B"H
🏡

Ikar

בראשית א

א.

דאס וואס די תורה הויבט זיך אן מיטן אות בי״ת - ,

בראשית ברא גו",

און ניט מיטן אות אל״ף,

וואס איז דער ערשטער אות פון א״ב - זיינען אויף דעם פאראן כמה ביאורים,

ומהם:

א)

אין ירושלמי 1

שטייט,

אז ווייל אל״ף איז לשון

(ר״ת)

ארירה און בי״ת איז לשון

(ר״ת)

ברכה,

דעריבער הויבט זיך ניט אן די תורה מיט אן אל״ף,

נאר מיט א בי״ת.

ב)

אין מדרש 2

זאגט ער אז די תמונה פון אות בי״ת,

וואס איז פארמאכט פון דריי זייטן און איז אפן פון דער פערטער

(צפון)

זייט 3 ,

איז ענלעך צו דער וועלט,

וועלכע איז באשאפן געווארן אין אן אופן וואס אירע דריי רוחות זיינען סתומות וגדורות און "רוח צפונית" איז געבליבן אפן 4

[והטעם 5

: טאמער וועט איינער קומען און זאגן "הוא אלקה",

וועט מען אים ענטפערן - אדרבה,

ס׳איז געבליבן רוח צפונית,

וועלכע דארף האבן א תיקון,

זאל ער זי מתקן ומשלים זיין]

;

ג)

אין קבלה 6

ווערט ארומגערעדט,

אז די תורה וואס מיר לערנען דא אין עולם הזה,

איז עס ווי די תורה איז שוין נמשך געווארן אין די עולמות בי״ע - פון אצילות

[כידוע 6

דער פירוש פון "ועל תורתך - שלמדתנו" 7

: "ועל תורתך",

דיין תורה,

מיינט די תורה ווי זי איז אין אצילות; ״שלמדתנו״ - די תורה ווי זי איז אין עולם הבריאה]

; און דעריבער 8

הויבט זיך אן די תורה מיט א בי״ת,

צו מרמז זיין,

אז די תורה וואס מיר לערנען איז שוין די צווייטעי מדריגה

(אין תורה)

; אל״ף,

די עושטע 9

מדריגה

(אין תורה),

איז

(תורה שב)

אצילות.

ב.

לכאורה פאדערט זיך הסברה אין יעדן פון די דריי אויבנדערמאנטע טעמים:

א)

אין ערשטן תירוץ איז ניט מובן -ווי דער אבן עזרא 10

פרעגט: מען געפינט דאך א סך ווערטער וואס הויבן זיך אן מיט א בי״ת און זיי האבן אין זיך דעם תוכן פון היפך הברכה

[ולאידך זיינען פאראן כמה וכמה ווערטער וואס הויבן זיך אן מיט א אל״ף וואס זייער באדייט איז טוב וברכה].

ב)

אין צווייטן תירוץ: דאס וואס תורה האט זיך געדארפט אנהויבן מיט אן אל״ף איז עס דאך דערפאר וואס אזוי מאנט זיך לויטן סדר פון תורה - היות אל״ף איז דער ערשטער אות פון א״ב 11

,

איז דאס גופא א באווייז אז ער איז אויך דער ערשטער במעלה כו׳ 12

- היינט וויבאלד אז מצד דעם סדר התורה האט זי זיך געדארפט אנהויבן מיט אן אל״ף 13 ,

איז דאך שווער צו זאגן,

אז תורה איז משנה איר סדר און זי הויבט זיך אן מיט א בי״ת בכדי זי זאל זיין ״צוגעפאסט״ צו וועלט

(וואס איז בדוגמא צו אות בי״ת - סתומה מג׳ רוחות כו׳)

: די וועלט איז באשאפן געווארן דורך און צוליב תורה,

כמרז״ל 14

"אסתכל בה באורייתא וברא עלמא",

"בראשית בשביל התורה שנקראת ראשית" 15 ,

און ניט להיפך ח״ו 16

!

ג)

אין דריטן תירוץ: מיר זאגן 17

דאר ״ונתן לנו את תורתו״ - דער אויבערשטער האט אונז געגעבן זיין תורה; ד.

ה.

אז די זעלבע תורה

(און מיטן זעלבן סדר)

ווי זי איז ביים אויבערשטן - תורתו,

האט ער אונז אפגעגעבן דא למטה 18

.

ובמילא,

איז פונקט ווי די תורה ביי אונז,

אזוי הויבט זיך אן אייר די תורה שבאצילות מיט בראשית ברא גו׳ - מיט א בי״ת

[און ניט נאר תורה שבאצילות,

נאר אייר העכער,

וואו נאר ס׳איז שייך א בחי׳ פון אותיות 19

,

הויבט זיך דארט אן תורה מיט א בי״ת],

בלייבט דאר ווידער די קשיא: פארוואס הויבט זיך אן תורה שבאצילות

[און נאך העכער]

מיט א בי״ת?

ג.

נאר א פלא אין דעם ענין: פון די אלע אויבנדערמאנטע ביאורים קומט אויס,

אז די תורה דארף זיך אנהויבן דוקא מיט א בי״ת און ניט מיט אן אל״ף - דערציילט אבער די גמרא 20

,

אז ווען די זקנים האבן איבערגעזעצט די תורה פאר תלמי המלר,

"נתן הקב״ה בלב כאו״א" אז זיי אלע האבן מכוון געווען אין זייער תרגום אויפן זעלבן אופן,

און האבן איבערגעזעצט דעם פסוק "בראשית ברא אלקים גו"׳ פונקט ווי עס וואלט געשטאנען "אלקים ברא בראשית".

וויבאלד אז מלמעלה האט מען זיי אריינגעגעבן די דיעה צו מתרגם זיין ווי עס וואלט געשטאנען "אלקים ברא בראשית" - מיט אן אל״ף צום אנהויב -איז דערפון א הוכחה,

אז עס איז דא א גאר שטארקע סברא,

אז די תורה זאל זיך אנהויבן מיט אן אל״ף 21

,

און אלע הסברות אויף אנדערש - וואלטן זיך ניט אנגענומען ביי תלמי המלד און מען האט געמוזט אנקומען צו א נס אז נתן בלב כולם וכו׳.

ועוד - דאס גופא איז דאך א תמי׳ גדולה ביותר: עס זיינען דא בתורת אמת כו״כ טעמים אויף התחלת התורה ניט מיט אן אל״ף און קיין איינער פון זיי קען ניט אנגענומען ווערן בא תלמי המלך?

!

ד.

דער ביאור אין דעם: אויפן פסוק 22 ,

על מה אבדה הארץ גו׳ על עזבם את תורתי" זאגן חז״ל 23

:

(אז וואס מיינט ״עזבם את תורתי״ -)

"שלא ברכו בתורה תחלה".

איז מבאר דער ב״ח 24

(ומרומז אין רבינו יונה 25 )

אז כאטש זיי האבן געלערנט א סך תורה,

האט ביי זיי אבער געפעלט די כוונה "להתעצם ולהתדבק בקדושת ורוחניות התורה ולהמשיך השכינה כו׳"; און דאס איז דער פירוש פון ״אבדה הארץ״ - "כלומר נחרבה ונשארה חומרי׳ מבלי עובר שם קדושת השכינה".

ד.

ה.

אין תורה זיינען פאראן צוויי ענינים 26

:

(א)

דער לימוד התורה בהבנה והשגה;

(ב)

די דבקות והתאחדות מיטן נותן התורה 27

,

וואס דאס איז די קדושת התורה ועצמותה וואס איז למעלה מן השכל;

און דער סדר אין דעם איז,

אז פריער,

נאך פארן לערנען תורה,

דארף זיין די איבערגעגעבנקייט און דבקות צום עצם פון תורה שלמעלה מהשכל,

ווי דער לשון הגמרא: ברכו בתורה תחלה,

און דערנאך דער לימוד התורה בהבנה והשגה 28 .

און דאס איז אויך דער ביאור בפשטות פארוואס תורה הויבט זיך אן מיט א בי״ת און ניט מיט אן אל״ף: אל״ף באצייכנט דעם וואס קומט צום ערשטן,

און בי״ת -צום צווייטן 29

: דאס וואס א איד לייענט און לערנט אין תורה איז דאס שוין דער בי״ת פון תורה,

דער צווייטער ענין וואס איז דא אין תורה; די ערשטע זאך - דער אל״ף פון תורה 30

- איז די ״פארבונדנקייט" אירע צום נותן התורה שלמעלה פון הבנה והשגה 31

,

העכער פון ציור אותיות,

וואס דאס דארף זיין נאך פאר דעם "ב

(ראשית)

" פון תורה,

ווי א הכנה צו לימוד התורה.

[און דערפאר הויבן זיך אן אלע דרגות אין תורה - אפילו תורה שבאצילות און נאך העכער - מיט א בי״ת,

ווייל אין יעדער מדרי׳ פון תורה זיינען פאראן די צוויי בחינות: א)

די תורה ווי זי איז נתגלה געווארן לויט די כלים ואותיות פון דעם עולם.

ב)

דער נותן התורה שלמעלה מאותיות].

ה.

ווי גערעדט שוין פיל מאל 32

,

האבן אלע פירושים אויפן זעלבן ווארט

(אדער ענין)

א שייכות זל״ז.

אזוי קען מען אויך זאגן בנדו״ד,

אז די דריי אויבנגעבראכטע טעמים וביאורים

(דלעיל ס״א)

זיינען אלע נובע פון איין כללות׳דיקער נקודה - פון דעם ביאור הפשוט הנ״ל

(ם״ד),

אז דער אל״ף פון תורה איז די דבקות והתעצמות מיט דער דרגא וואס איז העכער פון השגה,

און דער לימוד התורה בהבנה והשגה איז דער בי״ת פון תורה; און אט די נקודה והסברה כללית דריקט זיך אויס אין דריי פרטיות׳דיקע ענינים אין תורה ופעולתה

(וואס זיי זיינען מרומז אין די דריי ביאורים הנ״ל)

:

(א)

בנוגע צו תורה גופא - דער פירוש פון קבלה אז אל״ף פון תורה איז תורה שבאצילות,

און בי״ת -תורה שבבריאה;

(ב)

די פעולה אין דעם אדם הלומד תורה - דורך דעם וואס ער דערהערט אז הבנה והשגה שבתורה איז בלויז דער בי״ת שבתורה,

איז זיין לימוד אין אן אופן פון

(בי״ת - לשון)

ברכה,

און ניט,

ח״ו,

אין אן אופן פון

(אל״ף,

וואס דאן איז עס לשון)

ארירה.

(ג)

די פעולה פון תורה אין דער בריאה - בשעת דער לימוד התורה איז כדבעי,

אז ס׳איז דא פריער דער אל״ף שבתורה,

איז מען מתקן דעם רוח צפונית שאינה מסובבת

(וואס איז נרמז אין אות בי״ת).

ו.

די הסברה אין דעם: דער פירוש פון "ברכו בתורה תחלה" איז דאך ניט אז מ׳זאל יוצא זיין מיט דער כוונה פון דבקות הנשמה באלקות,

נאר דאס איז אויך א הקדמה וואס דארף ברענגען צו לימוד התורה,

כדיוק לשון חז״ל "ברכו בתורה תחלה"

[ד.

ה.

אז נאכן "ברכו בתורה" מוז זיין דערנאך דער לימוד התורה בהבנה והשגה]

- און דערפר איז מובן,

אז דאס דריקט זיף אוים:

(א)

אין דער תורה עצמה וואס ער לערנט,

(ב)

אין דעם אדם הלומד,

און

(ג)

אין דער פעולה פון תורה אין וועלט:

(א)

בשעת מען לערנט תורה אן דער איבערגעגעבנקייט צום נותן התורה,

דאן,

איז די תורה וואס מ׳לערנט בבחי׳ "נפרד" 33

ח״ו פון אלקות,

ביז אז עס קען דערפון ארויסקומען א יניקה לחיצונים כו׳ 34

- און דאס איז נרמז אין דעם וואס די ר״ת פון בראשית איז מורה על תורה שבבריאה,

וואס אין עולם הבריאה איז די התחלה פון דעם ענין הפירוד,

וכמ״ש 35

"ומשם יפרד גו׳".

משא״כ ווען לימוד התורה איז מיט דער הקדמה פון "ברכו בתורה תחלה",

דעמאלט איז די

(געלערנטע)

תורה פאראיינציקט בתכלית מיטן נותן התורה,

ע״ד ווי אצילות איז עולם האחדות,

"אלקות בפשיטות ומציאות בהתחדשות" 36 .

(ב)

חז״ל 37

זאגן "זכה נעשית לו סם חיים לא זכה נעשית לו סם מיתה״ -און דאס איז דער ענין פון בי״ת לשון ברכה

(און אל״ף לשון ארירה)

: ווען דער לימוד התורה פונעם אדם איז אין אן אופן פון ״זכה״ - אין א ריינעם אופן,

אז פריער דערהערט ער די קדושת התורה 38

- דאס איז ביי אים דער אל״ף פון תורה,

איז דאן דא דער בי״ת - ברכה,

"נעשית לו סם חיים"; בשעת אבער ״לא זכה״ - אז די הבנה והשגה פון תורה איז ביי אים דער ״אל״ף״ פון תורה און עס פעלט די בחי׳ "זכה" וקדושת התורה

(דער אמת׳ער אל״ף שבתורה)

- דאן ווערט ר״ל,

אל״ף לשון ארירה,

"נעשית לו סם מיתה".

(ג)

כדי אז תורה זאל אויפטאן אין וועלט,

מ׳זאל דערהערן אז יש בעה״ב לבירה זו,

איז עס ווען מ׳דערהערט און מ׳פילט אין דער תורה וואס מ׳לערנט דעם נותן התורה - און דאס איז דער ענין פון צורת אות בי״ת וואס איז בדומה צו דער וועלט וואס סתומה מג׳ רוחותי׳ און רוח צפונית אינה מסובבת: בשעת הבנה והשגה פון תורה איז ביי אים דער בי״ת פון תורה - ווייל ביי אים דערהערט זיך אז דער אל״ף פון תורה איז דער נותן התורה - דאן איז דאס מתקן און משלים אין וועלט דעם ענין וואס רוח צפונית איז אינה מסובבת

(וואס איז נרמז אין אות בי״ת).

ז.

עפ״י כהנ״ל וועט מען אויך פארשטיין דעם טעם פארוואס די זקנים האבן פאר תלמי המלך איבערגעזעצט די תורה אין אן אופן גלייך ווי די תורה הויבט זיך אן מיט אן אל״ף - ווייל כל הנ״ל,

אז לימוד בהבנה והשגה איז דער בי״ת פון תורה,

איז שייך נאר ביי אידן און ניט ביי אומות העולם:

דער דין 39

איז,

אז "עכו״ם שעוסק בתורה חייב מיתה",

אז אן אינו יהודי טאר ניט לערנען תורה לשם לימוד התורה עצמה; ער מעג נאר לערנען תורה אויף וויפל ס׳איז אים נוגע צו וויסן ווי אזוי צו מקיים זיין די "שבע מצוות דידהו" 39 .

וויבאלד אז דער לימוד התורה ביי אומות העולם איז בכדי לדעת את המעשה אשר יעשון,

איז מובן,

אז זיי האבן א שייכות נאר צום ענין פון הבנה והשגה שבתורה,

אבער ניט צום עצם התורה שלמעלה מהשגה,

וואס קומט דורך ברכו בתורה תחלה וואס איז שייך נאר צו אידן

[ווי ס׳איז מוכח אינעם לשון פון ברכת התורה: אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו].

און דעריבער,

בשעת די זקנים האבן מתרגם געווען די תורה לתלמי המלך -ווען זיי האבן איבערגעטייטשט די תורה אין אן אופן ווי זי האט א שייכות צו בני נח - איז אויסגעקומען ווי עס וואלט געשטאנען "אלקים ברא בראשית",

אז ס׳הויבט זיך אן מיט אן אל״ף - ווייל ביי אומות העולם איז הבנה והשגה

(ניט קיין צווייטע זאך,

נאר)

די ערשטע זאך.

ח.

פ׳ בראשית הויבט מען אן צו לייענען שמחת תורה - איז אויך דער ענין פארבונדן מיט דעם וואס איז מבואר לעיל:

שמחת תורה טאנצט מען מיט דער תורה,

וואס דוקא דורך די ריקודים ברגלים נעמט מען דעם "עצם" פון תורה 40

; און ווי עס שטייט אין זהר 41

אז "ונוהגין למעבד ישראל עמה חדוה ואתקריאת שמחת תורה ומעטרן לס״ת בכתר דילי״׳ - ד.

ה.

די שמחה פון שמחת תורה איז פארבונדן דערמיט וואס "מעטרן לס״ת בכתר דילי"׳,

וואס כתר איז למעלה מהראש,

ס׳איז דער ענין פון המשכת א״ס בתורה,

דער פארבונד פון תורה

(און אידן)

מיטן נותן התורה -

און דורכדעם,

דורך דער הכנת השמחה וההמשכה,

קען מען דערנאך,

אין טאג פון שמחת תורה גופא,

מיט דער קריאה און לימוד פון בראשית - וואס הויבט זיך אן מיט א בי״ת,

אז מען דערהערט אז דער גאנצער לימוד אין תורה איז דער צווייטער ענין פון תורה; די התחלה פון תורה - איז די איבערגעגעבנקייט צום נותן התורה.

(משיחת ש״פ בראשית תשכ״ה)

Reader controls and commentary are loading.