א.
אין פסוק 1
"ויבא קין מפרי האדמה מנחה לה'",
שטעלט זיך רש״י אויף די ווערטער "מפרי האדמה" און איז מפרש: מן הגרוע ויש אגדה 2
שאומרת זרע פשתן הי'.
דער הכרח פון רש״י צו לערנען אז קין האט געבראכט "מן הגרוע",
איז פארשטאנדיק בפשטות
(ווי דער רא״ם 3
איז מבאר)
- "דאם לא כן מה טעם ואל 4
קין ואל מנחתו לא שעה?
" 5 .
מען דארף אבער פארשטיין וואס רש״י ברענגט די "אגדה" אז "זרע פשתן הי׳": למאי נפק״מ אין פשוטו של מקרא צי די מנחה "מן הגרוע" איז געווען "זרע פשתן" אדער אן אנדער מין פרי האדמה?
מ׳קען ניט פרעגן: וואס איז די ראי׳ פון פשוטו של מקרא אז "זרע פשתן הי׳" 6 ?
ווייל פון דעם גופא וואס רש״י ברענגט דעם ענין בשם האגדה - ניט ווי דעם אפטייטש "מן הגרוע" וואס ער שרייבט ניט פון וואנען ער נעמט עס
(כאטש אויך דער ענין שטייט אין אגדה 7 )
- איז פארשטאנדיק,
אז פון פשטות הכתובים איז טאקע ניט מוכח אז ער האט געבראכט זרע פשתן
(און דער מקור אויף דעם איז נאר פון אגדה)
;
וויבאלד אבער רש״י ברענגט די אגדה אין זיין פירוש על התורה,
מוז מען זאגן אז דאס איז
(בלשון רש״י 8 )
אן "אגדה המיישבת דברי המקרא"; דאס הייסט,
אז עס איז דא א שוועריקייט אין פסוק וואס ווערט פארענטפערט מיט דער אגדה אז "זרע פשתן הי׳".
ב.
אין די דפוסים פון פירוש רש״י שטייט דערנאך
(צווישן חצאי עיגול)
: "ד״א מפרי מאיזה שבא לידו לא טוב ולא מובחר".
און אע״פ אז אין די ערשטע דרוקן פון פירוש רש״י עה״ת שטייט ניט דער פירוש 9
- איז אבער פארשטאנדיק,
אז אויך דער צווייטער פירוש האט אן ארט,
וואס דערפאר קען זיין אזוינע וועלכע זיינען עס גורם אין פרש״י.
דאס וואס רש״י באנוגנט זיך ניט מיטן ערשטן פירוש,
קען מען זאגן דעם טעם: אויב מ׳זאל אננעמען אז דער חטא פון קין איז געווען דאס וואס ער האט געבראכט ״מן הגרוע״ - פארוואס איז דער פסוק סותם אז ער האט געבראכט "מפרי האדמה",
ניט אויסטייטשנדיג דערביי ״מהגרוע״ וכוי״ב
(אזוי ווי דער פסוק איז מפרט גלייך בא מנחת הבל - "מבכורות צאנו ומחלביהן" 10 )?
דעריבער ברענגט רש״י נאך א פירוש,
אז די מנחה איז טאקע געווען ניט "מן הגרוע",
נאר ווי לשון הכתוב 11
"מפרי
(סתם),
מאיזה שבא לידו לא טוב ולא מובחר",
און אין דעם גופא איז באשטאנען זיין חטא,
וואס ער האט ניט מדייק געווען צו ברענגען מן הטוב והמובחר.
לפ״ז איז אבער תמוה לאידך גיסא: בשלמא לויטן ערשטן פירוש,
אז זיין מנחה איז געווען "מן הגרוע",
איז פארשטאנדיק פארוואס "ואל קין ואל מנחתו לא שעה״ - ווייל דאס ברענגען דוקא מן הגרוע איז
(ניט נאר א באווייז אז בא אים פעלט דער כבוד פאר דעם אויבערשטן,
וואס איז מחייב אז די מנחה זאל זיין מן הטוב והמובחר,
נאר נאכמער,
דאס איז)
היפך הכבוד - דערמיט איז מען מבזה דעם צו וועמען מ׳ברענגט די מנחה 12 .
ווי קען מען אבער זאגן,
אז דערפאר וואס ער האט זיך ניט משתדל געווען צו ברענגען "מן הטוב ומן המובחר" און זיך מסתפק געווען מיט א מנחה סתם "מאיזה שבא לידו״ 13
- זאל דער אויבערשטער אינגאנצן ניט אננעמען קין׳ם מנחה,
"ואל קין ואל מנחתו לא שעה"?
ג.
וי״ל דער ביאור אין דעם:
רש״י קען זיך ניט באנוגענען מיט׳ן פירוש "מן הגרוע",
ווייל דאס איז קשה ביותר: מיט זיין ברענגען די מנחה איז קין געווען אויסן ארויסווייזן א דאנקבארקייט צום אויבערשטן - היינט ווי קומט עס אז ער זאל ברענגען דוקא "מן הגרוע" 14
,
וואס איז היפך המכוון פון דער מנחה?
זאת ועוד: נאכדעם ווי קין האט געזען אז "ואל מנחתו לא שעה",
שטייט אין פסוק 4
״ויחר לקין מאד ויפלו פניו״ - איז תמוה: נאכדעם ווי ער האט געבראכט זיין מנחה דוקא מן הגרוע,
האט ער דען דערווארט אז די מנחה זאל יע נתקבל ווערן?
מוז מען זאגן,
אז כאטש קין׳ס מנחה איז געווען אזא וואס איז ניט ווערט נתקבל ווערן - איז אבער פארט געווען אן ארט אז קין זאל א טעות האבן און מיינען,
אז זיין מנחה דארף נתקבל ווערן לרצון 15
;
און דאס איז רש״י מסביר ומפרש אויף צוויי אופנים: אז די מנחה איז
(א)
[זייענדיק "מן הגרוע"]
"זרע פשתן הי׳";
(ב)
[אז זי איז ניט געווען מן הגרוע,
נאר]
"מאיזה שבא לידו לא טוב ולא מובחר" - כדלקמן.
ד.
דערמיט וועט אויך רעכט ווערן א קשיא אין סדר הכתובים:
פריער שטייט "ויבא קין גו׳ מנחה לה"M און דערנאך איז דער פסוק ממשיך "והבל הביא גם הוא גו׳ וישע ה׳ אל הבל גו׳",
און ערשט דערנאך שטייט "ואל קין ואל מנחתו לא שעה ויחר גו׳״ - ולכאורה האבן די ווערטער "ואל קין גו׳ לא שעה" געדארפט שטיין גלייך נאכן סיפור "ויבא קין גו׳ מנחה לה"׳
(איידער מ׳דערציילט וועגן הבל)?
אפילו מ׳זאל זאגן,
אז דער פסוק וויל פריער דערציילן וועגן ביידע הבאות המנחות און דערנאך ווי זיי זיינען נתקבל געווארן - האט פריער געדארפט שטיין "ואל קין גו׳ לא שעה" און דערנאך "וישע
(ה׳)
אל הבל" 16 ,
בהתאם צום סדר פון די הבאות.
בפשטות קען מען זאגן 17
,
אז דאס איז דערפאר ווייל ערשט נאכן "וישע ה׳ אל הבל"
("ירדה אש ולחכה מנחתו" 18
),
האט קין דערפילט - פון דעם וואס ביי אים איז לא ״ירדה אש כו׳״ - אז "ואל מנחתו לא שעה",
און דערפאר "ויחר לקין גו"׳.
ע״פ הנ״ל אבער קען מען זאגן,
אז דערמיט מיינט דער פסוק צו מרמז זיין,
אז דער אמת׳ער "
(ואל קין גו׳)
לא שעה" איז ערשט געווען נאכן "וישע ה׳ אל הבל".
ווארום בשעת קין האט געבראכט זיין מנחה איז נאך געווען א מקום לטעות אז דערין איז ניטא קיין חטא,
כנ״ל;
ערשט נאך דעם ווי קין האט געזען אז הבל האט געבראכט "מבכורות צאנו ומחלביהן
(און דערפאר)
וישע ה׳ גו"׳,
און ביי אים איז דאס ניט געווען - האט ער דאך קלאר געזען אז די הנהגה זיינע איז געווען ניט כדבעי - און פונדעסטוועגן האט ער אויך דאן ניט חרטה געהאט און ניט געטאן עפעם צו מתקן זיין די הנהגה
(דורך ברענגען א צווייטע מנחה מן הטוב ומן המובחר וכיו״ב)
-דערפאר איז ערשט דאן די תורה מדגיש די תוצאה פון דעם חטא - "ואל קין ואל מנחתו לא שעה" 19 .
ה.
ווי גערעדט פיל מאל,
האט רש״י געשריבן זיין פירוש
(אויך)
פאר א "בן חמש",
וואס הויבט ערשט אן לערנען "מקרא" 20
איז דערפון פארשטאנדיק,
אז ווען רש״י זאגט "זרע פשתן הי׳",
און איז דערביי ניט מסביר מיט וואס פשתן איז אויסגעטיילט למעליותא פון אנדערע "פרי האדמה",
איז עס ווייל דער "בן חמש" ווייס ש וין וועגן דעם,
וכפירוש רש״י פריער: אויפן פסוק 21
"שם האחד פישון" טייטשט רש״י
(אין צווייטן פירוש),
אז מ׳רופט דעם
(נהר)
מיטן נאמען פישון - "שהוא מגדל פשתן".
דערפון וואס א נהר
(און דערצו נאך - דער ערשטער)
ווערט אנגערופן על שם הפשתן וואס ער איז מגדל,
איז פארשטאנדיק,
אז פשתן איז א דבר חשוב ביותר 22 .
ועפ״ז איז מובן דער קס״ד פון קין ביים ברענגען זיין מנחה: ביי אים איז אויסגעקומען,
אז דער עיקר איז נוגע דער מין המנחה וואס מ׳ברענגט - א מין וואס איז דער טוב ומובחר שבמינים.
און דערפאר האט ער אויסגעקליבן פשתן,
וואס איז א דבר חשוב ומשובח; אבער אין דעם מין גופא,
האט ער געבראכט "מן הגרוע".
און דאס איז געווען דער יתרון פון מנחת הבל,
וואס אין דעם מין וואס ער האט געבראכט זיין מנחה,
האט ער אויסגעקליבן "מבכורות
(צאנו)
ומחלביהן" 23 .
ו.
אבער דער פירוש איז נאך אלץ ניט מובן,
דממה־נפשך: וויבאלד אז קין האט געזוכט מהדר זיין צו ברענגען פון א בעטערן מין,
פארוואס האט ער געבראכט "מן הגרוע"
(אין דעם מין)?
קיין גרויטע קשיא איז עס ניט,
ווי דער פסוק איז דערנאך 24
ממשיך "לפתח חטאת רובץ ואליך תשקתו״ - אז דער יצר הרע האט זיך דא ״אריינגעמישט״ און מכשיל געווען קין׳ען אין א חטא;
אבער אין דעם גופא,
איז עס געווען אין אן אופן פון "לפתח חטאת רובץ",
די שליטה פון יצר הרע 25
איז געווען אין אן אופן פון "לפתח" 26
"אין דרויסן": ער האט ניט געקענט פועל׳ן אז קין זאל אינגאנצן ניט ברענגען קיין מנחה,
אדער ברענגען עכ״פ ״מן הגרוע" במינים; ער האט אים בלוים מכשיל געווען במקצת - אז ער זאל יוצא זיין מיט ברענגען פון א בעסערן מין בכלל,
אבער "מן הגרוע" באותו המין.
כדי אבער צו מאכן נאך גלאטער,
ברענגט רש״י
(לויט כמה גירסאות,
כנ״ל)
א צווייטן פירוש - "מפרי,
מאיזה שבא לידו לא טוב ולא מובחר״ - וואס לויט דעם פירוש איז מובן בפשטות פארוואס קין האט געמיינט אז דער אויבערשטער וועט אננעמען זיין מנחה;
[און דאס וואס "ואל קין ואל מנחתו לא שעה",
איז עס דערפאר וואס אויך שפעטער,
נאכדעם ווי "הבל הביא גו׳ מבכורות צאנו גו׳ וישע גו"M האט קין ניט חרטה געהאט און ניט געוואלט מתקן זיין הנהגתו].
אבער אויך דער פירוש איז שווער - און נאך שווערער ווי דער ערשטער פירוש
(ביז אז לויט רוב גירסאות איז דאס ניטא אין פירוש רש״י)
- ווייל עס איז ניט מסתבר צו זאגן 27
,
אז צוליב דעם אליין וואס קין האט געבראכט סתם און ניט מן המובחר,
זאל דער אויבערשטער אינגאנצן ניט אננעמען זיין מנחה.
און דערפאר מוז מען אנקומען צום פריערדיקן פירוש און אים שטעלן אלס פירוש ראשון ועיקרי.
ז.
דערפון קומט ארויס - די ענינים מופלאים 28
(ע״ד ההלכה)
שבפרש״י -אן ענין וואס איז מבאר א
(דיוק הלשון אין)
רמב״ם:
דער רמב״ם 29
פסק׳נט: "הרוצה לזכות עצמו" זאל ברענגען "קרבנו מן היפה ממנו׳M און ברענגט דערויף דעם פסוק 30
״כל חלב לה״׳ און אלס ראי׳ - "והבל הביא ..
מבכורות צאנו ומחלביהן וישע ה׳ גו"׳.
פון דיוק הלשון "שבאותו המין שיביא ממנו" איז משמע,
אז דער ענין פון "כל חלב לה"׳ מיינט נאר דעם משובח
(מובחר)
פון דעם מין וואס דער מענטש וויל ברענגען,
אבער ניט אז ער זאל אויסקלייבן
(אויך)
דעם בעסטן מין וואס ער קען ברענגען 31 .
[בדוגמא לזה געפינט מען אויך ביי מנדר זיין א קרבן 32 ,
אז "הנודר סתם מביא מן הגדולים שבמין שנדר".
לדוגמא: "נדר עולה מן הבקר יביא שור"
(און ניט קיין עגל)
- דער מובחר אין דעם "מין שנדר"; אבער אויך אן עשיר מעג לכתחילה מנדר זיין א ביליגערן,
א קלענערן מין
(ביז אויך אן עולת עוף 33 ),
ביז אז אפילו אויב ער האט געזאגט "הרי עלי עולה" סתם,
און ס׳איז "דרך אנשי המקום" צו אנרופן אויך עולת העוף ״עולה סתם״ - קען ער ברענגען אן עולת עוף].
דארף מען פארשטיין: "כל חלב לה"׳ איז לכאורה כולל אויך דעם חלב ומובחר פון די מינים וואס מ׳קען ברענגען -פארוואם זאגט מען אז "כל חלב לה"׳ מיינט נאר "באותו המין שיביא ממנו" 34 ?
וע״פ הנ״ל י״ל,
אז דער רמב״ם לערנט דאס אפ 35
פון קרבן קין והבל,
וואס ער ברענגט אין דער הלכה אלס ראי׳ בכלל אויף דעם דין הנ״ל
(כנ״ל)
:
פון דעם וואס הבל האט געבראכט זיין מנחה פון דעם מובחר
(״מבכורות..
ומחלביהן")
אין דעם מין פון צאן,
און האט ניט מהדר געווען צו ברענגען פון א חשוב׳ערן מין
(מין הבקר) 36 ,
ולאידך האט קין אויסגעקליבן פון א מין המובחר,
פשתן - און ״וישע ה׳ אל הבל
(דוקא)..
ואל קין גו׳ לא שעה
(כלל)
״ - איז דערפון א הוכחה,
אז "כל חלב לה"׳ איז מחייב צו ברענגען "מן היפה המשובח ביותר שבאותו המין שיביא ממנו׳M אבער ניט פון דעם מין הכי משובח.
ח.
אבער דאס גופא דארפן פארשטיין: מאי טעמא - אין וואס באשטייט די מעלת המנחה "מן היפה המשובח ביותר שבאותו המין" לגבי א מנחה מן המובחר שבמינים?
ויש לומר די הסברה בזה:
דער תוכן הענין פון "כל חלב לה"׳ י״ל,
אז דערמיט אנערקענט דער מענטש אז "לה׳ הארץ ומלואה" 37 ,
אז אלץ געהערט צום אויבערשטן,
און דערפאר גיט ער אפ דעם אויבערשטן פון די
(ערשטע 38
און)
בעסטע וואס ער פארמאגט 39 .
און וויבאלד אז "לה׳ הארץ ומלואה" איז כולל אלץ וואס איז דא אין וועלט,
סיי מינים יפים ומשובחים און סיי מינים פשוטים כו׳,
דערפאר איז "כל חלב לה"׳ ניט קיין ענין וואס באציט זיך נאר צו די מינים משובחים
- וואס דאן זאגט זיך ניט ארויס די הכרה פון דעם אויבערשטנ׳ס בעלהבתי׳שקייט אין יעדן 40
מין ומין אין דער בריאה
[אויך,
לפ״ז וועט אויסקומען,
אז דער וואס האט ניט קיין מינים משובחים,
קען ניט מקיים זיין ״כל חלב לה״׳ 41 ]
-
נאר דער חיוב איז צו געבן דעם אויבערשטן "מן היפה המשובח ביותר שבאותו המין״ - פון יעדן מין וואס דער איד וויל געבן - וואס דערמיט באווייזט ער,
אז יעדער זאך פון אלץ וואס ער האט געהערט צום אויבערשטן.
ט.
ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין דעם טעם הפנימי פארוואס קין האט ניט אויסגעקליבן זיין מנחה פון דעם מובחר "שבאותו המין"
(נאר בלויז א מין המובחר - פשתן)
:
דער אלטער רבי איז מבאר אין לקו״ת 42 ,
אז קרבן קין פון זרע פשתן איז בדוגמא צו די בגדי בד
(פשתים)
לבן פון כה״ג ביום הכפורים,
וועלכע זיינען מרמז אויף "עולם האחדות" 43
; און דער ענין האחדות פון בד
(וואס זיין צמיחה איז אין אן אופן פון "קנה יחידי מכל גרעין" 44
)
איז ניט דער ענין פון "אחדות מן הפירוד"
[ע״ד ווי די ד׳ מינים שבלולב,
וואס זייער ענין האחדות איז נאר וואס "גדילים באחוה" וכיו״ב,
אבער "עצם צמיחתן מחולקים ומפורדים"],
נאר אן ענין פון "יחידי בעצם" 45 .
און וויבאלד אז קין 46
האט געוואלט ממשיך זיין בחי׳ יחיד שלמעלה מהתחלקות הפרטים,
איז אים דערפאר ניט געווען נוגע צו ברענגען דעם מובחר "שבאותו המין",
וואס דאס ברענגט ארויס אז עס איז דא התחלקות
(מובחר,
סתם,
גרוע)
און וויבאלד אז דער אויבערשטער איז דער בעל־הבית אויף יעדן מין שבעולם
(כנ״ל ס״ח)
בריינגט ער המובחר -
אבער אעפ״כ איז דאס ניט געווען כפי הכוונה 47
.
ווייל די שלימות המכוון איז ניט אזוי דער הרגש האחדות פון דעם אויבערשטן אין דער בחי׳ פון יחיד,
וואס איז מחייב צו זיין ״אויסגעטאן״ פון עניני העולם -
(וואס דאן קומט אויס,
אז ווען מ׳לאזט זיך אראפ אין וועלט רייסט מען זיך אפ פון אחדותו ית׳)
- נאר דער ענין פון "אחד" 48 ,
וואס איז מחייב אוועקצוגעבן צום אויבערשטן דעם "יפה המשובח ביותר שבאותו המין שיביא ממנו",
כנ״ל בארוכה.
יו״ד.
דאס איז אויך די הוראה בעבודת כאו״א אויף וויפל מ׳דארף זיין געהיט און געווארנט אין דעם ענין פון הידור מצוה 49
:
מה־דאך קין,
וואס האט געהאלטן ביים הרגש פון בחי׳ יחיד
(פשתן),
און אעפ״כ,
וויבאלד עס האט אים געפעלט אין דעם הידור צו ברענגען מן המובחר
(שבאותו המין),
איז ער דערנאך אראפגעפאלן למטה; אז אנשטאט דעם וואס מנחת הבל האט אים געדארפט ברענגען צו
(קנאת סופרים תרבה חכמה 50
-)
מרבה זיין אין זיין מנחה
(ביז עס זאל אין איר זיין ביידע מעלות: סיי פון מין המשובח
(פשתן),
און סיי דער מובחר שבמין זה)
- איז ער ר״ל אראפגעפאלן אין א קנאה,
ביז "ויקם קין אל הבל גו"׳ 51 ,
עאכו״כ ביי יעדערן פון אונז,
אז מ׳דארף כסדר ״קלעטערן״ העכער און העכער אין עבודת ה׳
(ווי איינער וואס קלעטערט ארויף א בארג,
וואס אויב ער זאל זיף אפשטעלן לרגע קטן קען ער ר״ל אראפפאלן)
- און מוסיף זיין כסדר אין הידור מצוה,
אז יעדער ענין שבקדושה זאל זיין "מן הנאה והטוב",
ביז "מן היפה המשובח ביותר",
און ווען א איד גיט אוועק זיין בעסטע צום אויבערשטן,
צאלט אים אפ דער אויבערשטער מיט כל טוב גשמי ורוחני,
מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה.
(משיחות ש״פ בראשית תשל״ה,
יום שמח״ת תש״ל)