B"H
🏡

Ikar

נח א

א.

בנוגע דעם זמן וואס האט געדויערט דער בנין התיבה דורך נח׳ן,

שטייט אין מדרש 1

אז "מאה ועשרים שנה הי׳ משתדל בה",

און אזוי בריינגט אראפ רש״י 2

בפירושו על התורה 3 .

דארף מען פארשטיין: ווי קומט עס אז נח האט זיך אזויפיל פארזאמט מיט בויען די תיבה און ניט מקיים געווען דעם ציווי ה׳ 2

"עשה לך תיבת עצי גופר וגו"׳ בזריזות

[ובפרט אז דאס איז געווען צוליב

(זיין הצלה און)

קיום כל העולם כולו]?

און רש״י באווארנט עס ניט,

אפילו ניט ברמז!

מען קען ניט זאגן,

אז אין דעם פרט איז די הנהגה פון נח׳ן געווען ניט כדבעי - וויבאלד אז דער פסוק איז מעיד "איש צדיק תמים הי"׳.

אפילו לויט דער דעה 4

אז עס איז נאר ״בדורותיו״ - איז דאך אבער בנוגע דעם בנין התיבה איז דער פסוק מסיים און מדגיש "ויעש נח ככל אשר צוה אותו אלקים כן עשה" 5

איז פארשטאנדיק,

אז דעם ציווי האט ער אויסגעפאלגט כשלימות אין אלע פרטים.

אויך קען מען ניט זאגן,

אז וויבאלד דער אויבערשטער האט שוין געזאגט 6

אז ער וועט מאריך־אף זיין ק״כ שנה טאמער וועלן די אנשי דור המבול תשובה טאן 7 ,

דעריבער האט נח ניט געדארפט איילן צו אויפבויען די תיבה און ער האט זיך דערווייל עוסק געווען אין מעורר זיין בני דורו לתשובה

[ובפרט אז ווען זיי וואלטן חוזר בתשובה געווען וואלט קיין מבול ניט געקומען 8

און עס וואלט בכלל ניט נויטיק געווען די תיבה]

-

ווייל: א)

וויבאלד אז ביים ציווי "עשה לך גו"׳ איז ניט געזאגט געווארן קיין זמן ווען די תיבה זאל פארטיק ווערן איז פארשטאנדיק,

אז ער האט עס געדארפט אפטאן וואס פריער; און וויבאלד אז נח האט דעם ציווי מקיים געווען בשלימות

(כנ״ל)

איז ניט מסתבר,

אז ער האט אפגעלייגט דעם קיום הציווי פון "עשה לך גו"׳

(אפילו צוליב מעורר זיין דורכדעם בני דורו לתשובה).

ב)

דערמיט קען מען נאר מסביר זיין פארוואס נח וואלט געקענט אפלייגן דעם בנין התיבה ביז נאענט צום סוף פון די ק״כ שנה

(און דערוויילע זיך אפגעבן מיט מעורר זיין אנשי דורו לתשובה)

- עס בלייבט אבער ניט פארשטאנדיק: פארוואס האט נח געדארפט זיך עוסק זיין אין בנין התיבה דעם גאנצן משך זמן פון ק״כ שנה 9 ?

ב.

דער ביאור אין דעם בפשטות איז,

לכאורה,

ווי רש״י אליין איז מפרש

(ועד״ז אין מדרש 10 ),

אז דער טעם וואס דער אויבערשטער האט אנגעזאגט נח׳ן ער זאל בויען א תיבה - כאטש אז "הרבה ריוח והצלה לפניו ולמה הטריחו בבנין זה״ - איז געווען "כדי שיראוהו אנשי דור המבול עוסק בה ק״כ שנה ושואלין אותו מה זאת לך והוא אומר להם עתיד הקב״ה להביא מבול לעולם אולי ישובו".

קומט אויס,

אז דער בנין התיבה און מעורר זיין אנשי דורו לתשובה זיינען ניט קיין צוויי באזונדערע ענינים,

נאר ס׳איז היינו הך: דער עצם פעולת הבני׳ פון דער תיבה איז געווען א מיטל צו מעורר זיין זיי לתשובה.

און וויבאלד אז דאס איז געווען דער טעם פון דעם ציווי "עשה לך תיבת גו'",

איז פארשטאנדיק,

אז דאס וואס נח האט זיך פארזאמט מיט בנין התיבה איז ניט קיין הנהגה פון היפך הזריזות אינעם קיום הציווי,

נאר דווקא דאס איז דער אמת׳ער אופן פון קיום הציווי

(וויבאלד אז די מטרה פון עשיית התיבה איז "כדי שיראוהו כו׳ אולי ישובו").

עס איז אבער פארט ניט גלאטיק: אויף צו מעורר זיין ביי אנשי דורו די שאלה ותמי׳ "מה זאת לך" האט ער ניט געדארפט מאריך זיין אין דער מעשה הבני׳ - אויך אן אויפגעבויטע תיבה וואלט ביי זיי ארויסגערופן די שאלה "מה זאת לך״ 11

- איז הדרא קושיין לדוכתא: פארוואס האט נח געדארפט אפציען דעם קיום הציווי "עשה לך גו"׳ אויף א משך פון ק״כ שנה

(היפך בתכלית פון זריזות),

בעת ער האט געקענט מקיים זיין דעם ציווי ה׳ און בויען די תיבה בזריזות גדולה,

און דורך דעם אויפגעבויטער תיבה מעורר זיין ביים דור המבול די תמי׳ "מה זאת לך"?

מוז מען זאגן,

אז דער ענין פון "עשה לך תיבת גו"׳ גופא מאנט אז עס זאל געדויערן ק״כ שנה; און ווי ס׳איז אויך משמע פון לשון "ולמה הטריחו בבנין זה כדי שיראוהו אנשי דור המבול עוסק בה ק״כ שנה ושואלין אותו וכו"׳,

אז דער אויבערשטער האט אים מלכתחילה מטריח געווען מיט א בנין וואס מוז נעמען ק״כ שנה 12

כדי די אנשי דורו זאלן זען,

פרעגן און נתעורר ווערן בתשובה - און ניט אז ער האט צוליב דעם

(״שיראוהו..

ושואלין כו"׳)

אויסגעצויגן דעם בויען ביז ק״כ שנה.

ג.

איז דער ביאור בזה - בפשטות:

עשה לך איז דער טייטש

(בפשוטו של מקרא)

דו זאלסט טאן 13

(און ווי דער אברבנאל זאגט: "עשה לך,

כלומר שנח בעצמו יעשה התיבה ולא יצוה לעשותה לאחרים״)

- דער ציווי איז געווען,

אז נח אליין זאל בויען די תיבה 14

; און נאכמער,

לויט ווי דער ראגאטשאווער 15

איז מסביר

(ע״ד ההלכה),

אז דארט וואו דער ציווי איז בלשון "עשה" באשטייט די מצוה אין דער פעולת תעשי׳ גופא

(ועד״ז ביי אן עבירה,

אז דארט וואו דער אנזאג אויפן איסור שטייט בלשון עשי׳ איז מען עובר דורך דער עשי׳ בפו״מ,

אבער אויף דעם וואס ווערט אויפגעטאן דורך א גרם איז ניטא קיין חיוב).

ועד״ז איז בנדו״ד ביי עשיית התיבה 16

: וויבאלד אז ביים ציווי אויף עשיית התיבה שטייט "עשה לך",

אז די מצוה איז די עשי׳ גופא,

במילא האט נח אליין געמוזט טאן די גאנצע ארבעט 17

פון בנין 18

התיבה

[וע״ד ההלכה האט ער עס ניט געקענט טאן דורך א שליח - ווארום אפילו מ׳זאל זאגן,

אז אויך די ציווים בל׳ "עשה" קען מען מקיים זיין דורך א שליח

(און זיין פעולה ווערט פאררעכנט פונקט ווי דער משלח וואלט עס געטאן)

19 ,

האט אבער נח ניט געקענט מאכן א שליח אויף בנין התיבה,

היות אז ביי א בן־נח איז ניטא דער גדר פון שליחות 20

(באופן הנ״ל,

אז שלוחו זאל זיין "כמותו")],

ובמילא איז קיין חידוש ניט,

וואס הגם נח האט מקיים געווען דעם ציווי ה׳ צו בויען די תיבה מיט גרוים זריזות,

האט עס פונדעסטוועגן געדויערט א משך זמן פון ק״כ שנה; אדרבה: טוענדיק איינער אליין,

איז גאר א וואונדער וואס די גאר גרויסע בוי־ארבעט האט ביי אים גענומען ניט מער ווי ק״כ שנה!

ד.

ביים ראגאטשאווער 15

געפינט מען בנדו״ד צוויי סברות - צי ביי עשיית התיבה איז די מצוה געווען די פעולת הבנין,

אדער "המצוה הוה המציאות לא הבנין"

(אז עס זאל זיין א

(געבויטע)

תיבה).

וי״ל אז דאס איז תלוי אין דעם טעם הציווי צו מאכן די תיבה:

אויב די מטרה פון דער תיבה איז געווען נאר די הצלה פון מי המבול,

איז אין דער פעולת הבנין דהתיבה פאר זיך ניטא קיין תוכן און די גאנצע זאך איז די מציאות פון דער תיבה;

אבער אויב מ׳זאל זאגן,

אז די התעסקות אין בנין התיבה איז געווען מיט דער כוונה "כדי שיראוהו וכו׳ ושואלין וכו׳ אולי ישובו",

איז דער בנין גופא א מצוה

(ווייל דאס ברענגט צו תשובה 21 ).

עפ״ז קען מען מסביר זיין,

אז דאס איז כוונת רש״י מיט זיין פירוש "

(הרבה ריוח והצלה לפניו)

ולמה הטריחו בבנין זה כדי שיראוהו וכו' ": מיטן אריכות הלשון "ולמה הטריחו בבנין זה" איז רש״י אויסן צו מבאר זיין,

אז די קשיא איז ניט נאר פארוואס האט דער אויבערשטער אויסגעקליבן דוקא דעם אופן פון הצלה און ניט אן אנדער אופן פון "ריוח והצלה"

- ווייל אין דרך הפשט איז דאס ניט קיין

(גרויסע)

קשיא: אין דרך הטבע איז א תיבה דער מיטל צו ניצל ווערן פון א מבול מים

[וואס דערפאר ברענגט טאקע ניט רש״י דעם לשון פון מדרש 22

"וכי לא הי׳ יכול הקב״ה להציל את נח באמונתו ובדבורו או להעלותו לשמים״]

-

נאר בעיקר "ולמה הטריחו בבנין זה": פארוואס האט נח אליין זיך געדארפט מטריח זיין בבנין התיבה 23

; ד.

ה.

וואס איז די כוונה אין דעם וואס דער בנין גופא איז א מצוה,

און וואס דערפאר האט נח אליין זיך געדארפט מתעסק זיין מיט דעם?

אויף דעם ענטפערט רש״י "כדי שיראוהו כר״ - אז די טרחא אינעם בנין איז צוליב מעורר זיין לתשובה,

ובמילא איז מובן פארוואס די מצוה באשטייט אין עצם בויען די תיבה 24 .

ה.

מען דארף נאף אבער פארשטיין: רש״י בפירושו על התורה איז דאך מפרש פשוטו של מקרא - וואס איז דער הכרח ע״ד הפשט אז "עשה לך תיבת גו׳" מיינט "הטריחו כו"׳,

אז נח דארף אליין בויען די תיבה?

ובפרט אז עס איז שווער זיך פארשטעלן ווי קען איין מענטש אויפבויען א תיבה פון: שלש מאות אמה וגר.

לכאורה איז שווער צו זאגן,

כנ״ל,

אז דאס איז מצד דעם לשון "עשה לך״ - ווייל דער לשון

(וכיו״ב)

געפינט מען בכמה מקומות,

וואו דאס מיינט

(ע״פ פשש״מ)

״לך״ בשבילך" 25 ,

"לך,

משלך" 26 ,

ויש לומר,

אז רש״י׳ס הכרח איז פון דעם סדר והמשך הכתובים 27

: דער ציווי אויף עשיית התיבה שטייט אין פסוק גלייך נאכן סיפור הפעולה ובנוגע לדור המבול "קץ כל בשר בא לפני גו׳ והנני משחיתם את הארץ״ 28

- און פאר דעם פסוק "ואני הנני מביא את המבול מים גו"׳ 29

וואו ער איז מפרט אין וואס פאר אן אופן דאס וועט זיין 30

- דערפון לערנט רש״י ארויס אז דער ציווי "עשה לך תיבת גו׳" איז ניט

(נאר)

צוליב דער מציאות התיבה,

דעם נפעל,

ער זאל האבן א תיבה צו ראטעווען זיך פון דעם "מבול מים",

נאר אז די פעולה,

דער עצם מעשה הבני׳ איז

(אויך)

א מצוה וענין בפ״ע,

א התראה לדור המבול.

ו.

שוין גערעדט כמה פעמים,

אז דער דרך פון פירוש רש״י על התורה איז ניט אינגאנצן פונקט ווי דרך פירושו על הש״ס.

כאטש אז אין ביידע איז ענינו לפרש ע״פ פשוטו 31

,

איז אבער ניט גלייך ״פשוטו״ פון ש״ס - לימוד ע״ד ההלכה כר,

צום ״פשוטו״ פון מקרא - לימוד פשט הכתובים,

זיי זיינען צוויי באזונדערע אופני לימוד.

דעריבער קען מען ניט פרעגן א סתירה פון פירוש רש״י על התורה לפירושו על הש״ס.

און דאס איז אויך מודגש בענינינו: אין מס׳ סוכה 32

זאגט רש״י,

אז שם האט געבויט די תיבה צוזאמען מיט נח׳ן,

און דער ראגאטשאווער 33

איז פון דעם פירוש רש״י מדייק דעם הכרח "דהמצוה הוה המציאות לא הבנין״ - פארקערט ווי עס קומט אויס פון פירושו דרש״י על התורה

(כנ״ל סעיף ד׳).

דער ביאור אין דעם: לויט פשש״מ איז ניטא קיין רמז פון לשון הכתובים אז שם האט אים געהאלפן; אדרבה: פון דעם וואס דער פסוק איז מסיים 5

"ויעש נח ככל אשר צוה אותו אלקים כן עשה" איז משמע,

ווי רש״י לערנט בפירושו על התורה,

אז נח אליין האט געבויט די תיבה.

און דאס איז אויך מתאים מיט דער משמעות פון המשך הכתובים על אתר: פון דער הקדמת הציווי "עשה לך תיבת גו"׳ איז מוכח אז די מצוה איז די פעולה,

כנ״ל סעיף ה׳

[און דעריבער געפינט מען אויך אין מדרשי התורה 34

אז די התעסקות אין בנין התיבה איז געווען כדי לעורר לתשובה

(ובמילא - אז דער עצם בנין איז די מצוה)].

משא״כ בפירושו על הש״ס 35

נעמט אן רש״י ווי עס קומט אויס מצד שיטת הגמרא

(ההלכה)

- אין ש״ס 36

(א)

ווערט נאר געזאגט אז "שהי׳ נח הצדיק מוכיח בהם ואומר להם עשו תשובה כו׳",

ניט פארבינדנדיק דעם ענין

(ההוכחה וההתעוררות לתשובה)

מיט דעם בנין התיבה; און אפילו פון המשך הגמרא

(אמרו לו זקן תיבה זו למה א״ל הקב״ה כו׳)

איז משמע אז זייער שאלה איז געווען אויף תיבה זו,

מציאות התיבה 37

.

(ב)

עס ווערט אין גמרא ניט דערמאנט אז די עשיית התיבה האט גענומען ק״כ שנה.

און פון דעם איז רש״י׳ס הוכחה,

אז לויט שיטת הש״ס איז בנין התיבה געווען נאר צוליב הצלה,

און דער ענין פון מעורר זיין אנשי דור המבול צו תשובה איז אן ענין בפ״ע

(ניט פארבונדן מיט עשיית התיבה)

; ד.

ה.

די מצוה איז די מציאות התיבה,

דער נפעל,

ובמילא איז ניט געווען קיין חיוב אז נח אליין זאל בויען די תיבה און ער האט זי געקענט בויען צוזאמען מיט אנדערע

(שם וכיו״ב).

ז.

עוד יש לומר: אויך רש״י בפירושו על הש״ס האלט אז די מצוה איז דער בנין התיבה

(און ניט נאר די מציאות התיבה)

- נאר ער האלט

(כדעת הפוסקים 38 )

אז א ב״נ קען ווערן א שליח פאר א ב״נ כמותו 39

,

וואס דעריבער קען די השתתפות פון שם אין בנין התיבה פאררעכנט ווערן פונקט ווי נח אליין וואלט די תיבה געבויט,

וויבאלד שם האט דאס געטאן בשליחותו פון נח׳ן.

משא״כ בפירושו על התורה,

נעמט רש״י אן לויט פשש״ח,

אז בשעת ס׳איז דא א ציווי אויף איינעם אז ער זאל טאן א פעולה קען ער דעם ציווי ניט מקיים זיין דורך א שליח

(כמשנ״ת במק״א 40 ).

ובמילא איז מובן אז נח האט אליין געמוזט בויען די תיבה.

ח.

שוין גערעדט פיל מאל אז אלע פירושים אויף איין פסוק האבן א שייכות צווישן זיף.

ועד״ז בנדו״ד: בנוגע "עשה לך״ זאגט דער ראגאטשאווער 15

״לך - משלך",

אז נח האט געמוזט בויען די תיבה פון זיינע אייגענע נכסים.

דארף מען זאגן,

אז דער פירוש אין "עשה לך" איז פארבונדן מיטן פירוש הנ״ל - אז ער האט עס אליין געדארפט טאן,

ווייל דער עצם בנין התיבה איז די מצוה.

וועט מען דאס פארשטיין בהקדים,

אז ענלעך צו לשון הנ״ל

(ביי דער תיבה)

געפינט מען אויך בא סוכה

[וואס די ביידע ענינים האבן א שייכות צווישן זיך,

ווי חסידות 41

איז מבאר,

אז סוכה איז בדוגמת תיבת נח,

ווייל ביידע איז ענינם שלום 42

: אין תיבת נח זיינען געווען אלע מיני חיות צוזאמען און פונדעסטוועגן האט דארט געהערשט א מצב פון שלום,

א מעין פון "לא ירעו ולא ישחיתו" 43

; און עד״ז איז סוכה ענינה שלום - ופרוש עלינו סוכת שלומך,

ביז אז חז״ל 44

זאגן "כל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת"]

- חג הסוכות תעשה לך 45 .

זעט מען,

אז די ענינים הנ״ל ביי דער תיבה

[(א)

אז דער עצם בנין התיבה איז א מצוה,

(ב)

אז עס דארף זיין "עשה לך משלך",

(ג)

און אז די תיבה,

דער נפעל איז געווען צוליב הצלה]

- איז דוגמתם אויך דא ביי סוכה:

א)

עצם עשיית סוכה איז א מצוה 46 ,

ביז אז לויט דעם ירושלמי 47

דארף מען דערויף מאכן א ברכה - "לעשות סוכה".

ב)

די סוכה דארף זיין "לך 48

משלך" 49 .

ג)

דער מכוון פון ישיבה בסוכה איז "למען" 50

ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בנ״י בהוציאי אותם מארמ״צ 51 ,

הם היו ענני כבודו שהקיפם בהם לצל לבל יכה בהם שרב ושמש ודוגמא לזה צונו לעשות סוכות העשויות לצל" 52 .

אעפ״כ געפינט מען א חילוק צווישן זיי: א)

בא דער תיבה האט דוקא נח אליין געדארפט בויען די תיבה,

משא״כ בא סוכה וואס כאטש ס׳איז א מצוה,

קען אויך א צווייטער בויען 53

די סוכה פאר עס 54 .

ב)

די תיבה מוז זיין "לך משלך" - נח׳ס תיבה,

משא״כ בסוכה איז "אדם ..

יוצא י״ח בסוכתו של חבירו

(א סוכה שאולה)

" 55

ווארום "הרי היא כשלו" 56 .

ט.

וי״ל אז דאס איז פארבונדן מיט דעם כללות׳דיקן ענין העבודה פון נח בשייכות צום מבול,

ובהקדים וואס דער זהר 57

איז מבאר אינעם חילוק ההנהגה פון נח׳ן און די צדיקים וואס זיינען געווען נאך אים,

אז נח האט ניט מתפלל געווען על דורו "לא בעא רחמין על עלמא",

און דעריבער ווערן די מי המבול אנגערופן 58

"מי נח",

"דבי׳ הוו תליין,

דלא בעי רחמי על עלמא״; משא״כ די צדיקים וואס נאך אים האבן זיך מוסר נפש געווען אויף בני דורם - ווי מען געפינט בא משה רבינו וואס האט געזאגט 59

"ואם אין מחני נא מספרך אשר כתבת".

וואס לכאורה קען מען דערויף פרעגן: די חז״ל זאגן דאך,

כנ״ל 60

,

אז נח האט מוכיח געווען בני דורו און זיי מעורר געווען לתשובה.

זעט מען דאך אז אים האט געארט דער מצב פון בני דורו - היינט פארוואס האט ער אויף זיי ניט מתפלל געווען און מעורר געווען רחמים?

איז דער ביאור אין דעם: די תוכחה פון נח׳ן איז געווען בעיקר ניט מצד זיין מסנ״פ פאר אנשי דור המבול,

נאר בכדי צו מקיים זיין דעם ציווי ה׳.

וואס דערפאר שטייט אין חסידות 61

,

אז נח "לא נתן עצמו על זה אשר תוכחתו והתראותיו יפעלו עליהם לעוררם לתשובה",

ווייל מיט זיין תוכחה איז ער געווען אויסן בעיקר צו מקיים זיין דעם ציווי ה׳ וואס ער איז נצטווה געווארן,

און דערפאר ״לא בעא

(במסנ״פ כמשה)

רחמין על עלמא".

משא״כ משה רבינו,

וואס אים איז געווען נוגע דער מצב פון אידן,

ביז אז זיי זיינען אים געווען נוגע פונקט ווי ער אליין - האט ער זיך מוסר נפש געווען פאר זיי,

ער האט מתפלל און מעורר רחמים געווען ביז צו זאגן "ואם אין מחני נא מספרך אשר כתבת"" 61 .

יו״ד.

און דאס איז אויך דער חילוק צווישן תיבת נח און סוכות

(שקיבל משה מסיני ומסרה כו׳)

:

ענין הנ״ל,

אז ער האט ניט געבעטן רחמים על בני דורו,

האט זיך אויסגעדריקט בבנין התיבה: דעם ענין ההצלה

(כפשוטו,

פון מי המבול)

- בנין התיבה - איז געווען

(זי האט געקענט ארייננעמען)

נאר נח ובני משפחתו,

ניט בני דורו,

ומהאי טעמא גופא איז אויך דער בנין כפשוטו געווען נאר דורך אים,

און פון זיינע נכסים - "לך משלך".

משא״כ לאחר מתן תורה ווען אידן זיינען געווארן א מציאות פון איין ציבור 62 ,

ובפרט לאחר שנכנסו לארץ ווען זיי זיינען נתחייב געווארן בערבות 63

זיי זיינען געווארן א ״מציאות אחת נצחיית" 64

וואס יעדן אידן איז נוגע די מציאות פון דעם צווייטן אידן -

ובפרט ביי די מצוות אין וועלכע דער ענין האחדות שטייט בגלוי - ווי מצות סוכה,

וואס ענינה איז שלום

(כנ״ל סעיף ח)

- קען אויך די מעשה המצוה פון א צווייטן אידן פאררעכנט ווערן ווי ער האט דאס געטאן; אויך א סוכה של חבירו איז אין גדר פון "שלו ממש" און ער איז יוצא ידי חובתו וויבאלד זיי זיינען "כגוף אחד" 65 .

(משיחת אדר״ח מר חשון תשל״ו)

Reader controls and commentary are loading.