בצורת קשת)
האט דער אויבערשטער געשאפן נאכן מבול:
קודם המבול איז דער אויך העולם געווען מער חומרי; און דעריבער זיינען אויך די עננים
( וואס ווערן פונעם "אד יעלה מן הארץ" 30 )
געווען מער חומריים און זיי האבן ניט געקענט אויפנעמען און אפשפיגלען דעם אור השמש - דערפאר איז דעמאלט ניט געווען די מציאות פון קשת; דווקא נאכדעם ווי דער עולם בכלל איז נזדכך געווארן - זיינען אויך די עננים געווארן ״איידעלער״ - ניט אזוי געדיכט - ביז צייטענווייז - אויף אזוי פיל אז זיי שפיגלען אפ די גוונים פון אור השמש.
[וואס אזוי איז אויך ברוחניות הענינים: פארן מבול איז דער עולם געווען "בשפל המדריגה",
ביז אז "לא הי׳ שייך בירור" 31
; און צוליב דעם איז געווען דער מבול - "לטהר את הארץ 32
בכדי שיהי׳ עבודת הבירורים" 31 ].
און דערפאר איז דער קשת אן "אות ברית ביני ובין הארץ",
וויילע דורכן קשת דריקט זיך אויס די טהרה וזיכוך וואס איז געווארן אין ארץ.
ו.
דארף מען פארשטיין: דער מבול "לטהר את הארץ" איז דאך געקומען
(נאר)
צוליב דעם וואס בדור המבול "ותשחת הארץ גו׳ ותמלא הארץ חמס" 33 ,
וויבאלד אז "גם 34
את העולם נתן בלבם"
(של אדם),
האבן די חטאים פון די בני אדם גורם געווען אז אויך די וועלט איז געווארן בתכלית החומריות 35
- און אט די טומאה וחומריות האט דער מבול אראפגענומען -
עפ״י הנ״ל אבער - אז די מציאות פון קשת איז געווארן ערשט נאכן מבול ווייל דעמאלט זיינען די עננים
(און דער עולם בכלל)
געווארן איידעלער - קומט דאך אויס,
אז דורכן מבול איז די וועלט
(ניט נאר געווארן ריין פון דער טומאה והשחתה פון דור המבול,
נאר)
נזדכך געווארן מער ווי זי איז געווען קודם החטא של דור המבול,
און אפילו מער ווי זי איז געווען בתחילת הבריאה
(ווייל דאן איז דאך ניט געווען קיין קשת,
וואס ווייזט אויף זיכוך העולם כנ״ל).
ז.
איז דער ביאור אין דעם:
בתחילת הבריאה איז די שלימות פון וועלט געווען פארבונדן
(ניט מיט דער טבע ותכונות מציאות פון וועלט גופא,
נאר)
מיט
(דעם אופן וכח פון)
איר באשאפונג - "עולם על מילואו נברא" 36 .
דער באשאפן די וועלט איז אין אן אופן פון "על מילואו".
אבער אז וועלט מצדה זאל קענען צוקומען צו זיכוך - דאס האט זיך אויפגעטאן דורכן מבול 37
: דער אויבערשטער האט אריינגעגעבן א נייע יכולת ותכונה אין וועלט,
אז זי גופא זאל קענען נזדכך ונתעלה ווערן.
און דאס איז דער טעם וואס דווקא דעמאלט איז נתחדש געווארן די
(טבע פון)
מציאות הקשת: הגם אז דער קשת שאפט זיך דורך די קרני השמש און די עננים צוזאמען,
איז ער אבער בעיקר פארבונדן מיט די עננים - ניט מיט די קרני השמש
(בחי׳ שמש הוי׳),
וועלכע זיינען פשוטים - בגוון שלהם - און ווערן פאנאנדערגעטיילט בגווני הקשת דורך די עננים וועלכע נעמען זיך פון די אדים וואס זיינען עולה פון ארץ,
און די אדים וואס זיינען עולה פון ארץ זיינען באופן
(מזוכך)
כזה אז אין זיי זאל זיך אפשפיגלען דער אור השמש;
און וויבאלד אז די תכונה פון זיכוך הארץ
(אז וועלט גופא זאל האבן די אפשריות פון זיכוך ועלי׳)
איז נתחדש געווארן לאחרי המבול - דערפאר איז דוקא דאן געווען דער ענין פון "את קשתי נתתי בענן": דער אויבערשטער האט אריינגעגעבן אין ענן
(וואס שאפט זיך פון ארץ)
דעם ענין פון קשת,
ד.
ה.
אז דער "ואד יעלה מן הארץ" זאל זיין באופן מזוכך אז אין דעם זאל זיך אנזען דער אור השמש.
ח.
עפ״י הנ״ל וועט זיין מער פארשטאנדיק פארוואס דער רצון העליון
(וואס ס׳איז געווען בתחילה)
צו באשאפן די וועלט
(און אויך דאס וואס "וירא אלקים את כל אשר עשה והנה טוב מאד"" 2
בגמר הבריאה)
האט ניט אפגעהאלטן די גזירה פון "אמחה גו"׳ ווען ס׳איז געווארן "רבה רעת האדם בארץ"; און לאחרי המבול האט דער אויבערשטער כורת ברית געווען,
אז אפילו ווען די וועלט וועט זיין אין א מצב וואס וועט ארויסרופן די מחשבה "להביא חשך ואבדון לעולם״ 38 ,
פונדעסטוועגן -"לא יכרת כל בשר גו"׳ 39
:
כאמור לעיל
(ס״ז)
וויבאלד דאס וואס "עולם על מילואו נברא" איז געווען מצד
(דעם אופן פון)
זיין באשאפונג דורכ׳ן בורא
(ניט מצד תוכן פון עולם גופא),
דערפאר האבן דאן די חטאים
(וועלכע האבן די וועלט דערווייטערט פון בורא און זיין רצון)
גורם געווען די ירידה אין אזא אופן,
אז ס׳איז ניט געווען שייך
(כ״כ)
זי זאל נתברר ונתעלה ווערן.
און וויבאלד אז דורכ׳ן חטא פון דור המבול,
איז די וועלט אזויפיל נתקלקל געווארן ביז ״ותמלא הארץ חמס״ - און מצד וועלט גופא איז דאן ניט געווען קיין אפשריות אויף בירור ועלי׳
[וואס דאס איז אויך א טעם פנימי* 39
וואס די תוכחה פון נח׳ן און זיין ווארנונג "הקב״ה מביא עליכם את המבול" 40
האט דעם דור המבול ניט מעורר געווען צו תשובה 41 ]
דעריבער איז ניט פארבליבן קיין טעם אויף איר מציאות,
און "וינחם ה׳ כי עשה את האדם גו׳ ויאמר גו׳ אמחה גו"׳.
(וויילע דורך דער ירידה פון וועלט און איר דערווייטערונג פון בורא,
איז פון איר נסתלק געווארן דער רצון הבורא).
משא״כ לאחרי המבול,
היות ס׳האט זיף דאן אויפגעטאן דער ענין פון טהרה וזיכוך אין וועלט גופא,
אז אויך בשעת זי שטייט אין א מצב ירוד ביותר זאל זי קענען נתברר און נתעלה ווערן
(ע״י עבודת התשובה)
- דערפאר איז דעמאלט געווען דער כריתת ברית פון "ולא יכרת כל בשר ..
ולא יהי׳ עוד מבול וגו׳״ - אין וועלכן מצב די וועלט זאל ניט זיין.
ט.
עפ״י הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין,
אז די צוויי קצוות הנ״ל וואס האבן זיך אויפגעטאן אין וועלט לאחר המבול - מצד אחד דער תוקף פון "לא ישבותו",
און מאידך גיסא: "הלכו ימותם הלוך וחסור״ - זיינען זיי ניט בסתירה זל״ז,
נאר אדרבה,
זיי קומען פון דער זעלבער נקודה,
וואס איז נתחדש געווארן לאחרי המבול - דער קיום העולם מצד דעם "למטה": קודם המבול איז די
(התהוות און)
קיום העולם געווען מצד רצון הבורא
(מצד "חפץ חסד הוא")
; און נאכן חידוש פון טהרת הארץ ע״י המבול איז דער אויבערשטער איר שטענדיק מהווה און מקיים מצד איר ענין - מצד הטהרה והזיכוך שבה 42 .
ארן די נקודה איז די סיבה צר די ב׳ קצוות הנ״ל: מצד אחד,
וויבאלד אז די וועלט גופא איז געווארן ראוי אז דער אויבערשטער,
וועלכער איז "לא שניתי״ 43
,
זאל איר מקיים זיין - איז דעריבער איר קיום באופן פון "לא ישבותו״; פון דער צווייטער זייט - דאס גופא וואס נאכן מבול איז דער אויבערשטער מקיים די וועלט מצד איר ענין,
איז דעריבער איר קיום בחלישות
(אין אן אופן פון "הלכו ימותם הלוך וחסור"),
כפי אופן מדידת הנבראים - ניט ווי קודם המבול וואס
(וויבאלד אז דער קיום העולם דאן איז געווען מצד חסדו של הקב״ה,
איז)
"היו ימיהם באורך"
[ווי עס שטייט אין תקוני זהר 44
,
אז דאס וואס ס׳איז געווען דאן אריכות ימים איז וויילע די המשכה איז דעמאלט געווען פון "ארך אפים"
(אריך אנפין)].
יוד.
די צוויי תקופות - די תקופה פון קודם המבול,
ווען די וועלט איז געווען ווי זי איז מצד "למעלה"; און די תקופה שלאחרי המבול,
ווען די וועלט איז געווען ווי זי איז מצד ״למטה״ - זיינען געווען
(כנ״ל סעיף ד׳)
א הקדמה צו דער דריטער תקופה פון "שני אלפים תורה",
ווען עס האט זיך אנגעפאנגען
(בתור הכנה צו מ״ת)
דער קישור פון "עליונים" און "תחתונים".
און דאס איז אויך די הסברה וואס אברהם ושרה האבן געבארן יצחק׳ן דווקא אין זייערע עלטערע יארן
(אברהם - הונדערט יאר,
און שרה -ניינציק יאר),
ווארום דערמיט האט זיך אויסגעדריקט דער קישור פון די צוויי תקופות הנ״ל: אע״פ אז "בימי אברהם נתמעטו השנים" 45
(נאך מער ווי אין די עשרה דורות שמנח ועד אברהם 46
)
צוליב דעם וואס די המשכה דאן איז געווען
(ניט פון בחי׳ "ארך אפים",
וואס איז העכער פון וועלט,
נאר)
פון א מדריגה וואס איז לפי ערך העולמות 47
- אעפ״כ,
האבן זיי געבארן יצחק׳ן אין דעם עלטער,
ווי ס׳איז געווען דער סדר קודם המבול,
ווען די המשכה איז געווען פון בחי׳ ארך אפים.
און דער קישור פון די צויי תקופות און מצבים שבעולם פון "עליונים" און "תחתונים" איז געקומען בגלוי אין לידת יצחק - דער ערשטער געבארן אלס איד,
וואס בניו האבן מקבל געווען די תורה,
ווען ס׳איז געווארן בפועל דער קישור פון "עליונים" און "תחתונים".
יא.
בכדי אז אידן זאלן קענען פארבינדן און מחבר זיין די וועלט
("תחתונים")
מיט דער דרגא
(אין אלקות)
וואס איז העכער פון וועלט
(״עליונים״)
- איז די וועלט באשאפן געווארן
(מלכתחילה)
אין אזא אופן אז זי האט אין זיך אויך דעם ענין השביתה פון מלאכת הבריאה
(פון דער וועלט),
ווי רש״י זאגט אויפן פסוק 48
"ויכל אלקים ביום השביעי": "מה הי׳ העולם חסר מנוחה באת שבת באת מנוחה כלתה ונגמרה המלאכה״ - אז די מלאכת הבריאה פון די ששת ימי בראשית האט זיך ניט פארענדיקט מיט באשאפן די מציאות פון וועלט,
נאר מיט דער "מנוחה"
(מיט - ניט מציאות)
וואס איז אין איר אריינגעגעבן געווארן דורך דער שביתה פון מלאכת הבריאה 49 .
און וויבאלד אז יעדער וואך חזר׳ן זיך איבער די זעלבע ענינים פון דער ערשטער וואך,
פון שבעת ימי בראשית 50
- דעריבער ווערט יעדער שבת נמשך אין וועלט דער ענין ה״מנוחה".
יב.
היות אבער אז דער ענין המנוחה דשבת איז העכער פון אלע זעקס טעג
(און די בריאה שבהם),
פון מציאות העולם 51 ,
און וועלט איז ניט קיין "כלי" צו דעם - וכמבואר בכ״מ 52
אז שבת איז בחי׳ שלמעלה מהזמן - דעריבער ווערט נמשך דער ענין ה״מנוחה"
(באופן גלוי וניכר)
נאר אין פנימיות העולם,
אבער אין חיצוניות העולמות איז ניט קענטיק קיין חילוק צווישן שבת און ימי החול 53 .
בנוגע אידן,
וואס זיי טוען אויף דעם פארבונד פון וועלט
(תחתונים)
מיט העכער פון וועלט
(עליונים)
- ווירקט ביי זיי בגילוי דער אור פון שבת אויך אויף זייער מציאות.
וכידוע אז די נשמה יתירה וואס ווערט נמשך בשבת פועל׳ט א שינרי אריך אין דער טבע פרן נפש הבהמית
[וואס דערפאר איז אריך אן עס הארץ ניט משקר בשבת 54 ],
ארן אפילר אין דער טבע פרן דעם גרף 55
הגשמי 56
;
משא״כ בנרגע לכללרת הערלם - רריבאלד אז ער איז מרגדר אין גדר פרן זמן רמקרם,
רואם איז פארברנדן מיט "תנרעה"
(היפך פרן "מנרחה")
49
- קען אין אים ניט מאיר זיין בגילרי דער ענין המנרחה,
וואס איז פארברנדן מיט העכער פרן זמן רמקרם 57 .
יג.
דאס איז אריך דער טעם וואס דער ענין פרן שביתת שבת איז מרשלל פרן א בן־נח - ביז אז מטעם זה טאר ער אריך אן אנדער טאג פרן ימרת החרל ניט מאכן "כמר שבת":
די כררנת הבריאה איז,
אז די ררעלט
(כרלל אריך דעם סוג המדבר)
זאל זיין ״חסר מנרחה",
זאל זיין אין דעם סדר פרן "תנרעה"
(ארן מלאכה),
רואם איז פארברנדן מיט דער מציארת
(זמן ארן מקרם)
פרן ררעלט
(ררעלכע איז באשאפן געררארן במלאכת הבריאה אין די ששת ימי בראשית)
- ארן אין אט דער ררעלט זאלן אידן אריינבריינגען די מנרחה פרן שבת וואס איז העכער פרן מציארת הערלם 58 .
ארן דעריבער בשעת א בן נח ענדערט זיין ארפן ההנהגה מצד הבריאה,
דערמיט וואס ער רריל "אריפטאן" אין ררעלט דעם ענין פרן שבת,
איז ער חייב מיתה -ער פארלירט זיין מציארת,
ווייל דאס איז היפך הכררנה צרליב ררעלכער ער איז באשאפן געררארן 59 .
יד.
דאס איז אריך דער טעם וואס די אזהרה צר בני־נח אז זיי זאלן ניט באשטימען א טאג אלס שבת איז אנגעדייטעט אין ״לא ישברתר״ -וואם רעדט,
כפשרטו,
וועגן סתם שביתה פרן "זרע וקציר וגו'"
(ארן ניט וועגן שביתה אלס שבת)
- ווייל דאס וואס בני נח זיינען מרשלל פרן שבת קרמט אלס תרצאה פרן "לא ישברתו" בנוגע די זעקס עתים: וויבאלד אז לאחרי המברל האט דער אריבערשטער איינגעשטעלט די וועלט אז זי זאל זיין אין דעם תרקף המציארת ביז דעם ארפן פרן "לא ישברתר״ - דעריבער 60
טארן
(די בני נח)
ניט אריינבריינגען אין איר דעם ענין הבל״ג
(העכער פרן מציאות)
פרן שבת 61 ,
וויילע דאס איז בסתירה צו
(תוקף ממציאות פון וועלט 62
,
ווי דאס נעמט זיך פון,
כביכול "אני הוי׳ לא שניתי" 63
(משיחות ש״פ נח תשכ״א,
תשכ״ד)