א.
עס שטייט אין מדרש 1
: "בשעה שבא הקב״ה לבראת את האדם נמלך במלאכי השרת כו׳ א״ל אדם זה מה טיבו א״ל חכמתו מרובה משלכם.
הביא לפניהם את הבהמה וכו' א״ל זה מה שמו ולא היו יודעין העבירן לפני אדם א״ל זה מה שמו אמר זה שור זה חמור וכו'".
אין וואס באשטייט די חכמה פון אנרופן יעדע בהמה וכו' מיט א נאמען -איז מבאר דער של״ה 2
: אין דעם נאמען פון א זאך איז מרומז איר שורש; און אדם הראשון האט משיג געווען דעם מקור ושורש פון יעדער באשעפעניש,
און לויט איר שורש האט ער געגעבן א נאמען.
און דאס איז געווען זיין חכמה,
וואט
(בל׳ השל״ה)
"בידיעת התחתונים ידע סוד המרכבות העליונות"
(און ווי דער מגיד איז מאריך בענין השם אין אור תורה 3
אויפן פסוק 4
"וכל אשר יקרא לו האדם נפש חי׳ הוא שמו").
דארף מען פארשטיין:
א)
משיג זיין דעם מקור און שורש פון יעדער זאך,
איז לכאורה ניט פון ריבוי החכמה.
די ידיעה אינעם "סוד המרכבות העליונות" איז ניט אפהענגיק פון גודל וריבוי החכמה,
נאר פון דער הזדככות פון כחות ההשגה* 4
- וואס מער זיי זיינען אויסגעאיידלט און נענטער צו רוחניות,
אלץ העכער דערגרייכט די השגה.
ב)
ווי איז שייך צו זאגן אז די מלאכים האבן ניט געוואוסט ״מה שמו כר״ -וואס לויטן ביאור הנ״ל איז די ידיעה אפהענגיק פון דער ידיעה פון "סוד המרכבות העליונות"
(מקור ושורש הנבראים)
- די מרכבות העליונות זיינען דאך מלאכים.
דער שורש ומקור פון די חיות ובהמות דלמטה - זיינען מלאכים
(וואס ווערן דערפאר "נקראים כר בשם חיות ובהמות כר״ 5 )
- היינט ווי קען זיין אז זיי האבן ניט געוואוסט "מה שמו כו'"?
און ס׳איז א דוחק גדול צו זאגן,
אז וויבאלד זיי זיינען רוחניים און געפינען זיך אין עולמות רוחניים,
האבן זיי ניט געוואוסט וואס עס טוט זיך אין עוה״ז הגשמי,
און דעריבער האבן זיי ניט געוואוסט ווי אנצורופן די נבראים שלמטה מיט זייערע נעמען 6
- ווייל לפי״ז נעמט זיך זייער ניט וויסן ניט מצד א פחיתות אין זייער מעלה
("חכמתו מרובה משלכם"),
נאר אדרבה,
מצד דעם עילוי פון זייער איידלקייט און רוחניות.
ב.
וועט מען דאס פארשטיין בהקדים:
קריאת השמות דורך אדם הראשון איז פארגעקומען פאר דעם חטא עץ הדעת,
ווען ער איז נאך געווען אין גן עדן ובשלימותו - וואס דער זיין דארטן
(ויניחהו בג״ע)
איז געווען "לעבדה ולשמרה" 7 ,
איז דערפון פארשטאנדיק,
אז יעדער פרט פון זיינע מעשים דעמאלט,
ובפרט די וואס ווערן דערציילט אין תורה,
איז געווען א חלק פון "לעבדה ולשמרה".
נאכמער: אזוי ווי עבודת גן ושמירתו ״טוט״ אויף אין דעם גן - אזוי האט דער "לעבדה ולשמרה" פון אדה״ר אין ג״ע אויפגעטאן אן עילוי וקדושה אין ג״ע
(העכער ווי דער עילוי פון ג״ע מצד עצמו 8 ).
ולכאורה: אין וואט באשטייט די "עבודה" אין דעם אנרופן די נבראים מיט זייערע נעמען?
- ואדרבה: לויטן ביאור הנ״ל דארף לכאורה אויסקומען,
אז אדה״ר האט ניט מחדש געווען די שמות הנבראים - ווייל די נבראים האבן דאך מקבל געווען זייער חיות
(פון זייער שורש ומקור)
נאך איידער אדה״ר האט זיי אנגערופן מיט זייערע נעמען; ער האט נאר מודיע געווען דעם ריכטיקן נאמען פון יעדן נברא
(בהתאם צו זיין שורש).
מוז מען זאגן: א)
אז די השגה אין שורש ומקור הנבראים איז נאך ניט גענוג אז מ׳זאל דורכדעם זיי קענען אנרופן מיט די צוגעפאסטע נעמען; ב)
דאס האט געקענט אויפטאן דוקא אדה״ר און דערפאר ווייל "חכמתו מרובה משלכם".
ג.
דער ביאור אין דעם 9
:
הגם אז יעדער נברא למטה האט א מקור ושורש למעלה,
וכמאמר רז״ל 10
"אין לך כל עשב וכו׳ שאין לו מזל וכו״׳ - ולדוגמא: דער שורש פון א שור למטה איז פון ״פני שור״ שבמרכבה -פונדעסטוועגן,
האט דער נברא קיין ערך ניט צו זיין שורש.
ווארום דורך השתלשלות ממדריגה למדריגה,
וואס פאר א ריבוי השתלשלות ס׳זאל נאר זיין,
קען פון דעם רוחניות׳דיקן שורש ניט נתהווה ווערן א דבר גשמי.
וכידוע 11
אז די התהוות הגשמיות פון רוחניות איז נאר בכחו של הקב״ה וואס ער איז א כל יכול,
דערפאר קען זיין דער ״דילוג״ -אז פון רוחניות׳דיקן שורש למעלה זאלן נתהווה ווערן נבראים גשמיים.
און דעריבער איז די ידיעה אז דער שורש השור איז פון פני שור שבמרכבה,
נאך ניט מספיק אז מ׳זאל קענען אנרופן 11*
דעם שור למטה מיט׳ן נאמען שור,
ווייל דער נברא האט ניט קיין
(ערך און)
חיבור צו זיין שורש 12 .
און דאס איז געווען דער אויפטו פון אדה״ר - "ויקרא האדם שמות" 13
: ער האט "קורא" און ממשיך געווען דעם
(שמו)
שורש הנברא,
אז ער זאל אראפקומען אין
(ובתוך פון)
דעם נברא וואס ווערט פון אים באשאפן.
ד.
דאס איז אויך די שייכות צווישן דעם ענין פון קריאת שמות און "וינחהו בגן עדן לעבדה ולשמרה":
מצד דער בריאה אליין,
אפילו אין גן עדן וואס איז דער חלק הכי מובחר אין וועלט
(ובפרט - ווי גן עדן איז געווען לפני החטא),
איז ניטא קיין גלוי׳דיקער פארבונד צווישן א נברא למטה מיט זיין שורש למעלה; מצד דעם גודל הקדושה וואס איז דא אין גן עדן,
קען עס טאקע ניט סובל זיין קיין חטא,
אבער דאס איז אן אור וואס איז נאר לפי ערך עוה״ז.
און אין דעם איז באשטאנען די מעלה פון אדם הראשון - ער האט אויפגעטאן דעם פארבונד 14
צווישן נבראים למטה מיט זייער שורש למעלה 15 ,
נאכמער: ער האט זיי פאראיינציקט,
ביז אז דער נאמען פון יעדער נברא,
מיט וועלכן דער נברא ווערט אנגערופן דורך יעדן מענטשן
(אפילו קטנים ועמי הארץ)
דא למטה,
איז לויט די אותיות פון זיין שורש למעלה 16 .
ה.
דערמיט וועט מען פארשטיין פארוואס דוקא אדה״ר האט געקענט געבן די שמות און ניט די מלאכים:
הגם אז אויך די מלאכים האבן געוואוסט אז דער שורש פון דעם שור,
לדוגמא,
איז פון פני שור שבמרכבה,
פונדעסטוועגן זיינען זיי ניט בכוח צו אויפטאן דעם חיבור פון שורש הנברא מיטן נברא למטה.
וכמובן אויך פון דעם ענין 17
פון "הנפילים היו בארץ" 18 ,
אז ווען א מלאך קומט אראפ אין עולם הזה ווערט ער א "נופל",
ער קען ניט בייקומען די ישות וחומריות פון דער וועלט; ווייל צו זיין אין וועלט און צוזאמען דערמיט זיין פארבונדן מיט אלקות וואס איז העכער פון וועלט - די יכולת האט ניט א מלאך.
דוקא אן אדם 19 ,
וואס איז
(אדם פון לשון)
אדמה לעליון 20
- ער איז דומה,
כביכול,
צום אויבערשטן וואס איז ניט מוגבל ח״ו,
און איז כלול ״מן 21
העליונים ומן התחתונים״ 22
- קען ער מחבר זיין "עליון" ו״תחתון",
אז דער "תחתון" ונברא שלמטה זאל זיין מיוחד מיטן "עליון" ושרשו למעלה.
און דאס איז אויך וואס דער אויבערשטער האט געזאגט די מלאכים,
אז "חכמתו מרובה משלכם": ער איז דער "
(איזהו)
חכם הרואה את הנולד" 23 ,
ווי דער אלטער רבי 24
פארטייטשט עס - "שרואה כל דבר איך נולד ונתהוה כר בדבר ה׳",
ער זעט די הולדה והתהוות פון דער זאך,
ווי אזוי דאס ווערט נולד ונתהווה פון זיין שורש און דבר הוי׳; מלאכים זעען
(בכח חכמתם)
דעם כח אלקי וואס איז מלובש אין נבראים,
אבער זען* 24
אין דעם נולד זיין שורש למעלה - איז ניט בגדר פון א מלאך.
דוקא אדה״ר,
וואס "חכמתו מרובה משלכם",
האט געקענט זען אין דעם נברא שלמטה
(ווי ער איז מיוחד מיט)
דעם שורש למעלה.
[דערמיט איז אויך מובן פארוואס פאר די מלאכים איז ניט געווען גענוג וואס דער אויבערשטער האט זיי געזאגט אז ,
חכמתו מרובה משלכם",
און מ׳האט זיי געדארפט באווייזן
(זיי האבן געדארפט זען)
א מעשה בפועל
(קריאת שמות)
-ווייל אזא ענין
(וואט איז דא ביים אדם)
ווי חיבור עליון ותחתון,
איז אינגאנצן ניט בגדר השגה פון א מלאך - כל זמן מ׳האט זיי ניט באוויזן ווי דער אדם טוט דאס אויף,
האט זיך דאס בא זיי ניט געקענט אפלייגן].
ו.
מ׳האט שוין פיל מאל גערעדט 25
וועגן דעם וואס שטייט אין מדרש 26 ,
אז פאר מ״ת איז געווען די גזירה אז "עליונים לא ירדו לתחתונים" און "תחתונים לא יעלו לעליונים",
און בשעת מ״ת איז בטל געווארן די גזירה און ס׳איז געווארן א חיבור פון עליונים און תחתונים.
דערפון איז פארשטאנדיק,
אז הגם אדה״ר האט קורא און ממשיך געווען דעם שורש פון נבראים למטה און האט זיי מחבר געווען אין אן אופן אז דער שם הנברא למטה איז מתאים צו זיין שורש למעלה
(ובמילא - מעין זה -אויך דער נברא עצמו)
- קומט עס אבער ניט צום חיבור צווישן מעלה ומטה וואס האט זיך אויפגעטאן דורך ביטול הגזירה בשעת מ״ת.
והביאור: אדם הראשון האט אויפגעטאן דעם חיבור פון נבראים מיט זייער שורש און מקור 27
; ד.
ה.
די בחי׳ אין אלקות וואס האט שוין א שייכות מיט וועלט,
און נאכמער,
ווי די בחי׳ איז שוין דער שורש פונעם פרטיות׳דיקן נברא -דעם שור למטה האט ער מחבר געווען מיטן פני שור שבמרכבה.
מ״ת האט אבער אויפגעטאן "
(אנכי)
הוי׳ אלקיך": "הוי"/ וואט איז אינגאנצן העכער פון גדרי העולם
(הי׳ הוה ויהי׳ כאחד 28 ),
איז געווארן ״אלקיך״ - כוחך וחיותך פון יעדן אידן 29 .
און דורכדעם האט זיך אויפגעטאן דער חיבור צווישן אלקות וואס איז העכער פון
(צו זיין א שורש פון)
וועלט מיט וועלט.
און דערפאר געפינט מען,
אז ביי מ״ת האבן די מלאכים ווידער ניט געקענט באנעמען אזא ענין פון חיבור מעלה און מטה,
ווי די גמרא 29*
דערציילט אז זיי האבן געטענה׳ט: "חמודה גנוזה וכו׳ אתה מבקש ליתנה לבשר ודם מה אנוש גו׳ תנה הודך על השמים": וויבאלד תורה איז תכלית הרוחניות והעילוי,
ווי קען זי אראפקומען און געגעבן ווערן צו א בשר ודם?
דוקא משה רבינו האט געקענט ״נעמען״ דעם ענין פון מ״ת,
דעם ביטול הגזירה צווישן עליונים ותחתונים,
ביז זיי ווערן איין זאך 30 .
ז.
די צוויי ענינים אין חיבור עליון ותחתון הנ״ל -
(א)
חיבור הנברא מיט זיין שורש
(דורך עבודת אדה״ר),
(ב)
חיבור הנברא מיט אלקות וואס איז העבער פון בריאה
(ביי מ״ת)
- זיינען אויך פאראן אין דער עבודה פרטית פון א אידן:
ס׳איז מבואר אין חסידות 31
,
אז דער ענין פון ברכות ק״ש,
וואס דארטן רעדט זיך וועגן דער עבודה פון די מלאכים וכו',
איז עס די הכנה צו דער עבודה פון ק״ש: כדי עס זאל קענען זיין "ואהבת את ה״א בכל לבבך",
אז אויך דער נפש הבהמית זאל צוקומען צו אהבת ה׳ 32 ,
מוז מען איר פריער מסביר זיין,
אז אין אמת׳ן איז זי ניט קיין מנגד צו קדושה,
ווייל איר שורש איז דאך פון די מלאכים וכו' וואס זייער עבודה איז "ברעש גדול" וכו' וכו',
און דאס פועל׳ט אין נפש הבהמית א ביטול צו קדושה.
לכאורה איז ניט פארשטאנדיק: וואס קען העלפן די הסברה צום נפש הבהמית וועגן דער מעלה פון זיין שורש,
בעת אז לפועל איז ער אראפגעקומען למטה אין א ציור וואס איז מנגד צו קדושה?
נאר דער ענין איז,
כנ״ל,
אז דאס איז בכחו של אדה״ר,
וואס ער האט אויפגעטאן דעם חיבור פון נבראים מיט זייער שורש,
ביז אז דאס ״דערמאנען״ דעם נפש הבהמית וועגן איר שורש,
איז דאס פועל אין איר א ביטול צו קדושה.
ח.
אבער אט דער ביטול אין נפש הבהמית,
דורך ״דערמאנען״ איר דעם שורש כנ״ל,
איז נאר א ביטול פון א נברא,
ווארום אויך דער שורש אירער איז בלויז פון מלאכים וכו' וואס הגם זיי זיינען בטל צו אלקות זיינען זיי אבער נבראים 33
;
די כוונה פון ירידת הנשמה למטה איז,
אז עס זאל זיין דער יחוד צווישן דעם נפש האלקית
(וואס איז א "חלק אלקה ממעל ממש" 34 )
מיטן נפש הבהמית; און די מעגלעכקייט אויף דעם איז געגעבן געווארן ביי מ״ת 35
: דורך דעם וואס דעמאלט איז בטל געווארן די גזירה* 35
וואס טיילט פאנאנדער צווישן עליונים ותחתונים בכללות כנ״ל,
האט זיך אויך אויפגעטאן דער ביטול הגזירה צווישן די "עליונים" ו״תחתונים" אין "עולם קטן זה האדם" 36 ,
אז עס זאל קענען זיין דער יחוד צווישן דעם נפש האלקית ונפש הבהמית.
און ע״ד ווי כ״ק מו״ח אדמו״ר שרייבט אין א בריוו 37
,
אז דאס וואס דער גוף איז הונגעריק צו לחם גשמי,
נעמט זיך עס דערפון וואס די נשמה איז הונגעריק צום ניצוץ אלקי שבמאכל,
ד.
ה.
אויך די ענינים גשמיים וטבעיים וואס זיינען לכאורה שייך בלויז צום גוף
(ונפש הבהמית),
זיינען פארבונדן מיט דער נשמה,
ביז אז אין דעם רעבון טבעי פון גוף,
דריקט זיך אויס,
בפנימיות,
דער רעבון פון דער נשמה.
ט.
אבער לאידך גיסא,
הגם אז דער תכלית הביטול אין נפש הבהמית ווערט אויפגעטאן דורך
(איר יחוד מיט)
דעם נפש האלקית כנ״ל,
איז עס אבער ניט דער אמת׳ער בירור פון נפש הבהמית,
וויבאלד אז דער ביטול נעמט זיך ניט מצד נפש הבהמית גופא,
נאר מצד דעם גילוי נפש האלקית אין איר.
עד״ז בנוגע וועלט בכלל: די כוונה העליונה פון "לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים" איז דאך,
אז די "תחתונים" זאלן ווערן א דירה לו ית׳
(ניט מצד אן ענין וואס פועל׳ט אויף זיי "מבחוץ",
נאר)
מצד זייער ענין גופא 38
.
דערפון איז פארשטאנדיק אז דער ביטול וואס טוט זיך אויף אין וועלט מצד דער המשכת האלקות דורך תומ״צ,
הגם אז דער ביטול ווערט אויפגעטאן אין די "תחתונים" גופא
(היות ס׳איז בטל געווארן די גזירה צווישן עליונים און תחתונים),
אבער דער ביטול איז מצד די "עליונים",
איז עס נאך ניט דער ענין פון דירה לו ית׳ בתחתונים בשלימותו - וואס מיינט
(אויך)
מצד די תחתונים עצמם.
דער תכלית הכוונה איז,
אז עס זאלן זיין ביידע מעלות: דער ביטול זאל זיין בתכלית,
און צוזאמען דערמיט,
זאל עס זיין מצד וועלט גופא.
וועט דאס זיין מובן עפ״י הידוע 39
אז דער שורש פון דצ״ח איז פון עולם התהו,
העכער ווי דער שורש המדבר וואס איז פון עולם התיקון; און אט די העכערקייט פון שורש הדצ״ח למעלה דריקט זיף אויס אויך אין זייער מציאות דא למטה.
ווי ס׳איז מבואר אין חסידות 40
דער טעם וואס בהמות האבן דעם טבע ההכנעה והביטול
(וואס איז ניטא ביי אדם)
- ע״ד ווי עס שטייט 41
"ונער קטן נוהג בם״ - איז צוליב דעם וואס זייער שורש איז פון עולם התהו,
וואס דארט איז דער ביטול א סך א העכערער ווי דער ביטול פון עולם התיקון,
ובלשון החסידות: אורות מרובים.
און דאס איז דער ביטול אמיתי וואס ווערט אויפגעטאן אין וועלט - מצד וועלט גופא,
אז דורך "ותורה אור" באלייכט מען די וועלט און מ׳איז מגלה דעם אמת,
אז דאס וואס וועלט שטייט מיט א ביטול צום מין האדם,
איז עס מצד דעם וואס איר שורש איז בתכלית הביטול צו אלקות.
יו״ד.
ע״ד ווי גערעדט פריער אין דעם ענין פון קריאת השמות דורך אדה״ר,
אז:
(א)
הגם דער חיות פון יעדן נברא איז מצוייר לויט זיין שורש,
פונדעסטוועגן,
כדי אז דאס זאל זיך אנהערן אין דעם נברא,
האט געמוזט זיין א באזונדערע המשכה דורך עבודת אדה״ר; און
(ב)
דאס האט זיך אויפגעטאן דורך דער קריאת שמות דורך אדה״ר,
וואס דאס האט מגלה געווען ווי דער שם וחיות הנברא איז פארבונדן מיט זיין שורש;
עד״ז
(און מיט א כש״כ וק״ו)
איז עס בנוגע דעם ביטול וואס איז דא אין דצ״ח מצד זייער שורש אין עולם התהו:
(א)
עס דארף זיין א באזונדערע נתינת כח
(ועבודה)
עס זאל זיך אנהערן אין זיי אז זייער טבע הביטול קומט מצד דעם ביטול פון זייער שורש צו אלקות;
(ב)
דער חיבור צווישן דצ״ח מיט זייער שורש בעולם התהו איז פארבונדן מיטן ענין השם,
וואס ער איז דער צנור וואס פארבינט זיי מיט זייער שורש.
וי״ל,
אז דאס איז דער ענין וואס דער רבי מהר״ש איז מאריך אין די מאמרים פון לפני מאה שנה 42
וועגן הפלאת הביטול וואס איז דא אין עולם התהו,
און ער איז דארט מסביר,
אז אפילו דער תוקף וואס איז דארט פאראן
(וואס מצד דעם איז דארט געווארן שבירת הכלים: ״וימלוך - און דורכדעם -וימת")
איז ניט אן ענין של ישות ח״ו,
נאר אדרבה: דאס נעמט זיך מצד דעם עוצם הדביקות "בא״ס יש האמיתי" 43
; און ער פארבינט עס מיט דעם וואס עולם התהו ווערט אנגערופן בשם בהמה -"נוטריקון בה מ״ה",
און עולם התיקון - אדם,
וואס איז בלוין בגימטריא מ״ה,
ווייל אין עולם התהו איז דער ביטול
(מ״ה)
צו יש האמיתי בגילוי
(ניט נאר אין אן אופן פון ״גימטריא״ 44
),
ס׳איז ״בה מ״ה",
"מ״ה בעצם".
וי״ל,
אז דער ענין אין דעם איז: ס׳איז דאך אין ענין יוצא מידי פשוטו,
און בפשטות איז "בהמה" דער שם המין פון די בע״ח דא למטה.
דערפון איז מובן,
אז דער ענין פון ״בה מ״ה״ איז פאראן ניט נאר אין עולם התהו,
נאר אויך אין דער בהמה למטה
(און ווי געבראכט פריער,
אז דוקא אין בהמות איז דא די טבע ההכנעה והביטול,
מצד זייער שורש אין עולם התהו).
וויבאלד אבער אז "עולם" איז
(פון לשון)
העלם והסתר 45 ,
איז אויך דער ענין - אז דער ביטול פון בהמות נעמט זיך פונעם ביטול בשרשו אין עולם התהו - בהעלם והסתר; ביז עס קען זיין,
אז אט די נבראים גופא וואס נעמען זיך פון עולם התהו זאלן גאר ארויסווייזן א תנועה פון תוקף והתנגדות קעגן דעם "אדם",
וואס "אתם קרויין אדם" 46 ,
"אדמה לעליון" 47
;
און דערפאר איז דער רבי מהר״ש מפרט אין א מאמר חסידות
(דער גילוי פון פנימיות התורה דא למטה),
אז דער עוצם הביטול פון עולם התהו איז פארבונדן מיטן שם בהמה,
וואס דורך דעם איז ער ממשיך און מגלה די פנימיות פון אט דעם שם אין דער בהמה שלמטה,
אז איר טבע הביטול איז
(בפנימיות)
דער ביטול
(פון איר שורש)
צום יש האמיתי 48
- "ב״ה מ״ה";
און וויבאלד אז אויך דער תוקף פון זיין שורש נעמט זיך פון זיין עוצם הביטול צום יש האמיתי,
איז ניט שייך אז דאס זאל זיין ח״ו אן אמת׳ער מנגד צום ״אדם״ ״אתם קרויין אדם",
ואדרבה,
וועלט שטייט בתכלית הביטול צו משמש זיין אידן,
ביז זי ווערט א דירת קבע לו ית׳ - צו מהותו ועצמותו ית׳.
(משיחת יום שמח״ת תשל״ב)