B"H
🏡

Ikar

בראשית ב

א.

אויפן פסוק 1

"יהי מארת גו׳ והיו לאותות גו״׳ ברענגט רש״י אראפ דעם מאמר חז״ל 2

"כשהמאורות לוקין סימן רע הוא לעולם שנאמר 3

מאותות השמים אל תחתו וגו׳ 4

בעשותכם רצון הקב״ה אין אתם צריכין לידאג מן הפורענות".

וועגן דער סיבה פארוואס די מאורות זיינען ״לוקין״ זאגט די גמרא 5

"בשביל ארבעה דברים חמה לוקה על אב ב״ד שמת ואינו נספד כהלכה וכו׳ ובשביל ארבעה דברים מאורות לוקין על כותבי פלסתר וכו״׳ - ד.

ה.

אז דער ליקוי המאורות איז פארבונדן מיט מעשה בני אדם.

איז ידוע די קשיא: דאס וואס "מאורות לוקין״ - ליקוי חמה ולבנה - איז אן איינגעשטעלטע זאך אין טבע הבריאה באופן אז זיי קומען אין באשטימטע צייטן,

ביז אז מען קען פארויס רעכענען ווען זיי וועלן פארקומען - היינט ווי קען מען זאגן אז "בשביל ארבעה דברים חמה לוקה ..

מאורות לוקין",

בשעת אז דאס איז אן ענין הכרחי מצד די חוקי הטבע און מען קען עס ניט פארמיידן 6 ?

ב.

געוויסע מענשען האבן במשך פון דורות זיך באנוצט מיט דער ״קשיא״ אלס ״באווייז״,

אז ח״ו ניט אלץ וואס שטייט אין חז״ל איז ריכטיק 7

- און דערמיט האבן זיי בארעכטיקט זייער הנהגה פון,

ח״ו,

ניט מקיים זיין תומ״צ.

דער אמת איז אבער,

אז דאס וואס איינער איז ניט מקיים תומ״צ איז עס ניט צוליב זיינע "שכל׳דיקע קשיות",

נאר מצד דעם "לתיאבון" פון זיינע מדות; און די קשיות זיינען אן אויסרייד צו פארענטפערן זיין הנהגה שלא כדבעי - און דעריבער איז פאר זיי גענוג אויך אזא "קשיא",

וואס מיט א התבוננות קלה זעט מען,

אז די ״קשיא״ האט ניט קיין ממשות,

ובהקדמה:

הכל מודים אז אין די צייטן פון די תנאים ואמוראים איז דער חשבון הזמנים פון די ליקויי חמה ולבנה שוין געווען מפורסם צווישן די חכמי האומות; און יעדער וואס איז באקאנט מיט דברי ימי ישראל

[פון די סיפורים וואס ווערן געבראכט אין דברי חז״ל; ובפרטיות יותר -פון די ספרי דברי הימים ההם]

ווייס,

אז די חכמי אומות העולם זיינען געשטאנען אין א נאענטער פארבינדונג,

אין עניני חכמה ומדע,

מיט די חכמי ישראל,

ביז צו פירן מיט זיי וויכוחים אין אלערליי חכמות 8 ,

אויך אין חכמת התכונה 9

;

איז אויב אפילו מ׳וועט זיך איינ׳עקש׳נען און ניט וועלן אננעמען,

אז אין די עניני מדע 10

וחשבונות התכונה האבן די חכמי ישראל געהאט א ידיעה ברורה 11

און דורך די חכמי ישראל 12

זיינען זיי דערגאנגען צו די חכמי אוה״ע - איז אבער א דבר ברור,

וואס מ׳קען זיך ניט דינגען,

אז בשעת די חשבונות פון די ליקויי חמה ולבנה זיינען געווען מפורסם בא די חכמי אוה״ע,

זיינען זיי געווים געווען באוואוסט צו די חכמי ישראל 13

דורך זייער משא ומתן

(מיט די חכמי האומות)

הנ״ל; ובפרט ענינים פון חכמת התכונה,

וואס די ידיעות זיינען נוגע צו דער מצוה פון קידוש החודש 14 .

און דעריבער איז פשוט,

אז אט דער מאמר חז״ל - אז ליקוי חמה ולבנה איז א סימן רע כו׳

(און זיי קומען "בשביל ארבעה דברים״)

- קען ניט זיין בסתירה צו דעם וואס דער ליקוי איז מוכרח מצד די חוקי הטבע.

ג.

לכאורה וואלט מען געקענט לערנען 15

,

אז דאס וואס ״כשהמאורות לוקין סימן כו׳" איז די הדגשה

(ניט אין עצם הליקוי,

נאר)

אין דעם זען דעם ליקוי.

ווארום וויבאלד דער אויבערשטער ווייזט א אידן א "סימן רע" איז דאך דאס מיט דער כוונה אז זיי זאלן תשובה טאן 16

- דארפן זיי דאך זען דעם סימן.

ועפ״ז איז פארענטפערט די קשיא הנ״ל: מצד חוקי הטבע איז נאר דער עצם ליקוי א דבר המוכרח; ס׳איז אבער ניט מוכרח אז מען זאל זען דעם ליקוי,

ווייל עס קענען זיין עננים וכיו״ב וואס פארשטעלן דעם ליקוי.

און דער פרט איז אפהענגיק אין מעשה בני אדם: ווען ס׳זיינען דא די "ארבעה דברים" איז דא דער "סימן רע" דורכדעם וואס מ׳זעט דעם ליקוי; און ווען די הנהגה איז כדבעי,

זיינען דא עננים וועלכע זיינען מסתיר דעם ליקוי,

אזוי אז ס׳איז ניטא דער "סימן רע".

אבער דער ביאור איז ניט אויסגעהאלטן,

ווייל

(נוסף אויף דעם,

וואס עס זיינען דא געוויסע מקומות וואו עס איז כמעט ניטא די מציאות פון עננים,

ווי אין ארץ מצרים וואו עס זיינען ניטא קיין עננים

(און דערפאר אויך ניט קיין גשמים 17 ))

פון לשון רז״ל ״כשהמאורות לוקין״ איז מוכח,

אז דער סימן רע באשטייט ניט אין זען דעם ליקוי,

נאר אין דעם ליקוי גופא.

און דערפאר טיילט די גמרא 18

פאנאנדער

(אין דער ברייתא)

צווישן אידן און עכו״ם - "בזמן שהחמה לוקה סימן רע לעובדי כוכבים,

לבנה לוקה סימן רע לשונאיהם של ישראל מפני שישראל מונין ללבנה ועובדי כוכבים לחמה": דער פירוש אין דעם איז,

אז וויבאלד בנ״י זיינען דומה ללבנה און עכו״ם לחמה 19

- איז דער ליקוי אין זייער הנהגה גורם דעם ליקוי אין חמה ולבנה; דער ליקוי

(וחסרון)

חמה ולבנה איז מצד דעם ליקוי

(וחסרון)

אין דער הנהגה פון עכו״ם ובנ״י.

ובמילא איז מובן,

אז ווען דער מצב פון אידן איז בשלימות דארף איבערהויפט ניט זיין קיין ליקוי וחסרון אין דער לבנה

(און ניט אז ס׳איז דא א ליקוי,

נאר מ׳זעט עס ניט).

ד.

דער ביאור אין דעם איז בפשטות 20

:

דער פשט אין "כשהמאורות לוקין סימן רע כו ,

"

(און אז דאס איז "בשביל ארבעה דברים כו׳״)

איז - ווען עס קומט פאר א ליקוי המאורות איז עס א סימן אז אין דעם זמן איז די שליטה פון א מזל רע

[ע״ד ווי מען געפינט בכמה מקומות אין מאמרי חז״ל 21

וועגן געוויסע זמנים וואס דעמאלט איז ריע מזלי׳ וכיו״ב]

- ס׳איז א זמן מסוגל צו פורעניות און דאס איז אויך גורם אז מען זאל דעמאלט

(מער)

מעניש זיין צוליב די "ארבעה דברים";

ומהאי טעמא איז "בעשותכם רצון הקב״ה אין אתם צריכים לידאג מן הפורענות" 22

- ווייל ס׳איז ניטא אויף וואס צו מעניש זיין.

ועפ״ז האט קיין ארט ניט צו פרעגן פון דעם וואס ליקוי חמה ולבנה מוז קומען אין באשטימטע צייטן מצד חוקי הטבע - ווייל דער ליקוי איז ניט א תוצאה פון מעשה בני אדם; ס׳איז בלויז א סימן פון אן עת פורעניות ווען מ׳איז מעניש במיוחד אויף די ד׳ דברים,

און די זמנים

(פון מזל רע כו׳)

מיט זייערע "סימנים" זיינען טאקע מלכתחילה אויסגעשטעלט אויף דעם אופן אין טבע וסדר הבריאה נע״ד די זמנים וואס די גמרא רעכנט אויס אין שבת 23

- ״האי מאן דןנולד)

בחד כו׳ יהי כו׳".

ועוד].

ה.

עס פאדערט זיך אבער נאך אלץ הסברה:

די גמרא 24

איז מחלק צווישן אידן און עובדי כוכבים - "בזמן שישראל עושין רצונו של מקום אין מתיראין מכל אלו ..

ומאותות השמים אל תחתו כי יחתו הגוים מהמה עובדי כוכבים יחתו ואין ישראל יחתו״ - וואס דערפון איז פארשטאנדיק,

אז אין דעם זעלבן אופן ומצב וואס ביי אידן איז ״אל יחתו״

(ווען ״עושין רצונו של מקום"),

איז ביי גוים - "יחתו";

דארף מען פארשטיין: אויב "סימן רע" מיינט א זמן ווען מ׳איז מעניש במיוחד

(פאר ניט אפהיטן די ד׳ דברים)

- און דער פשט אין "עושין רצונו של מקום" איז אז מ׳איז אויף זיי ניט עובר ובמילא קומט ניט קיין עונש - פארוואס דארף זיין ״יחתו הגוים״ אויך די וואס זיינען ניט עובר רצונו?

ו.

דער ביאור אין דעם:

די ווירקונג פון "מזל" אין באשטימטע זמנים איז

(ניט נאר בנוגע צו שכר ועונש,

נאר אויך)

בנוגע הנהגת בני אדם - אז דער "מזל" איז גורם ביי זיי א נטי׳ צו געוויסע הנהגות און מעשים

(לטובה או כו׳)

; ולדוגמא: "אין אדם לומד רוב חכמתו אלא בלילה" 25

,

וואס דער פירוש איז ניט אז בייטאג קען מען ניט מצליח זיין אין לימוד התורה 26 ,

נאר אז "לילה" איז א זמן מסוגל צו הצלחה בתורה מער ווי ביום,

ווען מ׳דארף האבן מער יגיעה אויף צו קענען מצליח זיין.

עד״ז איז עס אויך בנוגע צו דעם מאמר חז״ל אין שבת "האי מאן כו׳ יהי כו'",

אז די טבע ותכונות האדם זיינען תלוי אין דעם

(מזל פון דעם)

זמן שנולד בו -

דאס מיינט ניט אז דער מזל ווירקט באופן הכרחי אויף דער הנהגה פון דעם וואס איז געבארן געווארן אין דעם זמן - ווארום ס׳איז דאר "רשות לכל אדם נתונה" צו זיין א צדיק אדער להיפר 27

,

און ס׳איז ניט שייך אז "תולדתו תמשוד אותו לדבר שאי אפשר לזוז ממנו״ 28

-נאר עס מיינט,

אז דער מזל פון דעם זמן שאפט ביים מענטשן א "נטי׳ קצת" 29

צו א דבר מסוים,

אבער דורך יגיעה קען ער זיך מתגבר זיין בהנהגתו אויף דער טבע און אפילו איר ענדערן און איבערמאכן.

ע״ד המבואר

(בארוכה)

אין שמונה פרקים להרמב״ם 30

,

אז "אי אפשר שיולד האדם וכו' בטבע בעל מעלה ולא בעל חסרון",

מער ניט וואס "בטבע מוכן למעלה או לחסרון",

און דעריבער איז די טבע ניט מכריח די בחירה; דער חילוק איז נאר:

דער וואס איז "בטבע מוכן למעלה" דארף ווייניקער הארעווען אויף דער בחירה צו זיין א בעל מעלה,

ווייל זיין טבע העלפט אים ארויס

(ער האט אבער בחירה חפשית צו זיין דער היפך פון א בעל מעלה)

; משא״כ דער וואס איז "מוכן לחסרון" דארף מער הארעווען אויף צו ווערן א בעל מעלה

(ולאידך,

איז דאס גופא א באווייז אז מ׳האט אים געגעבן גרעסערע כוחות ווי דעם וואס איז "בטבע מוכן למעלה",

ווארום - ״לפום גמלא שיחנא" 31 )

-

ועד״ז איז בנוגע די באשטימטע תכונות וואס קומען מצד דעם

(מזל ה)

זמן שנולד בו האדם: אע״פ אז דער לשון הגמרא איז "האי מאי כר יהי כר",

מיינט עס אבער ניט אז דער מענטש איז מוכרח אין דעם,

נאר ער דארף האבן מער התגברות און הארעוואניע אויף צו בייקומען די טבע.

[ובדוגמא לזה איז בנוגע אלע זמנים אויף וועלכע ס׳ווערט געזאגט אז ס׳איז א "יום חייב" 32

וכיו״ב,

אז ס׳איז נאר וואס אין דעם זמן איז מער עלול אן ענין של חובה,

און דעריבער דארף מען דעם טאג זיין אויסגעהיט אין געוויסע זאכן

(ווי,

לדוגמא,

"אין מתחילין בב׳ וד"׳ 33

וכיו״ב),

אבער עס איז ניט קיין דבר המוכרח;

און דערפאר איז דער דין "אין מתחילין בב׳ ובד׳" שייך נאר דאן ווען דאס איז ניט בסתירה צו "אין מעבירין על המצות״ 34

; און אזוי אויך - אויב ס׳איז נאר דא די ריכטיקע השתדלות,

קען מען האבן הצלחה אפילו ביום חייב וכו' 35 ].

ז.

עפ״ז קען מען זאגן,

אז דער פשט אין דעם מאמר "כשהמאורות לוקין סימן רע הוא לעולם" איז

[ניט נאר אז ס׳איז א זמן פון פורעניות צו מעניש זיין אויף א הנהגה בלתי רצוי/ נאר],

אז דאס איז א זמן ווען ביים מענטשן דערוועקט זיך בטבע

(באופן מיוחד)

א נטי׳ והמשכה צו א הנהגה לא טובה; דאס איז אבער ניט אין אן אופן וואס איז אים מכריח צו אזא הנהגה,

ווייל ער האט בכח צו מתגבר זיין זיך אויף די נטיות.

[און דערמיט איז מדויק דער לשון אינעם משל 36

וואס די גמרא ברענגט אויפן ענין פון ליקוי חמה: "מלך בו״ד שעשה סעודה לעבדיו והניח פנס לפניהם כעם עליהם ואמר לעבדו טול פנס מפניהם כר",

ד.

ה.

אז דער "טול פנס כר" ווערט געטאן

(ניט דורכן מלך אליין,

נאר)

דורך ״עבדו״ - ווייל דער ליקוי וסימן רע פון דעם זמן איז נאר אן ענין שמצד הטבע

(עבדו של מלך)].

און דער לשון "בשביל ארבעה דברים חמה לוקה כו׳" מיינט

[ניט אז דער ליקוי המאורות איז צוליב דער ניט גוטער הנהגה בפועל אין די ד׳ דברים,

נאר],

אז צוליב דעם וואס אין דעם זמן איז דא א נטי׳ והמשכה צו די ״ארבעה דברים״ -המאורות לוקין כר.

ח.

ע״פ הנ״ל וועט מען אויך פארשטיין דעם אויפטו,

וואס דווקא ביי בנ״י איז געזאגט געווארן "אל תחתו",

משא״כ ביי עכו״ם:

אע״פ אז אויך עכו״ם קענען זיך מתגבר זיין אויף די טבעיות׳דיקע נטיות וכו' וואס דער זמן איז גורם און פירן זיך כדבעי - ווארום כאטש זיי האבן ניט דעם אמת׳ן ענין פון בחירה 37 ,

ווערן זיי אבער ניט נענש סיידן זיי זינדיקן ״מעצמן״ 38

- פונדעסטוועגן,

וויבאלד אז זיי זיינען אונטערווארפן דער הנהגת הטבע,

דארפן זיי האבן גרוים השתדלות ויגיעה כר,

צו מבטל זיין די טבע,

און דערפאר - "יחתו הגוים מהמה",

זיי האבן מורא פאר די נטיות שמצד הטבע.

משא״כ אידן,

בשעת ביי זיי איז דא א הוספה אין עבודת ה/ העכער פון די מדידות והגבלות פון זייער טבע - עושין רצונו של מקום 39

- זיינען זיי העכער פון טבע

(אויך - פון "אותות השמים"),

און דערפאר איז - "אין מתיראין מכל אלו":

ניט נאר קענען זיי זיך מתגבר זיין אויף טבע

(דורך יגיעה והשתדלות צו מבטל זיין די טבע),

נאר זיי רעכענען זיך לכתחילה ניט מיט די "אותות השמים" - מתחילין בב׳ ובד׳ וכיו״ב,

ביז צו א מצב וואס מען דארף זיך ניט רעכענען מיט הנהגת הטבע בכלל 40 ,

דעם אויבערשטנ׳ס הנהגה מיט צדיקים 41

(ועמך כולם צדיקים 42 )

איז א הנהגה נסית גלוי׳ שלמעלה מן הטבע.

(משיחת ש״פ שלח תשל״ה)

Reader controls and commentary are loading.