א.
אין סיום פון דער היינטיקער סדרה שטעלט זיך רש״י אויף "כי נחמתי כי עשיתים",
און איז מפרש "חשבתי מה לעשות על אשר עשיתים".
איז אין דעם ניט פארשטאנדיק:
א)
דער ווארט "נחמתי" האט אין פשטות דעם באדייט פון חרטה ,
וואלט לכאורה געדארפט זיין דער פירוש הפשוט פון "נחמתי כי עשיתים": איך האב חרטה געהאט אויף דעם וואס איך האב זיי געמאכט,
אזוי ווי עס טייטשט דער תרגום
(ניט בלויז דער תרגום יונתן,
וואס זיין פירוש איז לפעמים ע״ד הדרש 1
,
נאר אויך דער תרגום אונקלוס,
וואס זיין פירוש איז ע״פ פשט)
- איז ווי קומט עס וואס רש״י - וואס ער איז מפרש פשוטו של מקרא 2
- לערנט דא אן אנדער פירוש,
איך האב געטראכט וואס צו טאן צוליב דעם וואס איך האב זיי געמאכט.
נאכמער:
ב)
א פסוק פריער 3
גיט רש״י ארויס א כלל: ״ כל לשון ניחום שבמקרא -לשון נמלך מה לעשות כו׳ כולם לשון מחשבה אחרת הם",
אז דער לשון ניחום אין תנ״ך מיינט אלעמאל א מחשבה וואס איז אנדערש
(האבנדיק חרטה)
פון א פריערדיקע מחשבה; איז לויט דעם כלל האט דאך אויך "נחמתי" געדארפט זיין א לשון חרטה - פארוואס טייטשט עס דא רש״י אנדערש?
ב.
מען וואלט לכאו׳ געקאנט זאגן אז רש״י פארטייטשט ניט "נחמתי" אלס לשון חרטה דערפאר ווייל אפילו א קינד פארשטייט אז ביי דעם אויבערשטן איז ניט שייך ער זאל האבן חרטה
[און ווי עס שטייט 4
"לא איש א־ל ויכזב ובן אדם ויתנחם"]
און דערפאר מוז ער לערנען דא ״נחמתי - חשבתי וכו׳".
דאס איז אבער לגמרי ניט מובן: ווארום,
אויך דער דערמאנטער פריערדיקער פסוק רעדט דאך וועגן דעם אויבערשטן ״וינחם ה׳ ״,
און פונדעסטוועגן 5
זאגט דארט רש״י אז "וינחם" מיינט " נהפכה מחשבתו של מקום".
נאכמער: צווישן די ראיות וואס רש״י בריינגט דארטן דערצו - איז אויך פאראן דער פסוק גופא "
[לא איש א־ל ויכזב]
ובן אדם ויתנחם",
און דאך טייטשט רש״י מלשון חרטה 6 .
זעט מען דאך דערפון אז
(מאיזה טעם שיהי׳)
ארט ניט רש״י׳ן אט די קשי׳ * 6
ווי איז שייך דער ענין פון חרטה ביי דעם אויבערשטן,
און ווי מען געפינט אויך אין די אנדערע פסוקים וועלכע רש״י בריינגט דארט - "ועל עבדיו יתנחם 7
; וינחם ה׳ על הרעה 8
; נחמתי כי המלכתי 9
״ - וואס הגם אז אין זיי אלע רעדט זיך וועגן דעם אויבערשטן,
פונדעסטוועגן "כולם לשון מחשבה אחרת הם".
היינט פארוואס זאל ער אויך "נחמתי כי עשיתים" ניט מפרש זיין לויטן זעלביקן כלל פון "לשון מחשבה אחרת הם"?
ג)
לויט פרש״י אז "נחמתי" מיינט "חשבתי מה לעשות",
איז ניט גלאטיק דער המשך "כי עשיתים",
וואס דארף לויט דעם פירוש געטייטשט ווערן ווי א נתינת טעם אויף ״נחמתי״ 10
("נחמתי" - כ׳האב געטראכט וואס צו טאן,
"כי"
(על אשר)
- ווייל,
וויבאלד,
"עשיתים" - כ׳האב זיי געמאכט),
בעת בפשטות איז דער טעם וסיבה פון "חשבתי מה לעשות" באשטאנען אין דעם וואס "רבה רעת האדם" 11
: ווייל זיי האבן געזינדיקט,
קלערט דער אויבערשטער כביכול וואס צו טאן מיט זיי - מיט וואס איז "עשיתים" א טעם אויף "נחמתי"?
ג.
וועט מען עס פארשטיין דורך א פריערדיקע פיסקא אין פרש״י אויפן זעלבן פסוק,
וואס אויך יענער פירוש איז לכאורה ניט לויטן דרך הפשט: אויף "ויאמר ה׳ אמחה את האדם" זאגט רש״י 12
"הוא עפר ואביא עליו מים ואמחה אותו,
לכך נאמר לשון מיחוי".
דער פשוט׳ער טייטש פון "אמחה" איז - אפמעקן,
אזוי ווי "מחה אמחה" 13 ,
אדער ״תמחה״ 14
וואס שטייט ביי עמלק׳ן
(וואס דארט קען מען דאך ניט איינטייטשן אז דאס מיינט "אביא עליהם מים" 15 )
און ס׳איז אזא דבר פשוט אז "אמחה" מיינט אפמעקן * 15 ,
אז רש״י טייטשט עס דארט ניט אפ 16 ,
ווייל דאס פאדערט גארניט קיין פירוש.
און ביי "אמחה את האדם" מוז רש״י מפרש זיין,
און אין א חדוש׳דיקן אויפן: "אביא עליו מים ואמחה אותו" 17 ?
!
איז דער ביאור אין דעם: אין דעם המשך פון דעם ענין
(אין דער קומענדיקער סדרה),
האט דער אויבערשטער אנגעזאגט נח׳ן ער זאל מאכן א תיבה אין וועלכע עס זאלן אריינגיין נח ובניו ואשתו ונשי בניו און אויך פון אלע מיני בע״ח,
בכדי צו געראטעוועט ווערן פון דעם מבול.
במילא קען מען דאך ניט לערנען אז "אמחה" דא מיינט,
ווי אין פשטות,
אפמעקן
(ד.
ה.
פולשטענדיק אפווישן)
פון דער וועלט "מאדם עד בהמה עד רמש ועד עוף השמים״ - וויבאלד אז עס זיינען דאך ניט אלע אפגעווישט געווארן פון דער וועלט.
[און מען דארף גאר ניט אנקומען צו דער שפעטערדיקער סדרה: אין אונדזער סדרה גופא,
מיט איין פסוק ווייטער,
ווערט געזאגט: "ונח מצא חן בעיני ה׳".
קען מען דאך שוין ניט זאגן,
אז מיט "אמחה את האדם אשר בראתי",
האט דער אויבערשטער געמיינט אפמעקן דעם מין האנושי,
ווארום נח איז דאך ניט איינגעשלאסן אין דעם,
וויבאלד אז "מצא חן בעיני ה׳".
און אין אמת׳ן דארף מען גאר דערצו ניט האבן קיין ראי׳ אפילו פון ווייטערדיקן פסוק; לערנענדיק דעם פסוק גופא בעת מ׳זעט פאר זיך א וועלט מיט מענטשן און אלערליי בע״ח,
ווערט באלד קלאר אז מיט "אמחה גו׳ מאדם עד בהמה גו׳",
האט דער אויבערשטער ניט געמיינט אפצומעקן דעם מין האנושי און אלע בע״ח]
דעריבער לערנט רש״י,
אז "אמחה"
(דא,
משא״כ בעמלק)
מיינט: כ׳וועל מאכן צעגיין,
צעלאזן אין וואסער.
ובמילא איז קיין סתירה ניט וואס "נח ואשר אתו בתיבה" זיינען געבליבן גאנץ,
די גזירה איז דאך געווען ניט אפווישן נאר ״מיחוי״,
און - דורך מים ,
דעריבער זיינען נמחה געווארן די באשעפענישן וואס מ׳האט אריינגעגעבן אין מים 18
; אבער די וואס זיינען געווען אין דער תיבה,
באשיצט פון מים,
זיי האט די גזירת אמחה ניט אנגערירט און זיינען געבליבן גאנץ.
לויט דעם וועט מען אויך פארשטיין פארוואס לערנט רש״י אז ״נחמתי כי עשיתים״ מיינט ניט ל׳ חרטה,
נאר ״חשבתי מה לעשות כו׳״: דערפון וואס נח ואשר אתו בתיבה זיינען געראטעוועט געווארן,
איז קלאר,
אז דער אויבערשטער האט ניט חרטה געהאט אויף דעם וואס "עשיתים"
(ווארום אויב יע,
וואלט ער דאך אפגעמעקט אלע באשעפענישן) 19 .
און דאס איז ניט קיין סתירה צום כלל וואס רש״י האט פריער ארויסגעבראכט: "כל לשון ניחום שבמקרא לשון נמלך מה לעשות כו׳ לשון מחשבה אחרת",
ווייל אויך "נחמתי" דא מיינט "נמלך"; ס׳איז טאקע אן אנדער חרטה׳דיקע מחשבה,
אבער די חרטה דא איז ניט אויף דעם וואס ער האט זיי באשאפן,
כמשי״ת להלן.
ד.
לכאורה קען מען אויף דעם פרעגן: ווי קען מען זאגן,
אז פון דעם וואס נח ואשר אתו בתיבה זיינען געבליבן גאנץ,
האט רש״י דעם הכרח צו לערנען אז "נחמתי כי עשיתים" מיינט ניט קיין חטרה אויף זייער באשאפן - רש״י אליין טייטשט דאך אויף "וינחם ה׳ כי עשה",
אז דער אויבערשטער האט חרטה געהאט און ״ נהפכה מחשבתו ..
למדה״ד",
און מאידך גיסא,
קען מען דאך אויך אין יענעם פסוק פרעגן די זעלבע קשיא: אויב דער אויבערשטער האט חרטה געהאט אויף דער באשאפונג פון מענטשן 20 ,
היינט ווי איז געבליבן דער קיום פון מין אנושי?
ד.
ה.
אין וואס באשטייט די נפק״מ צווישן דעם פסוק "נחמתי" און דעם פריערדיקן פסוק ״וינחם ה׳״,
וואס דארטן קען רש״י איינלערנען אז דאס מיינט חרטה,
און אין דעם פסוק מוז ער לערנען "חשבתי מה לעשות כו׳"?
איז דער ביאור אין דעם: אין פריערדיקן פסוק שטייט "ויתעצב אל לבו ".
און דאס לערנט אונז,
אז דארט רעדט ניט דער פסוק וועגן דעם אויבערשטנס א גזירה וואס איז אראפגעקומען אין דיבור,
נאר וועגן זיין מחשבה,
וואס ער האט געטראכט כביכול בינו לבין עצמו.
און ווי רש״י איז דארט עטליכע מאל מדייק און מדגיש דעם לשון מחשבה: "נהפכה מחשבתו; עלה במחשבה לפניו; מחשבה אחרת הם".
און וויבאלד אז דער ניחום איז געווען בלויז במחשבה 21 ,
איז קיין קשיא ניט פארוואס איז אזוי ניט געווען אין פועל ממש,
ווייל יענער ניחום איז געבליבן אין מחשבה כביכול און איז ניט אראפגעקומען אין קיין גזירה בדבור.
משא״כ אין אונזער פסוק שטייט " ויאמר ה׳ גו׳" וואס דאס מיינט א גזירה 22
דורך אמירה 23
- און דעם אויבערשטנ׳ס גזירה מוז דאך מקויים ווערן,
דעריבער קען מען ניט זאגן אז דער דבור
("אמחה")
האט געמיינט אפצוווישן די נבראים,
און במילא איז "נחמתי" ניט קיין חרטה אויה דער באשאפונג,
כנ״ל.
ה.
ע״פ הנ״ל קומט אויס,
אז אין דעם אויבערשטנס אמירה "אמחה את האדם גו׳״ האט זיך אויפגעטאן א פארלייכטערונג לגבי דער פריערדיקער מחשבה: פריער במחשבתו איז געווען חרטה אויה דער באשאפונג
( דאס מיינט -היפך הקיום)
פון גאנצן מין אנושי ובע״ח; שפעטער אבער האט דער אויבערשטער געזאגט " אמחה את האדם",
א מיחוי דורך מים,
וואס דורך דעם וועט די גזירה ניט חל זיין אויה נח וכל ב״ב כו׳.
וואס האט געבראכט די נטי׳ לקולא פון "אמחה",
וויבאלד אז פריער איז עלה במחשבתו בנוגע צום גאנצן מין האדם?
פארשטייט מען עס בסיום הפסוק: ״כי
(ווייל)
" "נחמתי כי עשיתים " - איך האב זיך באקלערט וואס צו טאן מיט זיי צוליב דעם וואס איך האב זיי באשאפן; ד.
ה.
וויבאלד אז איך האב זיי באשאפן,
זיי זיינען מעשי ידיו של הקב״ה,
דארה איך געפינען א וועג אויפצוהאלטן זייער קיום - ומהאי טעמא איז בלויז "אמחה את האדם וגו׳
(במים)
".
לויט דעם איז אויך מובן,
אז דער טייטש פון רש״י ״נחמתי - חשבתי מה לעשות״ איז ניט אין סתירה צום כלל אז כל לשון ניחום מיינט מחשבה אחרת: אויך דא טראגט דאס אין זיך דעם באדייט פון חרטה,
אבער די חרטה איז ניט אויה דעם וואס "עשיתים",
נאר אויה דער פריערדיקער מחשבה וואס האט ארומגענומען אלע נבראים אן אויסנאם.
ו.
דער פירוש אין רש״י אויה "כי נחמתי״ איז נווי יעדער ענין אין תורה -מלשון הוראה]
אויך א הוראה בעבודתינו:
ווי געזאגט פריער,
קען רש״י ניט טייטשן דעם ״נחמתי״ אין אונזער פסוק חרטה אויה דער עשי׳ פון די נבראים - ע״ד ווי ער טייטשט פריער ביי "וינחם ה׳ כי עשה את האדם בארץ" - ווייל דא שטייט " ויאמר ה׳",
איז עס שוין א גזירה וואס מוז דורכגעפירט ווערן בפועל.
און דאס איז א הוראה,
אויה ווי ווייט מען דארה זיין נזהר בדיבורו.
ווארום וויבאלד אז צדיקים
[וואס דערמיט מיינט מען אלע אידן,
כמ״ש 24
ועמך כולם צדיקים]
דומים לבוראם 25 ,
האט דער דיבור פון א אידן א ווירקונג.
און דעריבער דארה מען זיין זייער פארזיכטיג ניט ארויסצוברענגען בדיבור עפעם א ניט־גוטן ווארט אויף א צווייטן,
ווארום דער דיבור פון א אידן קען שאטן.
בעת מען טראכט וועגן דעם צווייטנם רע אין מחשבה,
איז מען דערמיט עובר אויה א הארבן איסור 26
; דאס קען אבער יענעם ניט שאטן
(אויה אזוי פיל?),
בעת אבער מען זאגט עס ארויס בדבור,
קען יענער ליידן דערפון.
דערמיט איז פארשטאנדיק דער מרז״ל 27
" לשון תליתאי קטיל תליתאי",
אז לשון הרע בריינגט אומגליק אויף אלע דריי: ניט בלויז אויפן דערציילער און הערער,
נאר אויך אויף וועמען מען רעדט 28 .
וואס לכאורה קען מען פרעגן: די ביידע - דער וואס רעדט לשה״ר און דער וואס הערט לשה״ר - האבן געטאן אן איסור; אבער וואס איז שולדיק דער דריטער,
פארוואס זאל ער ליידן?
איז דער ביאור אין דעם: די תכונה
(און ״אויפטו״)
פון דיבור איז,
וואס ער בריינגט ארויס א זאך מההעלם אל הגילוי,
און דעריבער כל זמן מען רעדט ניט וועגן יענעמס רע,
אפילו ווען דאס איז אמת,
שטייט דאס נאך אין אן אופן פון העלם.
און דער אויבערשטער איז דאך א מאריך אף,
ווארט ער ביז דער איד וועט טאן תשובה.
בעת מען רעדט וועגן דעם,
און דאס קומט ארויס בגלוי אין עולם הדיבור,
דארט קען שוין דערפון ארויסקומען * 28
אויף אים א קטרוג וואס איז עלול צו ברענגען שאדן 29 .
ז.
נאך א הוראה פון פרש״י הנ״ל:
דער טעם וואס די חרטה אויף דער בריאה איז ניט ארויס בדיבור,
איז ווייל " חשבתי מה לעשות על אשר עשיתים".
ד.
ה.
ניט בלויז וואס די גזירה איז ניט געקומען בדיבור,
נאר אפילו במחשבה איז ניט געווען קיין החלטה צו מאבד זיין דעם מענטשן.
ס׳איז מלכתחילה געווען נאר א מחשבה פון ניחום וחרטה,
אבער אן קיין החלטה "מה לעשות" 30 .
און וויבאלד אז "עשיתים",
זיי זיינען מעשי ידיו של הקב״ה,
איז איבערגעביטן געווארן די מחשבה לטובה,
אז נח ואשר אתו בתיבה,
זאלן בלייבן לעבן.
און דאס איז א הוראה פאר יעדערן: אפילו ווען מעט זעט ר״ל אויף א צווייטן אידן אז רבה רעתו און "וכל יצר מחשבות לבו רק רע כל היום",
אבער וויסענדיק אז יעדער איד איז נצר מטעו מעשי ידיו של הקב״ה" 24 ,
דארף מען אויף אים ניט ארויסטראגן ח״ו קיין פס״ד - אפילו ניט במחשבה - נאר מען דארף אים דן זיין לכף זכות.
ומה־דאך דער אויבערשטער,
וואס ער איז בוחן כליות ולב,
און ס׳איז ניט שייך ביי אים קיין טעות ח״ו,
און ווען ער האט געזען אז רבה רעת האדם איז דאס דאך געוויס געווען ריכטיק - פונדעסטוועגן האט ער זיך אפגעהאלטן פון ארויסטראגן לויט דעם א פס״ד מוחלט; עאכו״כ א מענטש,
וואס איז עלול צו מאכן א טעות,
טאר ער געוויס ניט פעסטשטעלן און ארויסקומען וועגן יענעם מיט א שלעכטער מיינונג.
ווייל ס׳איז גאר און גאר מעגליך אז ס׳איז לגמרי ניט אזוי ווי אים ווייזט זיך אויס 31
,
וכפס״ד המשנה 32
הוי דן את כל האדם לכף זכות.
(משיחת ש״פ בראשית תשכ״ו)