א.
בשייכות צום פסוק 1
"בשנת שש מאות שנה לחיי נח וגו׳ נבקעו כל מעיינות תהום רבה
(וארובות השמים נפתחו)
",
שטייט אין זהר 2
: "ובשית מאה שנית לשתיתאה יתפתחון תרעי דחכמתא לעילא ומבועי דחכמתא לתתא ויתתקן עלמא לאעלא בשביעאה כו׳״ - אז אין די יארן פון שש מאות שנה פונעם אלף הששי וועלן זיך עפענען די שערי החכמה למעלה און די מעיינות החכמה למטה און די וועלט וועט נתתקן ווערן אויף צו קענען אריינקומען אין דעם אלף השביעי.
דער פירוש פון די צוויי ענינים "תרעי דחכמתא לעילא,
ומבועי דחכמתא לתתא"
[וועלכע זיינען מרומז אין פסוק הנ״ל 3
: "נבקעו כל מעיינות תהום רבה
(מבועי דחכמתא לתתא)
וארובות השמים נפתחו
(תרעי דחכמתא לעילא)
"]
איז: "חכמתא לעילא" מיינט חכמת התורה,
און ״חכמתא לתתא״ - חכמות העולם 4
;
און ווי מיר זעען טאקע,
אז אין דעם זמן הנ״ל איז געווען א התגלות יתירה אין חכמת התורה,
פון פנימיות התורה 5
ווי באוואוסט דער מאמר הצ״צ 6
,
אז דער קץ דביאת המשיח אויף שנת תר״ח,
איז געווען דאס וואס עס האט זיך אין יענעם יאר אפגעדרוקט דער לקו״ת
[ווייל דער אויפטו פון ביאת המשיח איז וואס דאמאלס וועט זיין "מלאה הארץ דעה את ה׳ גו׳" 7 ]
; און מיט עטלעכע יאר פריער האט זיך אפגעדרוקט דער תו״א
(אין יאר תקצ״ז 8
)
- וואס דוקא ווען דער לימוד
(פון פנימיות התורה)
איז אין אזא אופן,
ווערט דער "יתפרנסו!" 9
(פון ספרא דילך)
און "יפוצו" 10
פון די מעיינות הבעש״ט,
וואס זיין התגלות איז געווען 11
ארום שנת ת״ק 12 ,
און אזוי האט זיך דאן אויך אנגעהויבן א התפתחות יתירה אין די חכמות העולם.
דארף מען פארשטיין: בשלמא דאס וואס די התגלות פון פנימיות התורה איז א הכנה "לאעלא בשביעאה",
איז מובן.
ווייל היות אז אין ימות המשיח וועט זיך אויפטאן דער ענין פון "מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים",
איז מתאים,
אז פאר דעם זמן,
אלס הכנה 13
דערצו,
זאל זיין דער גילוי פון פנימיות התורה וואס איז א "מעין" פון תורתו של משיח; אבער וואס פאר א שייכות האט די התפתחות והתגלות פון די חכמות העולם מיט "לאעלא בשביעאה"?
נאכמער: פון דעם וואס דער זהר ברענגט ביידע זאכן בחדא מחתא איז פארשטאנדיק,
אז זיי האבן א צוזאמענהאנג צווישן זיך - אז דאס גופא וואס עס האט זיך דעמאלט אנגעהויבן א נייע התגלות אין חכמת התורה
(אלס הכנה צו ימות המשיח)
איז "גורם" התפתחות פון חכמות העולם - דארף מען פארשטיין: אין וואס באשטייט דער קישור צווישן זיי,
וויבאלד אז חכמות העולם זיינען אן אן ערך נידעריקער
(לתתא)
פון חכמת התורה 14
(לעילא)
ובפרט פנימיות התורה?
ב.
די גאנצע וועלט,
מיט אלץ וואס געפינט זיך אין איר,
איז באשאפן געווארן "בשביל התורה ובשביל ישראל" 15
וכל מה שברא הקב״ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו• 15
- איז פון דעם פארשטאנדיק,
אז דער תכלית ושלימות הכוונה פון יעדער באשאפענער זאך איז אין דעם וואס זי ווערט אויסגענוצט,
דורך אידן,
אין עבודת ה/
און אזוי איז עס אויך בנוגע צו די חכמות העולם 16 ,
אז די כוונה אין דער התפתחות פון די חכמות העולם איז
(בלשון התניא 17 )
"להשתמש בהן לעבודת ה׳ או לתורתו".
[וויבאלד אבער אז לאו כל מוחא סביל דא,
און ווי דער אלטער רבי איז דארט מסיים "וזהו טעמו של הרמב״ם והרמב״ן ז״ל וסיעתן שעסקו בהן" איז דעריבער,
איז עס שייך נאר צו יחידי סגולה מסוג הנ״ל,
און דער וואס איז ניט שייך דערצו,
איז עס,
אדרבה,
"מלביש ומטמא בחי׳ חב״ד שבנפשו האלקית" 18 ].
ג.
דערביי מוז מען באווארענען,
כאטש,
אייגענטליך,
איז עס זעלבסטפארשטענדליך: כהנ״ל האט קיין שייכות ניט צו דער פראגע פון לערנען אין קאלעדזש אדער אוניווערסיטעט וכיו״ב,
וואס דארט איז דער איסור חמור וסכנה
(וחמירא סכנתא מאיסורא• 18
)
- וואס דער גאנצער אויך והשקפה פון די דל״ת אמות
(אין די מוסדות בדורותנו אלה)
דורכגענומען מיט כפירה בהשגחה פרטית פון דעם אויבערשטן,
ניטא קיין זאך אדער כח וואס קען זיך אריינמישן אין הנהגות העולם וחוקיו
(ביז אז דאס ווערט אנגענומען אלס א זעלבסטפארשטענדליכקייט
(וואס אין צריכה ראי׳)
און אלס א יסוד צום גאנצן שטודירן,
וועלכן מען דארף גארניט דערמאנען בפירוש)
- אין דעם גרעסטן טייל פון זיי ווערן געלערנט לימודי מינות,
אמונות עבודה זרה 19
וכו'.
וברובם ככולם - זיינען ניטא גדרי הבושה וצניעות,
ביז אז מען איז מלעיג און מ׳פראוועט ליצנות פון די וואס רעכענען זיף דערמיט,
ואדרבה כל הפרוץ יותר - נעלה יותר וכו'.
וכמפורסם דער מצב האיום בזה אין די קעמפוסעם,
דארמיטארים,
מקומות הטיול וכו' - ואין להאריך בדבר המבהיל בכלל,
און במדה האיומה כנ״ל בפרט.
די "טענה" המפורסמת אז עס
(אדער זי)
וועט עס ניט שאטן און ער וועט ביישטיין דעם נסיון א.
ז.
וו.
- איז אויך מפורסם דער איינפאכער ענטפער,
אז א צדיק גמור אפילו דעם לעצטן טאג פון זיין 120 ־טן יאר לעבן עלי אדמות ובתחלת היום און פאר זיינע תפלות בעט דעם אויבערשטן "אל תביאנו לידי נסיון״* 19 .
ויש להאריך כו״כ ואכ״מ.
ד.
וויבאלד אז דער זהר פארבינדט די התפתחות פון די חכמות העולם מיט דער הכנה ״לאעלא בשביעאה",
איז מובן,
אז די תועלת פון אט די חכמות אין עבודת ה׳ דריקט זיך אויס אין אן ענין וואס איז א הכנה פון דעם אויפטו וואס וועט זיין בימות המשיח.
פון די ענינים עיקריים,
וואס וועלן זיך אויפטאן בימות המשיח,
איז דער יעוד 20
"ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פי ה׳ דבר",
דהיינו,
אז דער גילוי אלקות דלעתיד וועט זיין ניט נאר אין אן אופן,
כנ״ל,
פון "מלאה הארץ דעה את ה׳ גו'",
נאר אויך אין אן אופן פון "וראו כל בשר",
אז דער בשר הגשמי וועט זען דעם "פי ה׳ דבר";
ד.
ה.
עס וועט זיין ניט בלויז א ראי׳ "בעין השכל הרוחני",
נאר אויך
(ווי דער מיטעלער רבי" 20
איז מאריך)
א "ראי׳ גשמית בעין הגשמי"; און נאכמער: פון דעם וואס עס שטייט "וראו כל בשר״ - ניט "וראו כל עיני בשר"
[ע״ד ״ותחזינה עינינו״ 21 ]
- איז משמע,
אז ניט נאר דער "עין הגשמי",
נאר אויך דער בשר הגשמי גופא וועט דערזען "כי פי ה׳ דבר".
און דאס איז די שייכות צווישן דער התפתחות פון די חכמות העולם מיט דער הכנה ״לאעלא בשביעאה״ - ווייל דאס וואס מ׳נוצט אויס די חכמות העולם "לעבודת ה׳ או לתורתו",
העלפט ארויס אינעם מכין זיין זיך צו א "מעין" פון "וראו כל בשר״ - א ראי׳ גשמית ומוחשית - אין עניני עבודת ה׳.
ה.
א דוגמא לדבר: איינער פון די "טבע״־כוחות,
וואס איז
(געווען מששת ימי בראשית בכל תקפו - אבער מענטשן האבן ניט געוואוסט פון עס,
און ער איז)
אנטדעקט און אנטוויקלט געווארן אין די לעצטע יארן,
איז דער וואס דערמעגלעכט,
אז דער קול פון א מענטשן וואס רעדט אין א באשטימטן ארט זאל תיכף ומיד דערהערט ווערן בריחוק מקום,
ביז אין קצוי ארץ לבנה וכו׳
[דורך א ״טעלעפאן״ אדער,
נאכמער 22 ,
דורך ״ראדיא״]
און אזוי,
לעצטנם,
אויך: זען עס וכל תנועותיו וכו׳.
און דער אויפטו אין וועלט - די מעגלעכקייט צו הערן כל הגה והגה פון א מענטשן,
באותו רגע ממש,
בכל קצוי תבל און זעען עס וכו׳ גיט א ציור מוחשי אין דעם ענין פון,
להבדיל "עין רואה ואוזן שומעת" 23
.
ואדרבא: מה־דאך אז דער "אוזן" שלמטה קען באלד דערהערן
[און עד״ז דער ״עין״ שלמטה - דורך התפתחות פון אן אנדער כח טבעי - קען דערזען]
וואס ס׳טוט זיך בקצוי תבל -עאכו״כ בנוגע כביכול צו דעם "אוזן"
[און "עין"]
שלמעלה
("הנוטע אוזן הלא ישמע אם יוצר עין הלא יביט" 24
),
אז אין דעם זיינען ניטא קיינע הגבלות ח״ו; און דאס אלץ וואס א מענטש טוט,
אפילו בחדרי חדרים,
איז - באותו רגע ממש - דער "עין רואה ואוזן שומעת
(ובמילא)
וכל מעשיך בספר נכתבים" 23 .
און וויבאלד אז ביי אים איז דא א דוגמא מוחשית 25
אין דעם ענין,
וועט די התבוננות זיינע,
אינעם ענין פון "והנה ה׳ נצב עליו כו׳ ומביט עליו ובוחן כליות ולב אם עובדו כראוי" 26
,
זיין ניט נאר בדרך השגה פון א שכל עיוני
[וואס ניט אלעמאל האט עס א פולע ווירקונג אויף א מענטשן],
נאר אין אן אופן וואס איז נעענטער צו די הרגשים גשמיים דהאדם און במילא מער פועל 27
זיין אויף זיינע מדות שבלב ביז אויף מחשבה דבור ומעשה.
ו.
הגם אז אלע עניני העולם זיינען באשאפן געווארן "בשביל התורה ובשביל ישראל",
פונדעסטוועגן געפינען מיר,
אז חז״ל טיילן אויס געוויסע זאכן דורך מדגיש זיין,
אז זיי זיינען באשאפן געווארן נאר צוליב זייער נוצן אויף א באשטימטן ענין פון תומ״צ; ולדוגמא: "לא הי׳ העולם ראוי להשתמש בזהב ולמה נברא בשביל המשכן ובשביל ביהמ״ק" 28 .
דער חילוק צווישן די אויסגעטיילטע זאכן און אלע אנדערע באשאפענע זאכן איז: ביי די אנדערע עניני הבריאה,
הגם אז אויך זיי זיינען באשאפן געווארן נאר "בשביל התורה ובשביל ישראל",
קען אבער כוונת בריאתם דורכגעפירט ווערן אויך ווען מען נוצט זיי לפועל אויף עניני העולם
(אויף דברי רשות כו׳),
נאר וואס פון דעם גופא נעמט מען ארויס
(שפעטער)
א תועלת אין עבודת ה׳.
דאקעגן ביי "זהב" לדוגמא,
ווערט געזאגט אז "לא הי׳ העולם ראוי להשתמש בזהב",
אז דאס נוצן "זהב" אויף וועלטלעכע הצטרכות׳ן איז א ירידה פאר דעם זהב - ווייל דער גאנצער טעם פון זיין באשאפן ווערן איז נאר מ׳זאל עס נוצן דורכאויס אויף צרכי המשכן והמקדש
[עס איז מערניט וואס היות אז עס דארף זיין בחירה חפשית פון א מענטשן,
דעריבער,
האט דער אויבערשטער באשאפן דעם זהב אין אן אופן אז מ׳קען עס נוצן 29
אויך ניט "בשביל המשכן ובשביל ביהמ״ק"].
און אזוי איז עס אויך בנוגע לעניננו: וויבאלד אז דער זהר פארבינדט די התפתחות פון חכמות העולם מיט דער התגלות פון
(פנימיות)
התורה און מיט ״לאעלא בשביעאה״ - איז דאס גופא א באווייז,
אז דאס איז די גאנצע כוונה 30
פון זייער התפתחות
[דאס וואס מ׳קען נוצן די תועלת פון די חכמות אויף אנדערע ענינים,
איז עס נאר מצד דעם טעם פון בחירה חפשית,
כנ״ל].
ד.
ה.
אז מיט דעם אליין,
וואס מ׳קען פון די חכמות העולם ארויסקריגן א תועלת אין עבודת ה׳
(ע״ד הנ״ל סעיף ד׳)
פירט זיך נאך ניט אויס דער אמת׳ער תכלית פון זייער התפתחות
(ווייל דערמיט זיינען זיי אליין ניט מער ווי אן ענין פון רשות
(עולם)
פון וועלכן מ׳באקומט א געוויסע תועלת אין עניני עבודת ה׳).
די אמיתית הכוונה פון זייער התפתחות איז,
ווען מ׳נוצט די חכמות העולם עצמן פאר אן ענין פון תומ״צ; און נאכמער: וויבאלד דער זהר איז מקשר זייער התפתחות מיט דעם זמן התגלות פון פנימיות התורה,
דארף מען זאגן,
אז דער עיקר המכוון איז צו נוצן זיי פאר דער התגלות און הפצה פון פנימיות התורה.
ז.
ווי גערעדט פריער
(סעיף ד׳),
באשטייט א חידוש וואס וועט זיך אויפטאן בימות המשיח,
אין צוויי ענינים: "מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים",
און דאס גופא אין אן אופן פון "וראו כל בשר גר"; און כעין זה איז אויך דער אויפטו און מכוון אין נוצן די חכמות העולם אויף דער הפצה פון,
להבדיל,
פנימיות התורה
(וואס איז כנ״ל א ״מעין״ פון תורתו של משיח)
- ווייל דורכדעם איז דער גילוי פון פנימיות התורה אלס הכנה צו תורתו של משיח אין אן אופן
(עכ״פ א ״מעין״)
פון די צוויי ענינים הנ״ל
("מלאה הארץ גו'",
"וראו כל בשר גו׳").
א דוגמא לדבר: בשעת מען נוצט א ״ראדיא״ אויף צו פארשפרייטן פנימיות התורה,
ווערט דורכדעם געהערט דער געלערנטער ענין פון פנימיות התורה - בגשמיות,
און בכל קצוי תבל;
און נאכמער: די דברי חסידות וואס ווערן געלערנט אויף ״ראדיא״ נעמען דורך די גאנצע וועלט,
אפילו אין אן ארט וואו ס׳איז ניטא קיין ראדיא־כלי אויפצונעמען דעם קול
(ווי ס׳איז ידוע,
אז דער קול איז זיך מתפשט אומעטום,
בכל קצוי תבל,
און ניט נאר בכח נאר אויך בפועל - די אויפנאם־כלי איז נאר בכח צו אויפכאפן דעם קול און אים צו ענדערן אויף פארשידענע אופנים,
אבער ניט צו מחדש זיין א קול).
קומט אויס,
אז דורכן נוצן די חכמות העולם אויף הפצת פנימיות התורה איז דא א מעין פון:
(א)
"מלאה הארץ דעה את ה׳ גו״׳ - אן קיינע הגבלות,
בכל מקום ומקום.
(ב)
אין אן אופן פון "וראו כל בשר גו״׳ - דער קול ווערט געהערט בגשמיות באותו רגע ממש.
ח.
דער ענין הנ״ל איז אבער אויך נאר וואס מ׳נוצט אויס די חכמות העולם אויף א צווייטער זאך - אויף אן ענין פון תומ״צ,
אבער אין די חכמות מצד עצמן זעט זיך ניט אן קיין שייכות צו קדושה; די אמת׳ע פאראייניקונג צווישן חכמות העולם מיט תורה איז,
אז אין די חכמות העולם גופא דערזעט מען ענינים פון פנימיות התורה 31 .
איינער פון די ענינים עיקריים וואו מ׳זעט עס במוחש: פנימיות התורה קומט צו מגלה זיין די אחדות הפשוטה 32
פון אויבערשטן אין וועלט,
אז ניט קוקנדיק וואס עס זיינען פאראן א ריבוי נבראים איז דער ריבוי ניט קיין סתירה צו דער אחדות הפשוטה של הקב״ה 33 ,
ווייל,
אדרבה,
דער ריבוי גופא נעמט זיף דוקא מצד דער אחדות הפשוטה פון אלקות,
ווי ס׳ווערט ערקלערט בכמה מקומות 34 .
וויבאלד די אמת׳ע מציאות פון וועלט איז די אחדות הפשוטה פון אלקות,
דערפאר דריקט זיף אויס אט די אחדות אויך אין דער מציאות פון וועלט גופא,
אז אין וועלט גופא איז דא דער ענין ה״אחדות".
און דער ענין - די אחדות וואס איז פאראן אין וועלט
(וואס בפנימיותה איז עס די אחדות הפשוטה פון אלקות)
-ווערט מער און מער נתגלה מיט דער התפתחות פון חכמות העולם:
אמאל האט מען געמיינט,
אז יעדערער פון די טבע־כוחות איז א כח נפרד בפ״ע,
און אז דער חומר פון יעדער מציאות אין וועלט איז צונויפגעשטעלט פון מערערע פארשידענע יסודות
(עלעמענטן)
; אבער וואס מער עס שטייגט די אנטוויקלונג פון די חכמות העולם,
אלץ מער קומט מען צו דער הכרה אז אט דער ריבוי און פירוד אין באשטאנד פון די יסודות איז נאר אן ענין חיצוני,
דער אופן הצירוף פון חלקים,
צמצום והתפשטות שלהם וכו' און מ׳איז אלץ מער ממעט זייער סכום - ביז צו אנערקענען אז די נקודת המציאות פון וועלט באשטייט פון דער פאראייניקונג פון די צוויי ענינים כמות און איכות
(חומר נושא הכח און דער כח)
[אחדות הפשוטה איז אין
(און מצד)
אלקות 35
- און דעריבער באשטייט די מציאות פון נברא,
מצד עצמו,
פון דער התאחדות פון צוויי פרטים - כמות און איכות 36 ].
און דאס איז דער קשר צווישן דער התפתחות פון חכמות העולם מיט דער התגלות פון,
להבדיל,
פנימיות התורה,
אלס א הכנה צו "יתתקן עלמא לאעלא בשביעאה" 37
:
דער גילוי פון פנימיות התורה ברענגט ממילא 38
אויך די התפתחות פון חכמות העולם,
ווייל דורכדעם 39
איז דער "מעין" פון תורתו של משיח
(וואס איז מגלה אחדותו של הקב״ה אין וועלט)
אין אן אופן
(עכ״פ)
פון א "מעין" פון ״וראו כל בשר גו׳״ - אז וועלט גופא ווערט א "כלי" צו אחדות ה/ מען זעט דעם ענין ה״אחדות" אין וועלט גופא,
וואס דאן כאפט מען זיך אז אין אמת׳ן איז די אחדות ניט עפעס אנדערש ווי די אחדות הפשוטה פון אלקות 40
(וואס ווערט נתגלה אין פנימיות התורה),
וואס דורך דעם ווערט "יתתקן עלמא לאעלא בשביעאה",
בקרוב ממש.
(משיחות ש״פ מקץ וש״פ משפטים תשכ״ו,
ד׳ מרחשון וכ״ח אדר,
תשל״ז)